קופערניקוס האט געשריבן:אין די וואונדערבארע אשכול "מימיני מיכאל ומשמאלי גבריאל" האט דער שרייבן קונסטלער און חכם בענזשאמין פרענקלין געשריבן א הערליכע מייסטער ווערק, ווי ער האט מייסטערהאפטיג אפגעמאלן די צוויי סארטן קנעכט, די עבדי הזמן, די לינקע גבריאל'ס וואס אין להם בעולמם אלא די אייפאון בלבד. בענדזשאמין מאלט אים אפ "ער איז פון די יעניגע וואס זייערע ווייבער גייען מיט א טבעת אינעם טבור, און גיב עס נאך א פאר יאר איז ער אויף דר. פילל'ס שאוי און בארעדט אלע פרומע".
און די רעכטע מיכאל'ס וואס קלאפט זיך נאך אין בייכל שישו מעי פון די לעצטע ליל הסדר, ער ווייסט נישט פון קיין חכמות, ער לעבט א פרום לעבן לויט די מאמענטאלע קאפריזן פון זיין סעקטעס טאן געבער. בענדזשאמין טיטולירט אים "ער איז פון די סארט אידן וואס דער יצר הרע האט איבערגעהיפט אזוי ווי דער אייבישטער האט איבערגעהיפט די אידישע הייזער פסח ביי נאכט. ס'איז ביי אים לבו חלל בקרבו. דער יצר הרע איז ביי אים איז טויט. געשטארבן. געפייגערט."
אינמיטן לעבט בענדזשאמין ווי, ער משל'ט זיך אפ "א אָבל צווישן חתנים. דער מימיני מיכאל איז פריילעך און צופרידן ער האט געשוואוירען טרייהייט פארן רעכטן עקסטרעמע לאגער און קוקט נישט צוריק, ער איז צופרידן מיט זיין אבאמא פאון. און ווילאנג מען דארף נישט עפלייען פאר פאוד-סטעמפס אנ-ליין איז אלעס בסדר. און דער משמאלי גבריאל איז אויך אויף א הֵיי, ער איז ראשון ורובו אינעם לינקן לאגער, ער לאכט פונעם פרומער מיט אזא מין לאך וואס חז"ל האבן גע'אסר'ט זינט חורבן בית שני. אבער איך בין עפעס נישט אהער און נישט אהין. איך זיץ מיט מיין פאון וואס איז מיט איין פיס אינעם נייעם מילעניום און דער אנדער פיס איז נאך ערגעץ אינעם מיטעל אלטער. ס'איז נישט אויף קידוש און נישט אויף הבדלה. איך קען מיך נישט אידענטיפיצירן נישט מיטן מיכאל און נישט מיטן גבריאל. דער גאנצער מצב דערמאנט מיך אין דאס וואס רבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: לא איברי עולם הזה אלא ל'אחר' ולא איברי עולם הבא אלא ל'חנינא בן דוסא', אלע אינדערמיט זאלן גיין קלאפן בַּארן..... דעם געפיל וואס די נפילים האבן געשפירט ווען זיי זענען געפאלן פון הימל און געבליבן הענגען צווישן שמים וארץ."
וויאזוי קען מען זיין אזוי זיכער אז די "מימיני מיכאל" אידן, וויאזוי דער פותח האשכול רופט זיי, זענען נישט גערעכט מיט זייער לעבענס שטייגער? ביי מיר איז עס א חלק פונם ספק,
למעשה זענען זיי דאך די מערסטע "חרדים", ציטערערס פין עבירות. די מערסטע ענליך צום דרך פון שערי תשובה/ראשית חכמה/קו הישר וואס עקזיסטירט. אויב גייט מען פולקאם מיט די "עולם הזה דומה לפרוזדור" דאקטרינא, זעזען זיי היפש גערעכט.
פון די אנדערע זייט ווי קען מען זיכער זיין אז די חברה וואס האקען א לעבן די "משמאלי גבריאל'ס" פארפאסן עפעס אויב איז תורה ומצות אין חלק פו די ספק עקוועדשן?
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהאט די אלע ספיקות, מיך אינטערעסירט א בוידעם וואס די תכלית איז, צו סאטמאר 2020 איז גערעכט צו רמב"ם 1120 צו אלישע בן אביוה גאר. איין זאך ווייס איך, מ'דארף אריינכאפן ווי מער מ'קען, א בלאט גמרא, א דאווענען, א מעדיטאציע, א שטיקל בשר, א געשמאקע שטיקל פילאזאפיע. זיין גוט אויסגעשלאפן, גוט אנגעגעסן, פארייכערן א ג'וינט ווען ס'פעלט זיך אויס, זיך ארומדרייען אביסל אויפ'ן באשעפער'ס וועלטל, זיך צוזינגען א ליד'ל און לאכן פון די איבעריגע עולם וואס קענען זיך נעבעך נישט ארויסזעהן פון זייער באבל און פלאנטערנישן. אכול ושתה כי מחר נמות, שמח בחור בילדותיך ויטיבך לבך בימי בחורותך והלך בדרכי לבך ובמראי עיניך, ואם לא שמחת והלכת בדרכי לבך דע כי על כל אלה יביאך האלקים במשפט...
יא אבער לויטען שבט מוסר וועסטו פלאקערן אין גיהנום פאר ביטול תורה וכו'.