השתלשלות כתב אשורית שלנו

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]מ'דארף נישט זיין קיין גרויסע ידען צו וויסן וויאזוי די שינויים זענען געשעהן. די לעצטערע שינויים ווייסן מיר דאך ווער, ווען און פארוואס. לכאורה זענען די אמאליגע שינויים געשעהן אויף ענליכע אופנים. דער אר"י הק' האט געטוישט אז ס'זאל שטימען ע"פ קבלה. שפעטער זענען געווען שינויים דורך תלמידי הבעש"ט באזירט אויף עפעס א חלום, דאכציך.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

באמת גייט עס צוריק נאכמער, די כתב אשורית פון די צייטן פון עזרא הסופר/אנפאנג בית שני (Imperial Aramaic script) איז נאכמער אנדערש.
בילד

און דער אמת איז אז יעדע שריפט טוישט זיך מיט די צייט, די ענגלישע שריפט פון היינט איז אויך נישט אקוראט די זעלבע שריפט פון טויזענט יאר צוריק, אבער אויף אפאר זאכן קען איך יא אנצייגן וואו ס'האט זיך געטיילט. די אות בי"ת צ.ב. זאגט דער ברוך שאמר אז מ'זאל צולייגן א תג פון אויבן אויף די רעכטע זייט ווייל ס'שטייט אזוי אין מדרש, און וויבאלד ס'האט א תג זאל מען עס אויך מאכן עקעדיג, עיין שם הסברא בזה. למעשה ווען מ'קוקט אין מדרש שטייט אז די תג איז אויף די לינקע זייט, לויט דעם הייבט זיך נישט אן די גאנצע סברא אז די רעכטע זייט זאל זיין עקעדיג, און אזוי איז טאקע כתב וועליש. אנדערע זאגן אז די גאנצע תג ביזנעס איז א טעות ווייל דער מדרש מיינט גאר די שטיקל וואס שטעקט זיך ארויס פון אונטן אויף די רעכטע זייט, און באמת האט מען עס צוגעלייגט במשך הזמן אלץ חומרא כדי ס׳זאל נישט באקומען בטעות א שטיקל רינדוגקייט און ס׳וועט אויסזעהן ווי א כ"ף אבער ״מעיקר הדין״ (וואטווער דעט מיענס) איז עס ״כשר״ (וואטעווער דעט מיענס) אנדעם, און דאס שטימט טאקע מיט די שריפט פון די מגילות ים המלח און מיט די אריגינעלע אראמישע שריפט, דאס איז מיט׳ן אויס בי״ת.

יעצט דער אות דל״ת, איז דא צוויי זאכן. ערשטנס די שטיקל וואס שטעקט זיך ארויס פון די רעכטע זייט אויבן האט מען מיר אויסגעלערנט אז מ׳האט עס צוגעלייגט זיכער צו מאכן אז ס׳זעהט ח״ו נישט אויס רינדעכיג בטעות און דאן איז עס א רי״ש (אזויווי די מעשה מיט׳ן אות בי״ת כנ״ל), ס׳שוין יארן דורך זייט כ׳האב געלערנט סופרות געדענק איך נישט וואו פונקטליך ס׳שטייט, פרעג סיי וועלכער סופר וועט ער דיר צואווייזן. צ׳ווייטנס די פיסל פונעם דל״ת מאכן די אשכנזים שיעף אויף רעכטס ווייל ס׳שטייט אין גמרא אז די פיסל פונעם דל״ת איז אויסגעשטרעקט צום גימ״ל, אנדערע ראשונים זאגן אז ס׳מיינט צו זאגן אז דער פיסל איז אויף דער רעכטע זייט אנשטאט אויף די לינקע זייט (אזויווי אן r), און דאס שטימט מיט די מגילות ים המלח און די אריגינעלע אראמישע שריפט.

לגבי דער אות פ״א שטייט אין ברוך שאמר אז די אונטערשטע זייט זאל מען נישט מאכן רונדיג ווי א כא״ף נאר עקעדיג כדי די ליידיגקייט פון אינעווייניג זאל אויסזעהן ווי א בי״ת (ווי שוין געזאגט פריער אז די שטיקל וואס מ׳לייגט צו איז נאר להוציא מאות כא״ף), שפעטערדיגע אשכנז׳ישע פוסקים האבן געמאכט א גאנצע געראטשקע אז ס׳דארף אויסזעהן ווי א מאדערנע אות בי״ת מיט׳ן שטיקל פון אונטן, דערפאר קוקט דער אות פ״א אות אזוי מאדנע.

דערנאך איז סתם אזוי דא דער אלפא ביתא (וואס איז געדרוקט צוזאמען מיט׳ן ברוך שאמר) וואס האט געטראפן אסאך רמזים אין די אותיות, צ.ב. אז די אות ה״א איז צאמגעשטעלט פון א דל״ת און א יו״ד, און יעצט דארף מען טוישן דעם אות ה״א אז ס׳זאל טאקע ממש אויסקוקן ווי א דל״ת מיט א יו״ד.

איך קען נאך אסאך מאריך זיין אין דעם, און דאס איז נאר פון וואס איך געדענק נאך פון יארן צוריק ווען כ׳האב געלערנט די הלכות, ס׳איז מן הסתם דא נאך אסאך וואס כ׳האב שוין פארגעסן, פאר מער פרטים קוק אריין אין ברוך שאמר (וואס איז אייגענטליך דריי באזונדערע ספרים פון דריי באזונדערע מחברים אין דריי באזונדערע תקופות) און פרוביר אליינס כאפן וואו זיי האבן געטוישט זאכן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

איז די פונקטליכע צורת האות בכלל מעכב עפ''י הלכה? אדער ווילאנג מענטשן דערקענען עס אלץ די ספעציפישע אות איז עס כשר?
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הוגה האט געשריבן:מ'דארף נישט זיין קיין גרויסע ידען צו וויסן וויאזוי די שינויים זענען געשעהן. די לעצטערע שינויים ווייסן מיר דאך ווער, ווען און פארוואס. לכאורה זענען די אמאליגע שינויים געשעהן אויף ענליכע אופנים. דער אר"י הק' האט געטוישט אז ס'זאל שטימען ע"פ קבלה. שפעטער זענען געווען שינויים דורך תלמידי הבעש"ט באזירט אויף עפעס א חלום, דאכציך.

איך האב נאר מורא אז עפעס א העיליגער רבי וועט איין טאג (ביי שינת הצהריים) חלומ'ען אז דער טאאטע אדער זעידע איז איהם געקומען צו חלום און האט איהם געהעיסן טוישן דעם כתב אשורית צו עפעס א טראדיציע פונ'ם מאור עיניים...!
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

דאכצך אז דער תורה מעזיעם רבי איז זייער ביזי מיט דעם
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בן נון: ער איז דאך סתם א פעיקער. ווער ס'גלייבט זיינע שטותים איז זיך אליינס שולדיג...לאל.

זיין הויפט שטות איז געווען ווען מיט א פאר יאר צוריק האט ער געקערט וועלטן אז דער פיקטשער פונ'ם חפץ חיים וואס איז בארימט איבער די וועלט איז נישט פונ'ם חפץ חיים נאר גאר פון דעם קצב, דער בוטשער פון די שטאט ראדין...!

האביך געהערט א קלוגער איד האט געזאגט אוף דעם. אויב דער בוטשער פון די שטאט ראדין האט געהאט אזא איידעלע צורה דארף מען איהם געבן קוויטלעך...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

א פעיקער איז די לעצטע זאך אים אנצורופן.
זיינע דרשות זענען העכסט באלערנט, מיט גאר אסאך אינטערעסאנטע היסטארישע ידיעות.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

איך ווייס נישט אויב ער איז א פעיקער בשיטה, ער פעיקט אפשר בשוגג. ער האט א גרויסע איגא, ער האלט אז ער און נאר ער פארשטייט צו היסטאריע פיזיק ביאלאגיע מארין ביאלאגיע שפראך אגיפטעלאגיע און אלע אנדערע חכמות.

איך מוז מודה זיין אז ער פארשטייט צו 'סטאפט ענימלס' און ער קען גיין אין קאנקורענץ מיט יונתן שווארץ.
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
פארשפארט