נחמיהו ליגט שוין אין בעט שוין דריי טעג, ער ווייסט נישט צו עס איז די קאראנע וויירעס, אדער די פלו. ער היסט און ניסט און ברענגט ארויף פון די לונגען צום מויל די לייט גרין-געליכע סחורה און האט שוין פארניצט צוויי גאנצע קלינעקס טישוס שאכטלעך. אז מען רעדט שוין פון קלינעקס טישוס, וואס איז פשט אז זיי גייען ווי מצה וואסער? וטרם אתחיל וגמרנו ? ס' מוז זיין עפעס א קאנספיריסי , העמער דארפן פרעגן שלמה אדער חזקיהו המלך.
די ווייב דבורה זיינע, איז ארויס צו א דרשה פון די "ישר-כח-אייבישטער" מאוומענט. עס איז געווען דרשות פון צוויי אויסערארדענלכע בעלי דרשניות, איינער א שפילצעל רעבעצין סארט, די צווייטע איז געווען מער א אידישע מאמע-באלעבת'טע טיפ, וואס גייט מיט א העט שייטעל, וואס האט ביי די פערציג עקספיריענסד אן אוט אויף באדי עקספירענס, נאכן זיין האלב טויט און איז צוריקגעקומען צום לעבן אדאנק וואס איר מאן האט זיך אינוטערגענומען צו זאגן צען מאל א טאג יישר כח אייבישטער, און זינט דאן איז זי פון די פאן טרעגער פאר די ישר כח שטרום.
דער עולם זיצט צוגענאגעלט צו די פלעצער, די אויערען אנגעשפיצט נישט צו פארפאסען א ווארט, שטייצעך אז דער עולם איז מער איבער גענומען פון די שייטל לעדי, ווי פון די שפיצעל רעבעצין, ווייל ווען עס קומט פון די מאדערענע איז דא די מעלה פון קוץ ואליה בה, אז אפילו די קוץ איז מכיר די אליה און זי איז אויך מודה אז באשפריינליך יש אלקים במקום הזה!. צוביסעלך גייט דער עולם אריין אין אזא סארט היפנאזיע, און פון דארט ביז עקסטאז איז א שפאן. דער עולם צוגייט זיך מיט א פעסטע החלטה, אז מען האט ענטפערס צו אלע פראבלעמען, און מען פארמאגט די מפתחות צו אלע ישועות.
זי קומט אהיים אן אנדער פרוי ווי זי איז געגעאנגען, א בחינה פון בגפו יצאה ומלאה נכנסה. די מאן ר' נחמיהו זעט אז ס'ווייב איז מיט א קאפ העכער, און וואקט אין די לופט ווי דער בעל שם און להבדיל יאשקע אויפן טייך. ער ווייסט שוין פון עקספיריענס, אז אזא מצב זאגט נישט קיין גוטס. ער געדענקט נאך פון די לעצטע מאל זיין ווייב איז ארויס צו א צניעות דרשה, און זינט דאן גייט זיך מיט לאנגע, שווארצע, ברייטע, געדאפעטעלטע, העגענדיגע קליידער, אז עס כמעט שווער צו דערקענען אז מענטשליכע געשטאלט געפינט זיך דערין. ווער ווייסט, טראכט ער צו זיך, וואספארא צרות די נייע עצרת האט אנגעברענגט מיט זיך.
הקיצור, זי קומט אהיים און דערציילט איבער די משונהדיגע מעשיות וואס זי האט געהערט ביי די עצרת. די מאן זאגט איר בתוך הדברים, אז ער שפירט נישט גוט ,ער מיינט סאיז די פלו, -נו, זאגט זי, אודאי, אלעס אבער אלעס מאכט דער אייבישטער! זי איז אונטער די איינפלוס פון די דרשות און די געהויבענע געפיהלן.
דער מאן ווייסט נישט וואס איז אים באפאלען, -ווער רעדט דא ווער עס האט געמאכט וואס? איך פארצייל דיר סך הכל, אז איך פיהל נישט גוט, מה ענין דער מאכער אצל דער באמאכטער?. זי געט נישט אויף, און זאגט אים -גענוי איצט ברויך מען זאגן "ישר כח אייבשטער"! אפילו ווען עס נישט באטעמ'ט, זאגט מען ישר כח, דאס האט די שפיצל לעדי געזאגט. הקיצור אהער און אהין, ער רעדט פון ווייטאג און זי רעדט פונעם אייבישטער, איר אויגן גלאנצן התפעלות און התרוממות, און זיינע אויגן שפראצן האס און ווייטאג. דאס ווייב איז נעבעך משוגע געווארן, טראכט ער צו זיך, די רוח האט איר געכאפט, נישטא וואס צו טוען.
דער מאן ווערט בייז און מאכט אן החלטה, און זאגט צן די ווייב -רעד נישט צו מיר, און שטיי נישט אין מיינע ד' אמות די נעקסטע צוויי טעג! אויפצומארגנס, איז די ווייב אראפגעקומען אויף פלאנעט ערד, די התפעלות האט נאכגעלאזט אביסל, און זי פרובירט אנצופאנגען רעדן צו אים, ער בשלו, ער ענטפערט נישט, און בלאזט, און זי בשלה פרובירט נאכאמאל און נאכאמאל, און ער מאכט זיך נישט וויסענדיג.
נאך צוויי טעג ווייטאג, ברעכט זי אויס און א געוויין, האלב געוואנדען צו איר מאן און האלב צום הימעל -וואס בין איך שולדיג אז איך בין אריינגעפאלן מיט א מאן וואס קען נישט מחשיב זיין מיינע קבלות, טיילט נישט מיט מיר מיינע השגות און עקסטאז צו יעדע דבר שבקדושה, אנשטאט ווערט ער נאך באליידיגט און ער רעד נישט צו מיר פאר צוויי טאג גאנצע טעג!
נשמהלה' זאגט די מאן מיט מיטגעפיהל- פארשטיי מיין טייערע רביצין , -אלעס אבער אלעס, מאכט דער אייבישטער! און יעצט איז השעה מרוצה ווי מיר קענען ביידע אויסשרייען הויך צוזאמען, ישר כח אייבישטער!
ישר כח אייבישטער!
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: ישר כח אייבישטער!
דאס גיבט שוין א נייע משמעות צום המשך אינ׳ם משנה (ברכות נד.) אז נאך דעם וואס ס׳שטייט היה בא בדרך ושמע קול צווחה בעיר ואומר יהי רצון שלא תהא בתוך ביתי הרי זו תפלת שוא, זאגט די משנה חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטוב ע״ש. ווייל טאמער איז ער נישט מברך/נותן הודיה על הרעה דעמאלטס קען זיין תפלה נישט צו הערן קיין קול צווחה בביתו זיין א תפלת שוא...
איך ווייס נישט. איך זאג ״טענק יו השם״ אז [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] איז אונז מהנה.
איך ווייס נישט. איך זאג ״טענק יו השם״ אז [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] איז אונז מהנה.
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
מי אני האט געשריבן:דאס גיבט שוין א נייע משמעות צום המשך אינ׳ם משנה (ברכות נד.) אז נאך דעם וואס ס׳שטייט היה בא בדרך ושמע קול צווחה בעיר ואומר יהי רצון שלא תהא בתוך ביתי הרי זו תפלת שוא, זאגט די משנה חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטוב ע״ש. ווייל טאמער איז ער נישט מברך/נותן הודיה על הרעה דעמאלטס קען זיין תפלה נישט צו הערן קיין קול צווחה בביתו זיין א תפלת שוא...
גאונות...
חמין במוצאי שבת מלוגמא
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דאס איז וואס דר. בּאַרט ערמאן שרייבט בנוגע ווען ער האט אנגעהויבן פארלירן זיין אמונה און געווארן אן אגנאסטיק:[left]
[/left]I began detecting this as a problem at about the time I was seriously considering becoming an agnostic, and, again, it happened in a way I wouldn’t have expected. When I was growing up, my family always said grace before dinner. Often, it was just a little prayer that we kids took turns reciting when we were little: “God is great, God is good, and we thank him for our food.” I still think this is a beautiful prayer for its simplicity, in saying just about all that needs to be said. As I got older, the thanks became more sophisticated and the praise more nuanced. But there came a time in my life when I found that I simply could no longer thank God for my food. And the irony is that it was because I came to realize (or, at least, came to think) that if I was thanking God for providing me with my sustenance, and acknowledging that I was fed not because of my own good efforts but because of his gracious actions toward me, then by implication I was saying something about those who didn’t have food. If I have food because God has given it to me, then don’t others lack food because God has chosen not to give it to them? By saying grace, wasn’t I in fact charging God with negligence, or favoritism? If what I have is because of what he has given me, what about those who are starving to death? I’m surely not all that special in the eyes of the Almighty. Are these others less worthy? Or is he starving them, intentionally? Is the heavenly Father capricious? or mean-spirited? What would we think of an earthly father who starved two of his children and fed only the third even though there was enough food to go around? And what would we think of the fed child expressing her deeply felt gratitude to her father for taking care of her needs, when her two siblings were dying of malnutrition before her very eyes?
...
But even having said that, I’m left with my fundamental dilemma. How can I thank God for all the good things I have while realizing that other people don’t have good things? How can I thank God without, by implication, blaming God for the state of the world?
I’m reminded of the scene we have all observed at one time or another on the televised news, when there has been a major airline disaster, a plane wreck with hundreds of people killed, and one of the survivors comes on the air thanking God for being with him and saving him. You wonder what people are thinking — or if they are thinking. God saved you? What about those other poor souls who had their arms and legs ripped off and their brains splattered all over the seat next to you? By thanking God for your good fortune, aren’t you implicating him for the misfortunes of others?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מי אני: איך וואלט געפרעגט פון דר. בארט ערמאן די פאלגנדע פראגע/ס.
1) אויב ער איז אזוי מזל'דיג אז ער האט גענוג צו עסן. אויך איבריג געלט. איז ער פאראנטווארטליך אז זיינע הונגעריגע ברידערס און שוועסטערס אין אפריקע זאללן אויך האבן צו עסן. גאט האט איהם געמאכט פאר א שליח. אויב טוט ער נישט דאס איז ער אליינס שולדיג. נישט גאט.
1) אויב ער איז אזוי מזל'דיג אז ער האט גענוג צו עסן. אויך איבריג געלט. איז ער פאראנטווארטליך אז זיינע הונגעריגע ברידערס און שוועסטערס אין אפריקע זאללן אויך האבן צו עסן. גאט האט איהם געמאכט פאר א שליח. אויב טוט ער נישט דאס איז ער אליינס שולדיג. נישט גאט.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ער גראדע שרייבט דארט אין די חלק וואס איך האב אויסגעלאזט און נישט ציטירט [די ״. . .״ אינדערמיט] לגבי די הונגער אין אפריקע:
ווי איך האב אויבן אראפגעברענגט זיין המשך.
דאס רירט אָן בכלל אויף דר. פּיִטער זינגער׳ס באקאנטע דאקטרין פון עפעקטיוו אלטרואיזם. ווי אויך רירט עס אָן אויף דר. טערענס טילי׳ס קריטיק איבער מהלכי טעאדיסי, וואס איך האב צוגעברענגט דא, און דר. ערמאן אליין דערמאנט דאס אין זייי בוך:
[left]A natural reaction, of course, is that I should cut way down on what I eat, drink only water (it’s clean, after all!), and give the money I save to charities that feed the poor. But the problems are far more complex and cannot be solved that way. If they could, that’s certainly what we would do. And I absolutely agree that we — all of us—should give more, more to local charities dealing with homelessness and poverty in our communities, more to national charities dealing with relief efforts around the country, more to international organizations devoted to dealing with hunger on the worldwide scale. Absolutely, we should give more, lots more. And urge our government to give more. And vote to elect officials who see world hunger as a major problem. And on and on
But even having said that…[/left]
ווי איך האב אויבן אראפגעברענגט זיין המשך.
דאס רירט אָן בכלל אויף דר. פּיִטער זינגער׳ס באקאנטע דאקטרין פון עפעקטיוו אלטרואיזם. ווי אויך רירט עס אָן אויף דר. טערענס טילי׳ס קריטיק איבער מהלכי טעאדיסי, וואס איך האב צוגעברענגט דא, און דר. ערמאן אליין דערמאנט דאס אין זייי בוך:
[left]I can even sympathize with theologians like Terrence Tilley, who argues that a believer’s response to theodicy should be to renounce it as an intellectual project. For Tilley, the attempt to justify the existence of suffering intellectually is to grapple with the problem on the wrong terms. Suffering, at the end of the day, should not lead merely to an intellectual explanation. It should also lead to a personal response[/left]
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די פילאזאף מערי מידזשלי האט געזאגט:
People talk about the origin of having gods was just that you wanted to explain things or have something to placate us, but it seems to me one important source of it is gratitude. You go out on a day like this and you're really grateful. I don't know who to