טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א

שליחה דורך חכמת שלמה »

קומענדיגע מיטוואך אי"ה, הויבט זיך אן דער גרויסער טרייעל פון כ"ק אדמו"ר שליט"א תמ"ל דארט אין אמעריקע. קהל חסידיו ומעריציו, אינאיינעם מיט חסידים ואנשי מעשה איבער די גארער וועלט, קוקן ארויס אויף די נייעס מיט גרויס שפאנונג און זענען מעתיר בתפלה ובבקשה לפני רבון העולמים, אז דער אויבערשטער, וואס איז "ברצונו להטיב בלבד" (מיט די באקאנטע תנועה פונעם רבי'ן שליט"א, כידוע), זאל מוציא זיין לצדק דינו לטובה, עס זאל זיין נמשך ווערן בלויז רחמים וחסדים לעמו בני ישראל בכל אתר ואתר, ברחמים גמורים אמן.

עס איז אינטערעסאנט צו באצייכענען, אז קהל חברי חשק שלמה - לב טהור - בבל, האלטן זיך אינמיטן אריבערציען צו אן אנדערע מדינה. טייל משפחות געפינען זיך שוין דארט, אנדערע זענען אויפן וועג. נעכטן האט מען אויפגעהאלטן א קבוצה און זיי נישט געלאזט פארן, עס האט גענומען א וויילע ביז מען האט מסדר געווען די ענינים, אינצווישן האבן זיי פארפאסט די פליגער און געבליבן דאהי אין גואטאמאלא. נאך שבת וועט מען פלאנען וואס מען טוט ווייטער. אויך ר' אוריאל גאלדמאן שליט"א האט מען נישט אריינגעלאזט אהין, וויבאלד ער האט בירגערשאפט פון מדינת-ישראל, מען האט אים צוריקגעשיקט און אצינד האלט ער זיך אויף אין אמעריקע, וואו ער געפינט זיך אין בארא-פארק.

אין צוגאב דערצו איז אינטערעסאנט צוצוגעבן, אז לעצטנס האבן זיך עטליכע זאכן געטוישט אין די קהילה, די לבוש פון די מענער איז געטוישט געווארן, מער צו די מוסלומענער זייט, אזוי ווי אידן זענען געגאנגען אנגעטון בארצות האיסלאם מימי קדם, אינאיינעם מיט די ירושלימ'ער לבוש, די קאפטן וכדו'. אויך איז פארגעקומען עטליכע חתונות אינדערהאלב די קהילה, מען האט שנעל חתונה געמאכט די קינדער וועלכע קענען חתונה האבן געזעצליך, כדאי מען זאל זיי קענען מיטנעמען אויף די נסיעה צוליב פארשידענע פראקטישע סיבות.

דערווייל געפינען זיך פינף פון די חברי לב טהור, דארט אין אמעריקע אין טורמע, ר' אוריאל גאלדמאן געפינט זיך יעצט אין בארא פארק, די דריי וויינגארטן ברידער שמאכטן נעבעך אין טורמע אין גואטאמאלא, בשעת די אנדערע חברי הקהילה זענען רובץ בין המשפתים, אויפן וועג אל המנוחה ואל הנחלה, צו זייער נייער דעסטינאציע, אי"ה.

דא וועט זיין א מקום מיטצוהאלטן, דער עולם קען זיך לאזן הערן, מיטטיילן וואס עס קומט פאר, דעבאטירן און זיך דורכשמועסן איבער די אנטוויקלונגען אי"ה.

דער אויבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן קענען מעלדן בלויז בשורות טובות, אמן.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

אמן!
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:נישט נאר זיינע חסידים , נאר אויך גאנץ כלל ישראל איז מתפלל אז אז די פסק זאל זיין אינגאנצען מיט צדק און משפט


קענסט מסתמא די מעשה וואס די רבי האט געוואונטשן אז די אמת זאל ארויס קימען, אין די חתן האט געשריגען "רבי נאר נישט דאס"
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

ברענג א בילד פון די לבוש
יחזקאל גארליצער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 10:15 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך יחזקאל גארליצער »

פערינא האט געשריבן:ברענג א בילד פון די לבוש

IMG_20211007_204824_357.jpg
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א - קומענדיגע מיטוואך א

שליחה דורך פאליטיקאנט »

כ'בין זיכער די קירכע האט שוין ארויסגעלייגט אן הבהרה אז די רשעות'דיגע כת וועלכע האט זיך לעצטנס פארשטעלט ווי גלחים האט נישט מיט קריסטנטום.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

חכמת שלמה האט געשריבן:אין צוגאב דערצו איז אינטערעסאנט צוצוגעבן, אז לעצטנס האבן זיך עטליכע זאכן געטוישט אין די קהילה, די לבוש פון די מענער איז געטוישט געווארן, מער צו די מוסלומענער זייט, אזוי ווי אידן זענען געגאנגען אנגעטון בארצות האיסלאם מימי קדם, אינאיינעם מיט די ירושלימ'ער לבוש, די קאפטן וכדו'. אויך איז פארגעקומען עטליכע חתונות אינדערהאלב די קהילה, מען האט שנעל חתונה געמאכט די קינדער וועלכע קענען חתונה האבן געזעצליך, כדאי מען זאל זיי קענען מיטנעמען אויף די נסיעה צוליב פארשידענע פראקטישע סיבות.


אן קיין שום בושה- מען האט שנעל חתונה געמאכט די קינדער...

איבער די לבוש- זעהט אויס לב טהור גייט צוריק אין צייט צו גלות בבל, און ווילן פארלענגערן זייער גלות נאך לענגער.
סיי מיט די לבוש, און סיי מיט די לאקאציע.

נעבעך אויף די אלע וואס זענען פארכאפט אינטער זייער נעגל.
זאל הקב"ה זיי אויסלייזן בקרוב.
.I got voices in my head.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חכמת שלמה האט געשריבן:די לבוש פון די מענער איז געטוישט געווארן, מער צו די מוסלומענער זייט

חכמת שלמה האט געשריבן:מען האט שנעל חתונה געמאכט די קינדער


אוי ווי פאררוקט איר זענט! איך בין דיר אבער דן לכף טראלל וואס האט הנאה פון אונטערציפן די מענטשהייט...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאך זיכער: אויף זיי האביך באמת נישט קיין רחמנות. זיי זענען א באנדע פאררוקטע מענטשן. אן אמת'ע קולט. וואס די אנפיהרערס זענען בייזוויליגע רשעים.

אין אנהייב פרק במה אשה יוצאת אין מס' שבת רעדט די משנה איבער דעם (פרי-מוסולמענער) לבוש, אז א פרוי מעג ארויסגיין מיט דעם אום שבת. כאטש די אידן זענען נישט געגאנגען אזוי אנגעטון. זעהמיר פון דעם אז אידן זענען נישט געגאנגען אנגעטון ווי בהמות און משוגעים. ווייל די תורה פארלאנגט דאס נישט. די תורה פארלאנגט אז מ'זאלל גיין בצניעות. דער פאררוקטער וועג פון אנטון זיך איז זיכער נישט א אידישער וועג...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

רבותי, אויב איך מעג האבן די דרייסטקייט צו בעטן, יעדער ווייסט שוין אז 99% פונעם עולם דא איז אנגעווייטאגט און ברוגז אויף לב טהור, עס פעלט נישט אויס אנצעפירקלען נאך אן אשכול. לאמיר דאס נאר לאזן פאר די נייעס פונעם געריכט און די נסיעות וכדו'.

מען קען זיך טענה'ן און דעבאטירן אין די נייעס, אבער לאמיר נישט ווידער פרעגן בכלליות וועגן די עצם קהלה מיט זייערע פירער, און ביטע אן קיין קללות וכדו'.

איך בעט נאר. מען מוז נישט פאלגן.....
וירח ה' את ריח הניחוח
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

אויף אייוועלט שמועסט מען אז יצחק שלמה דרעזנער האלט אז שלמה העלבראנץ לעבט נאך, און ער געפינט זיך אין איראן.

וואס זאגסטו דערצו [tag]חכמת שלמה[/tag]
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

וואס הייסט "יצחק שלמה האלט"? ווער איז ער צו האלטן?
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

ער איז א דזשורנאליסט, גרעסטער היימישער אינטערוויואירער, ער האט עקסעס צו גאר אסאך מענטשן, און ווייסט א געוואלד.

איך גלייב ער האט דאס געהערט פון לב טהור מיטגלידער אדער אנטלאפענע וואס ווילן נישט געבן קיין אינטערוויוס, אבער אזויפיל האט ער ארויסגעקוועטשט פון זיי.
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

ערש"ק ביי מעביר סדרה זיין נאכ'ן ליינען דא, אז זיי האלטן זיך אינמיטן אריבערציען, דאס שטימט גאר גוט מיט'ן נאמען בבל ועל זה נאמר:
על כן קרא שמה בבל כי שם בלל ה' שפת כל הארץ ומשם הפיצם ה' על פני כל הארץ
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

די נייע לבוש וואס אנשי שלומינו האבן זיך אונטערגענומען אי"ה.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

נאך א בילד.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

די אלע בילדער זענען בילדער וואס זענען ארומגעפארן, קענסט אפשר צוברענגן אומבאקאנטע בילדער אויך וואס צייגן אויף די נייע לבוש? וואלט געווען גאר אינטערעסאנט.
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

אויב דעיס זענען די מענער וויאזוי גייען שוין די פרויען?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

והאיש משה האט געשריבן:ערש"ק ביי מעביר סדרה זיין נאכ'ן ליינען דא, אז זיי האלטן זיך אינמיטן אריבערציען, דאס שטימט גאר גוט מיט'ן נאמען בבל ועל זה נאמר:
על כן קרא שמה בבל כי שם בלל ה' שפת כל הארץ ומשם הפיצם ה' על פני כל הארץ

והאיש משה: די פראבלעים איז אז נישט נאר זייער שפראך איז פארדרייט. זייער גאנצער קאפ איז פארדרייט. און זיי מאכן משוגע אנדערע, אומשולדיגע מענטשן. איך ווייס נישט אויב ס'איז שוין געווען אזא פארדרייטע כת זייט אידן זענען א פאלק...?! ווען זיי וואלטן נישט געווען שעדליך וואלט זייער גאנצע געשיכטע געווען גוט פאר א פורים שפיעל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

סעגאל האט געשריבן:אויב דעיס זענען די מענער וויאזוי גייען שוין די פרויען?

סעגאל: אזוי ווי גייענדיגע גארבידזש בעגס. די גרויסע, קאנטראקטארס בעגס...! לאל.
זיכער נישט ווי אידן..!
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

איך מיין אז די בעגס זענען שוין גע'אסר'ט געווארן, ווייל מ'קען דערקענען די אויסשטעל און פארעם פון די פרויען, און אויך ווייל ס'איז שוין ארויסגעקומען מכשולות וד"ל.

די פרויען גייען היינט מיט הארטע גארבעדזש קענס, די אייזערנע גרויסע, אזוי קען מען נישט זען און נישט שפירן וואו גארנישט געפינט זיך.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

חכמת שלמה האט געשריבן:די נייע לבוש וואס אנשי שלומינו האבן זיך אונטערגענומען אי"ה.
עירפארט רח חשוון2.jpg

ווער איז די מאן און ווער איז די פרוי? מ'דארף וויסן אויף וועלכע פון די צוויי נישט צו קוקן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בשורה טובה: ס'איז שוין דא צו באקומען (אין אלע היימישע געשעפטן) די מלבושים וועלכע זענען באשטעטיגט געווארן דורך די הייליגע ארגאניזאציע לב טהור. סיי פאר אנשים. און סיי להבדיל פאר נשים (רח"ל). איהר דארפט שוין נישט פארן ביז אטלאנטיק עוו. אין די גוי'אישע (מוסולמענישע) געשעפטן...!
פארשפארט