טיילט מיט אייערע אייגענארטיגע געדאנקען על דא ועל הא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

[tag]מי אני[/tag] מיט אזא individual thinking איז שוין בעסער groupthink, ס׳דערמאנט די מעשה פון יענער וואס האט געזעהן טויזענטער משוגעים פארן wrong way אויפ׳ן הייוועי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

גרוּפּטיִנק קען זיין אביסל שווער צו טענה׳ן וויבאלד דא וועט מען לכאורה מוזן זאגן אז די רוב [וואס זעהן איין ״דיזיין״ אא״וו דורך מדע] ווערן נאכגעשלעפט ע״י גרוּפּטיִנק דורך דעם מיעוט. ואפילו טאמער גייט מען טענה׳ן אז ס׳איז שוין אינסטיטוטעד אזוי מעיקרא וממילא איז דאס וואס מ׳מיינט מיט׳ן ״רוב״, ווערט אבער נולד אז פארוואס איז עס מעיקרא אזוי געווארן?

ולגבי דעם אז אינגערע סייענטיסטן זענען מער גלויביג ווי עלטערע איז קען מען ענטפערן אז דאס איז ווייל זיי זענען נאכנישט ארויס פון זייערע יוגענט אינדאַקרינעישאן צו דעם סקעפּטיקעל און וועריפיקעישאניסט וכו׳ מהלך פון די סייענטיפישע מעטאדע.

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דר. עלעין האַוּווערד עקלונד האט אויך געמאכט אזא סארט סורוועי ביי סייענטיסטן איבער רעליגיע. זי איז ארויסגעקומען מיט ענליכע מסקנות בנוגע זייערע ראטעס פון רעליגיעזע גלויבונג און געשריבן א בוך איבער דעם. און דארט שרייבט זי:
Groupthink.jpg

זיי זענען עפ״י רוב ל״ד ״האַסטיל״ דערקעגן.

זי שרייבט אויך אז צווישן זיי זענען דא וואס באטראכטן (אָרגענייזד) רעליגיע ובפרט פונדאמענטאלע ווי גרוּפּטיִנק. ומאידך גיסא שרייבט זי טאקע אז עס זענען טאקע דא רעליגיעזע סייענטיסטן וואס זענען באהאלטן מיט זייער רעליגיעזע גלויבונג און ״קלאַזעטעד״ אויס מורא פון די קאלעגעס (הגם זי זאגט אז זי ווייסט נישט טאמער זיי האבן טאקע אויף וואס מורא צו האבן (דר. מיכאל בּעהע יוכיח?)).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מי אני האט געשריבן:
...(ו)לגבי דעם אז אינגערע סייענטיסטן זענען מער גלויביג ווי עלטערע איז קען מען ענטפערן אז דאס איז ווייל זיי זענען נאכנישט ארויס פון זייערע יוגענט אינדאַקרינעישאן צו דעם סקעפּטיקעל און וועריפיקעישאניסט וכו׳ מהלך פון די סייענטיפישע מעטאדע. איך האב פארשטאמען אז דאס קימט אבער קיק איבער די טשארט.
פילסט קאמפטעבעל דאס צי ענפערן אויך אויף די גראפ פין 35-49??? א'דער די גראפ פין 50-64?!?


עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דר. עלעין האַוּווערד עקלונד האט אויך געמאכט אזא סארט סורוועי ביי סייענטיסטן איבער רעליגיע. זי איז ארויסגעקומען מיט ענליכע מסקנות בנוגע זייערע ראטעס פון רעליגיעזע גלויבונג און געשריבן א בוך איבער דעם. און דארט שרייבט זי:
Groupthink.jpg

זי שרייבט אויך אז צווישן זיי זענען דא וואס באטראכטן (אָרגענייזד) רעליגיע ובפרט פונדאמענטאלע ווי גרוּפּטיִנק. ומאידך גיסא שרייבט זי טאקע אז עס זענען טאקע דא רעליגיעזע סייענטיסטן וואס זענען באהאלטן מיט זייער רעליגיעזע גלויבונג און ״קלאַזעטעד״ אויס מורא פון די קאלעגעס ווער האט איר פארציילט??? און וואס ווייסט זי פין וויפעל זי ווייסט נישט?
(הגם זי זאגט אז זי ווייסט נישט טאמער זיי האבן טאקע אויף וואס מורא צו האבן (דר. מיכאל בּעהע יוכיח?)).
ביי מיר איז נישט קיין ספק ווען זי זאל זיך ערלויבן צי זיין אויפריכטיג וואלט זי נישט געהאט דעם ספק.
ווילסט איינעם אינטערברענגן ריף אים א טראמפיסט אדער א קריעשענסיט און ער קען פארגעסן צי געפינען זיין פלאץ צווישען די עליטע



איך וואלט אפשר אויך געגעבן א לייק פאר רביה''ק ווען זיין תגיבה איז נישט קינדיש און פירט דעם שמוס נארמאל,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

פארוואס נישט? ס'גייט נאך א נארמאלע פּעטערן. וואלט נישט די זעלבע זאך געמאכט סענס פארקערט אז ווי לענגער (וממילא עלטער) איינער איז ליגענדיג אלס א קאריערע אין רעליגיעזע שטודיעס [גפ"ת, פוסקים וכדומה], אלס פרומער און גלויביגער וועט ער ווערן; אלס מער פרומע וכו' וועלן זיין פון דעם קאָהאָרט?
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

מי אני האט געשריבן:פארוואס נישט? ס'גייט נאך א נארמאלע פּעטערן. וואלט נישט די זעלבע זאך געמאכט סענס פארקערט אז ווי לענגער (וממילא עלטער) איינער איז ליגענדיג אלס א קאריערע אין רעליגיעזע שטודיעס [גפ"ת, פוסקים וכדומה], אלס פרומער און גלויביגער וועט ער ווערן; אלס מער פרומע וכו' וועלן זיין פון דעם קאָהאָרט?


א אנדערע היפאטסיס, און לייגט זיך ביי מיר מער אויפן שכל, וואלט געווען;
אוואו עלטער מער ראדיקעל מעטרעליסט אין אנהענגער אין סייענטיזעם און שבשתא כיוון דעל על
וואו אינגער מער סעפיסטעקעטעט און new age און אפשר אויך מער ריבעליעס צי דאגמא
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מי אני האט געשריבן:ומאידך גיסא שרייבט זי טאקע אז עס זענען טאקע דא רעליגיעזע סייענטיסטן וואס זענען באהאלטן מיט זייער רעליגיעזע גלויבונג און ״קלאַזעטעד״ אויס מורא פון די קאלעגעס (הגם זי זאגט אז זי ווייסט נישט טאמער זיי האבן טאקע אויף וואס מורא צו האבן (דר. מיכאל בּעהע יוכיח?)).

נישט נאר רעליגיעזע וויסנשאפטלער באהאלטן זייערע רעליגיעזע גלויבונגען, איך קען פערזענליך חשובע אידן און רבנים וואס באהאלטן זייערע דעות פאר׳ן צוועק פון אמונות הכרחיות צו ווייל מ׳וועט זיי שלעכט אנקוקן. frankly, איך קען נישט קיין איין קלוגער מענטש (כלומר מענטשן וואס זייערע באקאנטע קוקן זיי ארויף פאר זייער קלוגשאפט) וואס לייקנט אין די אנגענומענע סייענטיפישע טעאריעס, די וואס זענען אביסל קלוג פרובירן זיגזאגן און פארענטפערן, די וואס זענען נאך קלוגער כאפן א שטילשווייגעניש ווען ס׳קומט צו די נושאים און נאר ווען מ׳דרוקט זיי צום וואנט צווישן פיר אויגן עפענען זיי זיך דאס מויל. אלס בחור האב איך אמאל גערעדט דברי אפירקורסת כאילו און א חשובער בן תורה האט זיך אונטערגעהערט, יענער איז א שטיקל ידיד מיט מיין טאטע איז ער געגאנגען צו מיין טאטע און איהם געזאגט כ׳האב געזעהן דיין זוהן ער זעהט אויס ווי א כלי איך וויל לערנען מיט איהם בחברותא... אוי האב איך מיך ענדשויט מיט איהם, אונז האבן דורכגעטוהן אלע נושאים, פון עוואלוציע ביז בודדהיזם, ביבלישע קריטיסיזם, נצרות, אתאיזם, פוליתאיזם, מורה נבוכים, שפינוזה, ניו עידש, גרשם שלום, און וואס דו ווילסט נישט, נישט געווען קיין נושא וואס ער האט נישט מודה געווען צו די וויסנשאפטלער (וואס מודה געווען? געשטיצט דורכאויס!), נאר וואס דען, פאר׳ן צוועק פון אמונות הכרחיות האלט ער אז ס׳איז וויכטיג אנצוהאלטן דעם חרדיש׳ן נאראטיוו, און כנראה האלט הקטן אויך אזוי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: ס'איז מיר בייגעפאללן א מורא'דיגער געדאנק. אזוי ווי אונזער רעליגיע איז דאך פול מיט שווינדל און גניבה. אפילו דער אלטער טעסטאמענט דער ..."חומש'ל".... איז אויך נישט אויטענטיש. די שיינע געזעצן וואס ווערן דערמאנט אין די תורה זענען דאך גענומען פון האמוראבי. (א ראיה איז אז די ארכעאלאגן האבן געטראפן עפעס אן אור אלטע מאנוסקריפט פון די געזעצן פון האמוראבי וועלכע זענען ענליך צו די פון די תורה...לאל). און גאנץ מעשה בראשית וואס ווערט דערציילט אין די ערשטע פרשה פון די תורה ווערט דאך אוועקגעבלאזן מיט איין בלאז פון דעם גרויסן וויסנשאפטלער דארווין ותלמידיו. און אפילו די שפעטער'דיגע היסטאריע פון יציאת מצרים און מתן תורה איז אויך (ח"ו) פעיק ניוז. און די עשר מכות און קריעת ים סוף און דער פי האתון, דאס אלעס זענען נאר חלומות און פאנטאזיעס, האביך און נאך א פאר חברים באשלאסן אז אונז גייען אויפמאכן א נייע רעליגיע. איך האב נאכנישט קיין נאמען פאר דער רעליגיע. אבער איין זאך ווייס איך. ס'גייט זיין זייער א גרינגע און געשמאקע רעליגיע. מ'וועט קענען אנצינדן און פארלעשן לייטס אום שבת און יו"ט. טשיעזבורגערס וועללן זיין מיט א גוטע השגחה (אפשר פון בד"ץ העדה החרדית). און שטאטס לערנען חומש אין אונזערע חדרים/סקולס גייט מען לערנען וואס דארווין האט ארויסגעלערנט וויאזוי די וועלט האטציך באשאפן. און אז אונזערע זיידעס זענען נישט געווען אברהם, יצחק און יעקב. נאר עטליכע טשימפאנזיס און גאריללאס פון די דזשאנגלס אין אפריקע.איין טאג. שפיעלנדיג זיך אזוי אין דזשאנגל און זיך הענגען אויף די ביימער ביי די וויידלעך. און ווארפן קאקאנאטס אויף אונזערע קאזינס, האבן אונזערע זיידעס (און באבעס) באשלאסן איבערצולאזן דעם דזשאנגל און גיין וואוינען אין קעיווס (היילן, בלע"ז). נאך עטליכע מיליאן יאר פון וואוינען אין די היילן האבן אונזערע זיידעס אויסגעפונען אז גע-גרילטע פלייש האט א סאך א בעסער'ן טעם ווי רויע פלייש. האמיר זיך גענומען בראטן פלייש און פאטעיטאס. ס'איז אדורך נאך א פאר מיליאן יאר. איין טאג האטציך איינער פון אונזערע זיידעס אויפגעשטעלט אויף די 2 הינטערשטע פיס. און ער האט אנגעהויבן צו וואלקן. האט איהם זיין מאמע אנגעשריגן..וןאסי מיט דיר?...ביסט צודרייט געווארן...! אלע אנדערע טשימפס האבן איהם נאכגעמאכט. ביז די גאנצע גרופ (אונזערע זיידעס, באבעס, פעטערס, מומעס און קאזינס) האט אנגעהויבן גיין אויף די 2 הינטערשטע פיס.

עניוועי. דו זעהסט דאך אז ס'ארבעט נישט. די גאנצע מעשה קלינגט ווי א דזשאוק. איך גיי צוריק צו מיין אריגינאלע רעליגיע. און די טראדיציע וואס איך האב געלערנט. אז די וועלט איז נאר 5,782 יאר אלט. און אז דער אייבישטער האט באשאפן די וועלט אין זעקס טעג. אזוי ווי ס'שטייט אין אונזער אלטן חומש'ל. און די געזעצן פון די תורה זענען אמת און אויפריכטיג. איי...מ'האט דאך געטראפן די שריפטן פון האמוראבי,. איז עס גענומען פון דער תורה. און דער מבול, און די צען מכות און קריעת ים סוף און קבלת התורה, אלעס איז געשעהן פונקטליך אזוי ווי ס'שטייט געשריבן אין חומש.איך האב נישט קיין שום פראבלעם דאס צו גלייבן...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

בערעלע: ברויכסט נישט ווערן קיין אטאיאיסט כדי צי עסן ג' לשונות בחרדל ציזאמען מיט חמאה וחלב, אין ספר ברית החדשה איז דא א תשובה ווי ער איז עס מתיר.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט