וואס האט איר זיך פארגענומען דעם יום כיפור ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

וואס האט איר זיך פארגענומען דעם יום כיפור ?

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

וואס האט איר זיך פארגענומען דעם יום כיפור ? האט מיר א חבר געפרעגט, איך האב אים גענפערט אז איך וועל מיך אנגרייטען נעגעל וואסער ביים בעט. איך בין אהיים געקומען און געפרעגט מיינע קינדער וואס זיי האבן זיך פארגענומען, מיין עלטסטע האט זיך מקבל געווען צו זיין מער פלעקסיבעל, מיין צווייטער צו זיין מער טאלערענט, אן אנדערע האט זיך מקבל געווען צו טראכטן מער פון א צווייטן, און מיין אינגסטע אז זי וועט ווייניגער קוועטשן , אין ענגליש זאגט מען we will wait and see what happens איך וועל אייך לאזן וויסן איבער'ס יאר ווי אזוי עס האט זיך אויסגעארבעט/
איך אלייןי זיך נאך וואס זיך פארצונעמען די יאר צו זיין א בעסערע זיך, איינער האט אן הצעה ? אפשר קענט איר מיטטיילן אייער אייגענע קבלה אזא בחינה ווי ממני ילמדו וכן יעשה.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך אלייןי זיך נאך וואס זיך פארצונעמען די יאר צו זיין א בעסערע זיך, איינער האט אן הצעה ? אפשר קענט איר מיטטיילן אייער אייגענע קבלה אזא בחינה ווי ממני ילמדו וכן יעשה.

"זיין א בעסערע זיך " איז אביסל עבסטרעקט, (אנלעס דו ווילסט נישט שערעין מער קאנקריט) וואס מיינט דאס פינטקליך אין למטה מעשרה טפחים ?

לא בשמיים היא גייט דאך ארויף אויף מוצות תשובה

איך האב נאך אויך נישט גארנישט קאנקריט, איך וועל אי"ה מיט טיילן אויב און ווען איך וועל האלטן דארט
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך האב מיך פארגענומען זיך מער גארנישט פארצונעמען, איך טוה פשוט וואס א א איד דארף צו טוהן און פערטיג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
ישעיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך ישעיה »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב מיך פארגענומען זיך מער גארנישט פארצונעמען, איך טוה פשוט וואס א א איד דארף צו טוהן און פערטיג.

וואס דארף א איד צו טוהן?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

האבן דרך ארץ פאר רבינו הקדוש.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

איך האב זיך גראדע עפעס פארגענומען. אבער וואס האלט איר, וואס וואלט איך זיך געדארפט פארנעמען?
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

איך האב זיך פארגענומען אויסצוגעפינען ווער איך בין. ביז דערווייל ווייס איך וואס מיין טאטע/מאמע/ווייב/קינדער/חברים/מוסדות וכו' טראכטען וועגען מיר און ווילען איך זאל זיין.

ס'איז מיין נייע פשט פון בן ארבעים לבינה. ס'איז די צייט געוואויר צו ווערן ווער יאסל איז און איך וויל אים געבן די עהרע סקומט זיך אים.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

מורינו ורבנו האט געשריבן:איך האב זיך גראדע עפעס פארגענומען. אבער וואס האלט איר, וואס וואלט איך זיך געדארפט פארנעמען?


צו שרייבען א צוואה, ממש קליפ און קלאר, אז די קינדער זאלן זיך נישט האבן וואס צו קריגען אויף די בענקל.

וואסארא שרייפעל פעלט אונזער גרויסע רבי'ס אז זיי לעבן און א :cry: וועלט פון מלחמות און איינס ביי איינס הערן נישט אויף פאלן צו די אראלים און די טיפע עלטער אן קיין צוואות.

איך מיין וויאזוי נעמט זיי ערענסט בכלל אויף עניינים העומדין בין איש לאחיו/ בין איש לאשתו וכו'
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דאס איז א דערמאנונג פאר מיר.
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:
מורינו ורבנו האט געשריבן:איך האב זיך גראדע עפעס פארגענומען. אבער וואס האלט איר, וואס וואלט איך זיך געדארפט פארנעמען?


צו שרייבען א צוואה, ממש קליפ און קלאר, אז די קינדער זאלן זיך נישט האבן וואס צו קריגען אויף די בענקל.

וואסארא שרייפעל פעלט אונזער גרויסע רבי'ס אז זיי לעבן און א :cry: וועלט פון מלחמות און איינס ביי איינס הערן נישט אויף פאלן צו די אראלים און די טיפע עלטער אן קיין צוואות.

איך מיין וויאזוי נעמט זיי ערענסט בכלל אויף עניינים העומדין בין איש לאחיו/ בין איש לאשתו וכו'

איך האב אויך אייביג געהאט די טענה אויף די רבי'ס, עד שבא סאדיגורא, והוכיח אז א צוואה העלפט אויך נישט.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב זיך פארגענומען אז איך וועל זיך נישט אונטערנעמען עפעס וואס איך קען נישט איינהאלטן. עס איז פשוט בעסער פארן געוויסן, און אזוי פאלט מען קיינמאל נישט דורך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

געווענליך ווען מענטשן נעמען זיך עפעס פאר איז עס זאכן וואס זיי האלטן נישט עכט דערביי, ווען זיי האלטן ווען דערביי וואלטן זיי נישט געווארט אויף יום כיפור זיך עס ״פארצונעמען״, און דערפאר קוקט עס טאקע אויס ווי ס׳קוקט אויס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: וואס האט איר זיך פארגענומען דעם יום כיפור ?

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי! איי וואס וועט זיין מיט קאווע שטיבל??
ראשון לחשבון... שוין עובר געווען!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער: א גוטן. איך ווארט שוין בכליון עיניים אויף דעם ..."אלף'ל"... נאר דו דארפסט געדענקען דעם פשטא קטון..."ואת האלף"...!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: וואס האט איר זיך פארגענומען דעם יום כיפור ?

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: א גוטן. איך ווארט שוין בכליון עיניים אויף דעם ..."אלף'ל"... נאר דו דארפסט געדענקען דעם פשטא קטון..."ואת האלף"...!
יא יא, לעצטענס קארג איך זייער מיט מיינע קאמענטארן, ווייל כ'וויל נישט פארפאסן דעם ואת האלף מיינער מיט דברים של מה בכך, מיט סתם א פשטא קטון נאר ס'זאל זיין מיט אזא אזלא גרש וואס האט זיך צוגעקלינגן אין די לופטן לאחר קאוויד, אדער ווי א לאנגע קוטויהוינתתתי!!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער: דאס דערמאנט מיך א מעשה. אין איינס פון די ישיבות וואו איך האב געארבעט איז געווען א גוי וועלכער איז געווען ..."אויסגעקאכט מיט אידן"... ער האט אפילו געקענט עטליכע ווערטער אידיש. ער האט אמאל געהערט ווי איך מאך דעם ..."אזלא גרש... פון קטונתי"... ער האט פרובירט נאכמאכן. וויפיהל ער האט פרובירט און וויפיהל איך האב איהם געלערנט איז עס איהם נישט געגאנגען...!

נ.ב.: איך גיי בלי"נ אויפמאכן אן אשכול איבער..."די מעשיות פון בערל בעל עגלה"... וועלל איך די מעשה'לע אריבערפיהרן דארט אהין...!ן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ר' בערל, א חלק פון די חן פון דיינע מעשיות איז אז א געוויסע תגובה "דערמאנט דיר א מעשה". דאס וועסטו נישט קענען האבן אין דיין אייגענע אשכול...

צום קעפל:
איך האב מיר פארגענומען (ביי אל תשליכנו לעת זקנה) צו לייקן מער בערל באלעגאלע'ס תגובות כדי שלא לבייש את מי שאין לו...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. ספעציעל מיט די אונטערשטע שורה. וואו דו געסט א נותן טען פאר'ן לייקן...ס'ליגט א געוואלד חכמה אין די פאר ווערטער...!לאל..!
פארשפארט