עס איז כדאי צו שטעלן אין קעגנזאץ שפירא'ס ארגומענטן מיט
אבי שיק'ס ארגומענטן. אבי שיק, אויך אן ארטאדאקסישער לויער, האט געשריבן אן ארטיקל פאר די דעילי ניוז מיטן קעפל "
לאזט מילה ריטואל געמאכט" ווי ער טענה'ט אז די סיטי גייט פארלירן אין געריכט. דער ארטיקל איז אויך איבערגעזעצט געווארן אין "די צייטונג" אינעם רובריק "וואס אנדערע זאגן".
שיק פאנגט אן זיין ארטיקל מיטן הקדמה אז "אנדערע, אבער בעיקר דר. דניאל בערמאן" האלטן אז די סיטי'ס שטודיעס זענען פעלערהאפטיג. ער טענה'ט אויך אז א קאנסענט פארם וועט גארנישט אויפטון. די וואס האבן ביז יעצט נישט געמאכט קיין מצב"פ וועלן ווייטער נישט מאכן, און די חסידים וואס האלטן אז מצב"פ איז א חיוב גמור וועלן זיך נישט שרעקן פון א קאנסענט פארם. דערפאר, טענה'ט שיק, איז א קאנסענט פארם ארויסגעווארפן צייט.
ער רעדט זיך אויך אפ אז די קאנסענט צעטל פרובירט צו בייאיינפלוסן עלטערן נאכצופאלגן די רבנים וואס ערלויבן צו מאכן מציצה בפה בהפסק כלי. שיק שרייבט אויף דעם "אפגעזען פון מיין אייגענע מיינונג, וויל איך נישט די רעגירונג זאל אדוואקאטירן איין אפטייטש פונעם אידישן הלכה [איבער א צווייטע]". שפירא מאכט אוועק דעם טענה, און שרייבט אז היות די רעגולאציע איז חל אויף סיי ווער ס'וויל מאכן מציצה בפה, אפגעזען צו יענער איז א דאקטער, א סעקולארער מוהל, אדער א רעליגיעזע מוהל, דערפאר ווערט עס נישט גערעכנט אלס א רעגולאציע וואס קומט צוימען רעליגיע.
איך בין נישט אזוי זיכער אז שפירא איז גערעכט מיט דעם. נאך אלעם, האט די סיטי אין זייער
בראשור וואס זיי פארטיילן אין די שפיטעלער פאר אולטרא-ארטאדאקסישע עלטערן קלאר ארויסגעשריבן אז "עס זענען דא מוהלים אין די רעליגיעזער קהילה, וואס מאכן מציצה בפה", אנגעבנדיג אז עס איז קלאר אז דער פראקטיק איז אן אויסשליסליכער רעליגיעזער פראקטיק. מיר וועט אבער זיין אינטערעסאנט צו זען די אגודה'ס לויערס נוצן דעם טענה, ווייל די גמרא זאגט דאך קלאר אז מציצה בפה איז לרפואה, און אויב וועט מען טענה'ן אז דאס איז א רעליגיעזע פראקטיק און נישט קיין מעדעצינישע פראקטיק וועט מען זיך דאך דירעקט סותר זיין מיט די גמרא, א פאראדאכסאלישער איראניע.
שיק'ס צווייטער און עיקר טענה פארוואס די סיטי וועט פארלירן איז אזוי ווי לכתחילה אריבער האט געשריבן, פרידאם אף ספיטש. דאס הייסט אז די שטאט קען נישט מחייב זיין איינעם צו זאגן עפעס וואס ער האלט נישט דערביי (מען דארף נעמען אין אכט אז פרידאם אף ספיטש האט נישט מיט רעליגיע, מ'קען נישט צווינגן א מענטש צו זאגן סיי וואס אפגעזען וואס די סיבה פארוואס ער וויל עס נישט זאגן איז). שיק ברענגט א ראיה, ווי אויבן דערמאנט, פון די בילדער וואס מ'האט געוואלט מחייב זיין די טאבאקא פירמעס צו לייגן. איך האב שוין גע'טענה'ט אז אין הנידון דומה לראיה ווייל די בילדער אפעלירן צו געפיל, און די שטאט קען נאר מחייב זיין צו זאגן פאקטן. שפירא ברענגט צוויי פרעצעדענטן וואס אגודה קען טענה'ן. איינס איז א סופרים קאורט קעיס ווי א געוויסע רעליגיעזע סעקטע פון ניו העמפשיר האט זיך אנטזאגט פון ארויפלייגן די סטעיט'ס לייסענס פלעיטס אויף זייערע קארן, וויבאלד די פלעיטס האבן פארמאגט די ווערטער "לעב פריי אדער שטארב", א פראזע וועלכע זיי האבן גע'טענה'ט לויפט קעגן זייערע רעליגיעזע פילאזאפיע. די רעליגיעזע סעקטע האט גענומען ניו העמפשיר אין געריכט און געוואונען. נאך א פאל איז געווען ווען די זעלבע סעקטע האט זיך אפגעזאגט פון צו זאגן די פלעדזש אף עלידזשענס צום אמעריקאנער פאן, און זיי האבן אויך געוואונען. שפירא טענה'ט אבער אז ביי די ביידע פעלער איז עס בלויז געווען א פילאזאפיע אדער א מיינונג וואס מ'האט זיי געוואלט מחייב זיין צו זאגן. אנדערש איז אבער אין א פאל ווי די שטאט פארלאנג נאר צו זאגן א טרוקענער פאקט, וואס אויב איז דא גענוג א וויכטיגע סיבה, צ.ב.ש. עס איז דא א שאנס פון באקומען הוירפיס, קען די שטאט יא צווינגן צו זאגן עפעס, פונקט ווי עס איז דער פאל ביי די ווארענונגן אויף די טאבאקא פראדוקטען.
שפירא ברענגט פעלער ווי די רעגירונג האט געהייסן דאקטוירם זאגן בעפאר עבארשענס, אז די ראטע פון סוסייד איז העכער ביי פרויען וואס גייען דורך עבארשענס. די פרא-טשויס ארגעניזאציע "פלענד פערענטהוד" האט אנגעקלאגט די רעגירונג אז דאס פארלעצט פרידאם אף ספיטש און פארלוירן, טאקע וויבאלד די שטאט האט נאר געהייסן זאגן טרוקענע פאקטן. אזוי אויך ברענגט שפירא א ראיה פון דעם געזעץ אז מ'מוז מודיע זיין איבער HIV בעפאר אינטימע באציאונגען. די קאורט האט גע'פסק'נט אז דאס פארלעצט נישט פרידאם אף ספיטש וויבאלד עס איז א פאקטואלע זאך וואס איז רעלעוואנט צום באשלוס פונעם מענטש מיט וועם מ'וויל האבן באציאונגען. אזוי אויך מצב"פ, די סי די סי'ס מעדעצינישע מיינונג אויף מצב"פ איז רעלעוואנט צום באשלוס פון די עלטערן צו מ'זאל עס טון אדער נישט. שפירא איז אויך שטארק מדייק די לשון פונעם פראפזירטע געזעץ נאטיץ, און טענה'ט אז ער זעט פון די אויסדרוק וואס די סיטי נוצט אז די סיטי איז גוט באוואוסטזיין צום לעגאלן בעקגראונד, און איז בכלל נישט געגאנגען קאפ אין וואנט פון א לעגאלן שטאנדפונקט.
צום סוף שרייבט שפירא דעם נקודה אז נישט נאר אויב מען וועט נישט קלאגן וועט עס בלייבן ביים קאנסענט פארם און ס'וועט זיך ענדיגן דא, נאר אויב וועט מען יא קלאגן, און די סיטי וועט געוואונען, וועט עס בעקפייערן וויבאלד עס וועט נאר צוגעבן קוראזש און זעלבסטזיכערקייט פאר די רעגירונג צו גיין א טריט ווייטער, זעענדיג אז זייערע רעגולאציעס זענען באשטעטיגט געווארן אין געריכט. ימים ידברו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.