איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: לפי ידיעתי. אויב מ'רופט אריין אין זיין אפיס און מ'זאגט אז ער זאלל אראפנעמען פון די ליסט טוט ער עס. אויסער דעם איז דא אן עצה. מ'קען בלאקן געוויסע נאמבערס.

נאר. אזוי ווי איך האב געזאגט. מיך שטערט דאס נישט. ער (און אנדערע) קענען רופן מיין נאמבער ווען זיי וויללן. אפילו שבת און יום טוב. וכבר היה לעולמים. אז א שנאר ארגאניזאציע האט אנגעשטעלט א ראבא קאלל. נאר די טיימינג האטציך עפעס נישט אויסגעארבעט. און דער קאלל איז אנגעקומען אום שבת קודש. איך האב געהערט די רעקארדינג. און, כ'שטעל מיר פאר אז ס'איז געווען גרויסע בושות. ווען מ'רופט צום דינער אום שב"ק...!

ער נעמט קיינעם נישט אראפ אויף אייביג, נאר צייטווייליג, אין מקען נישט בלאקן ווייל ער טוישט כסדר נאמבערס,

ווער סקען אים היינט צי טאגס ווייסט אז דער איד איז א בעל דמיון עצום נעבעך, 90 פראצענט פען זיינע מעשיות פאסירן ביי אים אין קאפ, אין דארט הייבט זיך עס אן, אין דארט ענדיגט זיך עס

איך ווייס גראדע פון עטליכע פעלער וואס ער איז שטארק געקומען צוהילף, דער פראבלעם איז אבער אז ער רעדט זיך איין אז יעדער איינער איז אים מחויב צוליב זיינע מעשים טובים, ער כאפט נישט אז 'דאס אידישע הארץ' אויף וועלכן ער טריפט שוין אזוי לאנג, קען שוין נישט פארנעמען זיינע רדיפות. אויב וואלט ער אוועקגעשטעלט זיין ארגאנעזאציע מיט א געהעריגע אפיס און וועבזייטל און ער וואלט עס געפירט אויף א פראפעסיאנאלע שטייגער וואלט ער ווען געמאכט מער געלט ווי בוני עולם און RCCS.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זאגט מיר איינער אז ער וויל נישט זיין אינאיינעם מיט טוביה מאיר אפילו אין גן עדן.

רביה"ק זי"ע: זיכער. ווייל ער האט מורא אז ער וועט באקומען ראבא-קאללס אפילו אין גן עדן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאך זיכער: איך הער וואס דו זאגסט. די גוטסקייט פון ...RCCS... האביך באגעגנט אויף עטליכע פלעצער. איינס איז געווען אין מאימאנידעס האספיטאל אין בארא פארק. וואו מיין אייניקל האט געדארפט דורכגיין אן אפעראציע. די וואלונטירן/ס האבן זיך אהערגעשטעלט במלואו.

מיט בוני עולם האביך נישט געהאט אזא גוטע עקספיריענס. כ'רעד פון חלק פון דאנעישן. ואין צורך ליכנס בפרטים. זאללן זיי מצליח זיין...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מאך זיכער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פאליטיקאנט: לפי ידיעתי. אויב מ'רופט אריין אין זיין אפיס און מ'זאגט אז ער זאלל אראפנעמען פון די ליסט טוט ער עס. אויסער דעם איז דא אן עצה. מ'קען בלאקן געוויסע נאמבערס.

נאר. אזוי ווי איך האב געזאגט. מיך שטערט דאס נישט. ער (און אנדערע) קענען רופן מיין נאמבער ווען זיי וויללן. אפילו שבת און יום טוב. וכבר היה לעולמים. אז א שנאר ארגאניזאציע האט אנגעשטעלט א ראבא קאלל. נאר די טיימינג האטציך עפעס נישט אויסגעארבעט. און דער קאלל איז אנגעקומען אום שבת קודש. איך האב געהערט די רעקארדינג. און, כ'שטעל מיר פאר אז ס'איז געווען גרויסע בושות. ווען מ'רופט צום דינער אום שב"ק...!

ער נעמט קיינעם נישט אראפ אויף אייביג, נאר צייטווייליג, אין מקען נישט בלאקן ווייל ער טוישט כסדר נאמבערס,

ווער סקען אים היינט צי טאגס ווייסט אז דער איד איז א בעל דמיון עצום נעבעך, 90 פראצענט פען זיינע מעשיות פאסירן ביי אים אין קאפ, אין דארט הייבט זיך עס אן, אין דארט ענדיגט זיך עס

איך ווייס גראדע פון עטליכע פעלער וואס ער איז שטארק געקומען צוהילף, דער פראבלעם איז אבער אז ער רעדט זיך איין אז יעדער איינער איז אים מחויב צוליב זיינע מעשים טובים, ער כאפט נישט אז 'דאס אידישע הארץ' אויף וועלכן ער טריפט שוין אזוי לאנג, קען שוין נישט פארנעמען זיינע רדיפות. אויב וואלט ער אוועקגעשטעלט זיין ארגאנעזאציע מיט א געהעריגע אפיס און וועבזייטל און ער וואלט עס געפירט אויף א פראפעסיאנאלע שטייגער וואלט ער ווען געמאכט מער געלט ווי בוני עולם און RCCS.

איך ווייס אויך אז דער איד העלפט, אבער דער איינרעדעניש וויפיל ער האט געהאלפן, אין אז נאר ער קען העלפן, אז טאמער גייט ער, וועט קיינער נישט קענען העלפן, איז נעבעך זיין קרענק, אין דאס שטיפט אים ער זאל זיך איינרעדן אויף הונדערטער פעלער וואס האט קיינמאל נישט אנגעהויבן צי עקזיסטירן, אין אזוי אויך געט אים עס לעגמיטאצע אז ער מעג רודפן כלל ישראל וועגן דעם, ווייל ער דערהאלט ממש כלל ישראל ביים לעבן,

בין איך נישט אין הימל צי קענען זאגן וועגן גיהנום אדער גן עדן, ספעציעל ווען דאס אלעס קימט אדאנק זיינע צרות וואס ער האט זיך מיטגעמאכט, אין ברויך נעבעך צי קימען צי ספעציעלע אנערקענונג אויף די עלטערע יארן, אבער דאס איז זיכער, א געהעריגע ארגאניזאציע וואס זאל שנארן אויף נארמאלע אופנים, גייט אים נישט צופרידנשטעלן אפילו מוועט קענען טיען מער חסד אדאנק דעם,

אין איין ווארט, נעבעך, מזאל נישט געפריווט ווערן, אבער למעשה ליידט זיך כלל ישראל צאם א דאנק אים,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כ׳בין סתם נייגעריג פון וואו ער ווייסט ער ווער פארשטייט אידיש איהם צו ראבאטן?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

איך בין לעצטענס געוואר געווארן דעם סוד ווער סשרייבט זיינע ארטיקלען דאס איז דער באגאבטען שרייבער אליעזר ראזען אוודאי ליינט ר'בערל מיט דארשט זיינע ארטיקלען!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סדרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: רעדאגירט אידענטיטעט
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

העניך האט געשריבן:כ'זע נישט וואס זיינע רשעות'דיגע קאלס האט א שייכות מיט דער דעבאטע צי ער העלפט יא איינעם צי נישט. טובי' מאיר ניימאן האט אפשר א צד חסד צו זיך, אבער ער איז אויך אן אראגאנטער אומפארשעמטער שלעכטער מענטש וועלכער האט נישט קיין פראבלעם צו פייניגן טויזנטער אידן.

כ'זע נישט אז דאס זאל זיין א סתירה. אפשר וועט ער עווענטועל אנקומען צו גן-עדן צוליב חסד וואס ער טוט, אבער ער וועט העכסט ווארשיינליך דארפן פלאקערן אין גיהנום פאר דעם.

וואס וועט דעמאלטס זיין ר' בערל וועט מיטגיין אין גן עדן. אדער ער וועט בלייבן אין טוביה מאירס גיהונם הערן די ראבא קאלס?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

העניך האט געשריבן:כ'זע נישט וואס זיינע רשעות'דיגע קאלס האט א שייכות מיט דער דעבאטע צי ער העלפט יא איינעם צי נישט. טובי' מאיר ניימאן האט אפשר א צד חסד צו זיך, אבער ער איז אויך אן אראגאנטער אומפארשעמטער שלעכטער מענטש וועלכער האט נישט קיין פראבלעם צו פייניגן טויזנטער אידן.

כ'זע נישט אז דאס זאל זיין א סתירה. אפשר וועט ער עווענטועל אנקומען צו גן-עדן צוליב חסד וואס ער טוט, אבער ער וועט העכסט ווארשיינליך דארפן פלאקערן אין גיהנום פאר דעם.

הרב העניך שליט""א: איך הער וואס דו זאגסט און איך קען עס פארשטיין. אבער לאמיר א מינוט באטראכטן וואס דער מצב איז דא. ער (טובי' מאיר) שטעלט אן ראבא-קאללס אז ס'זאלל קלינגען צו מענטשן אין זייער הויז (און אפשר אפיס אויך). אמת. אז ס'קען אמאל זיין נודנע (אין ענגליש, .."עננאיאינג").. אבער היינט האט דאך א יעדער קאללינג איי. די.."...! ווען מ'זעהט (אויפ'ן קאללער איי. די) אז ס'איז ער, דארף מען גארנישט טון. נאר איגנארירן דעם קאלל.

איך פערזענליך קען נישט עמפאטירן מיט דעם שטורם וואס דער עולם מאכט דא, ווייל מיר שטערט עס בכלל נישט. אפגעזעהן פון דעם חסד וואס (לשיטתו) קומט ארויס דערפון. יא. טעלעפאן רופן פון שווינדלערס און ..."קאן-מען"...דאס שטערט מיך דווקא יא. אבער מ'האמיר דאך געשמועסט אז ער טוט דווקא יא חסד. איז דאס ביסל אומבאקוועמליכקייט קען איך אוועקקוקן. ס'איז דאך נישט סוכ"ס א גאנצן טאג. מאקסימום וואס איך האב באקומען איז 3 קאללס א טאג. אויך נישט יעדן טאג.

ע"כ. לדעתי איז עס נישט אזא הארבע זאך ווי דער עולם (א טייל) שילדערט עס. מ'קען אפשר זאגן אויף דעם וואס די משנה זאגט אין פרקי אבות..."יצא הפסידו בשכרו"...!

נ.ב.: איך בין נישט קיין באצאלטער (אדער אומ-באצאלטער) אגענט פון זיין ארגאניזאציע...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס מיינסטו, ר' בערל, זעהט מען אויף די קאללער איי.די.?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: געוויינליך זעהט מען דעם נאמען אויך. לאמיר זאגן די מור וקציעה, אדער די חלבנה ולבונה ארגאניזאציע. אבער די נאמבער זעהט מען זיכער.

כמו שאמרתי. מיין אידענע, זז"ג, ווען זי באמערקט אויפ'ן קאללער איי.די. דעם אויבנדערמאנטן נומער אדער עטליכע נומערן, ווילל זי עס גלייך אויסמעקן. איך זאג. איך בעט. לאז איהם רעדן. וואס אהרט עס דיך. געלט געסטו (און איך) ממילא נישט...!
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

לכם ולא לי, סקלינגט נישט ביי מיר די ספעם. אבער סקלינגט יא ביי די עניים שאינם הגונים פון אינדיע.

אויב קען איך טוישען, וואלט איך געטוישט צו ר' טובי' מאיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פערינא: לא זכיתי להבין את דברי קדשיך. יאירו נא דבריך לפנינו...! ביטע זיי מסביר מער פונקטליך דיין נקודה...!
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

איך בעסיקלי זאג אז ר' טובי' איז נישט ערגער ווי די ראבא קאולס וועגען די קאר וואראנטי. יעדער באקומט ראבא קאולס. איך באקום נישט זיינע קאולס אבער איך הער נישט אויף באקומען קאר וואראנטי קאולס פון אינדיע. וואלט שוין בעסער געווען טובי' מאיר. על כל פנים קיינער זאל זיך נישט אנריידען אז מ'קען לעבען בזמן הזה אן קיין ספעם.

האט שוין ירמיה הנביא געזאגט צו גאט. זיי מעניש מיינע שונאים מיט עניים שאינם הגונים. ליידער בין איך נישט זוכה צו ספעם הגוןַ

ספעם איז א חלק פון די היינטיגע לעבן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פערינא: ייש"כ פאר מסביר זיין בטוב טעם ודעת.

מדי דברי. אז מ'רעדט שוין פון ספעם. איך האלט אין איין באקומען בריוון אויף פאסט און אין אי-מעיל פון קאר דילערס וואס לשיטתם גייען זיי דיך גליקלעך מאכן. אבי דו זאלסט נאר קויפן א נייע קאר ביי זיי. אדער לכה"פ איינטוישן דיין איצטיגע קאר. ווען מ'ליינט די קליינע אותיות זעהט מען אז די מציאות איז ממש די פארקערטע פון וואס זיי זאגן דיר צו , לכאורה. יא. זיי געבן דיר א נייע קאר. און אפילו א הלוואה פון ,ביז 40,00 דאללער.אבער דאס מוז זיין ..."סעקיור'ד"... פארזיכערט מיט ריעל עסטעיט אדער א באנק אקאונט וואס דו דארפסט משעבד זיין צו זיי...! אויף א הויעכן יערליכן פראצענט...! די אלע בריוון גייען גלייך אין גארבידזש ...!
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר

שליחה דורך ישן מלא חדש »

קען איינער אפשר פרובירן צו מלמד זכות זיין פארוואס איך האב באקומען 3 קאלס פון דער בהמה אין די לעצטע שעה א האלב?
4:07


Sent from my moto g(7) play using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישן מלא חדש: יא. איך קען. ווייל דער עול פון אידישע צרות דרוקט אויף איהם...! וויבאלד ער איז אליינס א געליטענער מענטש. ואכמ"ל. שפירט ער דעם צער פון א צווייטן איד...!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: איך וויל זיין אין איין גהינום מיט ר' טובי' מאיר

שליחה דורך פאליטיקאנט »

berlbalaguleh האט געשריבן:ישן מלא חדש: יא. איך קען. ווייל דער עול פון אידישע צרות דרוקט אויף איהם...! וויבאלד ער איז אליינס א געליטענער מענטש. ואכמ"ל. שפירט ער דעם צער פון א צווייטן איד...!
ער שפירט די צער ממילא איז ער מצער אנדערע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט: דאס איז א גוט ווערטל. איך האב געטשעקט. (געפרעגט ביי צענדליגע מענטשן) איז זיין (שנאר און ) צדקה קאמפיין אמת'דיג?. אדער איז ער א שווינדלער. אלע האבן פה אחד געזאגט אז ער טוט אמת'דיג מעשי צדקה מיט צובראכענע אידן און שאר נצרכים. א יעדער האט צוגעלייגט...נאר...ער איז א פגע... דאס האביך געוואלט הערן. וויבאלד זיינע מעשיות זענען אמת, לאז איך איהם שוין א ביסל פגע'ן. כאטש, אני כשלעצמי, באדערט מיך אינגאנצן נישט זיינע ראבא-קאללס. ווען מיין ווייב הערט, נעה זי זעהט נאר זיינע נאמבערס ווילל זי שוין אויסמעקן. איך בעט אייביג אז איך ווילל הערן זייינע מעשה'לעך...לסכם. וויבאלד ער איז נישט קיין שווינדעלר, 'עליך פארנעמען זיין פגע'ן...!

אויך. איך מיין אז ס'איז דא א (שטיקל) באנוס אין די קאללס. ווען מ'וועט קומען (א יעדער איינער) אויף יענע וועלט וועט דער בי"ד של מעלה צו רעכענען (איך ווייס נאכנישט וויאזוי זיי מעסטן עס) א פאר שעה פון מעשי צדקה וואס דער מענטש ווייסט אפילו נישט פון וואו ס'קומט. דאס זענען די ראבא-קאללס פון טוביה מאיר וואס מ'האט אויסגעהערט...!
ישן מלא חדש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 123
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
האט שוין געלייקט: 240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך ישן מלא חדש »

ער איז א פגע רע און איז עתיד ליתן את הדין איך ווייס נישט צו ער טוהט ריכטיג חסד איך האב שוין נאכגעהערט פון טאהשע אידן אז זיין כח הדמיון איז נורא נוראות איין זאך ווייס איך אבער יא ער גייט פלאקערן אין גיהינום אז עס גייט זיין א נחת.

ערב שבת א צוואנציג מינוט פארן זמן איז נישט קיין צייט צו ארויס גרעפצן די טועמיה פאר גאנץ כלל ישראל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישן מלא חדש: דאמאלס 'עמיר זיך נישט זעהן. ווייל איך וועל (אי"ה) יא זיין אין טוביה מאיר'ס גהינום... און דו וועסט דאך זיין אין גן עדן מיט שאר צדיקי עולם...!
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

דער אומפארשעמטע הונט טובי' מאיר ניימאן, דער נידריגער עקלהאפטיגער גועל נפש פון וועלכע באדערט און דערגייט מענטשן בכוונה ובמזיד, האט די חוצפה צו מאכן נאך א ספעם ראבא קאל צו טויזענטער אומשולדיגע אידן וועלכע זענען שוין מיד פון זיי גרעפסיגע שטימע, און עפענען זיינע פארשימלטע ליפן צו רעדן קעגן א איד וואס האט אריינגעגאסן מיליאנען פון זיין טאש פאר נצרכים.

קיינער איז נישט גוט, נאר זיין פארשטינקענע "צדקה" מאדעל וואס ארבעט נאר דורכן שטערן אנדערע מענטשן.

דאס הייסט א מקטרג! טאקע אין די עשרת ימי תשובה זוכסטו צו טרעפן די שלעכטס אויף אידן! ולמלשינים אל תהי תקוה, ומהרה יכרתו!

גענומען פון טעלעגראם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מרדכי מרדכי האט געשריבן:דער אומפארשעמטע הונט טובי' מאיר ניימאן, דער נידריגער עקלהאפטיגער גועל נפש פון וועלכע באדערט און דערגייט מענטשן בכוונה ובמזיד, האט די חוצפה צו מאכן נאך א ספעם ראבא קאל צו טויזענטער אומשולדיגע אידן וועלכע זענען שוין מיד פון זיי גרעפסיגע שטימע, און עפענען זיינע פארשימלטע ליפן צו רעדן קעגן א איד וואס האט אריינגעגאסן מיליאנען פון זיין טאש פאר נצרכים.

קיינער איז נישט גוט, נאר זיין פארשטינקענע "צדקה" מאדעל וואס ארבעט נאר דורכן שטערן אנדערע מענטשן.

דאס הייסט א מקטרג! טאקע אין די עשרת ימי תשובה זוכסטו צו טרעפן די שלעכטס אויף אידן! ולמלשינים אל תהי תקוה, ומהרה יכרתו!

גענומען פון טעלעגראם.
אנבעליוועבל!! ער מעג טעראזירן כלל ישראל טאג איין און טאג אויס פאר די לעצטע פאר יאר, און יענער איז דער שייגעץ ווייל די לאגיסטיקס האבן געפלאפט,

איך גלייב נישט אז ס'איז דא איינער וואס גלייבט אז דער איד מיינט צדקה וחסד,
פארשפארט