מי אני האט געשריבן:יאסל ראקאווער האט געשריבן:בקיצור, ס'איז א נייע פראבלעם. א היינטיגע אידישע פראבלעם. נישט א רעגליעזע פראבלעם. די תורה האט נישט גענומען אינבטראכט אונזערע ווערדען. דערמאנט די דייעלאג. זעע בילד.
גראדע דער תפארת ישראל אויף די משנה בסוף תענית טייטשט דאס אויס אלס משל בין הקב"ה וכנסת ישראל. ער שרייבט דארט, לגבי יוה"כ, "דוכי ס"ד שישראל קדושים יתעסקו ביו"כ הקדוש והנורא בשדוכים?" ואפשר אז ה"ה נמי בט"ו באב. עכ"פ מהר"א האט א פּרעסעדענט אין דעם.
https://www.thetorah.com/article/yom-ki ... ng-maidens
מי אני: איך בין נישט מסכים מיט די אפשאצונג. איך נעם עס אן לפי פשוטו. ווייל איניציאירן און אויספיהרן שידוכים איז א חשוב'ע און דעהויבענע עניין. מיר דארפן געדענקען אז אין די צייטן פון די גמ' האבן מיר נאכנישט געהאט אזא דיקן מחזור. פול מיט פיוטים און יוצרות, וועלכע פעהלן אבסאלוט נישט אויס. ספעציעל אין די היינטיגע צייטן.
ווען איך זאלל האבן א דיעה, וואלט איך אויסגעשניטן 90% פון די פיוטים און יוצרות. נאר איבערגעלאזט עטליכע שיינע און הארצרייסנדע תפילות...אזוי ווי למשל די תחינה פון י"ג מידות. און די תפילה פון..."פתח לנו שער בעת נעילת שער"...! אבער די אלע זייטיגע יוצרות וואס א יעדער מאן דאמר האט צוגעלייגט פעהלן בכלל נישט אויס...!