די ערשטע טעג יו״ט סוכות בין איך געווען ביי מיין ברידער. די ווייב זיינער, מיין שוועגערין, האט א חבר׳טע א דאקטאר וואס איז מאדערן-ארטאדאקס און איר מאן איז אן אדוואקאט. זיי זענען אריבערגעקומען צו מיין ברידער פאר איין סעודה. בתוך די שמועס האבן זיי זיך אויסגעדרוקט אז ״זיי האַסן חסידים״ אלס זייער זיין רעפּרעסיוו צו פרויען וכדומה. וממילא שמועסענדיג מיט׳ן מאן האבן אונז גערעדט פון זיין אַווערזשען צו חסידיזם ומיסטיקה בכלליות און אז ער האלט נישט פון
קדמות ספר הזוהר.
שפעטער אינעם שמועס, וואו ס׳האט זיך אביסל פארקירעוועט און עס איז אריינגעקומען, האב איך מיר ערלויבט צו זאגן אז ספר דניאל איז לכאורה געשריבן געווארן אן ערך פון 300-400 יאר נאך די תקופה וואס עס פארציילט איבער. דאס איז באזירט אויף דעם אז די טעאלאגישע דאקטרינעס און די עפּאַקעליפּטיק/אחרית הימים טעמעס און מהלכים דערין האבן אָנגעהויבן בסתם צו פּראַפּאַגעיטן אין יענע תקופה
(כדוגמת ספר זכריה וואס מ׳האט טאקע געליינט אויף יו״ט) און מען טרעפט עס נישט פריער, עס האט אין זיך ווערטער וואס (עפ״י פילאלאגיע) זענען נישט גענוצט געווארן אין די תקופה וואס עס אָנגעבליך פארציילט איבער, קיין איינע פון די ספרים וואס מ׳ווייסט יא זענען געשריבן אין פריערדיגע תקופות ציטירן נישט פון זיינע רייד
(און חוקרים נעמען אָן אז הגם ספר יחזקאל דערמאנט יא א מענטש דניאל איז ער אבער א מיטישע פיגור) וכו׳ וכו׳. עס האט אים געשטערט און ער האט מיר אָנגעהויבן צו אטאקירן (עד האָמינעם
(טאקע אזוי ווי א חסיד וואס ער האַסט…)) און צו רופן א ״קאַנספּירעסי גלויבער״, הלמאי איך האלט אז דער מחבר פונעם ספר האט פאלשערהייט געשריבן כאילו זיי זענען (די אנשי כנה״ג) פון די פריערדיגע דורות נישט לאנג נאך דניאל, ווען די נבואות׳ן דערינען זענען נאך נישט מקויים געווארן [למשל בנוגע מלכות יון], און דער מחבר האט געוואלט פאר׳נאַר׳ן מענטשן. ער האט גע׳טענה׳ט אז די מסקנות פון די חוקרים דערין זענען נישט מאסגעבענד און מ׳דארף בלייבן ביים הנחה אז עס איז געשריבן געווארן אין די געגענט פון די תקופה וואס עס רעדט זיך איבער; וואס קומט ארויס פון די ספר אליין. (ענליך האבן אונז גע׳טענה׳ט לגבי מגילת קהלת.)
האב איך אים געפרעגט אז וואס איז די חילוק בין זה, וואס ער וויל נישט אָננעמען די מסקנות פון די חוקרים (די צו וואס זיי זענען אלע מער-ווייניגער מסכים), און ספר הזוהר וואו ער נעמט זיי יא אָן? (וכידוע קען מען לכאורה מאכן א
שטערקערע קעיס פאר׳ן זוהר אז עס ווערט צוגעברענגט, עכ״פ חלקים דערפון, שוין פון פריער, ווי איידער פאר ספר דניאל.) איה״נ אז, צב״ש, די טענה פון דאס אז עס ווערט נישט צוגעברענגט פון פאר די תקופה וואס די חוקרים געבן אָן איז בעצם טאקע אַן
ארגומענט פון איגנארענץ אבער ביים זוהר געבט ער דאס
יא אָן אלס א טענה לחזק. דארט האט ער אויך נישט די פראבלעם אז ס׳איז א ״קאנספּירעסי״ פון די מחבר(ים) דאס אָנצוגעבן אלס רשב״י׳ס ווערק (ותלמידיו) וואס שטייט אויך בפירוש אין ספר.
ער האט זיך גענומען מאכן חילוקים וואס כ׳האב נישט אינגאנצן פארשטאנען. ער האט אויך געהאט גע׳טענה׳ט אז איך פארלאז זיך צי שטארק אויף די עקספּערטן׳ס קאָנסענסוס. האב איך אים געזאגט אז איך זעה נישט דערין א גרויסע חילוק צווישן זיך פארלאזן אויף די עקספּערטן אין דעם (מיט אן איבערבליק פון טענותיהן וראיותיהן) און צווישן זיין אָננעמען, צב״ש, קלימאט טויש און אז עס איז (בעיקר) אנטראָפּאָדזשעניק [מכח מענטשן] וואס ער נעמט
יא אָן, נישט זייענדיג א קליימעטאַלאַדזשיסט און גלייבענדיג די עקספּערסטן׳ס קאָנסענסוס אין דעם (מיט אן איבערבליק פון טענותיהן וראיותיהן). ער האט אויך געמאכט עפעס א חילוק דערין וואס כ׳האב נישט געהעריג פארשטאנען. איך האב איינגעזעהן אז כלתה אלי הרעה און ער ווערט אלס מער און מער צוהיצט (זיין ווייב האט זיך גענומען אפרעדן אז איך רעד כפירה) און איך בין געבליבן שטיל געבענדיג אים דאס לעצטע ווארט.
די געדאנק איז אז פאר׳ן זוהר, פאר וועלכעס ער האט נישט קיין דאגמאטישע הנחה קדומה איבער איר אָטענטישקייט לגבי וואס עס געבט אָן אין זיך, גייט ער אָננעמען די קריטיסיזם איבער איר אָטענטישקייט און זיי זענען ביי אים באמת מאסגעבענד. משא״כ דארט וואו ער האט א דאגמאטישע הנחה קדומה איבער איר אָטענטישקייט
(וואס רירט שוין אָן אין זיין עצם אידענטיטעט אויך) וועט ער אט די זעלבע טענות נישט אָננעמען. אזוי ווי פרידריך שלייערמאכער האט געזאגט, ״עס איז נישט אז איך גלייב אינעם בּייבּל און דעריבער גלייב איך אין ג-ט. נאר ווייל איך גלייב אין ג-ט דעריבער גלייב איך אינעם בּייבּל [אז עס איז דברו, אינערענט וכו׳ וכו׳].״ והיינו נמי טעמא פון זיין קעגן
בּיבּלישע מינימעליזם בכלל וכל המסתעף ממנה.