הקטן האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:על זה אנו דנין. די מיינדסעט האט צאמגעשטעלט דייקא די פיזיקאלע באציאונגען מיט די עמאשענאל קאנעקשאן. ואפילו אז יא איז אבער אז מ׳האט מיט א צווייטן דאן איז די פיזיקאלע באציאונג מיט די ערשטע אָן די עמאשען אא״וו.
א חלק פין די עמאשענאל
קאנעקשאן איז נאר דיר און
קיינער אויסער דיר!
(דאס מיינט נישט ס'קען נישט זיין קיין אנדער סארט עמאשען אדער שוואכערע קאנעקשען פין "אויך מיט דיר") איז דאס טאקע נאר א סאשעל-קאנסטראקט?
איך מיין מיר טרעפען די זעלבע קאנסטראקט אויך אין די ענעמעל קינקדעם
(טאקע נישט ביי אלע)
ביי פּריימעטס איז עס 15% מינים וואס זענען מאַנאַגעמאָס און ביי מעמעלס בכלליות איז עס 3-5% מינים. עס ווענדט זיך ווי אזוי מ׳דעפינירט עס [״סאָשעל״ מאַנאַגעמי].
34ACA2B0-98A5-4AA4-BAA6-069EF114AB29.jpeg
ובכלל, אזוי ווי דר. ראבּערט סאַפּאָלסקי זאגט:
[left]Most cultures have historically allowed polygyny, with monogamy the rarer beast[/left]
(כמובן ווען דער זכר האט געהאט די ריִסאָרסעס דאס צו סאָפּאָרטען אז די נקיבות זאלן אים וועלן/סעלעקטן וכו׳.)
ועכ״כ אז דר. דוד בּאַראַש און דר. יהודית ליפּטאן
וואונדערן זיך [בפרק ה], עפ״י דאס וואס מ׳זעהט סיי אין די ענימעל קינגדאָם און סיי ביי מענטשן, פארוואס מאַנאַגעמי איז בכלל דא. זיי פאזיטירן, צב״ש, אז דאס איז פשוט גרינגער ווי גיין זוכן מערערע מעיטס וואס איז שווערער; די ״שידוכים פראצעס״.
דאס איז אחוץ טאמער דיין ראיה איז נישט פון מאַנאַגעמי ווי איידער דאס
נישט פון
פּאַליענדרי; איין נקיבה פאר אפאר זכרים. מיינענדיג, אז דיין טענה איז מער רעסטריקטיוו צו נאר דאס אז א
פרוי דארף איין מאן.
F81113C6-506B-4718-A407-061BF28391E0.jpeg
ובסתם, ווי דר. סאַפּאָלסקי דערמאנט אויך, טאמער האט מען מער אַקסיטאָסין העלפט דאס אין אלגעמיין צו וועלן בלייבן מיט׳ן מאַנאַגעמאָס פּאַרטנער ווען מען סיקריִט דאס. דאס מיינט אבער נישט אז מען דארף דאס.