אשרי העם יודעי תרועה - מיין ר"ה איבערלעבונג
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

מ'האָט שוין זיבן מאָל געזאָגט למנצח. די לופט איז געדעכט מיט דער ברענעריי פון קאַלאָריען פונעם קידוש. דער חזן האָט שוין אפילו געשעפשעט עלה אלקים בתרועה נאָך מן המצר און קר"ע שט"ן. בלויז דאַרף ער זאָגן נאָך עפּעס אַ יהי רצון און אָט אָט קומט שוין די מצוות היום וואָס יעדער וואַרט שוין אויף דעם זינט דעם ערשטן לדוד ה' אורי.
נישט ממש יעדער, ווייל דער שטן איז טאַקע אינגאַנצן פאַרמישט. נעבעך. ער זעט דער עולם שטאָפּט זיך אָן מיט אייער־קיכל און הערינג און ער מיינט עמעצער האָט געהאַט אַ מיידל. ער זעט מ'מאַכט קידוש פאַר אנעים זמירות און ער מיינט ס'איז שמחת תורה. ער זעט געוויסע אידן עסן גאָר אָן קידוש און ער לויפט פאַר'מסר'ן פאַרן באַשעפער אַז ער האָט אונז געכאַפּט ביי נאָך אַן עבירה. ער זעט אפילו אַז מ'עסט אַ קאָפּ פון אַ פיש און אים דאַכט זיך אַז ס'איז אַ נייער סאָרט יאַפּטשיק. בקיצור, וואָס האָ'מיר צו רעדן? כבוד אלקים הסתר דבר און בפרט דאָ אויף קאַווע שטיבל וואָס ווער ליינט דען קאַווע שטיבל און נאָך קטלא קניא דערצו אַז נישט דער שטן זעלבסט?
שטייען מיר אָבער אין שול, דער מיט פאַרלייגטע אָרעמס, דער מיטן טלית איבערגעצויגן ביזן נאָפּל, דער מיטן טלית אויף דער פּלייצע און דער מיטן טלית טאַקע איבערן קאָפּ, נאָר ס'שטעקט זיך אַרויס איין אויער וואָס איז אויסגעדרייט צו דער בימה, חלילה נישט צו פאַרפעלן קיין מוק פונעם קול שופר. די קינדער נאַשן פון די פּעקלעך, ווייסע טיכלעך שאָקלען זיך אויף דער צווייטער זייט מחיצה, און די גאָר פיינע בחורים ציען זיך אויס די העלזער מיט אָנגעצויגענע שטערנס און שטייען גרייט מיט די גרעבסטע עבירות אויף זייערע ליפן כדי זייער ווידוי זאָל אַרויפגיין מיט די תקיעות בבת אחת און טרטיא"ל זאָל זיי צוזאַמען ערלעדיגן.
און מיטאַמאָל "בּאָאָאָאָאָריך. אַאַאַאַאַאַטאָ." דער רב צעשאָקלט זיך אויפן זעלבן אָרט און מיטן זעלבן ניגון וואו מיט אַ האַלב יאָר פריער האָט ער געמאַכט על מקרא מגילה. קיין שעשה נסים איז איצט נישטאָ אָבער לשמוע מיט אַ פולן מאָגן איז נישט קיין פאַרגלייך צו על מקרא נאָך אַ תענית.
באַמערק איך מיר אַז דעם רב'ס הענט זענען ליידיג. טאָמער געדענק איך גוט איז די הלכה אַז ווען מ'מאַכט אַ ברכה אויף אַ פרי זאָל מען האַלטן די פרי אין האַנט. טאָ פאַרוואָס, קלער איך מיר, האַלט נישט דער רב דעם שופר אין האַנט בשעת דער ברכה? דאָס לעצטע מאָל וואָס איך האָב אויפגעמאַכט אַ מטה אפרים זענען פיל פון מיינע ליינער נאָך ניטאַמאָל געווען אַן עיבור במעי אִמָן, און אַז ס'שטייט דאָרט עפּעס איבער דעם, אפשר אין אַ סעיף קטן אין אלף למטה, האָב איך שוין דערפון לאַנג פאַרגעסן. איך האָב געמיינט אַז איך וועל בלייבן ביי דער קשיא, נאָר אַזוי ווי איך האָב געענטפערט "אמן" נאָכן שהחיינו איז מיר אַלעס באַלד קלאָר געוואָרן. דער רב האָט געענדיגט די ברכות און ער האָט אויפגעדעקט אַ פאַטשיילע וואָס אונטער דעם האָבן זיך באַוויזן הערנער אַזש ס'האָט אויסגעזען ווי אויף דער בימה פּאַשן סטאַדעס פון קרני ראם.
א קורצער שופר אַ שוואַרצער, און אַ לאַנגער אַ ברוינער, און אַ מיטעלער אַ העל־ברוינער. גראָדע שופרות און איינגעבויגענע, ברייטע מעלער און שמאָלע. טראַכט נאָר צוריק צום סדר און טאָמער ביי אייער שווער האָט ער פאַר זיך אַ דאַשבּאָרד מיט אַ טוץ הגדות, זענען ביים רב אין מיין שול דאָ דאָפּלט אַזויפיל שופרות. מ'בלאָזט דאָך הונדערט מאָל ממילא איז דאָ פאַר יעדן אַ געלעגנהייט. זאָרגט אייך נישט: זיי קריגן זיך נישט צווישן זיך, און ס'וועט פון זיי נישט ווערן ווי די שטיינער אונטער יעקב אבינו'ס קאָפּ.
אַז דער עולם ענטפערט אמן, כאַפּט דער רב אָן אַ שופר, ער וואַרט אויס אַז דער זון זיינער וואָס שטייט אים ביים פלאַנק זאָל אויסרופן "תקיעה", ער לייגט צו דעם אויסגעקליבענעם שופר צו זיין מויל און בלאָזט. אָדער, לכה"פ ער וויל בלאָזן, ווייל פאַר אונז די מתפללים הערט זיך עס ווי חנה אין דער הפטרה. די באַקן זענען ביי אים אָנגעבלאָזן, זיין פנים רויט, דער קאָפּ צו אַ זייט, אָבער הערן הערט מען לופט. ער שטופּט אַריין אינעם שופר, דרייט, מאַכט די ליפּן ווי אויף אַ קוש, רוקט דעם שופר אַהער און אַהין אָבער לופט, און לופט, און ווידער לופט.
נו, דאָס אַז ביי אונז חסידים גייען נישט די תקיעות איז קיין חידוש נישט. אונז ווייסן מיר אַז רחמנא ליבא בעי. שחרית קען זיין נאָכמיטאָג, מצות פאַרברענט, צדקה גע'גנב'עט, און די תקיעות מיט לופט. וואָסידען? דער עיקר איז אַז די כוונות זענען ווי ביי ר' וואָלף קיצעס ביים בעל שם. ונפש כי תקריב, זאָגט אונז דער פסוק. אַן אָרעמאַנ'ס קרבן מנחה איז ווי אַ נגיד'ס אַן אָקס. אין עני אלא בדעת, און דער עיקר איז אַז ס'איז דאָ אַ לב נשבר, און אַז יאָ, איז עס מכפר אויף אַלצדינג.
ווען איר זאָלט זיין אין מיין שול ביי קריאת התורה, וואָלט איר ערשט פאַרשטאַנען פון וואָס מיר רעדן דאָ. צו קריאת התורה אויף ראש השנה איז דאָך דאָ אַ יאָר זיך צו גרייטן. ס'איז אַ קורצע קריאה, מיט אַ ימים נוראימ'דיגן ניגון און אַז מ'ווייסט וואו די אתנחתא'ס און סוף פסוק'ס זענען, און אויך אַפּאָר מנח זרקא'ס און רביעי'ס, איז מען מער ווייניגער אָקעי. אַזוי איז פאַר נישט־חסידים וואָס מאַכן זיך נאַריש איבער מלרע און מלעיל. ביי אונז חסידים ווייטער, ווייסט מען אַז מ'גיט אַ קרעכץ ביי וישמע ה' את קול הנער און מ'וויינט ביי אחרי מות, איז פיל חשוב'ער אין הימל ווי קוועטשן אויף פלדש און ידלף. נו, איז דאָך כל שכן ביי די תקיעות וואָס דער עיקר איז שיודעים לרצות את בוראם בתרועה און זיך מיטצוכאַפּן מיט די מלאכים היוצאים מן הקשר"ק.
אַזוי איז טאַקע ביי די תקיעות פון דער שטילער שמונה עשרה. דעמאָלט האַלט מען שוין נאָך דרייסיג תקיעות אַריינגערעכט די שברים־תרועה'ס און אַ תקיעה גדולה, מ'האָט זיך געספּאַרעט מיטן כוז"ו במוכס"ו כוז"ו דאָרט נאָך הנני העני, מ'שטייט אויף די פיס זייט ובכן תן פחדך ביז נאָך עלינו, מ'האָט שוין אויסגעלאָזט "מקדש ישראל ויום הזכרון" מיט יאָרן צוריק און מ'קלאָצט אויפן לאָמפּ. נו, אַז ס'כאַפּט זיך דעמאָלט אַריין אַביסל לופט אין דער תקיעה און פונעם שברים ווערט שברי שברים און דער תרועה הייבט זיך אָן מיט אַ גנוחי געניץ און לאָזט זיך אויס מיט ווינט פון אַ פייפער, קען מען עס פאַרשטיין. ס'איז דאָך פאָרט ראש השנה און מ'דאַרף מלמד זכות זיין אויף אַ אידן.
דער שרייט טאַקע "נאַ" און יענער "נע", די קינדער שיסן פאַר געלעכטער און די בחורימ'לעך שלינגען די שמייכלען. זיי גייען שוין מיט אַ שירעם ווי אַ זיידע, זענען זיי דאָך זיכער שוין צו אַלט צו לאַכן. נאָך איינער דרייט מיטן פינגער, כלומר, איבערבלאָזן, און דער בעל מקרא איז נישט זיכער צו ער קען ווייטער אויסרופן אָדער וואַרטן אויף מאה פרואוון, אַבי די איין תקיעה זאָל זיין כהלכתה. דאָס אַלעס קען מען פאַרשטיין. ווי מיר האָבן געזאָגט, רחמנא ליבא בעי, און אַז דער מן המצר איז געווען מיט אַ געוויין, מאַכט שוין נישט אויס וויאַזוי ס'וועלן זיין די תקיעות. דער עיקר איז מלך אלקים על גוים.
ווי איז אָבער ווי ביי אונז אין שול אַז אפילו די שטייעדיגע תקיעות דמיושב גייען אויך נישט? אַז ביי דער זעלבער בימה וואו מ'ליינט זֵכֶר/זֶכֶר און באמרם/כאמרם הערט זיך די גאַנץ ערשטע תקיעה ווי אַ ראָד איבער אַ טשוואָק? וואָס טוט מען דעמאָלט?
דער רב האָט פאַרזיכט בלאָזן אָבער ס'איז אַרויס אַן איי. האָט ער זיך אָפּגעווישט דאָס מויל אויפן רוקן פון זיין האַנט און ס'גייט אַלץ נישט. האָט ער געצויגן ביים וואָנצע און דערלאַנגט נאָך אַ בלאָז, און ווייטער גאָרנישט. האָט ער געטוישט פונעם רעכטן עק מויל צום לינקן עק און קיין חילוק נישט. האָט ער געביטן פונעם ברוינעם שופר צום שוואַרצן, צום לאַנגען, צום קליינעם, און די זעלבע לופט. דער זעלבער פה קדוש וואָס האָט געגאָסן הייסע טרערן אויף ואל אראה במות הילד, און דערנאָך מקיים געווען מיט אַ הידור ביי זיין דרשה פאַר די למנצח'ס דעם זוהר פון צווחין ככלבין הב הב איז אַצינד געוואָרן שטומפיג. אַ פוצה פה אָן קיין מצפצף. לופט, און ווידער לופט, און נאָך מער לופט.
טאַקע דערפאר קריגן זיך ר' אליעזר און ר' יהושע צי בניסן אָדער בתשרי נברא העולם, ווייל ווען בשבט אָדער באדר נברא העולם, וואָלט זיך העלפט אַלאַסקאַ אויפגעלאָזט פון דער סי אָו צוויי וואָס איז אַרויס איבער דער איין תקיעה. מאַכט אָבער נישט אַוועק אונזער רב. ביים דרשה האָט ער געהאַט אַ בליצנדיגע ראשי תבות אויף תשפ"ב, אַז ס'מאַכט תהא שנת פרנסה בריוח. נו, קען ער דאָך יאָ.
וויפל מאָל קען מען אָבער פרואוון? איין מאָל, און נאָכאַמאָל מיט אַן אַנדערן שופר, און ביים אַכטן מאָל מיטן שופר אויסגעדרייט אויף אַראָפּ איז ענדליך עפעס אַרויס וואָס וואָלט געווען כשר קוים אויפן דרייצנטן טאָג אין אלול. אַז ס'איז ענדליך אַרויס אַ קאָטער, גיט ער אַ ווינק פאַרן זון דעם בעל מקרא און ברוך השם מ'גייט אַ גאַנג. מ'האַלט שוין שברים־תרועה.
ואנן מה נענה אבתריה? וואָס קענען מיר פּראָסטע מתפללים דעריבער טון? כי אנו עמך ואתה בעל הבירה. ער איז טאַקע נישט קיין מעכטיגער רבי מיט מופתים און שלעגער, אָבער נאָכאַלץ איז ער דער בעל־הבית און די באַציאונגען זענען אַביסל ענליך צו אַ לאַנדלאָרד און טענענט. אונזער דירה־געלט איז דער חלק אחוריים אויף די זיצן און אויסצוהערן אים און זיינע קינדער. דעם אַ שחרית, דעם מעריב, דעם הלל. די שישי'ס און די מזרח־וואַנט זענען פאַר זיי רעזערווירט, זיי הייבן אָן די הקפות, שיעורים געבן זיי. זיצן זענען טאַקע ביליג, זיי זאָגן אויך אַ גוט וואָרט, און שטעלן טאַקע צו אַ וואַרעמע קאַווע מיט מילך, אָבער בעל־הבית זענען אויך זיי. און פונקט ווי ביי אַ לאַנדלאָרד, אַז ס'געפעלט אים נישט דעם טענענט, ווייסט איר דאָך שוין ביי וועם ליגט דער מאַכט, כן הדבר הזה. נו, איז גייט דינגט אייך מיט זיי איבער אַ שברים־תרועה און די לענג פון אַ תקיעה גדולה.
ר' איד, אַז איר שוינט יעדן טראָפּ און יעדן בלאָז, שוויצט דערפאר. אָבער אַז אהבתי את אדוני ואת אשתו ואת בניו, וועט מען אייך בורען די אויערן אויף ראש־השנה מיט לופט, ועבדו לעולם. אָנגעזאַפּט מיט עבודת השם און יראת שמים און וואַרעמקייט, אָבער תקיעת שופר, אַ פייג.
אַז מ'האַלט שוין ענדליך ביי דער תקיעה גדולה, וואס די "גדולה" איז אַזוי לשון סגי־נהור'דיג, און דער רב שטייט מיטן ספר תורה אין דער האַנט, האָב איך מיך אומגעקוקט אַרום מיר. דער רב, וואָס איז אויך דער בעל־קורא און דער בעל־תוקע ווי אויך דער בעל־מוסף, געט אַ שריי אויס, "אַאַאַאַאַשרײַײַײַ", און איך וויל זען צי זען צי עמעצער גיט נישט קיין שמייכל ווען ער זאָגט "יודעי תרועה". וואָס הייסט? אַזוי צו קענען. איז דער עולם אָבער פון די סאָרט וואָס באור פניך יהלכון, און האָבן צוריקגעשריגן, "אַאַאַאַאַשרײַײַײַ האָאָאָאָאָאָאָאָם יוידאײַ סעריאָ"

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קטלא קניא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
כאן המקום צו באדאנקן דעם יונגערמאן אשר נדבה רוחו און האט זיך אליין געמאלדן און זיך אנגעטראגן מגיה צו זיין מיין שרייבן איידער ס'גייט ארויס לאוויר העולם. ווען איך שרייב עפעס אפ איז ער באלד גרייט עס איבערצוגיין, פאררעכטן די מינים און אנדערע שדים וואס כאפן זיך אריין כדי איך זאל נישט עובר זיין אויפן חזקה על חבר. ער בעט נישט קיין באצאל און ווען איך וויל אים געבן וויל ער נישט נעמען.
מוז איך אים דא באדאנקן. צדקתך לא כסיתי בתוך לבי... לא כחדתי חסדך ואמתך לקהל רב.
מוז איך אים דא באדאנקן. צדקתך לא כסיתי בתוך לבי... לא כחדתי חסדך ואמתך לקהל רב.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: אשרי העם יודעי תרועה - מיין ר"ה איבערלעבונג
משנכנס תשרי מרבין בשמחה! שוין לאנג נישט אזוי געלאכט, נאך דערצו אין דער פארכטיגער טאג פון שלש עשרה מידות.
ייש"כ.
און ביי די וועי, אפשר קענסטו מיר אישי'נן די אנעדיטעד ארטיקל איידער דער וואוילער אינגערמאן האט עס מגיה געווען??
Sent from my SM-G991U using Tapatalk

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
קטלא קניא האט געשריבן:נישט ממש יעדער, ווייל דער שטן איז טאַקע אינגאַנצן פאַרמישט. נעבעך. ער זעט דער עולם שטאָפּט זיך אָן מיט אייער־קיכל און הערינג און ער מיינט עמעצער האָט געהאַט אַ מיידל.
…
זאָרגט אייך נישט: זיי קריגן זיך נישט צווישן זיך, און ס'וועט פון זיי נישט ווערן ווי די שטיינער אונטער יעקב אבינו'ס קאָפּ.
מ׳קען ״אפלערנען״ דא א רמז אזוי: דער שב שמעתתא אין די הקדמה (אות מ) מאכט א חילוק לגבי ווען צוויי זאכן ווערן צאמגעשטעלט צווישן ״הרכבה שכונית״, וואו הגם זיי זענען אינגאנצן צוזאמען אנהאלטן זיי ביידע אבער נאך אלס אָן זייערע אייגענע אייגענשאפטן אינגאנצן, און ״הרכבה מזגיית״, וואו ביידע זאכן ווערן גענצליך אויסגעמישט אזש אז זיי ווערן א נייע ענטיטי. ער זאגט אז דאס איז געווען די ענין פון חטא עץ הדעת וואו אדה״ר האט צאמגעשטעלט חומר צו צורה אזש אז די צורה זיינער איז שוין נישט די זעלבע פאר זיך ווייל עס איז צוזאמען מיט׳ן חומר המשותף אליה געווארן א מזג חדש ע״ש. (עס איז אביסל ענליך צום חילוק אין סאַלוּשׁאָנס ביי כעמיסטרי צווישן א מיסיבּל ליקוויד/סאַלוּשׁאָן און אן אימיסיבּל ליקוויד/סאַלוּשׁאָן.) מיט דעם האב איך געזעהן אז מ׳פארענטפערט פארוואס ביי יעקב ווען די שטיינער זענען געווארן איינס האבן זיך די חלקים אויף וואס יעקב האט למעשה נישט געלייגט זיין קאפ זיך שוין נישט געקריגט? דאס איז ווייל זיי זענען געווארן כהרכבה מזגיית און א נייע זאך וואו יעדעס חלק איז איבעראל.
ולפי״ז קען מען זאגן אז דאס איז די קשר. ווייל דער רמב״ם במו״נ (ח״ב סופ״ל) איז מסביר ברמז די משל פון חטא עץ הדעת אז מ׳האט מגביר געווען די חומר על הצורה, וואס ״אשה״ איז מרמז צו חומר (ועיין ג״כ להלן שם בח״ג פ״ח) ו״אדם״ צום צורה ע״ש ובהמפורשים. ולכן איז דא דער שטן (וואס קען אויך אפשר ווערן אפגעלערענט אז ער איז מרמז צום חומר, ועיין להלן שם בח״ג פכ״ב) צומישט אז מ׳האט געהאט א ״מיידל״ המרמז לחומר שהיא הענין בחטא עץ הדעת, און טאקע אינעם טאג ר״ה וואס דאן איז דאך כידוע געווען דעם ענין חטא עץ הדעת. און דאן וואלט געווען א מקום לומר אז די שופרות זאלן אלע ווערן איינס כאבנו של יעקב, והיינו א ״הרכבה מזגיית״ כנ״ל וואס די סארט הרכבה איז דאך געווען ענין חטא עץ הדעת בענין החומר והצורה וכדברי השב שמעתתא.
קטלא קניא האט געשריבן:נו, דאָס אַז ביי אונז חסידים גייען נישט די תקיעות איז קיין חידוש נישט. אונז ווייסן מיר אַז רחמנא ליבא בעי. שחרית קען זיין נאָכמיטאָג, מצות פאַרברענט, צדקה גע'גנב'עט, און די תקיעות מיט לופט. וואָסידען? דער עיקר איז אַז די כוונות זענען ווי ביי ר' וואָלף קיצעס ביים בעל שם. ונפש כי תקריב, זאָגט אונז דער פסוק. אַן אָרעמאַנ'ס קרבן מנחה איז ווי אַ נגיד'ס אַן אָקס. אין עני אלא בדעת, און דער עיקר איז אַז ס'איז דאָ אַ לב נשבר, און אַז יאָ, איז עס מכפר אויף אַלצדינג.
אז מ׳וויל בשום אופן נישט אפלערנען (או״ח סימן תקפו סעיף ו) כל ״הקוּלות״ כשרים, מוז מען דאך אפלערנען אז כל ״הקוֺלות״ כשרים…
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
פארוואס זאגט דער רבי תרועה און דער עולם סעריא?
דער מעשה מיט די שופרות זאלען ווערען איינס איז גוט, דערמאנט פין דער מעשה מיט דער בעלזער רבי ווי אלע לעכער אין בענקל זענען געווארען איין גרויסע לאך.
למעשה זענען די שופרות אויך אלע געווארען פאראייניגט, אלע האבן געארבעט די זעלבע.
דאס איז למעלה מבינתי. אויב איינער קען טוהן א חסד און מסביר זיין.

טאַקע דערפאר קריגן זיך ר' אליעזר און ר' יהושע צי בניסן אָדער בתשרי נברא העולם, ווייל ווען בשבט אָדער באדר נברא העולם, וואָלט זיך העלפט אַלאַסקאַ אויפגעלאָזט פון דער סי אָו צוויי וואָס איז אַרויס איבער דער איין תקיעה.
דאס איז למעלה מבינתי. אויב איינער קען טוהן א חסד און מסביר זיין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אישתישבי האט געשריבן:קטלא קניא האט געשריבן:טאַקע דערפאר קריגן זיך ר' אליעזר און ר' יהושע צי בניסן אָדער בתשרי נברא העולם, ווייל ווען בשבט אָדער באדר נברא העולם, וואָלט זיך העלפט אַלאַסקאַ אויפגעלאָזט פון דער סי אָו צוויי וואָס איז אַרויס איבער דער איין תקיעה.
דאס איז למעלה מבינתי. אויב איינער קען טוהן א חסד און מסביר זיין.
ווי איך פארשטיי איז ווייל דאן איז ווינטער און עס איז נישטא אזוי ווייט די קאַרבּאן קעפּטשור/סעקוועסטרעישאן פון די פּלענטס ווי אין הערבסט און אין פרילינג.
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
איך האב אויבן צוגעלייגט א פידיעף פייל אויף ארויסצודרוקן צו ליינען ביים אכטן מי לא יראך כי אדער ביים פיפטן כורעים. איר קענט א צווייטן אויך מהנה זיין און אז ער פאסמאקעוועט זיך זאל ער מאכן הטוב והמטיב און משלים זיין צו די מאה ברכות.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מי אני האט געשריבן:קטלא קניא האט געשריבן:נישט ממש יעדער, ווייל דער שטן איז טאַקע אינגאַנצן פאַרמישט. נעבעך. ער זעט דער עולם שטאָפּט זיך אָן מיט אייער־קיכל און הערינג און ער מיינט עמעצער האָט געהאַט אַ מיידל.
…
זאָרגט אייך נישט: זיי קריגן זיך נישט צווישן זיך, און ס'וועט פון זיי נישט ווערן ווי די שטיינער אונטער יעקב אבינו'ס קאָפּ.
מ׳קען ״אפלערנען״ דא א רמז אזוי: דער שב שמעתתא אין די הקדמה (אות מ) מאכט א חילוק לגבי ווען צוויי זאכן ווערן צאמגעשטעלט צווישן ״הרכבה שכונית״, וואו הגם זיי זענען אינגאנצן צוזאמען אנהאלטן זיי ביידע אבער נאך אלס אָן זייערע אייגענע אייגענשאפטן אינגאנצן, און ״הרכבה מזגיית״, וואו ביידע זאכן ווערן גענצליך אויסגעמישט אזש אז זיי ווערן א נייע ענטיטי. ער זאגט אז דאס איז געווען די ענין פון חטא עץ הדעת וואו אדה״ר האט צאמגעשטעלט חומר צו צורה אזש אז די צורה זיינער איז שוין נישט די זעלבע פאר זיך ווייל עס איז צוזאמען מיט׳ן חומר המשותף אליה געווארן א מזג חדש ע״ש. (עס איז אביסל ענליך צום חילוק אין סאַלוּשׁאָנס ביי כעמיסטרי צווישן א מיסיבּל ליקוויד/סאַלוּשׁאָן און אן אימיסיבּל ליקוויד/סאַלוּשׁאָן.) מיט דעם האב איך געזעהן אז מ׳פארענטפערט פארוואס ביי יעקב ווען די שטיינער זענען געווארן איינס האבן זיך די חלקים אויף וואס יעקב האט למעשה נישט געלייגט זיין קאפ זיך שוין נישט געקריגט? דאס איז ווייל זיי זענען געווארן כהרכבה מזגיית און א נייע זאך וואו יעדעס חלק איז איבעראל.
ולפי״ז קען מען זאגן אז דאס איז די קשר. ווייל דער רמב״ם במו״נ (ח״ב סופ״ל) איז מסביר ברמז די משל פון חטא עץ הדעת אז מ׳האט מגביר געווען די חומר על הצורה, וואס ״אשה״ איז מרמז צו חומר (ועיין ג״כ להלן שם בח״ג פ״ח) ו״אדם״ צום צורה ע״ש ובהמפורשים. ולכן איז דא דער שטן (וואס קען אויך אפשר ווערן אפגעלערענט אז ער איז מרמז צום חומר, ועיין להלן שם בח״ג פכ״ב) צומישט אז מ׳האט געהאט א ״מיידל״ המרמז לחומר שהיא הענין בחטא עץ הדעת, און טאקע אינעם טאג ר״ה וואס דאן איז דאך כידוע געווען דעם ענין חטא עץ הדעת. און דאן וואלט געווען א מקום לומר אז די שופרות זאלן אלע ווערן איינס כאבנו של יעקב, והיינו א ״הרכבה מזגיית״ כנ״ל וואס די סארט הרכבה איז דאך געווען ענין חטא עץ הדעת בענין החומר והצורה וכדברי השב שמעתתא.קטלא קניא האט געשריבן:נו, דאָס אַז ביי אונז חסידים גייען נישט די תקיעות איז קיין חידוש נישט. אונז ווייסן מיר אַז רחמנא ליבא בעי. שחרית קען זיין נאָכמיטאָג, מצות פאַרברענט, צדקה גע'גנב'עט, און די תקיעות מיט לופט. וואָסידען? דער עיקר איז אַז די כוונות זענען ווי ביי ר' וואָלף קיצעס ביים בעל שם. ונפש כי תקריב, זאָגט אונז דער פסוק. אַן אָרעמאַנ'ס קרבן מנחה איז ווי אַ נגיד'ס אַן אָקס. אין עני אלא בדעת, און דער עיקר איז אַז ס'איז דאָ אַ לב נשבר, און אַז יאָ, איז עס מכפר אויף אַלצדינג.
אז מ׳וויל בשום אופן נישט אפלערנען (או״ח סימן תקפו סעיף ו) כל ״הקוּלות״ כשרים, מוז מען דאך אפלערנען אז כל ״הקוֺלות״ כשרים…
מי אני: די בעסטע געפעלט מיר אין דיין מאמר דער ..."פאן"... מיט א פ"א דגושה...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קטלא קניא: ייש"כ. דיין מאמר, ווי אייביג איז אזוי רעאליסטיש אז איך מיין די גאנצע צייט אז דו רעדסט פון מיר , מיין ביהמ"ד און מיין רבי'ן שליט"א ומשפחתו הק'. אין די זעלבע צייט געפלאכטן מיט בייסיגן הומאר און (פארדרייטע, נישט צודרייטע, ח"ו.) מאמרי חז"ל.
איך באמערק אז (כמעט) א יעדעס ווארט און א יעדע שורה פאסט זיך אריין איבער וואס שפיעלט זיך אפ אין מיין ביהמ"ד. אריינגערעכנט דאס צומישעניש פונ'ם שטן. ווייל איך אליין בין אויך צומאל שטארק צומישט אויב דער קידוש ר"ה פאר די תקיעות איז א קידוש פון שבת, פורים אדער שמחת תורה (מוקדם)...!
חזק ואמץ. ביטע שרייב אפטער. ווייל דו ביסט מחיה נפשות ישראל. אן עקסטער זכות לכבוד יום הדין...!

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
קטלא קניא האט געשריבן:ר' איד, אַז איר שוינט יעדן טראָפּ און יעדן בלאָז, שוויצט דערפאר. אָבער אַז אהבתי את אדוני ואת אשתו ואת בניו,
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 766
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל