לעיקוואד האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:פילאזאפיע איז געווען א גרויסע מחלוקת צווישן ראשונים אויב מען מעג עס לערנען, און אויב יא, וויפיל. דער רשב"א האט געמאכט א חרם מען זאל נישט לערנען אונטער 25. איך האף אז אלע וואס פארמאגן צוטריט צו העמק דבר זענען נישט אנדערעיזש.
זעהט נישט אויס אז דער רשב"א'ס חרם איז נאך נוהג. א חרם איז דאך בפשטות נאר א גזירה לשעתו.
דאס דארף אבער אויך אן אויפקלערונג וואס מיינט מען פילאזאפיע. אין חז"ל זעהט מען נישט אין ערגעץ א רמז פון א פראבלעם פון מינות, און אויב ספרים חיצונים מיינט ספרים שלא נכנסו לתנ"ך איז סתם נישט מובן מה כל הרעש שאין לו חלק, עכ"פ האט דאס נישט מיט קיין פראבלעם פון אפיקורסות. דער רשב"א וואס האט געמאכט א גדר איז ווייטער האט נישט אזוי געהאלטען עס איז נאר געווען אזוי שלא יטעו אזויווי שפעטער האט מען געמאכט די סארט גדרים אויף קבלה שלא ילמד אלא מי שמילא כריסו וכו'. און וואס איז מיט ביטול תורה? עכ"פ דאס איז אן אנדערע זאך. די סארט מהלך אז פילאזאפיע איז אפיקורסות וכו' דאס איז לכאורה זיכער א זאך אין לו שורש בחז"ל. אבער ווי יא?
דער פראבלעם מיט ספרים חיצונים איז לכאורה אז מ'האט פארהייליגט די אנדערע ספרים און חז"ל האבן דאס געוואלט פארמיידן. ס'האט גארנישט מיט די ספרים חיצונים וואס ווערט דערמאנט אין כולל ענינים.
וואס הייסט אין חז"ל טרעפט מען נישט א פראבלעם פון מינות? אודאי טרעפט מען. איסור ליכנס בבית מינים, להתרפאות ממין, להשיב למין, ועוד.
איך כאפ נישט פארוואס דער חרם פון רשב"א האט שוין עקספייערט. דער גזירה שמא יטעו איז ווייטער נוגע. אדער אפשר מיינסטו ווייל קיינער גלייבט שוין נישט די גריכישע פילאזאפיע און מען לערנט עס נאר פאר היסטאריע וכו'?