וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מארקעט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ס'איז אביסל אן אריכות וואס האט מיך געמאכט שרייבן דאס דו קענסט פארדינען פין לערנען סאפט פיפעל סקילס, ס'נישט ווייל איך האבן געהאלטן ס'פעלט דיר סקילס און גענערעל
און אויף וואס איך האב געשריבן האב איך געשריבן על דרך טעיק-איט אר-ליוו-איט
און על דרך והמבין יבין...


ב.ד.וו נאכן שרייבן דיין לעצטע תגיבה בין איך מער איבערצייגט מיט וואס איך האב געשריבן, פארשטייט זיך איך קען זיין טאטאלי ראנג.
אויב דו ווילסט קענען מיר ממשיך זיין אין אישי
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
מיין אמת

Re: וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מאר

שליחה דורך מיין אמת »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:צום ערשט איז דא די רעגירונג׳ס פראגראמען FAFSA און NY TAP וואס צאלן אויס דאס גאנצע שכר לימוד מיט לעבנסקאסטן, נאכדעם זענען דא פריוואטע grants וואס אויב מ׳האט די נערוון זיך משוגע צו מאכן דערמיט קען מען אריינפאקן נאך $100,000 אין טאש. דערנאך איז דא student loans וואס זענען אויף זייער נידעריגע פראצענטן, אין געוויסע פעלער אונטער איין פראצענט APR, וואס מ׳דארף נאר אנפאנגען צו באצאלן נאך מגראדואירט, און פארשטייט זיך אז אויב מ׳ווייסט וויאזוי צו דרייען מיט געלט איז פרייע געלט פאר פיר יאר א גרויסע געווינס. און דאס איז אלץ בנוסף צו דעם וואס קאלעדש קען העלפן מיט א קאריערע, מ׳לערנט זאכן וואס קענען נאר העלפן אין לעבן, מ׳קניפט אן באציאונגען מיט פראפעסארן וואס קענען דיר שאפן opportunities וואס קענען טוישן דיין לעבן, ס׳דא קאלעדש פראגראמען וואס העלפן טרעפן דשאבס און internships, שאדן שאדט עס זיכער נישט.
"פריוואטע grants" האט איינער מער info ווי מ'קען אנקומען צו דעים?

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
אינדיבידואל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 05, 2020 1:33 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מאר

שליחה דורך אינדיבידואל »

קורקלענד האט געשריבן:ס'זענען דאָ פּלענטי אינגעלייט וואס זענען ווייט פון א טשאווערגאו און פארדינען מער פון צוויי מאות א יאר. ס'זענען דא גענוג יואלי'ס וואס האבן א דעגרי און מ'זעהט נישט אז זיי זאלן מאכן דאפעלט....

וואס מאכט אייך טראכטן אז די מאדערנע פארדינען מער? די מאדערנע וואס מיר זעהן זענען געווענליך גרעסערע פארדינער, א שטייגער ווי יענע גביר פון לאז אנזשעלעס..... אבער זארגט נישט דארט הערשט ארעמקייט פונקט ווי ביינונז.



Sent from my iPhone using Tapatalk
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: וואס איז אייער צופרידנהייט ראטע אין די היימישע דזשאב מאר

שליחה דורך אונטער חכם »

לויט ווי מען שרייבט דא, זעהט אויס אז די גאנצע סטודענט לאון דעבט קריזיס איז סתם א שטורעם אין א גלעזל וואסער, מען רעדט פון 30,000 אן עוורעדזש פער סטודענט, אן קיין פאמיליע וואלט איך עס געקענט באצאלן אין איין יאר מיט מיין ערשטע דזשאב, ווער רעדט נאך אויב זיי מאכן נאכמער געלט ווי מיר, פארוואס קענען זיי עס נישט באצאלן?
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

אונטער חכם האט געשריבן:לויט ווי מען שרייבט דא, זעהט אויס אז די גאנצע סטודענט לאון דעבט קריזיס איז סתם א שטורעם אין א גלעזל וואסער, מען רעדט פון 30,000 אן עוורעדזש פער סטודענט, אן קיין פאמיליע וואלט איך עס געקענט באצאלן אין איין יאר מיט מיין ערשטע דזשאב, ווער רעדט נאך אויב זיי מאכן נאכמער געלט ווי מיר, פארוואס קענען זיי עס נישט באצאלן?

ווייל אנשטאט צו עס ניצען זיך צו זיך לערנען עפעס ניצלעך, לערנען זיי ליבעראל ארטס וכו’ און זיי קומען ארויס מיט גארנישט אויפן לעבן
פארשפארט