מי אני האט געשריבן:מ׳קען אולי זאגן אז משם ראיה. והיינו, ווייל צב״ש די חמשה חומשי תורה איז, לאחרי הכל, עלטער פון די קאנצעפטן פון ״עוה״ב״, ״אחרית הימים״ וכדומה. אבער פונדעסטוועגן דאך האט מען נישט געהאט קיין עכטע פראבלעם דאס אלעס ״אריינצופיטן״ דארטן און שוין צופאסען און דרש׳נען די לשון אז ״דאס מיינט עס/באציהט זיך עס צו״. וממילא קען מען, מער-ווייניגער, ״צופאסען״ די לשון וכו׳ פון די טראדיציאנאלע ליטורדזשי צו די נייע מושגים, טעאלאגישע וכו׳, וואס מ׳דארף. דאס דינט אויף נאך אָנצוהאלטן און נישט דארפן (בעצם) טוישן טאקע אט די טראדיציאנאלע ליטורדזשי וואס געבט דאס אן אָראַ פון נצחיות.
ס׳דא צוויי נקודות דא לגבי דאס ענין פון שקר אין אונזער נוסח התפילה, ס׳דא שקר וואס איז שכליות׳דיג וואס פאר א נויט (צו געבן די געפיל פון נצחיות) קען מען ארומשפילן דערמיט ווי דו ביזט אזוי שיין מסביר. דערנאך איז אבער דא די געפיל פון שקר (אויך באוואוסט אלס כלל ישראל׳ס נאז) וואס מיט אלע תירוצים און ווי וויכטיג ס׳זאל נאר נישט זיין פאר׳ן קיום פון ארטאדאקסיע בלייבט נאך דיעס געפיל, יעדעס מאל איך זאג די ווערטער ביים דאווענען איבלט עס מיר, אסאך מאל פיל איך מיך ווי אזא שוטה ביים זאגן די ווערטער ואין אנחנו יכולים לעלות ולראות ולעשות חובותינו...וקרב פזורנו מבין הגוים... והביאנו לציון עירך... ושם נעשה לפניך את קרבנות חובותינו... וכו׳ אז איך לאז אינגאנצן אויס די שטילע מוסף און אין בין יוצא מיט׳ן בעל תפילה.
אגב, ס׳קען נישט זיין אז די אלע תפילות וועגן ירושלים און קרבנות האט מען לכתחילה אוועקגעשטעלט צו מיינען עפעס רוחניות׳דיג/גלות השכינה ווייל אינעם צווייטן בית המקדש איז נישט געווען קיין שכינה און מ׳זעהט נישט אז אידן זאלן האבן געבעטן אויף די זאכן מיט׳ן אויסרייד אז מ׳מיינט גלות השכינה.