צו איז דער "סיסטעם" נאך אלץ שטאנדהאפטיג?
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
צו איז דער "סיסטעם" נאך אלץ שטאנדהאפטיג?
זיבעציג יאר נאכ'ן קריג:
צו איז דער "סיסטעם" נאך אלץ שטאנדהאפטיג אדער איז דער שיף געלעכערט?
אין די פאלגנדע סעריע פון מאמרים האף איך צו אדרעסירן מיט א שטיקל טיפערע בליק און פון א ברייטערע פרעספעקטיוו דער וואקום אין הנהגה פון אונזער דור און וויאזוי מיר קענען באמת נעמען שריט צו פארזיכערן אונזער צוקונפט אלס חרד'ישע אידן אין אונזער היינטיגע שטורעמישע וועלט.
א סיסטעם פון אפהענגיקייט אדער זעלבסשטענדיגקייט?
איינע פון די שווערע מאמענטן פאר יעדע טאטע און מאמע איז דער מאמענט ווען דאס קינד שפרייט אויס די פליגלען און פארלאזט דעם ווארימען נעסט וואו ער איז ערצויגן געווארן - צו איז עס ווען ער האט חתונה און בויעט זיין אייגענע שטוב אדער ווען ער פארט אוועק אין ישיבה צו א ווייטן לאנד. עס איז א מאמענט פון געמישטע געפילן, נחת און שטאלץ אז מען האט באוויזן צו ערציען אן ערוואקסן קינד און א טיפע זארג אין הארץ אויב דאס קינד וועט טאקע באווייזן צו שטיין פעסט און זיך האלטן שטארק קעגן די שוועריגקייטן און נסיונות וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך.
ביים ערציען א קינד איז אלעמאל דא דער זעלבער אינערליכע געראנגל – אלס עלטערן ווילן מיר אונזערע קינדער זאלן קענען שטיין אויף די אייגענע פוס. זיי זאלן זיך קענען פארמעסטן מיט די כוואליעס וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך, אבער מיר ווילן זיי אויך באשיצן און פארזיכערן זייער וואוילזיין. דאס הייבט זיך אן ווען דאס קינד נעמט די ערשטע טריט, די מאמע שטייט פון די זייט און דאס הארץ צאפלט, זי וויל אנכאפן דעם קינד און זיכער מאכן אז ער פאלט נישט, אבער זי ווייסט אויך אז דאס קינד דארף זיך אליין לערנען און צומאל דארף ער אביסל פאלן אז ער זאל זיך לערנען צו גיין אויף די אייגענע פוס. דאס קינד ווייסט אבער אז די מאמע שטייט דארט און אפילו ער וועט פאלן וועט זי זיכער מאכן אז ער טוט זיך נישט וויי און ווערט נישט געשעדיגט – דאס געט אים די שטארקקייט און בראווקייט צו נעמען א טריט טראץ וואס ער וואקלט זיך און ווייסט נישט אויב ער וועט דאס קענען באווייזן.
דער זעלבער געראנגל שפילט זיך אויס דורכאויס די קינדער יארן און די שפעטערע צענערלינג יארן – מיר ווילן פארזיכערן אז דאס קינד אנטוויקלט זיך געזונט און אז ער מאכט נישט קיין טעותים אבער מיר ווילן אויך געבן פאר די קינדער די זעלבסט-זיכערקייט אז זיי קענען אליין זיך פארמעסטן מיט שוועריגקייטן, אז זיי זענען זעלבסטשטענדיגע מענטשן וואס טראגן פאראנטווארטליכקייט פאר זייער אייגענע וואוילזיין און שיקזאל. א גוטע טאטע אדער מחנך ווייסט אז צומאל דארף מען לאזן א קינד מאכן א טעות כדי ער זאל זיך קענען לערנען. "אין חכם כבעל נסיון" – צומאל לערנט מען זיך דאס מערסטע פון א דורכפאל.
א באקאנטער שפריכווארט לויטעט "אויב דו ווילסט אז דער ארימאן זאל זיין זאט פאר היינט געב אים א שטיקל פיש, אבער אויב ווילסטו ער זאל קיינמאל מער נישט הונגערן, לערן אים אויס צו כאפן פיש." – דאס ברענגט ארויס דעם זעלבן רעיון אין אנדערע ווערטער: מיר קענען נישט פארזיכערן אז יעדער איינער האט וואס צו עסן, אבער מיר קענען פארזיכערן אז מיר שטעלן אויף דורות פון אינדיווידועלן וואס זענען זעלבסטשטענדיג און אומאפהענגיק. מיר קענען פרובירן צו שפייזן אונזערע קינדער און קינד'ס קינדער פאר א גאנץ לעבן אבער דאס וועט זיין אוממעגליך, דעריבער איז אונזער פליכט פאר אונזערע דורות זיי צו געבן כלים זיך צו אנטוויקלען אלס געזונטע און זעלבסשטענדיגע מענטשן וואס קענען שפעטער זיך זארגן פאר זיך אליין און איבערגעבן די כלים פאר זייערע קינדער.
קא-דיפענדענסי: סם המוות ארומגעוויקלט מיט דעם זיסן טעם פון א ליבליכע קשר.
איינע פון די שווערע פסיכאלאגישע סיטואציעס איז באקאנט אלס 'קא-דיפענדענסי' – (אין אידיש: קעגנזייטיגע אנגעוויזנקייט). ווען אן ערוואקסענער מענטש איז נישט פולשטענדיג אנטוויקלט צו שטיין אויף די אייגענע פוס, ער איז כסדר אנגעוויזן אויף א צווייטן צו קענען פונקציאנירן - סיי פיזיש און סיי עמאציאנעל און גייסטיש. דאס קען זיך אויסשפילן אין די דינאמישע באציאונגען צווישן א פארפאלק, אדער צווישן א טאטע מיט א קינד. א געזונטע קשר מיינט אז צוויי מענטשן האבן זיך ליב, מען זארגט זיך איינע פאר די אנדערע און מען שטייגט אינאיינעם. א קשר פון 'קא-דיפענדענסי' מיינט אז דער פארבינדונג קומט פון שוואכקייטן און פחדים און אנשטאט וואקסן און בליען אינאיינעם איז דער פארבינדונג א קשר וואס האלט אפ ביידע פון געהעריג פונקציאנירן אין לעבן.
'קא-דיפענדענסי' צווישן עלטערן און קינדער פאסירט ווען מען דערהערט נישט דעם אויבנדערמאנטן אונטערשייד צווישן העלפן א קינד שטיין אויף די אייגענע פוס און פון באזארגן דאס קינד מיט זיינע געברויכן. א עמאצינאל-אומגעזונטע טאטע מאמע וועט זיכער מאכן אז דאס קינד איז אייביג אנגעוויזן אויף אים/איר וויבאלד דאס קינד'ס אנגעוויזנקייט ערפולט פאר זיי אן עמאציאנעלן געברויך און זיי קענען אומבאוואוסטזיניג סאבאטאזשירן סיי וועלכע ערפאלגרייכע פארשריט דאס קינד מאכט כדי ער זאל בלייבן אנגעוויזן – אפילו שעדיגן זייער קשר מיט זייער מאן אדער ווייב, און דאס זעלביגע מיט א פארפאלק – א מאן אדער ווייב וואס איז 'קא-דיפענדענט' זוכט א כסדר'דיגע קעגנזייטיגע אנגעוויזנקייט און וועט דעריבער נישט קענען פארנעמען ווען דער מאן אדער ווייב האבן זייער אייגענע לעבן אדער חברים – זיי ווילן א שטענדיגע אנגעוויזנקייט אויף זיי, און נאר אויף זיי.
עס איז זייער שווער צו היילן 'קא-דיפענדענסי' פאר צוויי סיבות. קודם כל וויבאלד עס איז צומאל שווער צו דיאגנאזירן א געוויסע קשר אויב עס איז א געזונטע, ווארימע, באזעסענע קשר, אדער א אומגעזונטע קעגנזייטיגע אפהענגיקייט. און אזוי אויך וויבאלד די באטרעפנדע טוען נישט רעאליזירן אז דער קשר וואס זיי האבן איז פאטאל און אומגעזונט, צומאל וועלן זיי דערזען דעם חורבן זייער שפעט און זיי דערזעען זיך וויאזוי אונטער דער ליבליכער און ווארימער קשר האט זיך באהאלטן א מאנסטער וועלכע שלינגט איין זייער גאנצע לעבן און ערלויבט זיי נישט צו שטיין אויף די אייגענע פוס און זיין א פולשטענדיג אנטוויקלטער ערוואקסענער מענטש. עס איז סם המוות ארומגעוויקלט מיט דעם זיסן טעם פון א ליבליכע און טיפע קשר.
ווי געשריבן, א געזונטע קשר איז א קשר וואו די צוויי אינדיווידועלן בליען און זענען צופרידן, זיי האבן זיך ליב און זיי העלפן איינער דעם צווייטן. זיי ווילן באמת די טובה פון זייער באליבטן. א קשר פון 'קא-דיפענדענסי' איז א קשר פון קנאה און שנאה, פון כסדר'דיגע פחדים – דער 'קא-דיפענדענט' מאן, ווייב, טאטע, אדער מאמע וועט כסדר זוכן צו ווידער-אינפארסירן ביים קרבן אז די גאנצע וועלט האט אים/איר פיינט און 'נאר' זיי מיינען זייער אמת'ע טובה, זיי וועלן אויף א קלוגן אופן דערנידערן זייער קרבן און אים מאכן שפירן קליין און אומבאהאלפן כדי צו זיכער מאכן אז זיי בלייבן אנגעוויזן.
וואס איז די חילוק צווישן א געזונטע געזעלשאפט און א קולט?
אט דער זעלבער געדאנק נעמט אן א ברייטערע פארעם ווען עס האנדלט זיך פון א געזעלשאפט, א ציבור וועלכע איז געזונט און זארגט זיך פאר אירע אינדיווידועלן אז זיי זאלן זיין זעלבסשטענדיג און געזונט. א געזונטע געזעלשאפט העלפן אירע יחידים אז זיי זאלן נישט פאלן, אבער זי לערנט זיי אויך אויס צו שטיין אויף די אייגענע פוס. דער זעלבער זאך מיט א מנהיג פון א ציבור, א געזונטער מנהיג לערנט אויס אז יעדער יחיד איז א מנהיג, אז יעדער יחיד איז חשוב און האט די כוחות און מעגליכקייט צו שטיין אויף די אייגענע פוס, אבער א אומגעזונטער מנהיג זוכט צו דערנידערן זיינע אונטערטאנען, שאפן א סיסטעם פון אנגעוויזנקייט און פארזיכערן אז מען דארף כסדר אנקומען צום "גרויסן מנהיג" אויף צו קענען עקזיסטירן.
דאס איז דער סאמע וויכטיגסטער אונטערשייד צווישן א קולט און א געזונטע געזעלשאפט: אין א געזונטע געזעלשאפט איז יעדער איינער א טייל פונעם ציבור וויבאלד מען האט א פאראייניגטע מטרה, מען האט א פאראייניגטע קולטור אדער ווערדן אין וועלכע מען גלייבט. אין א קולט נעמען זיך צוזאם שוואכע אינדיווידועלן וועלכע קענען זיך נישט פארמעסטן מיט די דרויסנדיגע וועלט און מען אנטוויקלט א פיינטשאפט צו די גאנצע וועלט, מען איז אנגעוויזן אויפ'ן קולט פירער – אדער פירערשאפט – אויף צו מאכן סיי וועלכע החלטה.
אין א געזונטע געזעלשאפט איז מען א טייל פונעם קאלעקטיוו צוליב פאזיטיווע סיבות – מען האט א פאראייניגטע מטרה און ציל, און יעדער אינדיווידועל איז א טייל פונעם ציבור און איז באליבט און רעספעקטירט. אין א קולט איז יעדער א באדינער און אן אינסטרומענט אינעם קאלעקטיוו. א געזונטע געזעלשאפט אנטוויקלט א 'סעיפטי נעץ' פון הילף פאר אינדיווידועלן וועלכע דארפן אביסל הילף צו שטיין אויף די פוס, אין א קולט מאכט מען זיכער איז קיינער שטייט נישט אויף די אייגענע פוס נאר אויב עס דינט דעם קולט.
באין חזון יפרע עם – א געזעלשאפט אן קיין הנהגה
א געזונטע געזעלשאפט פארמאגט א מנהיג - א מנהיג איז א זעלבסטלאזער אינדיווידועל, איינער וואס דינט א העכערע מטרה, ער גלייבט אין עפעס גרעסער ווי אים אליין. דער מנהיג קוקט נישט אויף זיינע געברויכן נאר אויף די געברויכן פונעם ציבור. א מנהיג איז עמיצער וואס קוקט אויף די וועלט מיט א בליק פון דער הייעך, ער זעט נישט נאר דעם יעצט און דא נאר אויך דעם צוקונפט און דער גלאבאלער מצב, און מאכט זיכער צו אנטוויקלען א געזעלשאפט וואו יעדער יחיד קען בליען און וואקסן און דינען דעם אויבערשטן אויף זיין שטייגער.
דער פארקערטער פון א מנהיג איז א נארסיסיסט – זיינע אייגענשאפטן זענען ענליך. ער איז טאלאנטפול און קוקט אויס אויסערליך ווי א מנהיג אבער ער איז דער אנטי-מנהיג, ער איז דער פארקערטער פון א מנהיג. ער זוכט זיינע אייגענע אינטערעסן און חשבונות, זיין בליק אויף די וועלט איז פארמירט מיט די עגאאיסטישע ברילן וועלכע ער טראגט, און ער זוכט בלויז וויאזוי קען ער זעטיגן זיין שעפערישע דראנג פאר כבוד און אנערקענונג דורך אויסנוצן זיין כאריזמאטישע כוחות צו בויען א סטאדע פון בלינדע נאכפאלגער וועלכע וועלן בלייבן אנגעוויזן אין אים.
א מנהיג בויעט א געזונטע געזעלשאפט און א נארסיסיסט בויעט א סטאדע פון בלינדע שאף. א מנהיג איז בראוו און קוראזשפול און א נארסיסיסט איז אנגעפולט מיט פחדים און שוואכקייטן.
דאן זענען דא אזעלכע וועלכע זענען נישט אהין און נישט אהער – זיי זענען נישט געבויט פון מנהיג'ישע מאטריאל, זיי זענען מיטלגארטיגע מענטשן מיט א גאר מצומצם'דיגע בליק. זיי קענען צומאל זיין פעאיג אין פירן א קהלה – אדער אפילו טאלאנטפולע רעדנער און תלמידי חכמים - אבער האבן גאר ווייניג וויזיע און ברייטקייט. זיי טרעפן זיך אין א פאזיציע פון הנהגה וויבאלד זייער טאטע, זיידע אדער פעטער איז געווען אן אמת'ער מנהיג (אדער אמת'ער נארסיסיסט) און זיי זענען אנגעוויזן אויפ'ן דעת הקהל צו מאכן באשלוסן, און זייערע באשלוסן זענען געווענליך דעטערמינירט לויט ווי דער ווינט בלאזט.
דער פראבלעם מיט אזא הנהגה איז אז עס איז דא אן אילוזיע פון הנהגה – אין פאקט ווערט אזא געמיינדע געפירט נישט דורך דעם אפיציעלן מנהיג נאר דורך א קאאליציע פון עקסטרעמיסטן און נארסיסיסטן וועלכע זענען גאר געשולט צו אידענטיפיצירן דעם וואקום און מאניפולירן דעם מנהיג און דעם ציבור פאר זייערע אינטערעסן. צומאל זייער אייגענע אינטערעסן און צומאל אין אן עקסטרעמיסטישע אידעאלאגיע אין וועלכע זיי גלייבן. אבער דער צד השווה איז אז דער געזעלשאפט איז ווי א שיף אן א קאפיטאן וואס לאזט זיך פירן פון די שטורעמישע כוואליעס.
עם שרידי חרב - דער דור נאכ'ן קריג און איר הנהגה
לאמיר אוועקגיין אביסל פונעם אבסטראקט און רעדן תכלית. לאמיר אנהייבן מיט 'עבדים היינו' – מיר זענען אלע קינדער און אייניקלעך פון א דור פון שרידי חרב, מענטשן וואס האבן זיך ארויסדערזען פונעם נאצישן גיהנם קוים מיט'ן לעבן. מענטשן וואס זענען אריבערגעגאנגען דאס ארגסטע וואס א מענטש קען זיך פארשטעלן און האבן דערגרייכט די ברעגעס פון ארץ ישראל אדער אמעריקע טראומאטאזירט און צובראכן אויף שברי שברים. נישט געוואוסט וואס דער מארגן וועט ברענגען און אויב זיי האבן נאך א שאנס צו צוריקבויען א לעבן נאך דעם אומבאגרייפליכן חורבן.
פון אט די בערג פון אש און ים'ן פון טרערן האבן זיי געקנאטן ציגל און ליים צו בויען א נייע וועלט. און מיר האבן זוכה געווען אז דער רבש"ע האט איבערגעלאזט גדולי ישראל און צדיקים וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט דרייסטקייט און צוריקגעבויט פונדאסניי קהלות און מוסדות, א זאך וועלכע האט געפאדערט אומגלויבליכע קוראזש און בראווקייט. זיי האבן אריינגעברענגט חיות און האפענונג אין די אויסגעלאשענע נשמות און באוויזן דאס אומגלויבליכע און צוריקגעבויט א אידישע וועלט וועלכע שפרודלט מיט לעבן.
דער פאקט אז מען האט צוריקגעבויעט א וועלט נאך אזא חורבן איז אן אומגלויבליכער נס. אויב וואלט מען ווען געזאגט פאר איינעם פון די איבערלעבער אז מיט זיבעציג יאר שפעטער וועלן מיר האבן א "דירות קריזיס" וואלטן זיי אונז אויסגעלאכט, אבער "צחוק עשה לנו אלקים" און די תחיית המתים פון די אידישע וועלט איז א רעאליטעט. דאס אידישע וועלט וואקסט און בליהט קע"ה ווי קיינמאל בעפאר אין אונזער היסטאריע, און צום ערשטן מאל אין אונזער היסטאריע זענען מיר אויך רעלאטיוו פריי צו זיין אידן אין די עפנטליכקייט און מיט שטאלץ.
דער צענטראלער 'וויזיע' פון אונזערע מנהיגים נאכ'ן קריג איז געווען צו "צוריקבויען" – זיי זענען געווען ווי דאקטוירים וואס שטעלן אפ דאס בלוט און פארהיילן די וואונדן נאך אן עקסידענט. זייער ציל איז געווען צו אוועקשטעלן א געזעלשאפט וואו מען קען זיין שטאלץ מיט אידישקייט, צו פרעזערווירן דעם הייליגן און ערליכן לעבן פון אונזערע עלטערן און אור-עלטערן אין די שטעט און שטעטלעך פון מזרח אייראפע. צו אוועקשטעלן ישיבות און כוללים וואו עס זאלן אונטערקומען א נייע דור פון מנהיגים. און זיי האבן מצליח געווען אויף אן אומגלויבליכן פארנעם.
אויף צו דערגרייכן דעם ציל האבן זיי זיך פארלייגט מיט אויסטערלישע כוחות צו באקעמפן די סכנות וועלכע האבן באדראעט דעם וויזיע. זיי האבן פארלייגט כוחות צו בויען קלארע מויערן צווישן דעם שארית הפליטה און די דרויסנדיגע גאס. אסאך ענערגיע און כוחות זענען אוועקגעגעבן געווארן אויף צו פארזיכערן אז דער שארית ישראל ווערט נישט אויסגעמישט און פארבלענדעט אין די גרויסע וועלט ולא ייזכר שם ישראל עוד. די יסודות וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט דינען אונז נאך היינט ב"ה.
אבער מיר האלטן יעצט זיבעציג יאר שפעטער - רוב פון די איבערלעבער זענען שוין נישט מיט אונז און אזוי אויך רוב פון די ארגינעלע מנהיגים. מיר לעבן היינט אין א נייע מציאות און אין א גאר אנדערע וועלט ווי אונזערע עלטערן האבן געלעבט. עס איז א 'דור תהפוכות' און די וועלט טוישט זיך מיט א שנעלקייט וואס מען קען נישט באגרייפן. דער ציבור וואקסט און בליהט ב"ה, אבער עס שפירט זיך א וואקום אין הנהגה, די מנהיגים וואס מיר האבן זענען נישט קיין דרייסטע מענטשן וואס האבן א וויזיע נאר רבי'שע און רבני'שע קינדער וועלכע חזר'ן איבער סלאגאנען וועלכע זענען געווען רעלעוואנט מיט זיבעציג יאר צוריק און איז כמעט גענצליך באזירט אויף די זעלבע געדאנקענגאנג פון "בויען אידישקייט" און פון היטן אויף די מויערן.
צו מיינט 'חדש אסור מן התורה' אז מען דארף לעבן אינעם נעכטיגן טאג?
א טייל פון דעם 'עטאס' פון די שארית הפליטה הנהגה איז געווען 'חדש אסור מן התורה' – א סלאגאן וועלכע האט אנגעדייטעט אן אפשיי פון די רעפארמער וועלכע האבן פרובירט צו טוישן אידישקייט מן היסוד. אבער דאס ווערט גענוצט אין כמעט יעדע קאנטעקסט ווען עס קומט ארויף פרישע פראבלעמען מיט וועלכע מען דארף זיך ספראווען. עס איז א באקוועמע סלאגאן פאר מנהיגים וועלכע ווייסן נישט וואס מיינט הנהגה – מען קען זיך איינוויקלען אינעם פעלץ און לייגן די הענט אויף די אויגן ווי א בת היענה און זיך נאך איינרעדן אז מען טוט דעם רצון ה'.
דער חזון איש האט אמאל געזאגט אלס משל איבער די וועלכע נוצן 'חדש אסור מן התורה' אז עס איז אזוי ווי א מיליטער וועלכע גלייבט נישט אין היינטיגע טעכנאלאגיע און גייט דעריבער אין קריג מיט פייל און בויגן. – מען קען זאגן 'חדש אסור מן התורה' ביז איבערמארגן, אבער דער מציאות איז אז מיר לעבן אין א וועלט פון 'חדש' און אויב וועלן מיר בלייבן פאר'עקשנ'ט זענען מיר ווי דעם מיליטער און עס איז אן קיין ספק אז מיר וועלן פארלירן דעם מלחמה.
דער מציאות איז אויך אז אונזערע מנהיגים נאכ'ן קריג האבן אין פאקט זיך גאנץ ווייניג געקימערט מיט 'חדש אסור מן התורה' ווען זיי האבן פארשטאנען אז די וועלט האט זיך געטוישט און מען דארף איינפירן געוויסע שינויים, צו איז דאס ווען דער סאטמאר רב ז"ל האט געעפנט א מיידל שולע טראץ וואס ער איז געווען אויסגעשפראכן דערקעגן פאר'ן קריג, און אזוי אויך אין צענדליגע אנדערע זאכן וואס ער האט געטוישט פון אמאל. אדער ווען די גדולים אין ארץ ישראל האבן פארשטאנען אז מען דארף האבן דעפוטאטן אינעם כנסת טראץ וואס זיי זענען געווען אויסגעשפראכן קעגן ציונות. דאס איז דער צענטראלער טאלאנט פון א מנהיג: ער ווייסט ווען עס פאדערט זיך צו טוישן עפעס.
באין חזון יפרע עם - דער סיסטעם איז צובראכן
נאכדעם וואס דער ערשטער דור פון מנהיגים זענען אוועק האט זיך אנטוויקלט אן אלטערנאטיוו צו הנהגה וואס רופט זיך 'סיסטעם' – דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז אונזער געזעלשאפט איז מער נישט קאנצענטרירט ארום עטליכע כאריזמאטישע יחידים נאר א געוועב פון הונדערטער קהלות און אזוי אויך טויזנטער יחידים וועלכע באלאנגען נישט צו קיין שום ספעציפישע קהלה נאר זענען א טייל פונעם 'סיסטעם' – דער סיסטעם איז דער היימישער לעבנסשטייגער וואס פארמאגט א פארצווייגטע נעץ פון מוסדות און ישיבות אבער גאר ווייניג אמת'ע מנהיגים וואס קענען אדרעסירן פראבלעמען מיט א ברייטע און ווייטע בליק.
איבער'ן סיסטעם פארפיגן עטליכע סארטן מנהיגים. געוויסע חשוב'ע פיגורן וועלכע זענען ארויפגעקוקט צוליב זייער פאזיציע אלס אדמו"ר אדער רבי פון ריזיגע קהלות וואס זיי האבן גע'ירשנ'ט, (דארונטער עטליכע נארסיסיסטן וואס זייערע הויפן זענען ליידער מער ענליך צו א קולט) דאן פארשידענע כאריזמאטישע רבנים וועלכע האבן אנטוויקלט קלענערע חצרות. רוב פון זיי זענען וואוילע גוטע אידן וואס זענען שוין אליין 'פראדוקטן' פונעם סיסטעם און האבן גאנץ ווייניג קוראזש צו אנערקענען ווען דער סיסטעם איז צובראכן און צו נעמען א זעלבסטשטענדיגע שטעלונג קעגן דעם שטראם.
דער דע-צענטעראליזירטע הנהגה האט געפירט דערצו אז יעדער רב און רבי'לע האט מורא פונעם אנדערן, יעדער עסקן וואס קומט אויף מיט א פירצה אדער חומרא דארף בלויז ארומגיין צו א טוץ פון רבי'לעך וואס וועלן אים גערן אונטערשרייבן אויף סיי וועלכע קול קורא. און רוב פון די אדמורי"ם זענען פארנומען – אין בעסטן פאל – צו העלפן יחידים מיט פראבלעמען און פארשטאפן די לעכער פונעם שיף, אבער קיינער איז נישט קיין קאפיטאן מיט א וויזיע פאר דעם שיף וואס וואקלט זיך אין די שטורעמישע וואסערן פון אונזער תקופה.
דער סיסטעם ארבעט אדער דער שיף איז געלעכערט?
פון אויבן אויף קוקט אויס אז "דער סיסטעם ארבעט" ווי מען הערט אפט פון אסאך מענטשן. אבער דאס איז אן אילוזיע: אויב כאפט מען אביסל א טיפערע בליק זעט מען אז אונזער סיסטעם איז ליידער צובראכן אויף א פארנעם וואס עס איז שווער מודה צו זיין. אבער דער פראבלעם איז אז אסאך מענטשן זענען באמת איינגערעדט אז אלעס פונקציאנירט ווי עס דארף צו זיין און מען דרייט זיך ארויס פון אנערקענען דעם ריינעם און ווייטאגליכן אמת. דעריבער כדי צו קענען באמת דן זיין אויף א סיסטעם צו עס ארבעט יא אדער נישט פעלט זיך אויס אן אביעקטיווער 'באראמעטער' צו אנטשיידן אויב א סיסטעם ארבעט אדער נישט.
אן אנגענומענע כלל אין סאציאלאגיע איז: "א געזעלשאפט ווערט געמאסטן לויט וויאזוי זי באנעמט זיך מיט אירע שוואכסטע מיטגלידער" – כמעט יעדער סיסטעם ארבעט פאר געוויסע מענטשן. למשל, א מאנארכיע ארבעט זייער גוט פאר'ן אריסטאקראטישן קלאס, מען ווארפט צו ברעקלעך פאר'ן פאלק און דער אריסטאקראטישער קלאס קלאפט זיך אויף די פלייצע ווי געלונגען דאס לאנד איז, און אויב דאס פאלק איז פארביטערט פיטערט מען זיי מיט פאטריאטיזם אדער מען גייט ארויס אין קריג מיט'ן שכנות'דיגן לאנד זיי צו איבערצייגן אז אן דעם גרויסן און מעכטיגן קעניג זענען זיי אין געפאר. דעריבער איז אן אנגענומענער כלל אז א סיסטעם ווערט געמאסטן לויט וויאזוי זי פארנעמט זיך מיט די שוואכסטע און ארימסטע אינעם באפעלקערונג.
לאמיר אצינד צוריקגיין צום אריינפיר – דער שמועס איבער 'קא-דיפענדענסי' און זען וועלכע סארט געזעלשאפט מיר פארמאגן און אין וועלכע קאטאגאריע דאס ווערט אריינגערעכנט. – צו טוט אונזער סיסטעם ארויסגעבן געזונטע, שטאנדהאפטיגע, זעלבסטשטענדיגע און צופרידענע אינדיווידועלן וועלכע טרעפן זיך זייער פלאץ אין די וועלט, אדער האבן מיר אנטוויקלט א געזעלשאפט אין וועלכע מיר זענען כסדר אנגעוויזן אויפ'ן קאלעקטיוו און מיר האבן אנטוויקלט א סטרוקטור פון אילוזיע אין וועלכע די פראבלעמען ווערן אריינגעבעזימט אונטער'ן טעפיך און מיר אדרעסירן פראבלעמען נאר ווען עס באדראעט אונז אלס א געמיינדע אנשטאט צו אדרעסירן דעם געברויך און וואוילזיין פון יחידים?
יא, עס זענען דא אזעלכע ביי אונז וואס זענען צופרידן. מעגליך אפילו דער רוב. אבער דער שיף איז געלעכערט. הונדערטער בחורים און מיידלעך ווערן אויסגעשפיגן פון ישיבות און טרעפן זיך אויף די גאס און ווערן דערקייקלט צו דראגס. הונדערטער יונגעלייט דרייען זיך אין די נידריגסטע קלאבס און פירן א דאפלטע לעבן. טויזנטער ספראווען זיך מיט גייסטישע און עמאציאנעלע קרענק וואס נעמען זיך פון די אנגעשטרענגטע לעבנסשטייגער. טויזנטער פאמיליעס זענען אנגעוויזן אויף הילף צו קענען מאכן שבת אדער חתונה מאכן. (יא, מען העלפט זיי אבער צו קען מען בויען א סיסטעם וואו מענטשן דארפן נישט אנקומען צו אזויפיל הילף?)
אבער דאס זענען פראבלעמען וועלכע די אפיציעלע הנהגה וועט גאר זעלטן אדרעסירן, און אויב יא וועט דאס זיין מיט נאך ארגאניזאציעס און נאך קא-דיפענדענסי אנשטאט באמת פארשטיין וויאזוי מען קען אנטוויקלען א געזונטערע סיסטעם וואו אינדיווידועלן קענען בליען און וואקסן. א סיסטעם ווי א בחור אדער מיידל קען אייביג טרעפן א מסגרת וואו זיי געפונען זיך אינדערהיים. א סיסטעם וואו יחידים שפירן זיך פריי צו זיך אויסדריקן און טרעפן זייער תפקיד אויף דער וועלט. א סיסטעם וואו יעדעס קינד קריגט די מינימום עדיוקעישן צו קענען טרעפן א פאך אדער מקצוע וועלכע רעדט צו זיין נשמה. א סיסטעם צו וועלכע מען באלאנגט צוליב ליבשאפט און נישט צוליב פחד.
דער ערשטער שטאפל אין פארריכטן דעם געלעכערטן שיף איז צו אנערקענען די פראבלעמען און נישט אריינשארן אונטער'ן טעפיך.
המשך יבא.

-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
מורא׳דיג! זייער זייער שטארק ארויסגעברענגט מיט גאר אסאך חומר למחשבה. איך האף אז דו וועסט טאקע ממשיך זיין.
אלס פטור בלא כלום אי אפשר אויף אזא ארטיקל האב איך געקלערט אז אזוי ווי [tag]איש עברי[/tag] האט ארויסגעברענגט אין די אשכול, איז אונזער געזעלשאפטליכע מהלך א געמיינשאפט ווי איידער א געזעלשאפט אין ווי אזוי דער סאציאלאג דר. פערדינאנד טאָניִס האט דאס קלאסיפיצירט.
דאס האט ענליכקייטן צום חילוק וואס דער סאציאלאג עמיל דורקהיים האט געמאכט צווישן סאסייעטיס וואס האבן מעכאנישע סאלידעריטי אדער אָרגעניק סאלידעריטי - די ערשטע איז דומה צו א געמיינשאפט מהלך און די צווייטע צו א געזעלשאפט מהלך. א מעכאנישע סאלידעריטי טיפ געמיינדע, וואו כנ״ל איז די צאמהאלט פונעם סאסייעטי באזירט מער ובעיקר אויף די אייניגע אידעאלאגיע און דייקא אייניקייטן [די האמאדזשענעאיטי] וואס די מעמבערס דערין האלטן, איז בדרך כלל שטארק רעליגיעז און מער רעפּרעסיוו מיט אן אבסאלוטע קאלעקטיוו אטאריטעט ווי א געמיינדע וואס האט אָרגעניק סאלידעריטי און איז מער מאדערן. ווי
אויך איז איר קאנשעס קאלעקטיוו, והיינו די ווירדן און גלויבונגען וואס די מעמבערס דערין פארמאגן אייניג, ווייניגער באזירט אויף דעם ״מענטש״ און איז צו עפעס מער ״העכערס״ ווי די וואס האבן אָרגעניק סאלידעריטי.
א מעכאנישע סאלידעריטי מהלך איז בעיקר ווען א סאסייעטי איז מער קליין לעומת א סאסייעטי מיט אן אָרגעניק סאלידעריטי מהלך. איז קען מען קלערן אז דאס ברענגט די וואקיום און צובראכענקייט אינעם שיף. מיינענדיג, 70 יאר צוריק ווען די שארית הפליטה, ווייניג מענטשן (רעלאטיוו), זענען געקומען איז אטאמאטיש געבויט געווארן א מהלך פון מעכאנישע סאלידעריטי וואס איז סתם אזוי מער געאייגענט פאר שטארק רעליגיעזע. אבער כהיום מיט׳ן וואוקס בלע״ה, וואו די סאסייעטי איז היפש גרעסער, דארף זיך עס אריבערפירן צו (עכ״פ א גרעסערע דעגרי פון) אן אָרגעניק סאלידעריטי מהלך, וואס דאס טוהט פאקוסירן מער אויף די אייגענשאפטן פון פונעם ״[אינדיווידואלן] מענטש״ ווי איידער ריין ״העכערס״. די פראבלעם איז אז די מנהיגים וואס האבן דאס אלס גע׳ירש׳ענט האבן נישט די וויזיע דאס איינצוזעהן אז די מאדעל דארף זיך טוישן.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 207
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
- געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל
בעיוטיפאול הערלעך א עונג שבת געווען שפתיים ישק שקויעך
מיר ווארטן אויף א המשך וואס וועט ארויסברענגען א סעלאשן צום סיסטעם ווייל ווילאנג עס איז נישט דא עפעס בעסער איז זייער שווער צו קריטיקירן
בעסער געזאגט קריטיק אהן א מהליך פון א תיקון איז נאר קריטיק
איך ווארט מיט שפאנונג

נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
דער פארקערטער פון א מנהיג איז א נארסיסיסט – זיינע אייגענשאפטן זענען ענליך. ער איז טאלאנטפול און קוקט אויס אויסערליך ווי א מנהיג אבער ער איז דער אנטי-מנהיג, ער איז דער פארקערטער פון א מנהיג. ער זוכט זיינע אייגענע אינטערעסן און חשבונות, זיין בליק אויף די וועלט איז פארמירט מיט די עגאיסטישע ברילן וועלכע ער טראגט, און ער זוכט בלויז וויאזוי קען ער זעטיגן זיין שעפערישע דראנג פאר כבוד און אנערקענונג דורך אויסנוצן זיין כאריזמאטישע כוחות צו בויען א סטאדע פון בלינדע נאכפאלגער וועלכע וועלן בלייבן אנגעוויזן אין אים
און שפעטער רעדט ער פין די נארסאסיסטען וואס קלעבן זיך אן און זיי פירען פאקטיש דער גאנצער חסידות.
לכאורה ווערען די רעביס נארסאסיסטען נאכדעם וואס זיי ווערען רעביס, ווייל זיי ווערען אומיאן צו מענטשען'ס הרגשות, אסאך מנהלים פין חדרים געשעהט עס אויך. עס איז א מחלה א דיזיז וואס ווערט אלץ ערגער און ערגער. השם ירחם.
און דאס דארף דער ביאור, פארוואס. איך בין נישט אזוי זיכער אז אמאהל איז אנדרעש געוועהן. די רעביס נאך די מלחמה, האבן דורכגעמאכט א מלחמה זענען געוועהן פין אנדערע מאטריאל.
די רעביס און מנהלים וואלטן געדארפט האבן א מוסר זאגער, ווי דער צאנזער רב האט געהאט, איינער זאל זיי מעורר זיין אויף זייערע מעשים. זיי זענען אזוי פארנומען מדריך זיין אנדערע, און זיי ווערען רשעים פשוט ווייל זיי האבן נישט געהעריגע סאציאלע פארבונדונג מיט אנדערע. און דער עולם ציטערט פין זיי אימת מות, און קיינער זאגט זיי נישט ביסט אראפ פין די גלייכע גלייזען. און דער מחוצף וואס זאגט זיי יא, ווערט א שונא וואס מען דארף מסדר זיין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי: איך מיין אז דו מאכסט א שטיקל טעות. איש עברי רעדט נישט איבער רעבעס און רעבישע הויפן אין אלגעמיין. נאר ענדערש איבער איין ספעציפיש חסידות. וואס זייער רעבע האט געירשנ'ט די רעביסטווא. און ער אליין איז א ספוילד ברעט. אבער די חסידים, מיט די הילף פון דעם רעבע'ס כלבים (אויסער די ברעינוואשינג וואס גייט דארט אן שוין פאר עטליכע דורות.) טוען ענפארסירן אלע משוגעת'ן פון דעם רעבע און חסידות...!
- דרויסענדער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 25
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:13 pm
- האט שוין געלייקט: 28 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
Re: צו איז דער "סיסטעם" נאך אלץ שטאנדהאפטיג?
באשעפער זיסער, אוי איז דאס גוט! כ'בין געזעצן ביים שפיץ בענקל און געשלינגען מיט דורשט יעדעס ווארט.
מיין פראבלעם איז נאר, אז גאר אסאך האלטן אין איין רעדן וועגן די פראבלעם, און ברענגען עס ארויס פון כל מיני פערספעקטיוון. ווייניג אבער ברענגען א זאכליכע תכלית'דיגע לעזונג. געוויסע ברענגען גאר אויבערפלעכליכע משלים און מדרשים פון א געלונגענע סיסטעם וואס האט קנאפ מיט רעאליטעט.
פאר מיר איז די וויכטיגסטע שורה אינעם ארטיקל "המשך יבא". אן דעם האבן מיר נישט קיין סאך נוצן פון די גאנצע מאמר...
וועט איינער זאגן "א געזעלשאפט וואס פראדוצירט וויינערס און נישט קיין טוערס איז צובראכן" און הא גופא איז די פראבלעם... כ'הער...

- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
איש עברי, גוד זשאב! די ארטיקל איז הערליך געשריבן און שארף שניידנדע פונקטן!
אגב איך טראכט אלץ צו מיר, ווען איך זעה אז מ’האקט אויפן סיסטעם, דא אויף קאווע שטיבל טוט מען עס אסאך, אז ווער איז די סיסטעם? אויף וועם האסטו טענות? ווער איז דער מיסטער סיסטעם וואס יעדער האט אים אזוי פיינט?
אפשר וועט איש עברי מסביר זיין אין די קומענדיגע ארטיקלען, האפענטליך.

- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
מ'קען זעען די co dependency פון די פאקט אז מ'שטופט אינגע קינדער צו האבן בעיביס און די teen age יארן. פאר זיי וועקן זיך אויף האלט מען די טעראר איבער זיי מיט אט די בעיביס וואס מ'האט זיי אריינגעריקט פאר זייער מכלומרשטע גוטס.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
תרמב האט געשריבן: אז ווער איז די סיסטעם? אויף וועם האסטו טענות? ווער איז דער מיסטער סיסטעם וואס יעדער האט אים אזוי פיינט?
אפשר וועט איש עברי מסביר זיין אין די קומענדיגע ארטיקלען, האפענטליך.
אויב די ווילסט וויסען ווער די סיסטעם איז, פראביר צו טוישען דיין היט פון שטאפען היט צו קראך היט/פון קראך צו דאון היט אדער -גאט זאל אפהיטן - פון שטאפען צו דאון. וועסטו זעען די מאנסטער פנים אל פנים.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער האט געשריבן:תרמב האט געשריבן: אז ווער איז די סיסטעם? אויף וועם האסטו טענות? ווער איז דער מיסטער סיסטעם וואס יעדער האט אים אזוי פיינט?
אפשר וועט איש עברי מסביר זיין אין די קומענדיגע ארטיקלען, האפענטליך.
אויב די ווילסט וויסען ווער די סיסטעם איז, פראביר צו טוישען דיין היט פון שטאפען היט צו קראך היט/פון קראך צו דאון היט אדער -גאט זאל אפהיטן - פון שטאפען צו דאון. וועסטו זעען די מאנסטער פנים אל פנים.
דארפסט נישט טוישן דיין הוט. גיי ארויס אין גאס מיט א געשטרייפטע העמד און א מעסטער אויף די הויזן. דאן רוף דיין מאמע פרעגן וואו זי עסט שבת. יויש וועסטו האבן צו הערן...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
יאסל ראקאווער האט געשריבן:אויב די ווילסט וויסען ווער די סיסטעם איז, פראביר צו טוישען דיין היט פון שטאפען היט צו קראך היט/פון קראך צו דאון היט אדער -גאט זאל אפהיטן - פון שטאפען צו דאון. וועסטו זעען די מאנסטער פנים אל פנים.
אדער טויש פין א דאון צי א שטאפען אדער -גאט זאל אפהיטן - פין א דאן צי א פלאיטשיקס...
אויב ביסטו א מעמבער און א ריפארם טעמפעל טריי אריינקימען מיט שטריימל בעקיטשע פאר א טויש
מיז נישט זיין אין טעמפעל קענסט דאס טרייען סתם אין באר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די שאלה איז צי דאס טוישן דעם לבוש, אפילו צו עפעס צו וואס זיי זענען נישט געוואוינט, וועט טאקע גורם זיין ביי זיי אזעלכע שטארקע סאציאלע סענקשאנס ווי דאס טוישן ביי אונז. און דאס איז טאקע מכח דאס געוואלדיגע דגוש אויף קאָנפאָרמיטי, מעכאנישע סאָלידעריטי, און געמיינשאפט כנ"ל לעומת אנדערע נישט רעפּרעסיוו סאסייעטיס.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
כ'האב געליינט דעם ארטיקל בדחילא ורחימא מיט געוואלדיגער קורת רוח און איבערראשונג, אנשטאט באגעגענען נאך א רענט וואס שעלט די סיסטעם, איז געווען דערקוויקנד צו טרעפן, אן אמתער, אחריות'דיער אויפריכטיגער אנאליז איבער דעם מצב, מיט א ציל צו רעספעקטירן אונזערע מעלות און פינגער צייגן אויף אונזערע חסרונות און שוואכקייטן און זען וואס מ'קען טון למעשה.
אממערסטנס האט מיר געכאפט די אי-ציניזם און ערנסטקייט און אנטי יאוש געפיל וואס איז ארויסגעקומען פון דעם ארטיקל, ווי יא, מ'קען אויפטון און מ'וועט אויפטון ובשם ה' נעשה ונצליח.
ליידער ליידער איז זייער שווער צו האלטן די קאפ העכער די וואסער, מ'האלט שוין נאך מער פון צען יאר רעדן פון די סיסטעם און אנשטאט ווערן בעסער ווערט נאר ערגער.
אונזער עדיוקעישאן וואס יעדער האט בשתיקה געוואוסט איז דורכגעפוילט איז געווארן די הייליגסטע זאך פאר וועלכע מ'גייט קעמפן א מלחמה כבידה און דערצו איז ארויסגעוואקסן נאך א גאנצע מאוומענט פאר וועמען אונזער אומקאמפעטענץ איז נישט גענוג ווילאנג מיר וועלן זיין גלאטע אנעלפעבעטן.
כלל ישראל ישראל ב"ה דארף זיך ספראווען מיט א רבי מענדעלע וויזשניצער א מענטש וואס באלאנגט אין אן אינסטיטוציע, ואין פוצה פה ומצפצף, זיינע בילדער פיגורירן ווייטער אויף די ערשטע זייטן פון די שונד בלעטער ווי פרידנסצייטן. גור טרונקט דאס בלוט פון רבי שאול פאר'ן חטא פון עפענען אן אייגענע קהלה וואס רופט זיך ניטאמאל גור, און גארנישט, גורער רבי קומט קיין אמעריקע און אלע רביס קושן זיינע פאלעס און שרייען קדוש קדוש.
ס'איז זייער שווער צו בלייבן אפטימיסטיש אין אזא ענווייראמענט, נאך א קאוויד הפיקורת, נאך א מירון ווען 45 הרוגים איז נישט גענוג סיבה צו פשוט טון עפעס מיניאמאלע זיכערהייט נאר אלעס זאל בלייבן ביים אלטן נישט קיין חילוק וואס פאר א פרייז מיר צאלן.
אז מזעט אן איש עברי וואס שטייט ווי נחשון בן עמינדב בדורו, מיט אן אויפגעהויבענעם קאפ און א מונטערן גייסט, קאמפס גרייט און אפטעמיסטיש פאר א בעסערן צוקונפט, איז עס א געוואלדיגע טרייסט און חיזוק פאר אלע עצמות יבשות.

- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
יישר כח פאר דיין באטעמטע ארטיקעל,
סליינט זיך גאר באטעמט, די מהלך וואו אזוי סהאטסיך אויפגעבויט דיע מאדנע באבעל,
סאיז העכסט אינטרעסאנט פאר די וואס טרעוולען אסאך, ווען מפארט איבער די וועלט און מגעט אזא פאר אריין קיין א אנטווערפען, לונדון, רמת ויז’ניץ חיפה, און פלוצים דערזעעט מען דער באבעל און נאך א ווינקעל און די יוניווערס, וואו נאך מענטשען לעבען און פארמאכטען געזעלשאפט און זייער vision און השגות און שאיפות, און זייערע הנאות און ווירדען בויען זיך לויט די קליינע באבעל ווי זיי לעבען.
אלץ איינער וואס וואוינט אביסעל אינדרויסען און די outskirts ווען איך קום אריין און די געגנט שפיר איך אסאך מאך וואו ר׳ שמעון נאכען מערה,
סקוקט מיר אויס וואו אזא ״ונסתם ואין רודף״ יעדער האט מורא פון די גאס, סאיז אבער קיינער כמעט נישט דא אויפען גאס, ווייל די אלע אויפען גאס לויפען אוכט גאר שנעל מזאל זיי נישט באמארקען.
הכלל סאיז בעצם נישט דא קיינעם צו בלעימעין, קיין איינער איז נישט אחראי היינט אויף די סיסטעם,
אונז וואוינען צודריקט מיט שוואגערס און שוועגערענס, שוויגערס און יענטעס,קאנטרי סירקעלס, און קומזיצען.
וואונען און אזא סארט געזעלשאפט האט א געוויסע סארט לייכטקייט,
מברויך כמעט נישט מאכען קיין דיסיזשענס, מדארף נאר פרעגען טאנטע שמאנטע, וואס ברויך טוהן איינער וואס איז אזוי וואו אונזער type
תורה׳דיג בעלבעתיש וועלכע סארט גייען רויזיס טעכטער, און געגאנגען צומארגענס גייט שוין ברכי אוכט אזוי, און וכן נוהגים און פטור אן עסק, איך וויי אוכט טוען אזוי, נישט וואו די גאר פרומע ווייל איך בין אביסעל מער אהערגעשטעלט, אויך נישט וואו נעבעך זיי וואס זענען אינגאנצען באדערען (קוק וויאזוי זייער טאכטער זעט אויס, קוק מיט וועם זי דרייטסיך, זי קען נאך ווערען א געהעריגע גויטע)
וכולהו וכולהו,
אבער דאס איז די פאקט אונז זענען געווארען אזא קאמפארטעביל סארט קאממיונוטי, וואו מלייגט אוועק די ״מח״ און א cabinet מנעמט עס ארויס אמאל א שמיטה, און אלגעמיין פארט מען מיט.
סאיז דא אלע מומחים זיי און געזונט בגוף ובנפש, סיי און אלע סארט פראקטישקייט, חבירים, הצלה, קימפעטארין סאפפערס, צוגעשטעלטע נארהאפטיגע פרעס און קליידער געשעפטען, דיזיינערס פאר די הייזער, בראוקערס פאר אלע אונזערע געברויכען און שוין.
איי סאיז דא דיע מענטשען וואס זענען נישט צופרידען,
אנטשולדיגט גיי וואוין אויף לעיקוואד, פייו טאונס.
ווילסט די קאנוואוניועס פון לעבן און אונזער באבעל, פאר מיט פרעג נישט קיין קושיות
אדער בייגען אדער פוץ אפ.
דאס איז די עדיטוטד וואס איך זעע.
איך האב גראדע געמאכט שינוים און לבוש, און איך האב טאקע אדורכגעמאכט פארשידענע משפחה קאנפליקטען ,סאיז נישט גרינג צו טוהן זיך ע״ד עצמו און אונזער באבעל
בעיקר איז עס שווער ווען סקומט צו חדרים און סקולס פאר די קינדער און שידוכים.
די גרעסטע און שטערקסטע טשעלינזש פאר די סיסטעם לענ״ד איז ווען מדעמענסטרעיט עכטע יודישקייט אהן די סיסטעם,
ווען מטוט זאכען אזוי וואו מהאלט סאיז ריכטיג, און סקומט פון אן עהרליכע מקום, מיט א אמתע ציהל, סאיז דא א כלל ״שפת אמת תיכון לעד״
ווען א מענטש זיכט צו לעבען וואו א עכטע יוד, מיטען חובת הלבבות, און מסילת ישרים, איז עס די גרעסטע פירכא אויף די סיסטעם.
מענטשען ציטירען צומאכען אייגענע באשלוסען אלץ ציטער אז אויב מיינע קינדער וועלען זעען אז מקען טוהן וואס מוויל וועלען זיי גיין אינגאצען לינקס,זיי וועלען זעכיר בוחר זיין צו לעבען א מער גשמיותדיג לעבן אויב זיי וועלען נישט זיין און די סיסטעם.
דא שטעקט די ברויך, אויב דיין קינדס גאנצע יודישקייט איז געבויעט אויף נאכגיין אונזער קולטור, דעמאלס וועט ער טאקע גיין לינקס אויב ער לעבט ארויס פון אונזער קולטור.
אבער לערנסט דיין קינד אמתע יודישקייט, די לערנסט עם אויס וואס מיינט זיין א יוד און האבען מסירות נפש פאר דעם, דעמאלס איז זיין יהדות נישט געבויעט אויף קולטור נאר אויף יהדות אמיתיות!.
די גרעסטע און שטערקסטע ראיה אקעגען די סיסטעם, איז עהרליכע הייליגע יודען וואס זענען גאטפארכטיג און זענען נישט געטריי צום סיסטעם.

סיסטעם איז א משל, נישט א אמת'ע זאך.
דער עולם איז געבעטן צו פאקען אלע בויכוויי, אבער דער בויכוויי איז נישט ארגאניזירט, בכלל נישט קיין סיסטעם.
און איך האב נייעס פאר ענק, איט איז היר טא סטעי. פארוואס? ווייל מען שלאגט נישט קיין אמת'ע זאך, מען שלאגט דמיונות.
עס איז דא אסאך זאכן וואס דארפען א תיקון, און רופען די אלע זאכן מיט א נאמען סיסטעם, טוט נישט סאלווען דער פראבלעם.
וואס יא?
יעדעס פראבלעם פאר זיך קען מען פראבירן צו פיקסן.
ער רעדט וועגן רעביס פראבלעם, ר' מענדל וויזניצער שטערט מיך נישט, ער קען זיין משוגע פין דא ביז פדן ארם, ווי אויך דער רשעות פין ר' יענקעל גערער שטערט מיך אויך נישט. אוודאי באדערט מיר דער רשעות, אבער צו מיין טעגליכע לעבן האט עס נישט קיין שייכות. און לכאורה איז אזוי פאר אלע שרייבערס דא.
און טאמער איז יא דא דא א גערע, און ער וואוינט דא אין אמעריקא, קיין ער מיטטיילן דער רשעות, און מען קען פרובירן צו געבן עצות אין צו העלפען.
וואס שטערט מיר יא איז דער רשעות פין מיין רבי'ס נאטשאלניק, און איך בין זיכער אז ווען דער נאטשאלניק ווערט שוואך, וועט זיין נאך א נאטשאלניק אין זיין פלאץ. די וואס פירען אונז זענען בדרך כלל רשעים. קוק אין דיין קרעמעל, אין דיין בית המדרש, און דיין מוסד, האסט שוין אמאהל געדארפט רעדן מיט איינעם? האסט געדארפט עפעס ספעציעל? און? זענען זיי געוועהן העפליך? כאטש לפנים?
אבער דערווייל זעהט דא אויס ווי א באנטש פין קאמפלעינערס.

לענ"ד גייט דער סיסטעם מטה מטה און נאך אביסעלע וועט עס שוין נישט עקזיסטירן נאר אין די מוחות פון די עטליכע אלטגעזעסענע. אבער דער פראבלעם וועט זיין, אז פונקט ווי נאכן קריג זענען מענטשן געשטארבן פון זיך איבערעסן זעענדיג די געשמאקע מאכלים וואס די אמעריקאנער האבן געברענגט, אזוי וועלן אויך די סיסטעם געליטענע קראכן פון אזויפיל פרישע אינפארמאציע און איידיעס וואס זיי גייען באגעגענען. דעריבער איז וויכטיג אז מען זאל צוביסלעך אויסברייטערן די גרעניצן פון דעם סיסטעם און מען וועט לאזן נאר די גוטע חלקים ווי צום ביישפיל די מאמעס קאטשעניא.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מאך זיכער: די מאמע'ס קאטשעניו און די אנדערע טראדיציאנאלע מאכלים און ניגונים טוען אפילו די או.טי.די. גרופס אנהאלטן. ס'זענען דא אויף דעם עטליכע פסיכאלאגישע הסברים. אבער לפי פשוטו ווייל זיי וויללן דאך אנהאלטן עפעס א שטיקל קשר מיט זייער טראדיציע.
נעם למשל אפילו אזא אומסטאבילע בריאה ווי דעברא פעלדמאן (איהר עכטער נאמען איז שרה'לע ברקוביק). כאטש זי בארימט זיך אז זי האט ליעב צו עסן? לאבסטער און אנדערע טריפות. פארגלוסט זיך איהר דאך פון צייט צו צייט צו קאכן א טשאלנט...כדבריה הקדשים...!
אויך אנדערע או.טי.די'ס לעכצן נאר אייביג צו הערן די אלטע טראדיציאנעלע היימישע ניגונים און מעלאדיעס.

- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:מאך זיכער: די מאמע'ס קאטשעניו און די אנדערע טראדיציאנאלע מאכלים און ניגונים טוען אפילו די או.טי.די. גרופס אנהאלטן. ס'זענען דא אויף דעם עטליכע פסיכאלאגישע הסברים. אבער לפי פשוטו ווייל זיי וויללן דאך אנהאלטן עפעס א שטיקל קשר מיט זייער טראדיציע.
נעם למשל אפילו אזא אומסטאבילע בריאה ווי דעברא פעלדמאן (איהר עכטער נאמען איז שרה'לע ברקוביק). כאטש זי בארימט זיך אז זי האט ליעב צו עסן? לאבסטער און אנדערע טריפות. פארגלוסט זיך איהר דאך פון צייט צו צייט צו קאכן א טשאלנט...כדבריה הקדשים...!
אויך אנדערע או.טי.די'ס לעכצן נאר אייביג צו הערן די אלטע טראדיציאנעלע היימישע ניגונים און מעלאדיעס.
לפי זה קומט מיר אויס א חידוש נפלא בנוגע די או.טי.די מגפה: א איד וועט בדרך כלל אייביג וועלן בלייבן מקושר זיין שורש, צום עם ישראל דעם הנבחר ווי ער באלאנגט. די שאלה איז נאר, ׳וואס׳ דארף מען טוען בכדי צו בלייבן ׳מקושר׳...
והיות דער ׳סיסטעם׳ האט געהיידזשעקט דאס יהדות החרדית און פארמירט א סארט אידישקייט וואס מאכן פון עיקר א טפל און פון טפל אן עיקר... מה יעשה הבן ולא יחטא, אז מ׳קען האקן א לעבן און נאך אנהאלטן א קשר צו אידישקייט מיט א טעלער טשולענט... ?!
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com