על ראשי שכינת א-ל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך moody »

קופערניקוס האט געשריבן:אין די וואונדערבארע אשכול "מימיני מיכאל ומשמאלי גבריאל" האט דער שרייבן קונסטלער און חכם בענזשאמין פרענקלין געשריבן א הערליכע מייסטער ווערק, ווי ער האט מייסטערהאפטיג אפגעמאלן די צוויי סארטן קנעכט, די עבדי הזמן, די לינקע גבריאל'ס וואס אין להם בעולמם אלא די אייפאון בלבד. בענדזשאמין מאלט אים אפ "ער איז פון די יעניגע וואס זייערע ווייבער גייען מיט א טבעת אינעם טבור, און גיב עס נאך א פאר יאר איז ער אויף דר. פילל'ס שאוי און בארעדט אלע פרומע".

און די רעכטע מיכאל'ס וואס קלאפט זיך נאך אין בייכל שישו מעי פון די לעצטע ליל הסדר, ער ווייסט נישט פון קיין חכמות, ער לעבט א פרום לעבן לויט די מאמענטאלע קאפריזן פון זיין סעקטעס טאן געבער. בענדזשאמין טיטולירט אים "ער איז פון די סארט אידן וואס דער יצר הרע האט איבערגעהיפט אזוי ווי דער אייבישטער האט איבערגעהיפט די אידישע הייזער פסח ביי נאכט. ס'איז ביי אים לבו חלל בקרבו. דער יצר הרע איז ביי אים איז טויט. געשטארבן. געפייגערט."

אינמיטן לעבט בענדזשאמין ווי, ער משל'ט זיך אפ "א אָבל צווישן חתנים. דער מימיני מיכאל איז פריילעך און צופרידן ער האט געשוואוירען טרייהייט פארן רעכטן עקסטרעמע לאגער און קוקט נישט צוריק, ער איז צופרידן מיט זיין אבאמא פאון. און ווילאנג מען דארף נישט עפלייען פאר פאוד-סטעמפס אנ-ליין איז אלעס בסדר. און דער משמאלי גבריאל איז אויך אויף א הֵיי, ער איז ראשון ורובו אינעם לינקן לאגער, ער לאכט פונעם פרומער מיט אזא מין לאך וואס חז"ל האבן גע'אסר'ט זינט חורבן בית שני. אבער איך בין עפעס נישט אהער און נישט אהין. איך זיץ מיט מיין פאון וואס איז מיט איין פיס אינעם נייעם מילעניום און דער אנדער פיס איז נאך ערגעץ אינעם מיטעל אלטער. ס'איז נישט אויף קידוש און נישט אויף הבדלה. איך קען מיך נישט אידענטיפיצירן נישט מיטן מיכאל און נישט מיטן גבריאל. דער גאנצער מצב דערמאנט מיך אין דאס וואס רבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: לא איברי עולם הזה אלא ל'אחר' ולא איברי עולם הבא אלא ל'חנינא בן דוסא', אלע אינדערמיט זאלן גיין קלאפן בַּארן..... דעם געפיל וואס די נפילים האבן געשפירט ווען זיי זענען געפאלן פון הימל און געבליבן הענגען צווישן שמים וארץ."

וויאזוי קען מען זיין אזוי זיכער אז די "מימיני מיכאל" אידן, וויאזוי דער פותח האשכול רופט זיי, זענען נישט גערעכט מיט זייער לעבענס שטייגער? ביי מיר איז עס א חלק פונם ספק,
למעשה זענען זיי דאך די מערסטע "חרדים", ציטערערס פין עבירות. די מערסטע ענליך צום דרך פון שערי תשובה/ראשית חכמה/קו הישר וואס עקזיסטירט. אויב גייט מען פולקאם מיט די "עולם הזה דומה לפרוזדור" דאקטרינא, זעזען זיי היפש גערעכט.

פון די אנדערע זייט ווי קען מען זיכער זיין אז די חברה וואס האקען א לעבן די "משמאלי גבריאל'ס" פארפאסן עפעס אויב איז תורה ומצות אין חלק פו די ספק עקוועדשן?

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהאט די אלע ספיקות, מיך אינטערעסירט א בוידעם וואס די תכלית איז, צו סאטמאר 2020 איז גערעכט צו רמב"ם 1120 צו אלישע בן אביוה גאר. איין זאך ווייס איך, מ'דארף אריינכאפן ווי מער מ'קען, א בלאט גמרא, א דאווענען, א מעדיטאציע, א שטיקל בשר, א געשמאקע שטיקל פילאזאפיע. זיין גוט אויסגעשלאפן, גוט אנגעגעסן, פארייכערן א ג'וינט ווען ס'פעלט זיך אויס, זיך ארומדרייען אביסל אויפ'ן באשעפער'ס וועלטל, זיך צוזינגען א ליד'ל און לאכן פון די איבעריגע עולם וואס קענען זיך נעבעך נישט ארויסזעהן פון זייער באבל און פלאנטערנישן. אכול ושתה כי מחר נמות, שמח בחור בילדותיך ויטיבך לבך בימי בחורותך והלך בדרכי לבך ובמראי עיניך, ואם לא שמחת והלכת בדרכי לבך דע כי על כל אלה יביאך האלקים במשפט...

יא אבער לויטען שבט מוסר וועסטו פלאקערן אין גיהנום פאר ביטול תורה וכו'.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך קוק עס אן פארקערט, פלאקערן אין גיהנם וועל איך סייווי ווייל איך גיי נישט קיין תכלת, איך גלייב נישט אין די גאנצע תורה (למשל די פסוק וישכב ראובן את בלהה פילגש אביו), איך גלייב נישט אין יאשקע, איך דאווען נאך סוף זמן תפילה, איך האב אינטערנעט, מיין ווייב גייט א לעיס-טאפ שייטל, איך צלם מיך נישט איבער פאר׳ן עסן, איך נוץ שבת עלעוועיטארס, איך דאווען מוסף וואס איז לכאורה ברכות לבטלה (מיין שלא עשני גוי איז לכאורה אויך א ברכה לבטלה ווייל איך פריי מיך נישט דערמיט), איך פאסט נישט אום ראמאדאן, ביי קריאת שמע זאג איך נישט גוט ארויס די עי״ן און איך זאג ״ולאבדו בכל לבבכם״ אנשטאט ״ולעבדו בכל לבבכם״ וואס איז חירוף וגידוף כלפי מעלה, איך בין נישט מקריב קרבן פסח (איסור כרת!), איך לייג נישט קיין שימושא רבה און ראב״ד תפילין, ס׳נישט אין פלאן אז מ׳זאל מיר פארברענען נאכ׳ן 120 און אריינווארפן די אש אינעם גַּנְגֵּס, איך פאסט אויס יום כיפור פאר שעתיים (אמשינובער זמן), איך עס נישט אין סוכה שמיני עצרת, איך מאך נישט הקפות אין מֶכָּה, איך גיי שבת אין מקוה, איך בין יוצא קריאת התורה פון פסול׳ע ספרי תורה וואו ס׳שטייט ״פצוע דכה״ אנשטאט די אריגינלע ״פצוע דכא״, כ׳בין נישט יוצא די תרועה ראש השנה (אונזער תרועה איז נישט די אריגינעלע, די תימנים האבן עס יא), איך טוה נישט קיין דשיהאד, כ׳בין נישט מקפיד אויף זוגות, to name a few, איז אויב בין איך שוין סייווי אויפ׳ן וועג צו גיהנם לאמיך כאטש ענדשויען די וועג ביז אהין.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: דו וואלסט נאך נאך (כמעט) די אלע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט געווען אויפ'ן וועג צו גן עדן. אלעס קען איך דיר פארענטפערן. אויסער דעם אמשינאווער זמן פון יום כיפור. אז ס'שטייט אין די תורה אז מ'דארף פאסטן דעם 10'טן טאג אין תשרי און דו הייבסט ערשט אן פאסטן א טאג פאר ערב סוכות האביך א פראבלעם מיט דעם. מילא דער אמשינאווער רבי. ער איז דאך למעלה מן הזמן. אבער נארמאלע מענטשן דארפן פאלגן וואס ס'שטייט אין די תורה לפי פשוטו...!

איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד. איך דאוון אויך א סאך מאל מוסף פאר שחרית. מ'מעג. ס'איז א בפירוש'ער רמ"א אין הילכות שבת.

איך פריי מיך גראדע יא ווען איך מאך די ברכה שלא עשני גוי. ווייל איך זעה וואס די גויים זענען (יא. איך בין א ראסיסט, מעיל שאוויניסט, פאשיסט,מיסאדזשעניסט, קאמוניסט און סאציאליסט...!
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך moody »

אין אדערע ווערטער האסטו מייאש געווען צו טרעפן דעם אמת, סא א ברעסלעווער ביסטו זיכער נישט.
אדער האסטו אפגעמאכט אז ס'אלס שטותים.
כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

moody האט געשריבן:אין אדערע ווערטער האסטו מייאש געווען צו טרעפן דעם אמת, סא א ברעסלעווער ביסטו זיכער נישט.
אדער האסטו אפגעמאכט אז ס'אלס שטותים.
כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף

א חוץ מה שנתבאר כבר לעיל, מיין איך אז אין יעדע זאך איז ווען די האסט שטארק רעכט/עקסטרים אויף איין זייט און שטארק לינק אויף די צווייטע זייט איז דער אמת אדער עכ״פ די העלטי פונקציאלע וועג ערגעץ אינדערמיט, והבן כי עמוק עמוק היא עד מאד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בענדזשאמין פרענקלין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי די געדאנק פון דא און ווייטער:
הוגה האט געשריבן:איך האב דעם שבת געזעהן אין די משפחה מאגאזין א געוואלדיגע ווארט בשם רבי שלמה וולבה ע''ה, און איך האב געהאלטן אז עס פאסט גוט אריין מיט דעם שמועס.

Apikorsus isn't someone who started thinking heretically, it's someone who at some point stopped thinking

ודפח''ח.

הוגה האט געשריבן:איך האב עס נישט געזעהן אין קאנטעקסט. איך האב אבער פארשטאנען אז די מימרא איז געזאגט געווארן צו פראמאוטען קשיות וספיקות. און נישט ווי די מנהג איז צו זאגן אז '' דאס איז אן אפיקורסישע קשיא''. נאר לעבן אין איגנארענץ אן קשיות איז אפיקורסות. כך הבנתי.

איז הא'מיר דא צוגעברענגט דעם שם טוב אין מו"נ ח"ג פנ"א:
כי המחשבה בדמיונות לא תקרא דעה אמנם תקרא העולה על רוחכם, ולכן מי שיחשוב וירבה לזכרו [הקב"ה] מבלי חכמה והוא נמשך אחר דמיון לבד או נמשך אחר אמונתו שנמסרה לו מזולתו הוא חוץ לבית ורחוק ממנו בלתי זוכר את השם באמת ולא חושב בו, כי הדבר אשר בדמיונו ואשר יזכור בפיו אינו נאות לשום נמצא כלל אבל הוא דבר בדוי שבדהו דמיונו, זה האיש ראוי שיקרא כופר כמו שביארנו בתוארים [ח"א פל"ו ופ"ס].
איך פארשטיי אז דאס איז בעיקר אין די קאנטעקסט פון אנטראפמארפיזם לגבי ג-ט.

***

ולגבי:
קופערניקוס האט געשריבן:איך ווער נתפעל, נבהל ונשתומם פון אלע גאונישע תגובות דא, יעדער איינער עקסטער האט געשריבן הערליכע רעיונות און געדאנקען, אפאר פון זיי קען איך פארדייען און אסאך דארפן נאך מער מסביר זיין זייערע שטעלונגען, עס וואלט געווען כדי צו מאכן א פרישע סך הכל אזוי ווי בענדזשאמין האט פריער געטון.
אבער א הוספה בעלמא. די יסורי הספקות איז נישט דווקא נחלת שלומי אמוני ישראל. איך האב נעכטן געפרעגט א גוי "וואס טוסטו" זיין ענטפער האט מיר צעשטורעמט און באוואונדערט בבת אחת "איך קוק טעלעוויזיע". דער מענשט לעבט זייער פשוט, עס קאסט אים נישט קיין געלט דאס לעבן, און ער ענטפערט מיטן גרעסטן פשטות "איך קוק טעלעוויזיע" דאס איז מיין תכלית ושאיפת החיים.
אסאך גויים קענען אזוינס נישט זאגן אויב טוט ער גארנישט בעסער ווי קוקן טעלוויזיע וועט ער זיך שעמען און זאגן "איים ווארקינג אן א ספעסיפיק ארט פראיעקט...." בלא בלא, אבער דער ווייסט זיין תכלית "איך בין א טעלוויזיע קוקער" ממש מיט אזא פשטות, בראשית ברא אלקים את האדם להסתכל בטעלוויזיע, ויסתכל וירא והנה טוב מאוד, והנה טוב מאוד!
איז דער מענטש א רחמנות? יא, איך קוק אים אן ווי א קוה, אבער איז א קוה אומצופרידן?

הא'מיר דא צוגעברענגט דעם מימרא פון דזשאן סטוארט מיל: "ס'איז בעסער צו זיין אן אומצופרידענער מענטש ווי איידער א צופרידענער חזיר; בעסער צו זיין סקראט וואס איז אומצופרידען ווי א נאַר וואס איז צופרידען. און אויב די נאַר, אדער די חזיר, האלט אנדערש איז עס ווייל זיי ווייסן נאר זייער זייט פון די שאלה".

***

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:א חוץ מה שנתבאר כבר לעיל, מיין איך אז אין יעדע זאך איז ווען די האסט שטארק רעכט/עקסטרים אויף איין זייט און שטארק לינק אויף די צווייטע זייט איז דער אמת אדער עכ״פ די העלטי פונקציאלע וועג ערגעץ אינדערמיט, והבן כי עמוק עמוק היא עד מאד.

הגם איך פערזענליך בין בעצם ביסוד מסכים דערצו (למשל לגבי פאליטיק זוך איך די סענטריסט מהלך) דארף מען אבער אפבאכט געבן פון אן ארגומענט צו מאדערעישאן פאָלאָסי ווען ס'קומט צו א ספעציפישן אינדיווידואלן ארגומענט. וואו ס'האלט לכאורה יא מער אויס איז ווען מען נעמט אן עגערעגעיט פון אפאר ארגומענטן צוזאמען, וואס זענען מקושר, און אין דעם זאגט מען אז עס עוורידזשט אויס צו א סענטער.

לגבי מדות און געפירעכץ [די "העלטי וועג"] איז עס זיכער אזוי וכהרמב"ם עפ"י אריסטו בהל' דעות.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
מי אני האט געשריבן:פון דזשאן סטוארט מיל: "ס'איז בעסער צו זיין אן אומצופרידענער מענטש ווי איידער א צופרידענער חזיר; בעסער צו זיין סקראט וואס איז אומצופרידען ווי א נאַר וואס איז צופרידען. און אויב די נאַר, אדער די חזיר, האלט אנדערש איז עס ווייל זיי ווייסן נאר זייער זייט פון די שאלה".


ס' דערמאנט אביסל פון די מימרא וואס מען זאגט נאך בשם רבי ישראל בער אודעסער ז"ל בשם רבי נחמן זצ"ל, "מוטב להיות משוגע ובשמחה מלהיות עצוב ונורמלי". :D


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הוגה: דער צושטעל פון (אנגעבליך) ר' נחמנ'ס ווארט לערנט אונז עפעס אנדערש. אז ס'איז וויכטיגער אז דער מענטש זאלל זיין צופרידן און שלם בנפשו. אפילו די סאסייעטי איז נישט צופרידן מיט איהם. ווי איידער צו הייסן אז מ'איז אריינגעפאסט אין די חברותה. אבער דער נפש איז געפייניגט און אומבאלאנסירט...!
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
moody האט געשריבן:אין אדערע ווערטער האסטו מייאש געווען צו טרעפן דעם אמת, סא א ברעסלעווער ביסטו זיכער נישט.
אדער האסטו אפגעמאכט אז ס'אלס שטותים.
כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף

א חוץ מה שנתבאר כבר לעיל, מיין איך אז אין יעדע זאך איז ווען די האסט שטארק רעכט/עקסטרים אויף איין זייט און שטארק לינק אויף די צווייטע זייט איז דער אמת אדער עכ״פ די העלטי פונקציאלע וועג ערגעץ אינדערמיט, והבן כי עמוק עמוק היא עד מאד.

פארוואס מוז זיין אז דער אמת איז אינדערמיט?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

berlbalaguleh האט געשריבן:הוגה: דער צושטעל פון (אנגעבליך) ר' נחמנ'ס ווארט לערנט אונז עפעס אנדערש. אז ס'איז וויכטיגער אז דער מענטש זאלל זיין צופרידן און שלם בנפשו. אפילו די סאסייעטי איז נישט צופרידן מיט איהם. ווי איידער צו הייסן אז מ'איז אריינגעפאסט אין די חברותה. אבער דער נפש איז געפייניגט און אומבאלאנסירט...!


אמת. אבער די ננחס נוצן עס פאר א תירוץ צו טאנצן אויפן דאך פון א ספרעי פעינטיד קאר... :D דאס איז שוין א קליין טריט ווייטער ווי זיין שלם בנפשם.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

יעקב מענטש האט געשריבן:פארוואס מוז זיין אז דער אמת איז אינדערמיט?

גערעכט און טאקע אט דאס ווארענט טאקע די ארגומענט צו מאדערעישאן. אבער, כאמור, טאמער באציהט מען זיך צו אסאך פאזיציעס אויף אמאל, וואס זענען מקושר, דאן קען מען לכאורה אינוואָקען די צענטראלע לימיט טעארעם וואס זאגט אז ס׳עוורידזשד אויס צו אינדערמיט, ווי דערמאנט אויבן. פארשטייט זיך אז ווי מער פאזיציעס אלס מער דארף זיך עס אויסצועוורידזשען.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
moody
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 09, 2021 5:58 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך moody »

דאס איז געזאגט געווארן ביי צוויי שיטות/פילאזאפיעס.
אבער איז אכול אכול כי מחר נמית (לגבי אידישקייט/חובת האדם בעולמו) א שיטה?
(משא"כ כאניקישקייט איז יא מער א "שיטה" ער האט שטיקל טשעק ליסט וואס יא אין וואס נישט)

ע"כ ווי שייך צו זאגן "אינדערמיט" אינדערמיט פוון וואס?
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

דיין שאלה איז געווען איבער כאניקישקייט ובלשונך הקדוש "כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף", אבער אפשר האסטו נישט גערעדט דוקא וועגן כאניקעס.
מיין פוינט איז נעם עני פארצווייגטע נושא וואס איז דא צוויי זייטן צו די מטבע, וואס ווען די וועסט עס געבן פאר עני רענדאם 100 מענטשן וועלן זיין א געוויסע פארצענט גאר רעכט א געוויסע פראצענט גאר לינק און א געוויסע פראצענט ערגעץ אינדערמיט וועט די אמת אדער ישרות זיין געווענליך ערגעץ אינדערמיט. עס איז אמת עס איז נישט בהכרח אבער בדרך כלל וועט עס אזוי ארבעטן און עס איז דא אפאר logical סיבות דערפאר.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

לדוגמא די דאגמע פון חרדישע אידישקייט, (וואס אליבא דאמת חרידיזים אליינס קען זיין איז אויך געבויט אויף עקסטרימיזם), אבער אין די חרדישע קאנטעסט וואס מיינט צו זיין א חרדי וואס איז נארמאל און וואס איז נישט נארמאל איז געוונליך די ריכטיקייט ערגעץ אינדעמיט. אזוי איז מן הסתם מיט , גאן קאנטראל, פרי ספיטש, ליבערעל קאנסערוועטיוו, ראסיזים וכו' וכו'. אזוי איז מיר אויסגעקומען און יעדע נושא וואס איך האב פרובירט דורעך טוען, און ווי געשריבען אויבן איך מיין עס האט א פאר לאגישע סיבות (עס ארבעט ענליך צו סטאטיסטיקס... די עווריזש carries weight but not the outliers )
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?

שליחה דורך טמיר »

moody האט געשריבן:וויאזוי קען מען זיין אזוי זיכער אז די "מימיני מיכאל" אידען, וויזאוי דער פותח האשכול רופט זיי, זיי נישט גערעכט מיט זייער לעבענס שטייגער? ביי מיר איז עס א חלק פונם ספק,
למעשה זענען זיי דאך די מערסטע "חרדים", ציטערערס פין עבירות. די מערסטע ענליך צום דרך פון שערי תשובה/ראשית חכמה/קו הישר וואס עקזיסטירט. אויב גייט מען פולקאם מיט די "עולם הזה דומה לפרוזדור דאקטרינא, זעזען זיי היפש גערעכט.
פון די אנדערע זייט ווי קען מען זיכער זיין אז די חברה וואס האקען א לעבען די "משמאלי גבריאל'ס" פארפאסן עפעס אויב איז תורה ומצות אין חלק פו די ספק עקוועדשן?'


ס'איז נישט זיכער אז זיי זענען נישט גערעכט, אבער עס איז זיכער אז זייער "זיכערקייט" איז נישט גערעכט. אמער, האסטעך קיין פינגער אין קאלט וואסער נישט אריינגעלייגט דאס צי מברר, טא פון ווי נעמסטו דיין טראציגע זיכערקייט?

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?

שליחה דורך טמיר »

בן אדם האט געשריבן:אני כשלעצמי ווער מער נתפעל פון סיפורים איבער די געוואלדיגע עבודה און מסי"נ פון צדיקים מער ווי מופתים, נעמענדיג אין באטראכט אז רוב מופתים (בעיקר פון די לעצטערע צייטן) קען מען אפווענדען.


תורה ומדע האט געשריבן:מיין כוונה איז צו מען קען נוצען די עבודה פון צדיקים און זייערע סופערנאטיליכע כוחות אפצושטילען די יסורי הספק.

אט אזוי. דאס איז לכאורה די איינציגסטע וועג זיך צי האלטן פעסט. און איך מיין אז וועגן דעם טרעפט זיך נישט אזוי קיין "ספקנים" ביי די פריערדיגע דור וואס האבן געקענט די פריערדיגע צדיקים.

די שאלה איז נאר (אזוי ווי כהאב שוין געפרעגט אין אן אנדערע אשכול, דערווייל געבליבן הענגען) צי די גדלות'ן טרעפט מען אויך ביי אנדערע רעליגיעס? ס'איז באמת 2 באזונדערע זאכן, די גדלות הנפש פון זיי און די מופתים.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?

שליחה דורך טמיר »

כאפ אן לדוגמא די ערוגת הבושם (חוסט). ווער עס ליינט זיינע תוךדות איז נתפעל צי ווערן פון זיין גדלות. אלס יונג בחור האט ער צוזאמען מיט זיין התמדה געארבעט שווער צי אויסהאלטן זיין משפחה (ער איז געווען א יתום)!

ע"פ חשבון לויט די פאפולאציע, וואלטן די קריסטן געדארפט ארויסגעבן 1000 מאל אזאלכע גדולים. איז דאס טאקע אזוי??

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?

שליחה דורך תוהו ובוהו »

טמיר האט געשריבן:כאפ אן לדוגמא די ערוגת הבושם (חוסט). ווער עס ליינט זיינע תוךדות איז נתפעל צי ווערן פון זיין גדלות. אלס יונג בחור האט ער צוזאמען מיט זיין התמדה געארבעט שווער צי אויסהאלטן זיין משפחה (ער איז געווען א יתום)!

ע"פ חשבון לויט די פאפולאציע, וואלטן די קריסטן געדארפט ארויסגעבן 1000 מאל אזאלכע גדולים. איז דאס טאקע אזוי??

ווען דו וואלסט באטראכט דעם ערוגת הבושם פשוט ווי א 'גוטער מענטש וואס נעמט גאר ערענסט זיין רעליגיע', וואלסטו נישט געהאט די פראגע, ס'דאך פשוט אז יעדע אנדערע רעליגיע וועט פארמאגן כפי ערך..
ס'איז ווי פרעגן צו ביי קריסטן איז אויך דא בייפאולער..

די איינציגסטע וועג צו פרעגן די שאלה, איז נאר מיט א אמונה אז מעגליך נאר אין אידישקייט קען מען האבן אזא איבערצייגטקייט, ''ווייל דאס איז דאך דער אמת''

טא אז דו ווייסט שוין פארוואס פרעגסטו?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

moody האט געשריבן:אין אדערע ווערטער האסטו מייאש געווען צו טרעפן דעם אמת, סא א ברעסלעווער ביסטו זיכער נישט.
אדער האסטו אפגעמאכט אז ס'אלס שטותים.
כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף

חכם איינער, איך זאג דיר דעם אמת זאגסטו מיר אז איך האב מיך מייאש געווען פונעם אמת. :roll: :? :?: איך זאג איין זאך, זיין א פרומאק זיך צו באווארענען פון גיהנם אדער זיך פארזיכערן א פלאץ אין גן עדן איז א פארלוירענע געים ווייל מ׳קען סייווי נישט יוצא זיין אלעס וואס שטייט, בכלל איז טוהן זאכן פאר יענער וועלט א גרויסע נארישקייט ווייל דאן ביזטו געפאלן פאר׳ן הרוצה לשקר ירחיק עדיו. און דער אמת איז אז אפילו דער פרומאק טוט נישט וואס ער טוט וועגן יענער וועלט, ער טוט עס ווייל ער האט ליעב פרומקייט (the haunting fear that someone somewhere may be happy, אן אומפארגינערישקייט פאר׳ן מענטשליכן מין אדער יעדע זאכט וואס רירט זיך, אדער אן OCD, אן אומבאלאנצירטע נערוו אדער סתם אזוי איבעריגע ענערגיע וואס קומט ארויס אויף א קרומען אופן), יענע וועלט איז נאר א תירוץ, און דאס איז נישט נאר ביי פרומקייט נאר ביי יעדע רעליגיעזע ענין. זאלסט זיך נישט איינרעדן פאר א רגע אז דער יעניגער וואס האט געקויפט פתיחה צו נעילה פאר $20,000 האט זיך געשיידט פון זיין ערליך(?) פארדינט געלט פשוט פאר׳ן טעכנישע סיבה ווייל ס׳איז א סגולה פאר פרנסה ווייל אויב ס׳איז פשוט די פרנסה וואס האט איהם געבאדערט וואלט ער פונקט אזוי געקענט צאמנעמען צעהן אידן און צאלן פאר יעדעם א הונדערטער און מאכן אן אייגענעם מנין ביי זיך אינדערהיים און זיך שפארן $19,000, פארוואס ער האט עס יא געטוהן דארף איך האפענטליך נישט מסביר... :D
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

טמיר האט געשריבן:כאפ אן לדוגמא די ערוגת הבושם (חוסט). ווער עס ליינט זיינע תוךדות איז נתפעל צי ווערן פון זיין גדלות. אלס יונג בחור האט ער צוזאמען מיט זיין התמדה געארבעט שווער צי אויסהאלטן זיין משפחה (ער איז געווען א יתום)!

ע"פ חשבון לויט די פאפולאציע, וואלטן די קריסטן געדארפט ארויסגעבן 1000 מאל אזאלכע גדולים. איז דאס טאקע אזוי??

יא! (איי פארוואס האסטו קיינמאל נישט געהערט פון זיי? וויפיל קריסטן קענסטו וואס האבן געהערט פונעם ערוגת הבושם?)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: על ראשי שכינת אל? איז כדאי צו ליידן ייסורי הספק?

שליחה דורך טמיר »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:כאפ אן לדוגמא די ערוגת הבושם (חוסט). ווער עס ליינט זיינע תוךדות איז נתפעל צי ווערן פון זיין גדלות. אלס יונג בחור האט ער צוזאמען מיט זיין התמדה געארבעט שווער צי אויסהאלטן זיין משפחה (ער איז געווען א יתום)!

ע"פ חשבון לויט די פאפולאציע, וואלטן די קריסטן געדארפט ארויסגעבן 1000 מאל אזאלכע גדולים. איז דאס טאקע אזוי??

יא! (איי פארוואס האסטו קיינמאל נישט געהערט פון זיי? וויפיל קריסטן קענסטו וואס האבן געהערט פונעם ערוגת הבושם?)

אמת, איך קען נישט קיין סאך קריסטן, אבער וויפיל איך כ'האב פרובירט צי זיכן זייערע סיפורי צדיקים (פאר אינטערעסאנטקייט) האביך נישט געטראפן עפעס עקוויליענט צי דער דברי חיים למשל.

קען זיין איך ווייס פשוט נישט ווי צי זיכן. אבער קוק דאhttps://www.oca.org/fs האסטו די ביאגרעפיס פון אלע סעינטס (עקוויליענט צי להבדיל א רשכבה"ג? כ'ווייס נישט פונקטליך די טיטלען) און זאג מיר צי דו טרעפסט עפעס מורא'דיג
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א. איך ווער נישט נתפעל פונעם דברי חיים׳ס ״גרויסקייט״ אויך נישט פארוואס פון א קאטוילישע סעינט זאל איך יא נתפעל ווערן? (א סעינט מיינט א פועל ישועות, רוב פון זיי האבן נישט געהאט קיין אפיציעלן פאסטן, די אידישע עקוויוואלענט צו א סעינט וואלט געווען דער ריבניצער אדער רבי ישעיה׳לע.)

ב. ווען דו זוכסט אינפארמאציע אויפ׳ן אינטערנעט איבער צעהלימער רב וועסטו אויך גארנישט טרעפן, אז דו ווילסט דווקא נתפעל ווערן פון א קאטוילישע סעינט דארפסטו זוכן א קאטוילישע משפיע וואס פארציילט סיפורי צדיקים מיט א ווארעמקייט.

ג. מ׳דארף נישט קריכן ביז אנדערע רעליגיעס, ס׳דא מענטשן וואס ווערן נתפעל פון נאפאליאנ׳ס ״גרויסקייט״ אויך, אנדערע ווערן נתפעל פון ליינען ביאגראפיעס פון גרויסע ביזנעסלייט וואס האבן זיך אליינס אויפגעבויט, יעדער מיט זיין story מיט וואס ער וויל זיך ברעינוואשן. וואו צו זוכן איז נישט אזוי וויכטיג ווי אפצומאכן וועלכע story מ׳וויל זיך פארציילן, איינמאל מ׳ווייסט אויף וועלכע קו מ׳וויל פארן קומט שוין דאס איבעריגע פון זיך, בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
moody האט געשריבן:אין אדערע ווערטער האסטו מייאש געווען צו טרעפן דעם אמת, סא א ברעסלעווער ביסטו זיכער נישט.
אדער האסטו אפגעמאכט אז ס'אלס שטותים.
כ'בין אבער נייגעריג וויאזוי די אנדערע וואס "זיכען" נאך יא ווייסען אזוי זיכער אז די כאניאקעס זענען טאטעלי אפף

חכם איינער, איך זאג דיר דעם אמת זאגסטו מיר אז איך האב מיך מייאש געווען פונעם אמת. :roll: :? :?: איך זאג איין זאך, זיין א פרומאק זיך צו באווארענען פון גיהנם אדער זיך פארזיכערן א פלאץ אין גן עדן איז א פארלוירענע געים ווייל מ׳קען סייווי נישט יוצא זיין אלעס וואס שטייט, בכלל איז טוהן זאכן פאר יענער וועלט א גרויסע נארישקייט ווייל דאן ביזטו געפאלן פאר׳ן הרוצה לשקר ירחיק עדיו. און דער אמת איז אז אפילו דער פרומאק טוט נישט וואס ער טוט וועגן יענער וועלט, ער טוט עס ווייל ער האט ליעב פרומקייט (the haunting fear that someone somewhere may be happy, אן אומפארגינערישקייט פאר׳ן מענטשליכן מין אדער יעדע זאכט וואס רירט זיך, אדער אן OCD, אן אומבאלאנצירטע נערוו אדער סתם אזוי איבעריגע ענערגיע וואס קומט ארויס אויף א קרומען אופן), יענע וועלט איז נאר א תירוץ, און דאס איז נישט נאר ביי פרומקייט נאר ביי יעדע רעליגיעזע ענין. זאלסט זיך נישט איינרעדן פאר א רגע אז דער יעניגער וואס האט געקויפט פתיחה צו נעילה פאר $20,000 האט זיך געשיידט פון זיין ערליך(?) פארדינט געלט פשוט פאר׳ן טעכנישע סיבה ווייל ס׳איז א סגולה פאר פרנסה ווייל אויב ס׳איז פשוט די פרנסה וואס האט איהם געבאדערט וואלט ער פונקט אזוי געקענט צאמנעמען צעהן אידן און צאלן פאר יעדעם א הונדערטער און מאכן אן אייגענעם מנין ביי זיך אינדערהיים און זיך שפארן $19,000, פארוואס ער האט עס יא געטוהן דארף איך האפענטליך נישט מסביר... :D

איך האב געקלערט לעצטנס אז מפטיר יונה איז נישט קיין סגולה פאר עשירות, ס’גייט פארקערט, עשירות איז א סגולה פאר מפטיר יונה..............
פארשפארט