שמועס פון א משפיע אין יאר תשצ"ז אונטערגעהערט

איך האב זיך אריינגעזעצט אין מיין טיים מאשין, געפארן קיין תשצ"ז און געהערט די פאלגענדע שמועס פון א חשובן משפיע:
טייערע אידן, עס איז שווער צו גלויבן אבער ווען "פעיסבוק" דאס איז די טאטע פון די גאנצע מושג פון התחברות און אהבת הבריות אנליין, איז ארויסגעקומען, האבן די גדולי הדור ממש געציטערט דערפון, עס הערט זיך מאדנע, אבער דער מיטעלער סקולענער ז"ל האט ממש געפייערט קעגן דעם. דער סקולענער רבי פון מאנטיסעלאו זאל זיין געזונט האט אנגעפירט א גאנצע מערכה דערקעגן. היינט, ווען מען זעהט וואספארא גוטס מען טוט אלס דורך די התחברות, דורך דעם אז מענטשן קענען זיין אזוי נאנט אן פיזישע נאנטקייט, די טויזנטער חברותות, די ישיבות, כוללים, ספרים, די חסד און צדקה, די עבודת ה', די קוויטלעך וואס מען שיקט צו די רביס און די קשר מיט משפיעים און רבנים דורך די התחברות, וואס מען פלעגט רופן "סאשעל מידיא" איז שווער צו גלייבן, אבער דעמאלטס, האבן די רבנים מורא געהאט, עס איז געווען א שווער דור, עס איז געווען א נייע זאך, און זיי האבן געהאלטן אז מען דארף זיין זייער נזהר מיט יעדע נייע זאך.
איך געדענק נאך, מען האט געמאכט א בית דין, דער זוהר בהיר, דער שאלות ותשובות בנימין זאב השני, דער נייטרא מאנסי רבי ז"ל, און נאך, מען האט זיך געזארגט, מען האט געציטערט. נאכמער, איך געדענק עס זענען געווען די וואס האבן בעסער פארשטאנען און געוואוסט אז מען דארף זיך נישט זארגן, קאווע שטיבל איז נאך דעמאלטס געווען אזא אלטמאדישע זאך, אויף א סקרין, עס האט נאכנישט געארבעט מיט טשיפס און זיי האבן נאכנישט געהאט די אלע מוסדות און חבורות, איז געווען דארט לעיקוואד, היינט איז ער א גרויסער ראש ישיבה און פראפעסער, האט ער געשריבן אזא עיקול קעגן דעם בית דין.... שוין, אינטערסאנטע צייטן געווען.
אבער על כל פנים, די גדולי ישראל האט דעמאלטס מורא געהאט, היינט ברוך השם, מען ווייסט אז מען קוקט אן זאכן אנדערש, מען נוצט די אלע חכמות צו אויסרייסן די יצר הרע, מען טוישט די בחירה לטוב, אבער עס איז גוט צו וויסן אז כאטש ביי די שמונה עשרה מעדיטעישאן אדער ביי די עקסערסייז סעסיע וואס מען האט אין בית מדרש נאך מעריב, זאל מען לייגן די טשיפ אויף די פוירפל קנעפל אז עס זאל נאר העלפן בארוהיגן, אבער נישט די אפשען פון קריעיטיוויטי, ווייל סוף כל סוף איז עס נישט די אלטע וועג.
און אויך, ווען מען פליעט קיין ארץ ישראל אויף ליל שישי, זאל מען געדענקען צו לייגן די טשיפ אויף די ארץ ישראל מאוד, אלס כבוד השכינה,
מען דארף דאנקען הקב"ה אויף די אלע חכמות און די געוואלדיגע בענעפיטן וואס די חכמי האומות האבן אונז ממש אויסגעלייזט פון גלות, און מען דארף געדענקען וויאזוי מען האט זיך געמוטשעט פאר דעם, און נאכאמאל, שיקן א דאנק צו הקב"ה צו דורך די מויל, צו דורך די טשיפ, עס איז דאך געוואלדיג!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
הא הא! איך האב אונטערגעהערט א צווייטן שמועס פונקט פארקערט!
ווען די אינטערנעט איז ארויסגעקומען זענען געווען אפאר רבנים וואס האבן געהאלטן אז מען דארף צושטעלן כשר'ע אינטערנעט. איך געדענעק עס איז געווען א גרויסע אסיפה וואו טויזענעטער אידן האבן פארפלייצט סיטיפילד און עס איז אהערגעשטעלט געווארן אזא סארט ארגענעזאציע מיטן נאמען טע"ג, מיטן ציל צו פילטערן די אינטערנעץ.
שוין דעמאלטס האבן אפאר רבנים און שפיץ פון דער סאטמאר רבי דער בעל לב יקתואל זיך אויפגעשטעלט און געשריגן אז מיר גיימיר זיך נישט לאזן פארשלעפט ווערן, דער רבי האט תיכף געגרונדעט א ארגענעזאציע מיטן נאמען 'משומר' וואס איר ציל איז געווען צו האלטן פולשטענדיג קאנטראל אויף יעדער ריר און בייג. ב"ה היינט האלט מיר ב"ה אין אזא מצב אז יעדער מנהל קען זען פונקטליך דורך די פארגעשריטענע דזשי. פי. עס. טרעקינג וואספארא סארט מכשירים מען האט און וויפיל מאל א טאג מען טשעקט די אי-מעיל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
מען האט געמאכט א בית דין, דער זוהר בהיר, דער שאלות ותשובות בנימין זאב השני, דער נייטרא מאנסי רבי ז"ל
אויף איר בלאג, פראפעסער אביגיל טייטלבוים (א בת אחר בן פון די מיטעלע סאטאמרע רבי), די וואך, ווייזט אויף גאר אינטערסאנטע פאקטן ארום די דערמאנטע צדיקים.
זי טענה'ט, אז בדורו האט מען געהאלטן אז דער נייטרא-מאנסי רב איז מאכיל נבלות וטרפות; אויף דער בעל בנימין זאב השני דעקט זי אויף אז ער האט שטאדירט! ער פלעגט זיין דער יועץ פון A TIME, אן ארג. וואס פלעגט זיך אפגעבען (אין די צייטן ווען מ'האט געהאט קינדער 10 חדשים נאך די חתונה) און העלפן פאר-פעלקער האבן קינדער. אויף דעם זוהר בהיר שרייבט זי, אינטערסאנט, אז פון די דאקיומענטען וואס ער האט איבערגעלאזט, זעהט מען קלאר אז ער האט בכלל נישט פארשאטנען צו טעכנעלאגיע.
Under influence
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 832
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
- האט שוין געלייקט: 239 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
איי ווער געדענקט נאך די מושג פון א אוצר הספרים אינדערוואכן, און די מאנגל אין גמרות, גיי פארצייל פאר די היינטיגע יוגנט, וויפיל ביטול תורה מען פלעגט האבן יעדעס מאל מען איז געקומען אין שול אין אלע גמרות פון שאנק זענען געווען ליידיג, ווער קען עס היינט בכלל פארשטיין קומסט אריין אין ביהמ"ד מיט דיין טאבלעט, און די האסט אלע דיינע שיעורים גרייט אויפגעמישט (עס פעלט אונז טאקע די הרהור תשובה ביים נישט אויפמישן גלייך ביים פלאץ ווי מען האלט, שוין ירידת הדורות...)
איי געדענק איך ווי מען פלעגט הארעווען צו זאם צו שטעלן פאר יעדן א חברותא אדער ווען די חברותא איז נישט געקומען איז מען געזעצן און געבטל'ט די צייט אויף די אלטע וואטסאפפ, ניטאמאל ווייסט איר וואס דאס איז, צו עס איז געווען פארן פריזשידער צו נאך, אה היינטיגע אינגעלייט.
היינט אז דער חברותא נישטא, פארבינד זיך מיט אים גלייך פון יענע עק וועלט... אויך אן אויסדרוק פון אמאל אין מיין פון מארס אדער לבנה, און מען לערנט און אויב קען ער נישט הערט מען א שיעור לייוו,
איין זאך טטייערע קינדערלעך וואס איר פארפאסט איז די שמחה פון יעדן אנפאנג ספר צו בראשית צו שמות צו ויקרא ווען די אינגלעך אין חדר האבן געדארפט ברענגען א נייעם חומש איי איז די שמחה געווען גרויס אבער היינט מען טראגט אלעס אויף איינמאל די סידור חומש גמרא און מען קען עס הערן אינדערהיים מיט אזא מתיקות ווער דארף א פרייוועט מלמד, עס פלעגט דאך קאסטן א מאיאנטעק און אויך איז עס געווען צומאל איינגעשטעלט אויס יענער איז געווען א פויגל ב"ה פטור געווארן היינט פון די אלע פראבלעמען
יא מה רבו מעשיך ה' שהכל ברא לכבודו
(זקיניך ויאמרו לך תשפ"ט דערציילט דורך אונזער זיידע יעקב יודא שמעקעדיג ני"ו )

דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
ער גייט אויך צולייגען עס איז געוועהן אמאהל איינער ער האט געהייסען שלמה מייליך ער איז ליידער אויפגעקומען מיט א המצאה פון מתיר זיין טראגען אויף שבת מיט א געדאנק וואס ער האט גערופען עירוב. אבער ב"ה מען האט דאס אויסגעראטען און קיינער נוצט מער נישט דעם אזוי גערופענער היתר
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קופערניקוס האט געשריבן:איך האב זיך אריינגעזעצט אין מיין טיים מאשין, געפארן קיין תשצ"ז און געהערט די פאלגענדע שמועס פון א חשובן משפיע:
טייערע אידן, עס איז שווער צו גלויבן אבער ווען "פעיסבוק" דאס איז די טאטע פון די גאנצע מושג פון התחברות און אהבת הבריות אנליין, איז ארויסגעקומען, האבן די גדולי הדור ממש געציטערט דערפון, עס הערט זיך מאדנע, אבער דער מיטעלער סקולענער ז"ל האט ממש געפייערט קעגן דעם. דער סקולענער רבי פון מאנטיסעלאו זאל זיין געזונט האט אנגעפירט א גאנצע מערכה דערקעגן. היינט, ווען מען זעהט וואספארא גוטס מען טוט אלס דורך די התחברות, דורך דעם אז מענטשן קענען זיין אזוי נאנט אן פיזישע נאנטקייט, די טויזנטער חברותות, די ישיבות, כוללים, ספרים, די חסד און צדקה, די עבודת ה', די קוויטלעך וואס מען שיקט צו די רביס און די קשר מיט משפיעים און רבנים דורך די התחברות, וואס מען פלעגט רופן "סאשעל מידיא" איז שווער צו גלייבן, אבער דעמאלטס, האבן די רבנים מורא געהאט, עס איז געווען א שווער דור, עס איז געווען א נייע זאך, און זיי האבן געהאלטן אז מען דארף זיין זייער נזהר מיט יעדע נייע זאך.
איך געדענק נאך, מען האט געמאכט א בית דין, דער זוהר בהיר, דער שאלות ותשובות בנימין זאב השני, דער נייטרא מאנסי רבי ז"ל, און נאך, מען האט זיך געזארגט, מען האט געציטערט. נאכמער, איך געדענק עס זענען געווען די וואס האבן בעסער פארשטאנען און געוואוסט אז מען דארף זיך נישט זארגן, קאווע שטיבל איז נאך דעמאלטס געווען אזא אלטמאדישע זאך, אויף א סקרין, עס האט נאכנישט געארבעט מיט טשיפס און זיי האבן נאכנישט געהאט די אלע מוסדות און חבורות, איז געווען דארט לעיקוואד, היינט איז ער א גרויסער ראש ישיבה און פראפעסער, האט ער געשריבן אזא עיקול קעגן דעם בית דין.... שוין, אינטערסאנטע צייטן געווען.
אבער על כל פנים, די גדולי ישראל האט דעמאלטס מורא געהאט, היינט ברוך השם, מען ווייסט אז מען קוקט אן זאכן אנדערש, מען נוצט די אלע חכמות צו אויסרייסן די יצר הרע, מען טוישט די בחירה לטוב, אבער עס איז גוט צו וויסן אז כאטש ביי די שמונה עשרה מעדיטעישאן אדער ביי די עקסערסייז סעסיע וואס מען האט אין בית מדרש נאך מעריב, זאל מען לייגן די טשיפ אויף די פוירפל קנעפל אז עס זאל נאר העלפן בארוהיגן, אבער נישט די אפשען פון קריעיטיוויטי, ווייל סוף כל סוף איז עס נישט די אלטע וועג.
און אויך, ווען מען פליעט קיין ארץ ישראל אויף ליל שישי, זאל מען געדענקען צו לייגן די טשיפ אויף די ארץ ישראל מאוד, אלס כבוד השכינה,
מען דארף דאנקען הקב"ה אויף די אלע חכמות און די געוואלדיגע בענעפיטן וואס די חכמי האומות האבן אונז ממש אויסגעלייזט פון גלות, און מען דארף געדענקען וויאזוי מען האט זיך געמוטשעט פאר דעם, און נאכאמאל, שיקן א דאנק צו הקב"ה צו דורך די מויל, צו דורך די טשיפ, עס איז דאך געוואלדיג!
קופערניקוס: (אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל). איך בין מוחה. ווייל דער העיליגער מיטלער סקולענער זצוקללה"ה איז געווען אזא תמים אז ער האט נישט געוואוסט פון פעיסבוק. אפילו אינטערנעט אדער א סמארטפאון האט ער אויך נישט (ח"ו) אליינס געזעהן (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) נאר וואס זיינע שטוב מענטשן האבן איהם פארציילט. איי. וויאזוי האט ער מוחה געווען...? מיט רוח הקודש. ער האט געוואוסט פון עפעס א פארווארפענע תוס' אין מס' נדרים. (כ'וועיס נישט אויב ס'איז בכלל דא תוס' אויף מס' נדרים) וואס דארט שטייט בפירוש וועגן אינטערנעט און די אנדערע טמא'נע כלים וואס וועללן ארויסקומען אין יאר 2000 למספרם...!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 7
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 09, 2021 8:28 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
קופערניקוס וכת דילי, די/ענק זענען ווי די משכילים פון 200 יאר צירוק פון דייטשלאנד-ליטא-אונגערען וכדומה מיטען גרעסטן מאס שטארקייט.
היטס ענק ווייל ווען עס קימט ארויס actually אויף ענקערע דורות וועלן ענק נישט הנאה האבן
קיק צירוק די היסטאריע עס האט דעמאלטס אויך קיינער נישט געגלייבט אז מיט אביסעל לצנות-(אפען מיינדעד בלע’'ז) וועט אפאר דודות שפעטער שוין נישט זיין קיין ברעקעל אידישקייט.
אבער נעם און באטראכט דיין צוגאנג איז נישט נאר לצנות נאר די ווילסט כשרן די איסור פון לא תתורו אחרי...... וואס דאס ברענגט חוץ פון ווערן אויס איד ברענגט דאס צו חובות. דיפרעשן. פארלירן טעם אין לעבן. וכו’........
אויב גלייבסטו נישט קענסטו אפשטעלן יעדע גוי מחוטב.....עד...... און פרעגן.
היטס ענק ווייל ווען עס קימט ארויס actually אויף ענקערע דורות וועלן ענק נישט הנאה האבן
קיק צירוק די היסטאריע עס האט דעמאלטס אויך קיינער נישט געגלייבט אז מיט אביסעל לצנות-(אפען מיינדעד בלע’'ז) וועט אפאר דודות שפעטער שוין נישט זיין קיין ברעקעל אידישקייט.
אבער נעם און באטראכט דיין צוגאנג איז נישט נאר לצנות נאר די ווילסט כשרן די איסור פון לא תתורו אחרי...... וואס דאס ברענגט חוץ פון ווערן אויס איד ברענגט דאס צו חובות. דיפרעשן. פארלירן טעם אין לעבן. וכו’........
אויב גלייבסטו נישט קענסטו אפשטעלן יעדע גוי מחוטב.....עד...... און פרעגן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאווע טרינקער האט געשריבן:מען האט געמאכט א בית דין, דער זוהר בהיר, דער שאלות ותשובות בנימין זאב השני, דער נייטרא מאנסי רבי ז"ל
אויף איר בלאג, פראפעסער אביגיל טייטלבוים (א בת אחר בן פון די מיטעלע סאטאמרע רבי), די וואך, ווייזט אויף גאר אינטערסאנטע פאקטן ארום די דערמאנטע צדיקים.
זי טענה'ט, אז בדורו האט מען געהאלטן אז דער נייטרא-מאנסי רב איז מאכיל נבלות וטרפות; אויף דער בעל בנימין זאב השני דעקט זי אויף אז ער האט שטאדירט! ער פלעגט זיין דער יועץ פון A TIME, אן ארג. וואס פלעגט זיך אפגעבען (אין די צייטן ווען מ'האט געהאט קינדער 10 חדשים נאך די חתונה) און העלפן פאר-פעלקער האבן קינדער. אויף דעם זוהר בהיר שרייבט זי, אינטערסאנט, אז פון די דאקיומענטען וואס ער האט איבערגעלאזט, זעהט מען קלאר אז ער האט בכלל נישט פארשאטנען צו טעכנעלאגיע.
און צו זוהר האט ער יא פארשטאנען...?! לאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:ער גייט אויך צולייגען עס איז געוועהן אמאהל איינער ער האט געהייסען שלמה מייליך ער איז ליידער אויפגעקומען מיט א המצאה פון מתיר זיין טראגען אויף שבת מיט א געדאנק וואס ער האט גערופען עירוב. אבער ב"ה מען האט דאס אויסגעראטען און קיינער נוצט מער נישט דעם אזוי גערופענער היתר
נאר די צדוקים (נישט די צדיקים) האבן היינט (ב"ה) נאכפאלגערס. די אינו מודה בעירוב'ניקס...!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
Re: שמועס פון א משפיע אין יאר תשצ"ז אונטערגעהערט
מען ברויך אינטערוויען די עלטערע אידן וואס געדענקן נאך משחר טל ילדותם ווען מען האט צו אים ערשטן מאל אויסגעפונען דעם טעכניק פון AI וואס אילו רקיע ימי קען מען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פארא סאמאטוכע דאס האט דעמאלט בשעתו אויפגעשטורעמט נישט נאר די ציווילע וועלט נאר אזש די דעמאלטדיגע וועלט גרויסמאכטיגע פירמעס פון טעכנעלאגיע לויט די דעמאלדיגע באגרופן ווי מען האט דאס גערופן יו טוב און עס האט אזש אריינגעשלעפט אין געריכטן די מוזיק פאבריצירער וואס האבן אנגעקלאגט פאלשע שפיאנאזש אדער אין קורצן AI וואס איז די אקראנים פון די ענגלישע אפטייטש ווי אזוי די גאנצע איינריכטונגען האט אפערירט בימים ההם
ער
ער
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: שמועס פון א משפיע אין יאר תשצ"ז אונטערגעהערט
פארצייטנס: (אין יאר תשפ"ד) ווען די טראנספארטאציע איז נאך אנגעגאנגען מיט קארס, האבן די רבנים ארויסגעגעבן אן איסור פאר פרויען צו דרייוון א קאר. נאר היינט (תשצ"ז לפ"ק) ווען די גויים (און מאדערנע אידן) פארן נאר מיט העליקאפטערס (עראפלאנען זענען שוין אויך פארצייטיש) האבן די ערליכע רבנים (נישט די ציוניס'טישע. וואס ציוניזם איז. זאלט איהר פרעגן פון הרב חיים שלמה בערגער. דעם ערשטן הרב ח.ש. בערגער'ס אור אייניקל) רבנים און אדמורי"ם געפסקנ'ט אז ערליכע, אפגעהיטענע פרויען זאללן נאר דרייוון קארס. אלע שפיצל רעבעצינ'ס זענען טאקע מקפיד צו דרייוון א קאר. אויך די ערליכע , חסיד'ישע מוסדות האבן ארויסגעגעבן א תקנה אז א יעדע אידישע מאמע זאלל דרייוון א קאר. אנדערש נעמט מען נישט אן אין די מסודות...!