בחורים אין ישיבת מיר
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך כאפ נישט פונקטליך די אונטערשייד צווישן חבורות וואס זענען פלאצירט אין בתי מדרשים וואס האבן אויפ׳ן טיר א שילד ״ישיבת מיר ירושלים״ און די חבורות וואס זענען פלאצירט אין אנדערע בתי מדרשים. גאנץ מיר באשטייט פון חבורות, ס׳נישט דא קיין צענטראלע הנהגה צו וואס מ׳קען זיך צושטעלן אפילו אויב מ׳וויל. מיר איז נישט קיין ישיבה, ס׳איז א געגנד וואו ס׳דא אסאך בתי מדרשים, ס׳איז גארנישט מער א ישיבה ווי בארא פארק. גראדע שטעלט די געגנד׳ס פארוואלטונג צו בתי מדרשים צו לערנען, און גראדע טייל פון די בתי מדרשים וואס ווערן פינאנצירט דורך די פארוואלטונג האבן ניטאמאל דעם שילד ״ישיבת מיר״ אויפ׳ן טיר, א שטייגער ווי סלאנים און פינסק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: בחורים אין ישיבת מיר
ס'איז א ריזיגע חילוק, בעת ווען א בחור איז איינגעשריבן אין מיר (וואס איז כהיום די וועג וויאזוי מ'קען לערנען אין א מירער ביהמ''ד אינקלודינג פינסק) און ער איז אין א איינגעשריבענע דירה (וו.מ. א דירה ווי רוב עולם איז איינגעשריבן אין מיר) קען ער נישט זיין צו פויגל'דיג עכ''פ נישט אויף קיין מאסשטאבליכן פארנעם ווי גאנצעטע דירות וואס זאלן גיין מיט מיידלעך, משא''כ ווען מ'איז נישט אין א מירער דירה.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך כאפ נישט פונקטליך די אונטערשייד צווישן חבורות וואס זענען פלאצירט אין בתי מדרשים וואס האבן אויפ׳ן טיר א שילד ״ישיבת מיר ירושלים״ און די חבורות וואס זענען פלאצירט אין אנדערע בתי מדרשים. גאנץ מיר באשטייט פון חבורות, ס׳נישט דא קיין צענטראלע הנהגה צו וואס מ׳קען זיך צושטעלן אפילו אויב מ׳וויל. מיר איז נישט קיין ישיבה, ס׳איז א געגנד וואו ס׳דא אסאך בתי מדרשים, ס׳איז גארנישט מער א ישיבה ווי בארא פארק. גראדע שטעלט די געגנד׳ס פארוואלטונג צו בתי מדרשים צו לערנען, און גראדע טייל פון די בתי מדרשים וואס ווערן פינאנצירט דורך די פארוואלטונג האבן ניטאמאל דעם שילד ״ישיבת מיר״ אויפ׳ן טיר, א שטייגער ווי סלאנים און פינסק.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
זעהט אויס אז כ׳האב נישט גוט פארשטאנען, כ׳האב פארשטאנען אז די רעדע איז פון חבורות פון בחורים וואס לערנען נאר אפשר נישט אין מיר, כנראה רעדט מען פון חבורות פון בחורים וואס וואוינען אין איין דירה און אפשר אמאל לערנען זיי אין מיר... בכל אופן, אפילו אויב ס׳זאל זיין אמת אז בחורים אין מיר פירן זיך אויף ווי די גיבורי התנ״ך בשעתם כאפ איך נישט מה כל הרעש, די זעלבע בחורים וואס אין ישיבה אין ניו יארק האבן זיי עוסק געווען אין משכב זכור זיי זענען די זעלבע בחורים וואס גייען שפעטער קיין ישראל נאכלויפן מיידלעך, דאס איז לכולי עלמא אן upgrade, נישט אזוי?
אויסערדעם בין איך נייגעריג צו ס׳ווערן אויך שידוכים פון דיזע באגעגענישן, אויב יא קען זיין אז נאך אלעם לוינט זיך עס.
אויסערדעם בין איך נייגעריג צו ס׳ווערן אויך שידוכים פון דיזע באגעגענישן, אויב יא קען זיין אז נאך אלעם לוינט זיך עס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
Re: בחורים אין ישיבת מיר
די האסט געלערענט אין ארץ ישראל ? אין מיר ? ביזט שוין אמאל געווען אין ירושלים? עס איז כמעט נישט דא קיין ישיבה אין אמעריקא ווי א 18 יעריגע בחור קען גיין און קומען בייטאג אדער ביינאכט ווי קיין איינער האלט נישט קיין חשבון אויף אים, אפגערעדט פון שבתים פארן בארדענען אין דערפלעך אין קיבוצים, אדער סתם אין ירושלים פון פרייטאג ביז זונטאג, און קיינער קען אים נישט און דארף זיך נישט שעמען פון קיינעם, טו מיר א גענאדע , איך האלט בשיטה די נומבערס זענען אסאך מער ווי מען מיינט, דא פיל בחורים וואס האבן אפגעזינדיגט און געמאכט א שווייג און מער נישט געטין וכולי וכולי , די סיבה איז פארוואס אזוי ווייניג פאלן אוועק איז וועגן סאיז אזוי אן קיין פרעשור אדער פיער פרעשור אז ער קען טין אלעס אין די וועלט מיט די לאנגע וואלענע ציצית און די באן פארט ווייטער , די אלע זאכן איז אסאך שווערער אין אמעריקע, אין אמעריקא על פי רוב וויסן אז עפעס טויג נישט מיט דעם בחור אין מען וועט אים דורס זיין , אוטאמאטיש פאלט די בחור אוועק , בקיצור עס האט מעלות און חסרונות , יעדע אינגערמאן וואס האט געלערענט אין ארץ ישראל קען מען דערקענען על פי רוב אויף די נאז, זיי האבן א געוויסע סארט אפען מיינדעד מוח וואס כמעט קיין איין אמעריקאנע בחור האט .תוהו ובוהו האט געשריבן:ס'איז א ריזיגע חילוק, בעת ווען א בחור איז איינגעשריבן אין מיר (וואס איז כהיום די וועג וויאזוי מ'קען לערנען אין א מירער ביהמ''ד אינקלודינג פינסק) און ער איז אין א איינגעשריבענע דירה (וו.מ. א דירה ווי רוב עולם איז איינגעשריבן אין מיר) קען ער נישט זיין צו פויגל'דיג עכ''פ נישט אויף קיין מאסשטאבליכן פארנעם ווי גאנצעטע דירות וואס זאלן גיין מיט מיידלעך, משא''כ ווען מ'איז נישט אין א מירער דירה.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך כאפ נישט פונקטליך די אונטערשייד צווישן חבורות וואס זענען פלאצירט אין בתי מדרשים וואס האבן אויפ׳ן טיר א שילד ״ישיבת מיר ירושלים״ און די חבורות וואס זענען פלאצירט אין אנדערע בתי מדרשים. גאנץ מיר באשטייט פון חבורות, ס׳נישט דא קיין צענטראלע הנהגה צו וואס מ׳קען זיך צושטעלן אפילו אויב מ׳וויל. מיר איז נישט קיין ישיבה, ס׳איז א געגנד וואו ס׳דא אסאך בתי מדרשים, ס׳איז גארנישט מער א ישיבה ווי בארא פארק. גראדע שטעלט די געגנד׳ס פארוואלטונג צו בתי מדרשים צו לערנען, און גראדע טייל פון די בתי מדרשים וואס ווערן פינאנצירט דורך די פארוואלטונג האבן ניטאמאל דעם שילד ״ישיבת מיר״ אויפ׳ן טיר, א שטייגער ווי סלאנים און פינסק.
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: בחורים אין ישיבת מיר
איך האב געלערנט אין מיר א שיינע פאר יאר, און כ'ווייס נישט פון אזעלכע מעשיות. קען זיין עס איז געווען, אבער זיכער נישט קיין באקאנטע זאך.
א עוורעדזש בחור האט מיט דעם גארנישט איינגעלייגט (עכ"פ מער ווי אין ב"פ).
לגבי חבורות ווס. מיר, האט שוין רביה"ק ארויסגעברענגט אז "מיר" גיבט גארנישט מער ווי די אנדערע חבורות חוץ פון נאכטמאל. דהיינו א איינגעשריבענע בחור האט כהיום קיין ברעקל מער איבערזיכט ווי אנדערע (יא, אפי' מיט'ן זיין אין אן אפיציעלע איינגעשריבענע דירה - נאר געווענליך די וואס זענען אין די סארט דירות זענען מער פרום). און סמארטפאונס אדער טיווי שאוס אויף די פליפ פאון איז דא ביי ביידע אייניג.
אויב עפעס האבן די נישט מיר'ער חבורות א מעלה אז די ראש החבורה איז מער נאנט מיט יעדעם פערזענליך און קען העלפן (ווענד זיך ווי א חבורה). משא"כ אין מיר ווי רוב בחורים האבן נישט קיין פערזענליכע קשר מיט'ן מגיד שיעור / ראש החבורה און די ראש החבורה האט נישט צופיל מיט די בני החבורה חוץ פון זאגן שיעור.
א עוורעדזש בחור האט מיט דעם גארנישט איינגעלייגט (עכ"פ מער ווי אין ב"פ).
לגבי חבורות ווס. מיר, האט שוין רביה"ק ארויסגעברענגט אז "מיר" גיבט גארנישט מער ווי די אנדערע חבורות חוץ פון נאכטמאל. דהיינו א איינגעשריבענע בחור האט כהיום קיין ברעקל מער איבערזיכט ווי אנדערע (יא, אפי' מיט'ן זיין אין אן אפיציעלע איינגעשריבענע דירה - נאר געווענליך די וואס זענען אין די סארט דירות זענען מער פרום). און סמארטפאונס אדער טיווי שאוס אויף די פליפ פאון איז דא ביי ביידע אייניג.
אויב עפעס האבן די נישט מיר'ער חבורות א מעלה אז די ראש החבורה איז מער נאנט מיט יעדעם פערזענליך און קען העלפן (ווענד זיך ווי א חבורה). משא"כ אין מיר ווי רוב בחורים האבן נישט קיין פערזענליכע קשר מיט'ן מגיד שיעור / ראש החבורה און די ראש החבורה האט נישט צופיל מיט די בני החבורה חוץ פון זאגן שיעור.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 207
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
- געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל
moody האט געשריבן:בן נון האט געשריבן:איך האב יעצט באגעגנט די אשכול איך האב נישט געקענט גלייבן אז עס זענען דא אזאלעכע מענטשן וואס שעימען זיך נישט צו שרייבן אזאלעכע הוילע לופטיגע דימיונת וואס זיי חלוםן בהקוץ נישט נאר איז עס זייער נישט אקוראט נאר עס האט נישט אפי’ א שמץ של אמת
אלס א מירער תלמיד פון די לעצטערע יארן וויל איך נישט און איך קען נישט לאזן אז מענטשן זאלן מיינען אז עס איז דא אפעס אמת און די אלע ל”ה והצאות שם רע איטס אלל בעלאוני א נעכטיגן טאג נישט געשטויגען און נישט געפלויגן סהייבט זיך נישט אהון און סלאזט זיך נישט אויס
מיר איז א פלאץ איינס און דער וועלט ווי פרחים שלא נפתחו עיניהם ווערן מענטשן במלא מובן המילה אבער עבירות מאן דכר שמיי איך האב מיך געדרייט און אלע חבורות אפי’ מיט די אזוי גערופענע ”שוואכערע” און עס הייבט זיך נישט אהן
אוודא איז דא אוי טי די חברה וואס עס איז זיי באקוועם און א”י אבער זיי זענען נישט צומגעפונען אין די 20 מייל ארום די ישיבה און האבן נישט קיין שום דערעקטע שייכת מיט די בחורי הישיבה והמפרסם אין צריך ראיה אז מיר איז א פלאץ ווי בחרים שטייגן ברוחנית ובגשמיות ותי לא מידי
דער כלל איז "לא ראינו אינו ראי'", ע"כ האט דער וואס האט יא געזעהן מער נאמנות, פערזענליך בין איך אויך גאנץ זיכער אז זנות צווישען אמעריקאנע בחורים מאכט זיך עפטער אין א"י'דיגע ישיבות, איך קען מעשיות וואס איך גלייב שווער אז עס וואלט פסירט אין נ.י..
נאר, מען דארף מחשב זיין שכר נגד הפסד אזויווי יעדע דעסיזשען אין לעבן וויפיל די טשאנסען זענען אז די בחור וועט געבויעט ווערן קעגן קאליע גיין חלילה
אבער ווען איינער שרייט כו”ע ידעי, יעדער ווייסט, איז נישט שייך די כלל פון לא ראינו אינו ראי'. אלס א מירער תלמיד וואס האט זיך געדרייט און געפרייט וואלט איך ווען געוויסט אויב די מצב וואלט ווען געווען אזוי געפערליך.
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 207
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
- געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל
מיר האבן דא א גאנצע ליסטע פון מירער בחורים וואס שרייען להד”ם אנטקעגן אפאר מענטשן וואס זאגן אז זיי האבן געהערט כלי שלישי ( ראשון?) אז יעדער זעט און יעדער ווייסט אז יעדער טוט וואס דאס איז א אומפארשעמטער שקר וואס איז ווערט צו פארדאמען
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: בחורים אין ישיבת מיר
פאליטיקאנט האט געשריבן: דהיינו א איינגעשריבענע בחור האט כהיום קיין ברעקל מער איבערזיכט ווי אנדערע
נישט אינגאנצן ריכטיג.
כהיום עקזיסטירט א געוויסע סארט לחץ, אן איינגעשריבענע בחור האט א פראבלעם זיך צו דרייען מיט א סמארטפאן ברבים, און ראזמארין לייגט פרעשור אויף נייע בחורים נישט צו זיין אין א דירה וואס האבן נישט איינגעשריבענע, זעכער אויב מ'האט אפיציעל סמארטפאנס.
וואס ס'פאסירט געווענליך איז, אז נאך א שטיק צייט אין מיר כאפט מען אז מ'צאלט שכר לימוד פאר גארנישט, אין ביהמ''ד איז מען סייווי נישט דורכאויסן טאג (אויב עפעס ביינאכט אין מרכזי..) אין עסן עסט מען אויך נישט דארט, שרייבט מען זיך אויס, וואס אין אזא דירה וועלן געווענליך נאכדעם אריינקומען נאר חתנים/נישט איינגעשריבענע בחורים.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
moneyminded האט געשריבן:האסט געלערענט אין ארץ ישראל? אין מיר? ביזט שוין אמאל געווען אין ירושלים? עס איז כמעט נישט דא קיין ישיבה אין אמעריקא ווי א
18 יעריגע בחור קען גיין און קומען בייטאג אדער ביינאכט ווי קיין איינער האלט נישט קיין חשבון אויף אים, אפגערעדט פון שבתים פארן בארדענען אין דערפלעך אין קיבוצים, אדער סתם אין ירושלים פון פרייטאג ביז זונטאג, און קיינער קען אים נישט און דארף זיך נישט שעמען פון קיינעם, טו מיר א גענאדע , איך האלט בשיטה די נומבערס זענען אסאך מער ווי מען מיינט, דא פיל בחורים וואס האבן אפגעזינדיגט און געמאכט א שווייג און מער נישט געטין וכולי וכולי , די סיבה איז פארוואס אזוי ווייניג פאלן אוועק איז וועגן סאיז אזוי אן קיין פרעשור אדער פיער פרעשור אז ער קען טין אלעס אין די וועלט מיט די לאנגע וואלענע ציצית און די באן פארט ווייטער , די אלע זאכן איז אסאך שווערער אין אמעריקע, אין אמעריקא על פי רוב וויסן אז עפעס טויג נישט מיט דעם בחור אין מען וועט אים דורס זיין , אוטאמאטיש פאלט די בחור אוועק , בקיצור עס האט מעלות און חסרונות , יעדע אינגערמאן וואס האט געלערענט אין ארץ ישראל קען מען דערקענען על פי רוב אויף די נאז, זיי האבן א געוויסע סארט אפען מיינדעד מוח וואס כמעט קיין איין אמעריקאנע בחור האט.
טאקע נישטא קיין שום סיבה צו שיקן אן אכצן יעריגע "פיינע בחור" קיין ישראל, און לפי ידיעתי האלט קיינער נישט דערפון.
די גאנצע ענין איז בעיקר פאר עלטערע בחורים וואס ווי געשמועסט איז סתם אזוי נישטא קיין זאכליכע אלטערנאטיוון אין אמעריקע, אדער פאר אינגע בחורים וואס מ'פרובירט אוועקשיקן פון דער היים....
יעצט אויף די יארגאנג איז פשוט אז סגייט נישט זיין קיין איבערזיכט אויף זיי. און כ'האב נייעס פאר אייך אז ווען זיי בלייבן אין אמעריקע מאכט מען די זעלבע (אדער ערגערע) 'ראוד טריפס' און 'וויקענד קעמפינג' ווי די שבתים וואס די שרייבסט אין מושבים....
ווי ווייט איך זע זענען עלטערע בחורים וואס בלייבן אין אמעריקע אסאך ערגער אין רוחניות ווי די וואס זענען אין חבורות אין ירושלים. דארט האלט מען ביי מאוויס, שאוס, און ספארטס. דא איז ליידער דא גאנץ אסאך וואס זענען שוין מחללי שבתים (!). אזוי אויך די באנוץ פון דראגס ('בעיקר' וויד) איז שטארק נפוץ ביי די בחורים אין אמעריקע משא"כ בישראל.
כ'האלט אז די מעלות פון שיקן לערנען אין ירושלים טוען גאר שטארק איבערוועגן די חסרונות, און לאמיר נישט פארגעסן אז דאס איז אויך די רצון פונעם בחור (וואס איז אומבאקוועם אינדערהיים, און אין בית המדרש) וואס העכער די צוואנציג מעג מען זיך שוין רעכענען מיט עם אויך.
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: בחורים אין ישיבת מיר
תוהו ובוהו האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן: דהיינו א איינגעשריבענע בחור האט כהיום קיין ברעקל מער איבערזיכט ווי אנדערע
נישט אינגאנצן ריכטיג.
כהיום עקזיסטירט א געוויסע סארט לחץ, אן איינגעשריבענע בחור האט א פראבלעם זיך צו דרייען מיט א סמארטפאן ברבים, און ראזמארין לייגט פרעשור אויף נייע בחורים נישט צו זיין אין א דירה וואס האבן נישט איינגעשריבענע, זעכער אויב מ'האט אפיציעל סמארטפאנס.
אזוי פלעגט טאקע זיין ווען ראזמארין האט נאך געהאט א כח, אבער די לעצטע פאר יאר איז ווי כ'האב געשריבן (דהיינו די וואס רעכענען זיך מיט עם זיי זענען די פרומע וואס וואלטן סתם אזוי נישט געהאט קיין סמארטפאון)
תוהו ובוהו האט געשריבן:וואס ס'פאסירט געווענליך איז, אז נאך א שטיק צייט אין מיר כאפט מען אז מ'צאלט שכר לימוד פאר גארנישט, אין ביהמ''ד איז מען סייווי נישט דורכאויסן טאג (אויב עפעס ביינאכט אין מרכזי..) אין עסן עסט מען אויך נישט דארט, שרייבט מען זיך אויס, וואס אין אזא דירה וועלן געווענליך נאכדעם אריינקומען נאר חתנים/נישט איינגעשריבענע בחורים.
אמת, און דאס ברענגט טאקע ארויס וואס כ'האס געשריבן אז מיר 'אפפערט' גארנישט מער פאר א זוינע סארט בחורים ווי די ארומיגע חבורות, און דערפאר טאקע גייט מען ארויס נאך א פאר זמנים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: בחורים אין ישיבת מיר
פאליטיקאנט האט געשריבן:אזוי פלעגט טאקע זיין ווען ראזמארין האט נאך געהאט א כח, אבער די לעצטע פאר יאר איז ווי כ'האב געשריבן (דהיינו די וואס רעכענען זיך מיט עם זיי זענען די פרומע וואס וואלטן סתם אזוי נישט געהאט קיין סמארטפאון)
כ'ווייס נישט פונקט וואס דו מיינסט מיט 'פרומע בחור'..
איך רעד פון א דורכשניטליכע בחור וואס גייט אויף מיר מיט א חשבון צוגיין אין א ישיבה (ער קומט לפחות דעם ערשטן זמן נאכמיטאג סדר אין ביהמ''ד בקביעות..) איז גילטיג דאס וואס איך שרייב.
וואס טוט זיך כהיום מיט ראזמארין ספעציפיש ווייס איך נישט.. אדרבה, דו ווייסט צו ער איז נאך אינוואלד? אויב נישט, האט אים איינער איבערגענומען?
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
Re: בחורים אין ישיבת מיר
פרומע בחור איז שווער צו מגדיר זיין, געוואלט געזאגט אזא סארט וואס האט א פראבלעם מיט א סמארטפאון לכתחילה.
כ'ווייס נישט וואס גייט פאר מיט ראזמארין, איך בין שוין אויך נישט דארט.
נאך א פונקט אין די נושא פון מיר / דערנעבענדע חבורות. א גרויס חלק "געהעריגע" איינגעשריבענע מירער בחורים, אפי' פון די מער פרומערע (אן סמארטפאונס) זענען אויך אין חבורות אינדערויסן פון מיר.
כ'ווייס נישט וואס גייט פאר מיט ראזמארין, איך בין שוין אויך נישט דארט.
נאך א פונקט אין די נושא פון מיר / דערנעבענדע חבורות. א גרויס חלק "געהעריגע" איינגעשריבענע מירער בחורים, אפי' פון די מער פרומערע (אן סמארטפאונס) זענען אויך אין חבורות אינדערויסן פון מיר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: בחורים אין ישיבת מיר
איך וואלט געזאגט אז יעדער דורכשניטליכע בחור האט א פראבלעם מיטן אימעזש פון זיין ''א בחור מיט א סמארטפאן'' און קיינער האט נישט קיין פראבלעם מיט א סמארטפאן זעלבסט.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך ווייס אויך נישט וואס טוט זיך היינט אבער אין מיינע צייטן זענען רוב חסידישע בחורים נישט געבליבן פאר מער פון איין זמן, א גרויס טייל זענען שוין געקומען אלס חתנים, די איבעריגע זענען געווארן חתנים דורכאויס׳ן זמן, אפשר א פערטל חסידישע בחורים פלעגן בלייבן פאר נאך א זמן. איך האב געלערנט (יא געלערנט) אין מיר אפאר יאר, איך געדענק ווי יעדע אנפאנג זמן איז אנגעקומען א פרישע שיפמענט פון אפאר הונדערט אפרוחים שלא נפתחו עיניהם און א יאר שפעטער זענען שוין כמעט אלע פון זיי געווען צוריק אין אמעריקע, איך גלייב נישט אז פון די בחורים רעדט מען, קוים וואס זיי האבן געוואוסט וואס א סמארטפאון איז, די ווייטסטע וואס זיי זענען אנגעקומען איז געווען אין א קאמפיוטער קיאסק. ווייטער א בחור וואס איז שוין געווען אין מיר א יאר און א האלב פלעגט מען שוין נישט זעהן פאר די אויגן, יא, ס׳געווען עפעס חבורות פון אמונת ישראל צו סטאלין צו אנדערע וואס האבן געהאט אייגענע משגיחים וואס יענע בחורים האבן געקענט אנהאלטן פאר לאנגע יארן, אבער דאס איז געווען ממש געציילטע, א געווענליכע בחור האט זיך נישט געהאלטן אזוי לאנג אין שכונת מיר (מלפנים שכונת בית ישראל). וואו פונקטליך די חברה פלעגן זיך דרייען ווייס איך נישט, אבער צומאל ווען ס׳געווען שניצל פאר מיטאג, אדער ווען דער ראש ישיבה האט צאמגערופן אלע חסידישע בחורים פאר א שבת סעודה האט מען געקענט פלוצלונג זעהן גאנצעטע גרופעס פון בחורים זיך אנרוקן וואס איך האב געמיינט אז זיי זענען שוין לאנג צוריק אין אמעריקע, והנה, זיי זענען דא מיט א פרישקייט, פון וואו זיי האבן ארויסגעשפראצט ווייסט איין באשעפער. די חברה האבן שוין יא אפשר געהאט סמארטפאונס, אבער מיט מיידלעך האבן זיי נישט געהאט קיין שייכות, זיי האבן נאר געוואוסט צו פארציילן פון אנדערע. וואס יא, אין די געגנטער ארום מיר פלעגן זיך דרייען אסאך בחורים, רוב פון זיי איזראעלי שבאבניקים, אבער גענוג אמעריקאנע בחורים אויך, ווען איך פלעג פארן קיין צפת אדער זיך דרייען אין שוק מחנה יהודה צו מדרחוב בצלאל פלעג איך קענען אנטרעפן די חברה. די חברה האבן זיך געקענט ארומדרייען מיט סקיני דשיענס און א הודי סתם אין א גרינעם דינסטאג, גאנצעטע שיירות פלעגן ארויספליען יעדן שני וחמישי קיין אוקראינע און מזרח אייראפע און צוריקקומען מיט שלל פון געשווערצע ציגארטעלעך, פאונס, דראגס, און אנדערע חאזעריי און עס פארקויפן פאר גוט געלט, מן הסתם פון זיי רעדט מען.
דאס וואס אנדערע שווערן זיך אז געוויסע ניקים האבן זיי אליינס געזאגט אין פריוואט וויפיל מיידלעך זיי האבן געקנאקט אין מיר, דארף מען וואוסן אז ס׳דא מענטשן וואס האבן אן עדדיקשן צו די סארט פאנטאזיעס. אמאל פלעגן זיך די פאנטאזירער האבן וואו אויסצוגעבן, היינט ווען פאליש איז שוין פארמאכט און ווערצהויז האט שוין אויך פארשלאסן אירע טויערן קומען זיי דא אין שטיבל פארדרייען מענטשן א קאפ אין אישי.
דאס וואס אנדערע שווערן זיך אז געוויסע ניקים האבן זיי אליינס געזאגט אין פריוואט וויפיל מיידלעך זיי האבן געקנאקט אין מיר, דארף מען וואוסן אז ס׳דא מענטשן וואס האבן אן עדדיקשן צו די סארט פאנטאזיעס. אמאל פלעגן זיך די פאנטאזירער האבן וואו אויסצוגעבן, היינט ווען פאליש איז שוין פארמאכט און ווערצהויז האט שוין אויך פארשלאסן אירע טויערן קומען זיי דא אין שטיבל פארדרייען מענטשן א קאפ אין אישי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאס וואס אנדערע שווערן זיך אז געוויסע ניקים האבן זיי אליינס געזאגט אין פריוואט וויפיל מיידלעך זיי האבן געקנאקט אין מיר, דארף מען וואוסן אז ס׳דא מענטשן וואס האבן אן עדדיקשן צו די סארט פאנטאזיעס. אמאל פלעגן זיך די פאנטאזירער האבן וואו אויסצוגעבן, היינט ווען פאליש איז שוין פארמאכט און ווערצהויז האט שוין אויך פארשלאסן אירע טויערן קומען זיי דא אין שטיבל פארדרייען מענטשן א קאפ אין אישי.
איך בעט אייך איבער, אבער איך בין נישט קיין פאנטאזירער. איך וואוין אין ירושלים און איך זעה גאר אפט די ערשיינונג אויף רחוב יפו און אין שוק - זיצן צוויי שאבאבניק'טעס אין א באר און טרונקען, און עטליכע אמעריקאנע בחורים האלטן זיי אונטער מיט וויצן אויף א גרייזיגער ענגליש. עס זעט טאקע אויס גאר נאריש, א גרופע פון פינף מירע בחורים (נישט מיט קיין כאלאטן טאקע, אבער מיט קרית יואל'ע מחילות) שטייען איבערגעבויגן און קוקן זיך איין אין די הוד יפיה'ס פון די מוידן, אבער דאס איז די מציאות. און דאס איז חוץ פון דעם וואס ווען איך האב געלערנט אין מיר איז עס בכלל נישט געווען קיין סוד...
סתם קליינע אנעקדאטן וועלכע זענען געווען גאר פאפולער אין מיינע צייטן אין מיר: עס זענען געפארן א גרופע פון עטליכע בחורים קיין צפת אויף שבת און מען האט געדינגען א גרויסע דירה מיט א סווימינג פול, איז פונקט אויסגעקומען אז עטליכע אמעריקאנע מיידלעך פון א סעמינאר האבן אויך געדינגען א דירה אויף די זעלבע גאס. עס האט נישט געדויערט לאנג ביז ווען עס האט פאסירט א שטיקל שידוך צווישן די צוויי גרופעס, און אויף מוצאי האט מען שוין געפראוועט הבדלה און מלוה מלכה אינאיינעם. מיר גייט עס נישט קיין סאך אן, אבער א שאד צו לייקענען אז די זאכן זענען נישט קיין אפטע ערשיינונגען ווען עס איז אזוי גרינג צו געוואויר ווערן.
א אנדערע מעשה וואס איך געדענק איז געווען איינמאל ווען עס זענען געפארן א גרופע בחורים אויף שבת צו א מושב אין שומרון, און דארטן זענען געווען עטליכע עלנדע מוידן וואס זענען אהין פארוואגלט געווארן, איך האב נישט קיין אהנונג פון וואו, אבער זיי האבן גערעדט א היימישע ענגליש, און אינמיטן שבת האבן עטליכע תושבים באשלאסן צו מאכן אן עק צו די פאסירונגען און זיי האבן פארפירט א גאנץ שבת, און אויף מוצאי האבן זיי פשוט ארויסגעטריבן די בחורים פון דארף כמעט מיט שלעק.
און וואס איז מיט די נסיעות קיין אמסטערדאם און אוקריינע... דאס ווייס איך נישט צופיל אבער איך האב גענוג געהערט אין מיינע צייטן.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
זאגסט דאך פונקט די זעלבע זאך ווי מיר, איך האב נישט געקנאקט, דו האסט נישט געקנאקט, קיינער וועם אונז קענען פערזענליך האט נישט געקנאקט, איינער וואס זאגט דיר אין אישי אז ער האט געקנאקט מיידלעך איז א פאנטאזירער. די מירע פאלקלאר וואס דרייט זיך ארום מיינען נישט אונז, ס׳מיינט א געוויסע עלעמענט וואס כל רואיהם יכירום כי הם זרע ברך השם, דאס איז אויסער דעם וואס א גרויס טייל פון די מעשיות זענען פרי דמיונם פון בחורישע הארמאונען וואס די בארד דערפון ווערט לענגער און לענגער מיט יעדער בחור וואס פארציילט דאס. און אז מ׳רעדט שוין פון פאלקלאר געדענק איך אז מיט איבער צעהן יאר צוריק האט זיך ארומגעדרייט א מעשה אין די ישיבות אז ס׳געווען א גרופע פון בחורים און מיידלעך וואס זענען געפארן אין די קעטסקיללס ערגעץ און זיי זענען געווען אינוואלווד אין אן עקסידענט און ווען הצלה איז אנגעקומען איז געווען גרויסע בושות, צו ס׳איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, ס׳איז לכאורה אזוי אמת ווי אלע אנדערע פאלקלאר וואס בחורים פארציילן, ס׳נאר אינטערעסאנט אז פון ווען איך און מיינע נאנטע חברים האבן חתונה געהאט און איך דריי מיך מער נישט אזוי מיט בחורים האב איך אויפגעהערט הערן אזעלכע מעשיות...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 278
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל
א רגע. און דאס אז זוממער איז לעבעדיג אין שטאט, ווען בלויז די מענער מיט די עלטערע מיידלעך בלייבן אליין צוליב די ארבעט, ביסטו מודה אז עס איז א פראבלעם, אדער דארט לייקנסטו אויך אז ס'איז נישט געפערליך.
איך פרעג, ווייל מענטשן האבן נישט ליב צו גלויבן דאס וואס זייערע אויגן זעהען נישט. אויב דו זעסט דא א פראבלעם, קענסטו רואיג זיין אז די הארמאנען אין ארץ-ישראל זענען נישט אנדערש ווי די אין אמעריקע.
איך פרעג, ווייל מענטשן האבן נישט ליב צו גלויבן דאס וואס זייערע אויגן זעהען נישט. אויב דו זעסט דא א פראבלעם, קענסטו רואיג זיין אז די הארמאנען אין ארץ-ישראל זענען נישט אנדערש ווי די אין אמעריקע.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
Re: בחורים אין ישיבת מיר
איך מיז דיר געבן א לייק פאר'ן אזוי שטארק ממליץ טוב פאר אידישע קינדער !רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זאגסט דאך פונקט די זעלבע זאך ווי מיר, איך האב נישט געקנאקט, דו האסט נישט געקנאקט, קיינער וועם אונז קענען פערזענליך האט נישט געקנאקט, איינער וואס זאגט דיר אין אישי אז ער האט געקנאקט מיידלעך איז א פאנטאזירער. די מירע פאלקלאר וואס דרייט זיך ארום מיינען נישט אונז, ס׳מיינט א געוויסע עלעמענט וואס כל רואיהם יכירום כי הם זרע ברך השם, דאס איז אויסער דעם וואס א גרויס טייל פון די מעשיות זענען פרי דמיונם פון בחורישע הארמאונען וואס די בארד דערפון ווערט לענגער און לענגער מיט יעדער בחור וואס פארציילט דאס. און אז מ׳רעדט שוין פון פאלקלאר געדענק איך אז מיט איבער צעהן יאר צוריק האט זיך ארומגעדרייט א מעשה אין די ישיבות אז ס׳געווען א גרופע פון בחורים און מיידלעך וואס זענען געפארן אין די קעטסקיללס ערגעץ און זיי זענען געווען אינוואלווד אין אן עקסידענט און ווען הצלה איז אנגעקומען איז געווען גרויסע בושות, צו ס׳איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, ס׳איז לכאורה אזוי אמת ווי אלע אנדערע פאלקלאר וואס בחורים פארציילן, ס׳נאר אינטערעסאנט אז פון ווען איך און מיינע נאנטע חברים האבן חתונה געהאט און איך דריי מיך מער נישט אזוי מיט בחורים האב איך אויפגעהערט הערן אזעלכע מעשיות...
די ביזט געווענליך דער וואס רייסט אראפ כל הקדוש לנו און ווי אונזער סיסטעם איז דורעכגעפוילט, פונקט דא איז אלעס פיין און וואיל, איך שיק דיך אריבער א קיש , די ווילסט טאקע אז ניקים זאלן שרייבן דא ברחל בתך אז זיי האבן געקנאקט?
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:א רגע. און דאס אז זוממער איז לעבעדיג אין שטאט, ווען בלויז די מענער מיט די עלטערע מיידלעך בלייבן אליין צוליב די ארבעט, ביסטו מודה אז עס איז א פראבלעם, אדער דארט לייקנסטו אויך אז ס'איז נישט געפערליך.
איך ווייס זייער גוט אז ס׳טוט זיך לעבעדיג, נישט נאר אין די זוממער נאר אגאנץ יאר, אבער ווי ווייט איך בין באקאנט איז עס א געוויסע סארט עלעמענט, אדער מענטשן וואס טשיעטן ווייל זיי זענען ברוגז אויף זייער spouse, אן average אינגערמאן בין איך נישט חושד אין די זאכן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לכבוד שבת קודש האט געשריבן:א רגע. און דאס אז זוממער איז לעבעדיג אין שטאט, ווען בלויז די מענער מיט די עלטערע מיידלעך בלייבן אליין צוליב די ארבעט, ביסטו מודה אז עס איז א פראבלעם, אדער דארט לייקנסטו אויך אז ס'איז נישט געפערליך.
איך ווייס זייער גוט אז ס׳טוט זיך לעבעדיג, נישט נאר אין די זוממער נאר אגאנץ יאר, אבער ווי ווייט איך בין באקאנט איז עס א געוויסע סארט עלעמענט, אדער מענטשן וואס טשיעטן ווייל זיי זענען ברוגז אויף זייער spouse, אן average אינגערמאן בין איך נישט חושד אין די זאכן.
רוב אינגעלייט קנאקן טאקע נישט, אבער א שיינע צאל אינגעלייט צייכענען זיך נישט אויס אין ערליכקייט. איך ווייס אבער נישט אויב די וויליאמסבורגע מוידן מיט די גרויע צעפ זענען אינטערסירט קנאקירט צו ווערן דורך די אינגעלייטלעך.