שמח בחור בילדותך!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:א פרישער רעפארט פארציילט אונז אז עסן "פראסעסד פלייש", א שטייגער ווי האט-דאגס, איז גארנישט ווייניגער שעדליך ווי ציגערעטלעך, און איז גורם קענסער.

האבן מיר שוין פלייש אויכעט צום ליסטע.

בלייבט אונז איבער צו עסן ארגעניק טאמעיטאס. מיט אפעטיט!

ועוד יש לעורר: אז אלע פראסעס'ד מיעטס . אריינגערעכנט אלערליי סאלאמי, האט דאגס וכל שום וחניכא דאית להו האבן זייער א הויעכן אינהאלט פון סאדיום (כח פון זאלץ) וואס איז זייער שטארק שעדליך פאר הויעכן בלוט פרעשור...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז מיר יעצט בייגעפאללן א (שטיקל) מליצה...ס'איז בעסער צו זיין קהל'ס נער. ווי איידער צו זיין א פריוואטער חכם (חכם בעיניו)...לאל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קהל'ס נער האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:שמעקעדיג האט גענומען יעדע מעדיצינישע רעקאמענדירונג און פשוט "צולייגט" "צונעמען" און "חוזק געמאכט" ושלום על ישראל, אונז קענען ווייטער זיין איבערוואגיג, נישט אויסהערן דאקטוירים, רייכערן בגדול ווייל עמרם בלוי, און אנטייטלען אויף איינצעלנע וואס האבן יא געלעבט לאנג (כדרך הטיפשים וואס ברענגען ראיה'ס פון איינצעלנע, ע"ע פרנסה / ערציאונג).

יעצט מער ערנסט און צו אדרעסירן דיין לעצטע תגובה, עס ווערן קאנדאקטער מיליאנען שטודיעס יעדע יאר, יעדע גרופע סטודענטן פירט דורך אפאר שטודיעס. אלס וועסטו קענען טרעפן סתירה'ס אדער לעכערליכע העדליינס, און טאקע פשוט'ע שטודיעס זענען געווענליך נישט מחייב. נאר וואס יא? נאך וואס א שטודיע קומט אויף מיט עפעס א צום זאך חידוש, למשל אין מעדיצין / געזונט, נעמט מען עס ווייטער, מ'שטודירט, מ'פארברייטערט און מ'באארבעט עס אויף טיפער, און אויב שטעלט זיך טאקע ארויס ווי די שטודיע האט פארגעשלאגן (אדער עס זעט עכ"פ אויס אזוי) וועלן 'צוביסלעך' מער און מער דאקטוירים עס אננעמען און מיט דעם קומט אויך מער פארש ארבעט און נאך יארן ווערט עס אנגענומען ביי די רוב מוחלט. למשל רייכערן.

איז מיט'ן אנווייזן אויף עפעס א נארישע שטודיע פרעגסטו נישט ממש אפ אלע דאקטוירים, און עס בארעכטיגט נישט פלוצלינג צו טרינקען זיסע געטראנקען, עסן אויליגע משמנים, און בדווקא נישט מאכן קיין איבונגען.

....כ'הייב אן כאפן פארוואס אידן דארפן א עקסטערע אמבולאנס סערוויס....


די בעל ריח ניחוח איז נישט אזא בהמה, ס'אלץ בבחינת ובדחו השותים, אויב דארפט איר באמת געזינטהייט עדווייס, נעמט עס נישט פון פנים'לאזע קאווע טרינקערס דא אין שטיבל.

ייש"כ פאר'ן זיך אננעמען לכבודי, און גערעכט ביסטו. איך זעלבסט פרוביר צו עסן אביסעלע געזונט (חוץ ווען נישט ואכמ"ל..) און מאכן איבונגען, אבער די נקודה איז אז די שטודיעס גייען שוין ארויס פון יעדן פראפארץ און קריכן אויף די נערוון נישט לאזנדיג קיין מנוחה פאר'ן פשוט'ן מענטש.

קיין איין עקסטרעם איז נישט גוט, און עס זענען באמת פארהאן מענטשן וואס לעבן א געזונטע לעבנסשטייגער און זענען ליידער נפטר געווארן פריצייטיג, בעת אנדערע מיט א שרעקליכע לייפסטייל זענען מאריך ימים ביז א טיפן עלטער. אוודאי מיינט עס נישט אז עס איז א הפקר וועלט, אבער מען מעג נעמען די מיליאנען שטודיעס מיט א לעפעלע זאלץ... אוי, שיעור פארגעסן, זאלץ הייבט דאך בלוט פרעשור.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: שמח בחור בילדותך!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

טאקע דאס האב'ך געשריבן.

מיליאנען שטודיעס ווערן פארעפנטליכט פער יאר און מ'דארף זיין נאריש זיך צו פארפירן פון בלויז שטודיעס (פארדעם הייסט עס א שטודיע און נישט א פאקט), קיינער בעט דיך נישט מיטצוהאלטן אלע נארישקייטן.
דארפסט עס אפי' נישט נעמען מיט זאלץ....
אבער פון די אלע מיליאנען קומען יא ארויס עטליכע וואס צייכענען אויף ערענסטע זאכן, און אוועקמאכן אנגענומענע מעדיצינישע רעקאמענדירונגען בלויז ווייל אנדערע זייטיגע זענען לעכערליך, איז..... לעכערליך.

ווייטער מיט די יחידים וואס לעבן יא לאנג.... כ'קען אסאך וואס טוען נישט אן קיין סיטבעלטס און זענען נישט געשטארבן, וכן להיפך.
פארשפארט