פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?
איך הער. דרייען וויזניצער אויס זייערע היט? טוען בעלזער אויס שווארצע זאקן? איך רעד דא לאו דווקא פון קילע יונגעלייט וואס ווילן נישט ווערן געלעיבלט נאר פון אזוינע וואס וואלטן לכאורה געדארפט טראגן דער לבוש ביד רמה, און דאך אפילו ביי זיי זענען דא אישוס. הלא דבר הוא, נישט?קורקלענד האט געשריבן:צו מיין פארשטאנד איז עס פשוט ווייל די הויכע ביבער הוט איז מער א אוניווערסאלע הוט וואס קען אריינבאלאנגען איבעראל און אפי' אין סאטמאר. משא''כ די שטאפענע און פלאכע הוט זענען עקסקלוסיוו סאטמארע הוטן. דעריבער זענען די וואס ווילן זיין מער אוניווערסאל וועלן אפלאזן די סאטמארער לבוש.
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
יא, פּלענטי וויזשניצער וואס איך קען האבן אויסגעדרייט די הוט און פּלענטי בעלזער וואס איך קען האבן אויסגעטוהן די זאקן. (איך רעד דווקא נישט פון די קילע סארט.) די זאכן ווענדן זיך אין קאלטוראלע דינאמיקס וואס נעמט אין באטראכט פילע אייגנשאפטן פון א מענטש'ס פערזענלעכע מצב. למשל א מעסיגע בעלזער בחור וואס וואוינט נישט אין א בעלזער געגנט און לערנט נישט אין די בעלזער ישיבה וועט אפט אפלאזן די זאקן....
סאטמאר האט פיל מער מענטשן, און אויך פיל מער וואס זענען נישט אנגעשלאסן אינעם סאטמארער מאשין. דערפאר איז עס מער נפרץ דארט.
סאטמאר האט פיל מער מענטשן, און אויך פיל מער וואס זענען נישט אנגעשלאסן אינעם סאטמארער מאשין. דערפאר איז עס מער נפרץ דארט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
Re: פארוואס שעמען זיך סאטמארער חסידים מיט זייער הוט?
די זאכן איז שווער צו אנאליזירן סייענטיפיש און אפשר ביסטו גערעכט. מיר זעט עס אויס אז אין סאטמאר איז עס סיי ביי די סארט וואס אויף אן אנדער פלאץ וואלטן זיי לכאורה נישט משנה געווען און סיי אז דער דיזיין פון דער הוט אליין ווערט פארוואנדלט. סאטמאר איז דאך נישט דאראג אדער קרעטשניף און איך וואלט עס ביי זיי ווייניגער ערווארטעט.
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
מחצה''ק האט געשריבן:סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?
שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע
מאכט ווייניג סענס ווייל ר' ליבוש'ס קינדער גייען פארפלאטשיגט, סא פארוואס זאל ער זאגן פאר א פארפלאטשיגטן זיך אויסציהויכענען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 238
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
- האט שוין געלייקט: 89 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
אדונינו האט געשריבן:א פלאכע היט איז פשוט מיאוס, די אנגענומענע היטל בכלל אין די וועלט איז הויעך, שטעלט אייך פאר א פּלאטשיגע קנייטש היטל, אדער קראך-היטל, ביבער איז גארנישט אנדערש.
א פלאכע הוט ווענד זיך אויף וועם ס'ליגט אין ווי ניי ס'איז
למשל די צוויי סאטמאר רביס די צוויי קלויזענבורג'ע רביס וואלטן אויסגעקיקט שלעכט מיט א הויכע הוט
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 238
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 13, 2019 7:25 pm
- האט שוין געלייקט: 89 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:מחצה''ק האט געשריבן:סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?
שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע
מאכט ווייניג סענס ווייל ר' ליבוש'ס קינדער גייען פארפלאטשיגט, סא פררוואס זאל ער זאגן פאר א פארפלאטשיגטן זיך אויציהויכענען.
ער איז געגאנגען א שטאפענע
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאך_לעפל האט געשריבן:ב''ה מיר שעמען זיך נישט מיט אונזער קוטשמע.
מוצאי שמחות תורה נעמען מיר דאס ארויס פון שאכטעל, און ערב פסח נאך שריפות חמץ שטעלן דאס מיר צוריק.
לעבען זאל די קוטשמע...
קאך לעפל: אפילו נאך פסח אויב ס'איז א קילער, ווינטיגער טאג וועלל איך נאכאלץ אנטון די קוטשמע. איך האב א יעדן (פאטענציאנאלן קריטיקירער) פארפאקט. נישט די קוטשמע...לאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מחצה''ק האט געשריבן:אדונינו האט געשריבן:א פלאכע היט איז פשוט מיאוס, די אנגענומענע היטל בכלל אין די וועלט איז הויעך, שטעלט אייך פאר א פּלאטשיגע קנייטש היטל, אדער קראך-היטל, ביבער איז גארנישט אנדערש.
א פלאכע הוט ווענד זיך אויף וועם ס'ליגט אין ווי ניי ס'איז
למשל די צוויי סאטמאר רביס די צוויי קלויזענבורג'ע רביס וואלטן אויסגעקיקט שלעכט מיט א הויכע הוט
מחצה"ק: ס'איז נישט מיאוס. ס'זעהט אויס פאני. 90% פו די מענטשן פאסט נישט קין פלאכע ביבער הוט...!
איך האב צומאל אזא מחשבה'לע/פאנטזיע כאילו. אויף רבנים וואס איך קען. זיי טראגן א הויכע הוט. וואס וואלט געווען. וויאזוי וואלטן זיי אויסגעקוקט ווען זיי גייען א פלאטשיגס...ס'קומט מיר אייביג צו לאכן...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קהל'ס נער האט געשריבן:מחצה''ק האט געשריבן:סעגאל האט געשריבן:אויב יענע סאטמארע דיין איז בעל אצר הלכות האט אים דער גאלאנטער געהייסן טוישן צי א ביבער היט ווען ער איז געווארן דיין דארט און זיין ווייב האט נישט געוואלט איז געבליבן א הויכע ביבער.
אגב וואס מיינט די נאמען טשאלענט טאפ היט?
שמעתי מבנו אז ר' ליבוש לייזער האט עם געהייסן א הויכע
מאכט ווייניג סענס ווייל ר' ליבוש'ס קינדער גייען פארפלאטשיגט, סא פארוואס זאל ער זאגן פאר א פארפלאטשיגטן זיך אויסציהויכענען.
קהל'ס נער: דו ביסט גערעכט. נאר די קשיא איז פארוואס, אויב ר' לייבוש גייט א האויעכן הוט, גייען זיינע קינדער פלאטשיגע...?!
אויך דעם איז אויך דא א תירוץ. הר"ר לייבוש שליט"א גייט א הויכען הוט ווייל זיין טאטע הרה"צ ר' יאנקעלע איז געגאנגען א הויכע. אבער פארוואס גייען זיינע אנדערע בנים (אויסער שולם. ער גייט שוין גארנישט. אדערווייל.) מיט פלאטשיגע היטן...?! אויף דעים איז אויך דא א תירוץ...!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
סתם פאר די רעקארד, די פלאטשיגע הוטן איז אן אונגארישע סטייל. צאנזער רב איז אמאל געווען אין אונגארן און ס׳איז איהם געפאלן דעם סטייל האט ער עס אנגעטוהן און פאר זיינע קינדער איז עס שוין געווען א מסורה. אין ירושלים איז אמאל געווען א תקופה וואס מ׳האט אריינגעברענגט הוטן פון אונגארן און דעמאלטס האבן זיך די טשאלמערס אנגעטוהן דעם ״סופער״, מיין עלטער זיידע וואס האט געוואוינט אין ירושלים אין יענע צייטן איז געגאנגען מיט אן אלטן אויסגעריבענעם הויעכן הוט פאר יארן לאנג ווייל ער האט נישט געוואלט משנה זיין צו די אונגארישע סטיייל און ס׳נישט געווען צו באקומען עפעס אנדערש.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אונטער חכם האט געשריבן:איך טוה אן וואס דער הוטנמאכער געט מיר, פארוואס ער מאכט יעדעס יאר העכערע היטן דארפסטו עם פרעגן.
אונטער חכם: די הוטנמאכער ווידער טענה'ן אז זיי טוען וואס די קאסטומער פארלאנגען. און וואס ס'איז די סטייל. און ס'פארקויפט זיך בעסער...!
די טשולנטאפ היטן ווערן א יעדעס יאר שמאלער און העכער. זיי זעהען שוין באלד אויס ווי דער איזהו מקומן/קוימען (טשימני, בלע"ז) פון א שיף. דער טיטאניק (ע"ה) האט געהאט עטליכע הויכע קוימענס...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 104
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
- געפינט זיך: אין ארץ הקודש
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
צפור בודד האט געשריבן: איך הער. דרייען וויזניצער אויס זייערע היט? טוען בעלזער אויס שווארצע זאקן? איך רעד דא לאו דווקא פון קילע יונגעלייט וואס ווילן נישט ווערן געלעיבלט נאר פון אזוינע וואס וואלטן לכאורה געדארפט טראגן דער לבוש ביד רמה, און דאך אפילו ביי זיי זענען דא אישוס. הלא דבר הוא, נישט?
איך האב טאקע א שכן א בעלזער א בנש"ק וואס גייט מיט גאנצע הויזן
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 7
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 09, 2021 8:28 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
עס איז צייט אפצושטעלן די מנהגים פון היטן, עס דארף יעדער איד האבן אפאר היטן אינדערהיים,
און זיך אנטוהן באותו זמן ובאותו מקום ווי אזוי עס שמעקט אים,
פונקט ווי מען אפאר געבלימטע בעקטשעס אדער רעקלעך מיט אנדערע סארט מוסטערן,
רבותי דאס איז נישט קיין ווערטל, עס איז צייט צו ווערן אריינגעברענגט ביים חסידישן אידנטום, מען דארף עס אנהייבן אויף א קלוגע וועג.
און זיך אנטוהן באותו זמן ובאותו מקום ווי אזוי עס שמעקט אים,
פונקט ווי מען אפאר געבלימטע בעקטשעס אדער רעקלעך מיט אנדערע סארט מוסטערן,
רבותי דאס איז נישט קיין ווערטל, עס איז צייט צו ווערן אריינגעברענגט ביים חסידישן אידנטום, מען דארף עס אנהייבן אויף א קלוגע וועג.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
כמיעוט: דאס וועט אבער שאפן אנדערע פראבלעמען. נעם למשל מיין חבר דער וויזשניצער.היינט גייט ער מיט דעם באנד אויף די רעכטע זייט. מארגן וועט ער עס איבערדרייען. ווען איך וועלל וועללן רעדן צו איהם וועלל איך מיינען אז איך רעד צו איהם פנים אל פנים. דערווייל רעד איך צו זיין רוקן. און ער הערט מיך נישט...! אויך ווען איך וועל זעהן מיין רבי אדער זיין זוהן אריינקומען אין ביהמ"ד מיט א פלאטשיג'ס וועלל איך (בעל כורחי) אויספלאצן אין א געלעכטער. אינמיטן דאווענען...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 207
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
- געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל
כמיעוט האט געשריבן:דאס אלעס איז ווערטלעך.
עס איז קלאר אז מען דארף דאס איינפירען עס האט נישט קיין שום זוהן אז א מענטש זאל זיין ארפגעבינדען צו איין סארט היט ווען עס איז דא עטליכע סטיילס כולם אהובים וברורים וחסידיש.
נאר נישט דאס ווען איעדער גייט זיין הוט איז כאטש פארהן אלע מיני קאלירן אלע חסידית’ן עס איז דא א ווערייעטי שטעל דיר פאר אז אלע חסידים גייען די זעלבע עס וואלט געווען נישט צום אויסהאלטן נאך ערגער ווי די ליטאים און לעקוואד
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט