די לעגאלע קאמף איבער מציצה בפה אין נ.י. סיטי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

NAVY SEAL האט געשריבן:שיטה,וואס גייסטו טון אויב די קאורט גייט פסקנען לטובת מציצה בפה? דו גייסט עס אפיעלן? אדער דו גייסט זיך רייסן קריעה, אדער פאסטן, אדער זאגן איכה?

אלעס וואס דו האסט אויסגערעכענט...
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

אין נאמען פון א גרויסן לאויער האביך געהערט נאך א סברא פארוואס די "לעגאלע קאמפ" קעגן מב"פ איז אזוין נארישן ארטיקל. ביזדערווייל האט די סיטי נישט גענוק קראנטע באווייזן קעגן מב"פ און נוצן נאר די "הסתברות" וואס די סי.די.סי באשרייבט. אויב ווערט די סיטי אריינגעשלעפט אין אן ערענסטן משפט אין די נושא האבן זיי די ברירה אריין צו ווארפן היבש מער געלט אין די זייט פון חאקרענען און אויף ווייזן וויפול מב"פ טוט באמת שאטן, און ערשט דאן וועט די סיטי האבן די יכולת צו אסר'ן מב"פ מכל וכל. ע"כ דברי יענעם לאויער.

אבער אני הקטן האלט אז די אלע טענות זענען בכלל נישט קיין סיבה פאר די עסקנים זיך צו קימערן. אסאך וויכטיגער איז זיך צו שלאגן קעגן מב"פ ווי אויב די סוף פסוק בלייבט מער אדער ווייניגער גינסטיג פאר מב"פ. און אויב זאל די סיטי אסר'ן אינגאנצן מב"פ איז אויך נישט געפערליך. ערשט דעמאלטס 'עלען מיר אלע האבן אויף צו וואס צו מאכן נאך גרויסע כינוסים און שרייען 'סארא רשעים, און אלץ האט זיך אננעהויבן פון מייקעל בלומבערג שר"י מיט די מב"פ חתימות צעטלעך.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

יאנקל האט געשריבן:שפירא דערמאנט דעם מנהג פון די מארמאנען וועלכע האבן געגלייבט אז מענער זענען מחוייב צו פארמאגן עטליכע ווייבער (פאליגאמי). דאס האט בכלל נישט צוריקגעהאלטן פרעזידענט לינקאלן דאס געזעצליך צו פארבאטן, און אפילו די "ציווילע אומפאלגזאמקייט" פון די מארמאנען האט נישט געקענט צוריקהאלטן די פעדעראלע רעגירונג פון שטרענגע סאנקציעס אויף דער מארמאנישער קירכע וואס האט איר כמעט באנקראטירט ביז זי האט געטוישט די דאקטרינע פון פאליגאמי.


דער פארגלייך צו די מארמאנען איז אפשר פון די שוואכערע השוואות אין דעם ארטיקל. די באפעלקערונג אין אמעריקא האט אין יענע תקופה בכלל געהאט אן ערענסטע שרעק פון די מארמאנען, עטוואס ענליכס צו די פחד פונ'ם דאראג'ע רבי שליט"א פאר 15 יאר צוריק, און מ'האט זיי געזוכט צו באגראבן אויף יעדן מעגליכן אופן. דער חרד'ישע איד האט לכאורה נישט דעם זעלביגן מכובד'יגן מעמד ווי די מארמאנען פאר 150 יאר צוריק. אדער אפשר איז מב"פ גענוק מאדנע ביים גוי יא צו אנשרעקן די אמעריקאנע באפעלקערונג כמעט ווי פון די מארמאנען. גיי ווייס. נאר צייט איז א תשובה אויף די ספיקות.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אויף דערווייל האט דער חרדי'שע איד נאכנישט דעם סטאטוס, אבער אויב וועלן מיר ווייזן פאר די וועלט אז מיר לייגן טראדיציע העכער דאס וואוילזיין פון אונזערע קינדער, קען זיך דאס אלעס טשעינדזשען.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

עס איז כדאי צו שטעלן אין קעגנזאץ שפירא'ס ארגומענטן מיט אבי שיק'ס ארגומענטן. אבי שיק, אויך אן ארטאדאקסישער לויער, האט געשריבן אן ארטיקל פאר די דעילי ניוז מיטן קעפל "לאזט מילה ריטואל געמאכט" ווי ער טענה'ט אז די סיטי גייט פארלירן אין געריכט. דער ארטיקל איז אויך איבערגעזעצט געווארן אין "די צייטונג" אינעם רובריק "וואס אנדערע זאגן".
שיק פאנגט אן זיין ארטיקל מיטן הקדמה אז "אנדערע, אבער בעיקר דר. דניאל בערמאן" האלטן אז די סיטי'ס שטודיעס זענען פעלערהאפטיג. ער טענה'ט אויך אז א קאנסענט פארם וועט גארנישט אויפטון. די וואס האבן ביז יעצט נישט געמאכט קיין מצב"פ וועלן ווייטער נישט מאכן, און די חסידים וואס האלטן אז מצב"פ איז א חיוב גמור וועלן זיך נישט שרעקן פון א קאנסענט פארם. דערפאר, טענה'ט שיק, איז א קאנסענט פארם ארויסגעווארפן צייט.

ער רעדט זיך אויך אפ אז די קאנסענט צעטל פרובירט צו בייאיינפלוסן עלטערן נאכצופאלגן די רבנים וואס ערלויבן צו מאכן מציצה בפה בהפסק כלי. שיק שרייבט אויף דעם "אפגעזען פון מיין אייגענע מיינונג, וויל איך נישט די רעגירונג זאל אדוואקאטירן איין אפטייטש פונעם אידישן הלכה [איבער א צווייטע]". שפירא מאכט אוועק דעם טענה, און שרייבט אז היות די רעגולאציע איז חל אויף סיי ווער ס'וויל מאכן מציצה בפה, אפגעזען צו יענער איז א דאקטער, א סעקולארער מוהל, אדער א רעליגיעזע מוהל, דערפאר ווערט עס נישט גערעכנט אלס א רעגולאציע וואס קומט צוימען רעליגיע.

איך בין נישט אזוי זיכער אז שפירא איז גערעכט מיט דעם. נאך אלעם, האט די סיטי אין זייער בראשור וואס זיי פארטיילן אין די שפיטעלער פאר אולטרא-ארטאדאקסישע עלטערן קלאר ארויסגעשריבן אז "עס זענען דא מוהלים אין די רעליגיעזער קהילה, וואס מאכן מציצה בפה", אנגעבנדיג אז עס איז קלאר אז דער פראקטיק איז אן אויסשליסליכער רעליגיעזער פראקטיק. מיר וועט אבער זיין אינטערעסאנט צו זען די אגודה'ס לויערס נוצן דעם טענה, ווייל די גמרא זאגט דאך קלאר אז מציצה בפה איז לרפואה, און אויב וועט מען טענה'ן אז דאס איז א רעליגיעזע פראקטיק און נישט קיין מעדעצינישע פראקטיק וועט מען זיך דאך דירעקט סותר זיין מיט די גמרא, א פאראדאכסאלישער איראניע.

שיק'ס צווייטער און עיקר טענה פארוואס די סיטי וועט פארלירן איז אזוי ווי לכתחילה אריבער האט געשריבן, פרידאם אף ספיטש. דאס הייסט אז די שטאט קען נישט מחייב זיין איינעם צו זאגן עפעס וואס ער האלט נישט דערביי (מען דארף נעמען אין אכט אז פרידאם אף ספיטש האט נישט מיט רעליגיע, מ'קען נישט צווינגן א מענטש צו זאגן סיי וואס אפגעזען וואס די סיבה פארוואס ער וויל עס נישט זאגן איז). שיק ברענגט א ראיה, ווי אויבן דערמאנט, פון די בילדער וואס מ'האט געוואלט מחייב זיין די טאבאקא פירמעס צו לייגן. איך האב שוין גע'טענה'ט אז אין הנידון דומה לראיה ווייל די בילדער אפעלירן צו געפיל, און די שטאט קען נאר מחייב זיין צו זאגן פאקטן. שפירא ברענגט צוויי פרעצעדענטן וואס אגודה קען טענה'ן. איינס איז א סופרים קאורט קעיס ווי א געוויסע רעליגיעזע סעקטע פון ניו העמפשיר האט זיך אנטזאגט פון ארויפלייגן די סטעיט'ס לייסענס פלעיטס אויף זייערע קארן, וויבאלד די פלעיטס האבן פארמאגט די ווערטער "לעב פריי אדער שטארב", א פראזע וועלכע זיי האבן גע'טענה'ט לויפט קעגן זייערע רעליגיעזע פילאזאפיע. די רעליגיעזע סעקטע האט גענומען ניו העמפשיר אין געריכט און געוואונען. נאך א פאל איז געווען ווען די זעלבע סעקטע האט זיך אפגעזאגט פון צו זאגן די פלעדזש אף עלידזשענס צום אמעריקאנער פאן, און זיי האבן אויך געוואונען. שפירא טענה'ט אבער אז ביי די ביידע פעלער איז עס בלויז געווען א פילאזאפיע אדער א מיינונג וואס מ'האט זיי געוואלט מחייב זיין צו זאגן. אנדערש איז אבער אין א פאל ווי די שטאט פארלאנג נאר צו זאגן א טרוקענער פאקט, וואס אויב איז דא גענוג א וויכטיגע סיבה, צ.ב.ש. עס איז דא א שאנס פון באקומען הוירפיס, קען די שטאט יא צווינגן צו זאגן עפעס, פונקט ווי עס איז דער פאל ביי די ווארענונגן אויף די טאבאקא פראדוקטען.

שפירא ברענגט פעלער ווי די רעגירונג האט געהייסן דאקטוירם זאגן בעפאר עבארשענס, אז די ראטע פון סוסייד איז העכער ביי פרויען וואס גייען דורך עבארשענס. די פרא-טשויס ארגעניזאציע "פלענד פערענטהוד" האט אנגעקלאגט די רעגירונג אז דאס פארלעצט פרידאם אף ספיטש און פארלוירן, טאקע וויבאלד די שטאט האט נאר געהייסן זאגן טרוקענע פאקטן. אזוי אויך ברענגט שפירא א ראיה פון דעם געזעץ אז מ'מוז מודיע זיין איבער HIV בעפאר אינטימע באציאונגען. די קאורט האט גע'פסק'נט אז דאס פארלעצט נישט פרידאם אף ספיטש וויבאלד עס איז א פאקטואלע זאך וואס איז רעלעוואנט צום באשלוס פונעם מענטש מיט וועם מ'וויל האבן באציאונגען. אזוי אויך מצב"פ, די סי די סי'ס מעדעצינישע מיינונג אויף מצב"פ איז רעלעוואנט צום באשלוס פון די עלטערן צו מ'זאל עס טון אדער נישט. שפירא איז אויך שטארק מדייק די לשון פונעם פראפזירטע געזעץ נאטיץ, און טענה'ט אז ער זעט פון די אויסדרוק וואס די סיטי נוצט אז די סיטי איז גוט באוואוסטזיין צום לעגאלן בעקגראונד, און איז בכלל נישט געגאנגען קאפ אין וואנט פון א לעגאלן שטאנדפונקט.

צום סוף שרייבט שפירא דעם נקודה אז נישט נאר אויב מען וועט נישט קלאגן וועט עס בלייבן ביים קאנסענט פארם און ס'וועט זיך ענדיגן דא, נאר אויב וועט מען יא קלאגן, און די סיטי וועט געוואונען, וועט עס בעקפייערן וויבאלד עס וועט נאר צוגעבן קוראזש און זעלבסטזיכערקייט פאר די רעגירונג צו גיין א טריט ווייטער, זעענדיג אז זייערע רעגולאציעס זענען באשטעטיגט געווארן אין געריכט. ימים ידברו.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

דער שיק איז מער א געשעפטס מאן ווי לויער, מיט א מיקסד טרעק ראקארד ביי ביידע, און ער פארמעסט זיך שוואך מיט די הארווערד גרעדיואט שפירא
http://observer.com/2008/03/meet-avi-sc ... eamroller/

שאפירא'ס ליגאלע בריף און זיינע פאינטס איז בעסער דורך געארבייט און לייגט זיך בעסער אויפן דעת.

אין פראקטישקייט איז דא א סעיאינג אין די ליגעל פיעלד
"בעד פעקטס מעקס בעד לאו"

איי עם סארי אבער די פעקטס זענען זייער אימבאטעמט. מילד גערעדט.

אויב ווילסטע טעיסט פון די גוי'ס פאונט אוו וויוא אויף די טאפיק זעע די קאמענטס דא
http://m.youtube.com/#/watch?feature=yo ... 3Dyoutu.be
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פערינא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יא איך האב אויך געטראכט אז שפירא האט מער עקספערטיז אין קאנסטיטושענעל געזעץ. שפירא איז א תלמיד מובהק פון נתן לעווין, און האט אפילו גע'טענה'ט צוזאמען מיט אים - און ערפאלגרייך געוואונען - אין די סופרים קאורט הירינג איבער די באקאנטע קעיס פון זיוואטאפסקי וו. קלינטאן (צו מ'קען שרייבן ירושלים, ישראל אינעם פאספארט). זע דא http://www.law.columbia.edu/media_inqui ... va-shapiro
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך villager »

איך פארשטיי נישט איין זאך, אינעם גוי'ס אויג איז דאך דער גאנצער ברית מילה "אן א איינשלעפונג" א עביוז, אויך האט מען שוין ליידער אסאך מאל געהערט אז קינדער זענען געשטארבן מחמת מילה, איז פארוואס פארלייגט זיך די סיטי נאר אויף מציצה בפה? פארוואס הייסן זיי נישט לכה"פ סיינען אז ברית מילה אליינס איז מעגליך א סכנה און מעגליך קעגן די אינטערנאציאנאלע עטיק געזעצן?

און וואס איז מיט עלטערן זאלן הייסן צוועלף יעריגע מיידלעך פאסטן יום כיפור? איז דאס נישט א סכנה? כאטש אז זיי קענען זייער שווער ענפארסן אזא פארבאט אבער פארוואס איז עס בכלל געזעצליך?
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

הייסן פאסטן? דו מיינסט, אזוי ווי "צווינגן" פאסטן? סיריעסלי? צו מיינסטו נישט אז אויב קומט א מיידל זאגן אז מ'האט איר געצוואונגען צו פאסטן גייען די עלטערן ווערן אנגעקלאגט פאר טשיילד עביוז?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
villager
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 6:25 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך villager »

דעמאלס זאל מיט מציצה בפה אויך זיין אזוי, אויב א טאטע וועט קומען זאגן אז דער מוהל האט אים איבערגעגעבן הערפיס זאל מען אים באשטראפן.
טאטע שיק מיר הויזן!?!...
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

villager האט געשריבן:דעמאלס זאל מיט מציצה בפה אויך זיין אזוי, אויב א טאטע וועט קומען זאגן אז דער מוהל האט אים איבערגעגעבן הערפיס זאל מען אים באשטראפן.


כ'האף אז פאר'ן טאטן 'עט ער נישט געבן עפעס איבריגס...

לענין, דאס איז דאך טאקע דער אויפטוה פון דעם קאנסענט צעטל. ס'פאטערט דעם מוהל מכל וכל. דער אבי הבן קען שוין נישט אנשטעלן א טענת תם. איי ווערט דאך שווער די קשיא, אויב טוט דער געזעץ למעשה באשיצן די מוהלים טו פארוואס זענען זיי טאקע די עיקר וואס פירן דער יעצטיגע מערכה דערגעגן? לכאורה זעט אויס אז די מוהלים זעען דערין א שאדן פאר'ן געשעפט. ביז היינט האט ער געקענט אריין כאפן דא און דארט עפעס א רייכע לאצי ערגעצווי אין די סובארבס און מאכן דערויף אן אפותיקי. יעצט אז דער סיטי מאכט אן אזא שטינק קוקט שוין דער געווענליכע האלבע נישט אפיליאירטע איד מיט צען אויגן אויף דעם חרדי'שן מוהל, און ער 'עט ענדערש נעמען א רעפארם\קאנסערוואטיוו, אדער מינימום א מאדערן ארטאדאקס מוהל ענדערש ווי דער מוהל מיט די גרויסע בארדע.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

villager האט געשריבן:איך פארשטיי נישט איין זאך, אינעם גוי'ס אויג איז דאך דער גאנצער ברית מילה "אן א איינשלעפונג" א עביוז, אויך האט מען שוין ליידער אסאך מאל געהערט אז קינדער זענען געשטארבן מחמת מילה, איז פארוואס פארלייגט זיך די סיטי נאר אויף מציצה בפה? פארוואס הייסן זיי נישט לכה"פ סיינען אז ברית מילה אליינס איז מעגליך א סכנה און מעגליך קעגן די אינטערנאציאנאלע עטיק געזעצן?


ביי מב"פ איז דא א מעגליכע געזונט בענעפיט פון דעם קאנסענט פארם. לויט ווי מאנכע פון די עלטערן פון אנגעשטעקטע קינדער האבן מודיע געווען פאר די סיטי האבן זיי בכלל נישט געוואוסט אז דער מוהל וועט מאכן מב"פ און אויב וואלטן זיי יא געוואוסט וואלטן זיי אפשר גענומען די ברירה פון מציצה בכלי. דעריבער איז דא א שטארקע טענה מחייב צו זיין דעם מוהל פארצולייגן די אפציעס פאר ער טוט דאס. ביי מילה בכללות ווייסן דאך די עלטערן קלאר דעם סכנה מיט'ן מסכים זיין אויפ'ן ברית, טו פארוואס זאל ער פארלאנגן נאך אן איבריגע הודעה מיט א חתימה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היינט האבן די עסקנים אריינגעגעבן א אנקלאגע קעגן די סיטי וועגן די גזירה אויף מציצה בפה.
http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... Milah.html

http://5tjt.com/?p=10190

http://www.boston.com/news/nation/2012/ ... story.html
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כ'בין נישט אנגעקומען צו קויפן די צייטונגען, כ'האב אבער פונקט געזען א 'איד' אין שול און דורכגעבלעטערט אביסל. משה יודא דייטש ווידמעט זיין ארטיקל פאר די מציצה בפה קאנטראווערסיע, כ'בין זיכער אז ער שרייבט צום זאך, כעל צוריקומען ברענגן דא זיינע ארגומענטן. -- און אים קען מען נישט אוועקמאכן אלץ א פרומער כאניאקטער פילאפף אד"ג.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

האט דען איינער אוועק געמאכט סיי וועמענס ארגומענטס ווייל יענער איז א פרומער כאניאקטער פילאזוף אדג?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אזוי ליגט מיר אין קאפ
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

שליחה דורך הציץ ונפגע »

טענו לו לאדיך אפ לזר זהב בחיטין והודו לו בשעורין? אין דעם צוגעצייכענטן לינק שרייבט יואליש אוואו פאלגענד

יואליש האט געשריבן:מנשה פילאף טרומפייטערט אז א ריעל עסטעיט אדוואקאט האט אפגעווארפן די באריכטען פון די מעדעצינישע וועלט. די שאלה איז אויב הרב פילאף וואלט גענימען פערסקריפשאן מעדעצינען פון א טייטל אדוואקאט.
בילד


אוואו זעסטו אין זיינע ווערטער אז ער מאכט אים אוועק "אלץ א פרומער כאניאקטער פילאפף"?
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

גערעכט, דיסריגארד...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

שליחה דורך הציץ ונפגע »

און איצט, זייט מוחל און ברענגטזשע אראפ דעם ארטיקל דא...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כעל מארגן קויפן דעם איד, און כעל זעהן וואס מ'קען מאכן מיט'ן ארטיקל..
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

שיטה מקובצת האט געשריבן:כפי השמועה איז דער לאיער וואס פארטיידיגט מציצה בפה דער הויכגעשעצטער אלען דערשאוויץ, וועמענ׳ס ליבשאפט פאר מציצה בפה׳ניקעס האט זיך שוין ארויסגעוויזן מיט זיין פארטיידיגען הרה״צ ברוך מרדכי לעבאוויטש...


במ"ל האט זיך נישט באנוצט מיט די מויל, ער פלעגט סתם זיין א נוגע בדבר, אדער זעצען אויף'ן שויס ביים דרייווען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט