דבילה האט געשריבן:יידל האט געשריבן:מס. וויזל האט געשריבן:[left]It’s ironic that Hasidim even ask this question, because theirs is not a society driven by and for happiness. While the highest ideals in the secular world may be happiness and money and success, that’s not what Hasidim strive for. Theirs is a world that values honor and good community standing much more than happiness. Respectability is one of the most desired things in the community, and people hope to do good matches, have money and good health and be sufficiently pious and learned mostly to that end. Happiness, while a part of life, is not the ultimate prize.
What’s this fuss about happiness suddenly, then? There are many things to life besides happiness. Freedom, for one. I would rather be unhappy and free than a happy prisoner. I would rather be knowledgeable and grouchy than ignorant and “blissed”. I would rather work hard for my family and friends than exchange that for a moment of gratification. I didn’t leave because I am looking for happiness, but in the process of pursuing what I need in life, yes, I find happiness. When all the stars align right.[/left]
אויסנאם אינטרעסאנט טאקע! לעצטענס איז די רבנ'ישע ליטעראטור פול געווארן מיט נייע אויסשפרעכן א שטייגער ווי "שמחת החיים" "אושר" "סיפוק" וכדו'. דאס איז אלץ אזוינע מושגים וואס פאר א הונדערט יאר צוריק האבן זיי ניטאמאל געהאט ווערטער אין רבנ'ישן לשון קודש. זעט אויס אז די גוי'אישקייט קריכט יא אריין סוכ"ס.
א נייע מושג? אין מיין תורה שטייט "תַּחַת אֲשֶׁר לֹא עָבַדְתָּ אֶת ה' אֱלֹהֶיךָ בְּשִׂמְחָה וּבְטוּב לֵבָב מֵרֹב כֹּל". אונז האבן אלעמאל געוואוסט אז דינען דעם אויבערשטן אנגעזעצטערהייט איז גארנישט ווערט.
איז מען דען מקיים די מצוה פון יו"ט אן קיין שמחה? ושמחת בחגך וְהָיִיתָ אַךְ שָׂמֵחַ!!!
א נייע מושג?
אין טוב מאשר ישמח האדם במעשיו (קהלת כג, בב)
שמחה קומט פון שלימות אין לעבן, פון וויסן וואו מ'שטייט אויף דער וועלט: אין שמחה כהתרת הספיקות.
אזוי ווי דער מהר"ל מ'פראג שרייבט:
"כי השמחה מדה גדולה, כי כאשר אדם הוא בשמחה, הוא בשלמות, ועל ידי זה מקבל התורה שהיא שלימות האדם" (דרך חיים, אבות י)
While the highest ideals in the secular world may be happiness and money and success, that’s not what Hasidim strive for.
דאס איז וואר. מיר זוכן צו דינען דעם אויבערשטן, אבער מען קען נישט צוקומען צו קיין הויכע מדרגות דורך עצבות, נאר דורך שמחה.
אין רוח הקודש שורה אלא על לב שמח (ירושלמי סוכה ה,א)
דער גרויסער מדרגה פון נבואה, זאגט די הייליגע רמב"ם אין הִלְכוֹת יְסוֹדֵי הַתּוֹרָה פֵּרֶק ז'. שְׁאֵין הַנְּבוּאָה שׁוֹרָה לֹא מִתּוֹךְ עַצְבוּת וְלֹא מִתּוֹךְ עַצְלוּת, אֵלָא מִתּוֹךְ שִׂמְחָה. לְפִיכָּךְ בְּנֵי הַנְּבִיאִים, לִפְנֵיהֶם נֵבֶל וְתֹף וְחָלִיל וְכִנּוֹר, וְהֶם מְבַקְּשִׁים הַנְּבוּאָה; וְזֶה הוּא שֶׁנֶּאֱמָר "וְהֵמָּה מִתְנַבְּאִים" (שמואל א י,ה)
לעצטענס איז די רבנ'ישע ליטעראטור
איז נישט דאס געווען א גרויסער ענין ביי די תלמידי בעש"ט? פון ברסלעוו איז שוין אפגערעדט אז שמחה איז דער יסוד פון זייער חסידות.
אפילו דאווענען טאר מען נישט טרויעריגערהייט:
"תָּנוּ רַבָּנָן, אֵין עוֹמְדִין לְהִתְפַּלֵּל, לֹא מִתּוֹךְ עַצְבוּת, וְלֹא מִתּוֹךְ עַצְלוּת, וְלֹא מִתּוֹךְ שְׂחוֹק, וְלֹא מִתּוֹךְ שִׂיחָה, וְלֹא מִתּוֹךְ קַלּוּת רֹאשׁ, וְלֹא מִתּוֹךְ דְּבָרִים בְּטֵלִים, אֶלָּא מִתּוֹךְ שִׂמְחָה שֶׁל מִצְוָה. (ברכות לא)
ביי אונז איז שמחה נישט געווען קיין ארטיקל? יעדעס קינד קען דער מאמר חז"ל:
"מי שלא ראה שמחת בית השואבה לא ראה שמחה מימיו" (סוכה נא)
דאס איז נאר וואס ליגט מיר אויפ'ן שפיץ קאפ. יעדער איינער דא קען אין צוויי מינוט זיך דערמאנען א צוויי צענדליג מאמרים אויף שמחה, מן התורה, מן הנביאים ומן הכתובים. פון משנה, גמרא, ספרי ראשונים ואחרונים, חסידות וכו'.
איך בין זיכער אז די אויפגעקלערטע לעידי האט זיך אויך אנגעשטויסן אין די מאמרים אדער א חלק פון זיי במשך איר לעבן אין די חסידישע געזעלשאפט. נאר וואס דען? אדער האט מען עס נאר געלערנט פון אויבן אויף און נישט מקיים געווען אין איר שטוב, און דערפאר האט זי געשפירט א דראנג צו גיין זוכן גליקן אנדערשוואו, אדער מאכט זי זיך כאילו זי ווייסט נישט דערפון, עשה עצמו כאילו לא ידע.
אבער אויף אייך מר. דבילה איז מיר שווער: איר ווייסט אויך נישט?