טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 123
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2019 9:18 pm
- האט שוין געלייקט: 240 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 642 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
היסטאריע האט געשריבן:געהערט פין יודעי דבר, אז די קהילה איז צוטיילט, פארהאנען מענער וואס ווילען נישט פארען, פרויען ווילען אלע, ממילא פראבירן פארשידענע מענער צוריקהאלטען קינדער פין גיין מיט זייערע מאמעס דורך די געזעץ. דאס ליגט אונטער דער דראמא.
די פרויען זענען שוין צוגעוואוינט צו גיין אנגעטון ווי טעראריסטן, די מענער האבן עס נאכנישט אזוי ליב...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
חכמת שלמה האט געשריבן:עס שטעלט זיך מער און מער ארויס, אז עס איז דא ערגעץ א שונא אין בעדרום, איינער פון אינערווייניג וואס גיבט ארויס סודות פאר די אינסטאנצן. דערווייל איז נישטא קיין אהנונג ווער דאס איז.
חכמת שלמה, קודם כל א הארציגע ברכה צו דיין נייע וואוינונג, ס'זאל זיין מיט גרויס הצלחה, בחצרות אלקינו יפריחו, יראו שונאיכם ויבושו, עטס זאלטס בייקומען אלע מניעות ועיכובים,
יעצט, כ'נויטיג מיך אין א ישועה, כ'וויל אנקומען צום קבר פונעם רבי'ן הרה"ק רבי שלמה זצ"ל צו מתפלל זיין, קענסט מיך ביטע אנווייזן וואו דעם רביןס ציון געפינט זיך?
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
נישט געזארגט חביבי, ארז ימש''ו איז יעצט אויך פארוואגעלט און קיינער קימערט זיך נישט מיט זיין פארפוילטע געביין.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
משם ראי' פארקערט. טאמער וואלט ער געלעבט וואלטען זיי געמאכט א מציבה.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:א אינגערמאן וועלכע איז געווען אין גואטעמאלע זיי באזוכען אין די לעצטע יארן האט פארציילט אז ער האט זייער שטארק געמוטשעט די בבל איינוואוינער זיי זאלן איהם צוצייגן דעם מקום קבורתו פונעם פריערדיגען פירער אבער ס'איז נישט געווען צו וועם צו רעדן.
עד כאן המעשה.
וואס איז דער חידוש? מ'האנדלט דען מיט נארמאלע מענטשן...?!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
מ'האלט יעצט אינמיטן די קראס שאלות. דערווייל האט צד לב טהור געמאכט זייער א גוטע רושם, אויפגעוויזן עטליכע נקודות שווארץ אויף ווייס. לדוגמא,
1. אז די קינדער זענען געווען די וואס האבן געוואלט אוועקגיין, זיי האבן מאנאווירט די גאנצע זאך און גענוצט הילף פונדרויסן, נישט אז מען האט זיי אוועקגעכאפט וכו'.
2. אז די מעשה איז שוין געשען 3:05 אינמיטן נאכט, די מאמע איז געוואויער געווארן דערפון עטליכע מינוט דערויף און דערציילט תיכף פאר די עסקנים אויפן פלאץ, אבער די פאליס האט מען גערופן הערשט 8:30 אינדערפרי, בשעת עס איז דאקיומענטירט געווארן אז מען האט עס הערשט באמערקט 8:30 אינדערפרי. דאס מיינט אז פאר א סיבה האט מען דאס געוואלט באהאלטן און פאר א סיבה האט מען נישט גערופן תיכף די פאליציי.
3. מען האט באוויזן צו ווייזן דירעקטע אומבאלימפערטקייט, סתירות און שקרים פון די אינוועסטעגעיטער, בשעת ער האט געוואוסט און געזען אויף די ווידאו, אז עס טומלט זיך דארט 3:05 פארטאגס, אבער ער האט נישט געפינען פאר וויכטיג אויסצופרעגן די מאמע, וואס האט זיך דארט געדרייט, אדער האט ער יא געפרעגט און בכוונה באהאלטן וואס זי האט דערציילט. אזוי אויך האט ער זיך עטליכע מאל סותר געווען און טייל מאל געענטפערט אז ער וויל נישט ענטפערן אויף געוויסע נקודות. צווישן אנדערע האט ער באהאלט אז עס איז געווען נאך ווידאוס ארום, וואו מען קען זען זאכן, און ער האט דאס נישט אריינגעלייגט אין די דאקיומענטן וכו'. אין קורצן, אז ער האט קלאר געארבעט אויף איין צד, נישט וועלנדיג ארבעטן אביעקטיוו.
4. מען האט געצימבלט די אינוועסטיגעיטער, פארוואס ער האט נישט גענומען אן אפציע, אז די קינדער זענען אליין אנטלאפן, א זאך וואס מאכט זיך אסאך מאל, נאר ענדערש גראד אנגענומען די צד פון 'קידנעפינג', אן איבערקלערן צוויי מאל און אן טראכטן אז אפשר איז דא געשען עפעס אנדערש.
5. מען האט געלייגט אונטער פראגע צייכן די עדות'שאפט פון שמעון מלכה (נאך איידער ער טרעט אויף אלס עדות), וויבאלד מען האט אים ערקלערט אז ער איז א שולדיגער אינעם קעיס, און טאמער ארבעט ער מיט, וועט מען אים גארנישט טון. מען האט געוויזן ווי אזוי די רעגירונג האט ארגאניזירט מיטונגען צווישן שמעון און אהרן ראזנער, ועוד ועוד.
דאס איז ביז אהער. איך האב געמוזט לויפן דאווענען (ששששששש זאג נישט אויס קיינעם). אויב איינער האלט מיט, זאל ער ביטע איבערגעבן וואס עס האט זיך דארט געטון פון 12:30 און ווייטער.

צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 627
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 487 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
יאפ! - די צווייטע האלב טאג איז געווען זייער א שווערע. בשעת די ערשטע האלב טאג האט אויסגעקוקט זייער גוט פאר לב-טהור, איז די צווייטע האלב טאג צוגעגאנגען זייער שווער (במאמר המוסגר; יא, איך פראביר צו זיין אביעקטיוו און נישט איינזייטיג - ווען איך זאג אז די ערשטע האלב טאג איז געווען גוט פאר לב-טהור, ווייס איך וואס איך רעד).
אבער... מצד שני, די קראס עקזעם וועט פארקומען הערשט מארגן, וועלן מיר זען וואס דארט וועט זיין.
אבער לאמיר גיין מיט א סדר:
די עירפארט פרוי האט אויפגעטרעטן, די ערשטע האלב בין איך נישט געווען, ווי געשמועסט אין פאריגן תגובה, דעריבער קען איך נישט קלאר זאגן וועלכע פוינטס די גאווערמענט האט ארויסגעברענגט. די צווייטע האלב וואס איך בין יא געווען, האט מיר אויסגעקוקט אומאינטערעסאנט און בלויז טעכנישע פרטים און חלקים.
שפעטער איז געווען די קראס-עקזעם, וואס צד לב טהור (ווי אזוי הייסט עס? - דיפענס? - איינער זאל מיר קלארשטעלן, איך זאל קענען אין די קומענדיגע באריכטן זיי אנרופן ריכטיג) האט איר אויסגעפרעגט, בשעת זיי האבן פראבירט צו מאכן א פוינט, אז זי איז טרענירט צו דערקענען קינדער וואס אנטלויפן, אדער קינדער טרעפיקינג וכדו', און למעשה האט זי גארנישט דערקענט און גארנישט חושד געווען. דאס זעלבע האבן זיי ארויסגעברענגט אז עס זענען געווען כאטש זעקס פאליס מיט מיליטער לייט, וואס אלע גייען דורך אזעלכע טרענירונגען, און קיינער האט גארנישט פארדעכטיגט. אויך איז ארויסגעברענגט געווארן אז אין געוויסע פלעצער איז זי געגאנגען אליין, דורכגייענדיג פאליציי, זי איז נישט געגאנגען אין קיין באגלייטונג פון קיינעם, זי האט זיך צו קיינעם נישט געוואנדן און קיינעם נישט מרמז געווען אז זי איז אונטער סכנה וכדו'. די ערשטע האלב, ווי דער גאווערמענט האט איר אויסגעפרעגט, האב איך נישט מיטגעהאלטן בשלימות.
דערנאך האט אויפגעטרעטן א געוויסער 'דוד ברוין', א פראפעסאר וואס האט איבערגעזעצט געוויסע דאקומענטן פון לב טהור אויף ענגליש. ס'איז געווען זייער אומאינטערעסאנט. צד לב טהור האט כמעט נישט געהאט קיין שאלות צו פרעגן ביי קראס עקזעם. זיי האבן בלויז געוואלט וויסן צי ער האט איבערגעזעצט אלעס וואס מען האט אים געגעבן, און צו ער האט געזען א פיר זייטיגע בריוו געשריבן אין האנט שריפט, אויף וואס ער האט געענטפערט אז ניין.
דאן איז געקומען די ריכטיגע סחורה: שמעון מלכה האט אויפגעטראטן, און דאס איז געווען געפערליך... די לויערס פון לב-טהור זענען ווילד געווארן און זיי האבן געשריגן "אבדזשעקשן" אויף יעדע צווייטע שאלה, ס'איז געווען געפערליך אנגעצויגן. (וואס עס האט מיר פריוואט געוואונדערט איז, אז מען האט געהאט געשמועסט פאר די טרייעל, אז מען גייט נישט רעדן פון לב-טהור, מען גייט בלויז רעדן וועגן דעם ספעציפישן קעיס. דערווייל האט דער גאווערמענט אנגעהויבן אויספרעגן אינערליכע זאכן, די לויערס האבן געשריגן "אבדזשעקשן", אבער דער דזשאדזש האט אלעס דורכגעלאזט און געלאזט פרעגן די קושיות... איך פארשטיי נישט פארוואס).
איין גוטע מאמענט איז געווען פאר לב-טהור, ווען מען האט געפרעגט שמעון מלכה, צי ער האט געהאט א חלק אין די קידנעפינג, אויף וואס ער האט געענטפערט אז יא, און מען האט אים געפרעגט, צי בשעת ער האט עס געטון, האט ער געוואוסט אז ער טוט עפעס ראנג, ער האט נישט געוואלט ענטפערן דערויף און האט געזאגט, אז עס איז נישט קיין יעס אדער נאו קוועסטשן, מען האט אים געדרוקט, ביז ער האט געזאגט אז ער האט געוואוסט אז עס איז ראנג, אבער ער האט עס געטון ווייל די לידערס פון לב-טהור האבן אים געזאגט אז ער טוט א גוטע זאך, אויף וואס מען האט אים געצימבלט, ווייל ער האט געהאט געזאגט פריער, אז ער האט שוין אפגעלאזט לב טהור צוויי חדשים איידער די קידנעפינג. ער האט געדרייט מיט די צונג און געשטאטערט, ביז ער האט זיך ארויסגעברענגט, אז וויבאלד זיין ווייב איז פארבליבן דארט, און ער האט געוואלט קענען רעדן מיט איר, האט ער געהאפט אז טאמער וועט ער העלפן לב טהור, וועט מען אים לאזן רעדן מיט זיין ווייב.
דאן האט מען אים אנגעהויבן אויסצופרעגן איבער די משפחה לעבן אין לב טהור, אויף וואס די לויערס זענען געווארן צעווילדעוועט. מען האט אים קודם געפרעגט ווי אלט ער איז געווען ביי זיין חתונה, אויף וואס ער האט געענטפערט אכצן (אדער ניינצן - געדענק נישט), און ווי אלט זיין ווייב איז געווען - זיבעצן. מען האט אים אויך געפרעגט אויף די עלטער פון דעם ספעציפישן קעיס, אויף וואס ער האט געזאגט אז די טעלער מיידל איז געווען דרייצן און איר מאן איז געווען אכצן. מען האט אים געפרעגט וואס ער האט געוויסט וועגן סע.. פאר די חתונה, האט ער געזאגט אז גארנישט. מען האט אים געפרעגט וואס די ראלע פון דער רבי איז אין שידוכים, האט ער געזאגט אז דער רבי איז מחליט ווער זאל חתונה האבן מיט וועמען און ווען די חתונה זאל זיין. מען האט אים געפרעגט ווער עס האט מחליט געווען ביי אים, האט ער געזאגט אז דער רבי זצוק"ל תמ"ל איז געווען דער שדכן, און דער רבי שליט"א האט ביי א געוויסע נקודה מחליט געווען אז די חתונה זאל זיין אין צען טאג ארום. ער איז געגאנגען קאמפלעינען ביי די הנהלה, אבער אזוי איז געבליבן דער ציווי.
מען האט אים געפרעגט ווען ער האט געזען די כלה די ערשטע מאל, האט ער געזאגט, אינמיטן די חתונה. מען האט אים געפרעגט ווער עס האט אים אויסגעלערנט וכו', האט ער געזאגט "אהרן טעלער". די חברה האבן אזוי געדרייט, אז אהרן טעלער האט אים געהייסן האבן סעק. מיט א מיינער? - ס'האט אויסגעקוקט געפערליך.
דאן האט מען אים געפרעגט איבער די פרטים, צי דער רבי דיקטירט ווען מען זאל האבן סע.. האט ער געזאגט אז יא, מען האט אים געבעטן מפרט זיין, האט ער געזאגט אז דער רבי זאגט אז מען זאל עס טון פרייטאג-צו-נאכטס, און נאך ווען מען קומט אהיים פון א טריפ/נסיעה, און ליל טבילה. מען האט אים אביסל אויסגעפרעגט וועגן ליל טבילה והמסתעף. די לויערס האבן א גאנצע צייט געשריגן אבדזשעקשן און דער דזשאדזש האט כמעט אלעס אפגעווארפן. דאן האט מען געפרעגט ווי אזוי מען גייט אנגעטון בשעת מעשה וכו', האט ער געזאגט אז ער גייט מיטן העמד און זי גייט אנגעטון געהעריג, אזוי ווי ווען זי גייט אראפ אין גאס, מען האט אים אויסגעפרעגט מער גראפיש, און ער האט מסביר געווען אז די טייץ טוט זי אויס (זאכן וואס זענען אפענע שקרים - ביודעי ומכירי קאמינא - מען טוט עס אזוי ווי ביי אלע אידישע קינדער אין שטוב...).
אויך האט מען געפרעגט צי זי האט א רעכט אפצוזאגן טאמער זי וויל נישט, האט ער געענטפערט אז די פרוי האט נישט קיין רעכט דערצו, מען האט אים געצימבלט פון וואו ער ווייסט, און ער האט געזאגט אז מען האט אים אזוי אויסגעלערנט, און ער האט אויך געהערט פון זיינע חברים אז אזוי האט מען זיי אויסגעלערנט. ער האט אויך דערציילט אז נאך די חתונה איז עס געווען שווער, ווייל עס האט איר וויי-געטון, און אהרן טעלער האט אים געזאגט אז ער זאל איר איגנארירן, אפילו זי שרייעט, און עס דורכפירן מיט געוואלד וכו'.
דאס איז בערך געווען די שמועס.
...
יעצט מיינע צוויי סענט:
פאר די דזשורי האט די עדות ווארשיינליך אויסגעקוקט געפערליך, אבער צווישן אונז גערעדט, איז דאס אזוי דראסטיש אנדערש ווי אין אנדערע אידישע מקומות? - נעם עני חסידי'שע ראביי (גוט, נישט ממש יעדע, נאר אכציג פראצענט), און זיי וועלן דיר זאגן די זעלבע זאך. מען לערנט אויס די פרויען נישט אפצוזאגן, מען לערנט אויס אז די צייט איז פרייטאג צו נאכטס (אין טייל קהילות צוויי מאל א וואך אבער אין אנדערע קהילות איין מאל א וואך), נאך א טריפ און ליל טבילה. די פראצעדור פון ליל טבילה איז איבעראל די זעלבע. מען זאגט פארן בחור מיט וועמען חתונה צו האבן, נישט אלעמאל האט ער א ווארט, אדער איז ער אין די מצב אפצוזאגן, דאס זעלבע איז מיט די פרויען, כלות. אויך פאר די חתנים וואס מוטשענען זיך ווייל עס טוט וויי פאר זייערע ווייבער, זאגט מען די זעלבע זאך, אז מען זאל עס טון איינס צוויי, נישט קוקן און געגאנגען ווייטער. בנוגע דער ענין פון לבוש איז דאך גלאט שקר.
יעצט, אויב זאלסטו נעמען סקווירא אויפן צימבל אין קארט, אדער באבוב, סאטמאר וכו', וועט ארויסקומען די זעלבע שרעקעדיגע עדות'שאפט, און א גוי'איש דזשורי וועט עס אנקוקן אלס ממש געפערליך.
די אומ'מזל פון לב-טהור אין יעצטיגן פאל איז, אז זיי האבן נישט צוגעגרייט די לויערס אויף אזא סיטועישן. מען האט נישט געטראכט אז די שמועס וועט זיך דערקייקלען אויף דעם אופן. צווישן זיך האט מען גראדע געשמועסט אז מען זאל סובפינען א היימישן רב, זאל דערציילן ווי אזוי עס גייט צו ביי היימישע אידן, אז די דזשורי און דער דזשאדזש זאל נישט ווערן סורפרייזט ווען מען הערט אזעלכע ווערטער, אבער מען האט געקלערט אז ס'איז נישט וויכטיג אויפצוברענגען די נושא. למעשה זענען די לויערס נישט צוגעגרייט מארגן פאר אזא פארהער, און ווער ווייסט וואס עס וועט זיין מארגן.
ממש א שאד. ווייל ס'וועט אויסקומען אז די גוים וועלן האבן א פאלשן רושם אויף דעם גאנצן ענין.
אבער אין א זייט געלייגט אלעס: איז דאס ממש א פארברעכן וואס מען טוט. בשעת מען האט געשמועסט אז לב טהור וועט נישט זיין קיין נושא דא, רעדט מען אינגרויסן פון לב טהור און מען איגנארירט דאס וואס מען האט געשמועסט.
איך בין זיכער אז דער אויבערשטער וועט האלטן די רעכטע האנט דארט.

- yn.NY
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:איך אויך: א יעדער נארמאלער מענטש איז אפסעט איבער דעם מצב. אבער למעשה איז דא זייער ווייניג וואס מ'קען טון. מ'קען דאך סוכ"ס נישט אריינגיין מיט א בריגאדע קנאים און זיי צוטרייבן און פאריאגן. די איינציגע וועג איז דורך לעגאלע מיטלען. אין א יעדן לאנד וואו זיי געפונען זיך אלס גרופ. יעצט איז עס גואטעמאלא. דארף מען אנווענדן אלע (לעגאלע) מיטלען אז זייער גרופ זאלל צושטערט ווערן דורך די רעגירונג...!
מ'וואלט געדארפט גלייך אין אנהייב ווען דער גרינדער פון די צודרייטע קולט שלמה העלבראנס האט אנגעהויבן ארומצורידערן, איהם צושטערן און ארעסטירן. ווייל ער איז געווען נישט מער ווי א פשוט'ער קרימינאל...!
דו זעהסט דאך אפילו די לאקאלע (גוי'אישע) רעגירונג פון קוויבעק אד'ער פונ'ם שטעטל וואו זיין קולט האטציך אויפגעהאלטן האבן אויך אין אנהייב זיך נישט געוואלט אריינמישן. כדי מ'זאלל זיי נישט חושד זיין אז זיי זענען אנטיסעמיטיש. נאר ווען די מעשים תעתועים פון די פאררוקטע גרופ איז שוין אנגעקומען צו די אלגעמיינע מידיא האבן זיי אנגעהויבן טון עפעס ...!
איין פראבלעם מיט די תגובה: ס'ווארט ביי ווארט פון וואס כ'הער פון "מאסטער" אויף די היימישע עולם...
- צוריק צום ענין האשכול
- yn.NY
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל
חכמת שלמה האט געשריבן:פאר די דזשורי האט די עדות ווארשיינליך אויסגעקוקט געפערליך, אבער צווישן אונז גערעדט, איז דאס אזוי דראסטיש אנדערש ווי אין אנדערע אידישע מקומות? - נעם עני חסידי'שע ראביי (גוט, נישט ממש יעדע, נאר אכציג פראצענט), און זיי וועלן דיר זאגן די זעלבע זאך. מען לערנט אויס די פרויען נישט אפצוזאגן, מען לערנט אויס אז די צייט איז פרייטאג צו נאכטס (אין טייל קהילות צוויי מאל א וואך אבער אין אנדערע קהילות איין מאל א וואך), נאך א טריפ און נאך ליל טבילה. די פראצודור פון ליל טבילה איז איבעראל די זעלבע. מען זאגט פארן בחור מיט וועמען חתונה צו האבן, נישט אלעמאל האט ער א ווארט, אדער איז ער אין די מצב אפצוזאגן, דאס זעלבע איז מיט די פרויען, כלות. אויך פאר די חתנים וואס מוטשענען זיך ווייל עס טוט וויי פאר זייערע ווייבער, זאגט מען די זעלבע זאך, אז מען זאל עס טון איינס צוויי, נישט קוקן און געגאנגען ווייטער. בנוגע דער ענין פון לבוש איז דאך גלאט שקר.
יעצט, אויב זאלסטו נעמען סקווירא אויפן צימבל אין קארט, אדער באבוב, סאטמאר וכו', וועט ארויסקומען די זעלבע שרעקעדיגע עדות'שאפט, און א גוי'איש דזשורי וועט עס אנקוקן אלס ממש געפערליך.
אנדערע קהלות דארפ'ן אויך גרויסע תיקונים... אבער דו פארגלייכסט עס בכלל צו לב טהור?!! דו ווייסט אפילו וואס גייט פאר אין אנדערע פלעצער?!!
אגב, כ'בין געגאנגן צו א היימישע חתן רבי, און כ'האב בכלל נישט געהערט פון איהם עני לימיטס בנוגע ווען און וויפיל נעכט א וואך מ'מעג טוען ... (כ'ווייס אז ס'זענען נאך דא אסאך חתן רבי'ס וואס זענען נאך סטאק - און ס'איז טאקע א גרויסע עוולה - אבער ס'קיין פארגלייך)
אגב, אויב ס'איז אמת אז מ'טוט עס מיט די שווארצע גארבידזש בעגס, איז עס אן ערענסטע שאלה פון האומר אי אפשי אלא אני בבגדי והיא בבגדה יוציא ונותן כתובה (כתובות מח.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום yn.NY, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וויי.ען ען.וויי: בנוגע דיין פריער'דיגע תגובה. אז איך זאג די זעלבע וואס מאסטער זאגט. מעגליך. אבער דער ביטערער אמת איז אזוי ווי איך האב עס ארויסגעזאגט...!
לענין דעם פערזאן נפתלי מאסטער און זיין מעסעדזש.ער האט אנגעהויבן מיט א גוטן געדאנק. אז מ'דארף פארבעסערן די ענגלישע און וועלטליכע לימודים אין אונזערע ישיבות און חדרים. נאר ער איז פארגאנגען צו ווייט און עקסטרעם. אויך. ער איז געטריבן פון שנאה אדער א קאמפלעקס. איך ווייס נישט. ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז מיט מאסטער קענען מיר נישט פיהרן א דיאלאג. ווייל אין די אונטערשטע שורה מיינט ער נישט אונזער טובה. אדער צו פארריכטן אונזער סיסטעם...!