טשולענט נאך די סעודה פרייטאג צונאכטס
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 126
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
טשולענט נאך די סעודה פרייטאג צונאכטס
ס'איז דא מענטשן וואס ערלויבן זיך פרייטג צונאכטס צו עסן א טעלער טשולענט נאך די סעודה לפי דעתי העניה איז דאס א זאך וואס ברויך א הסבר ווייל ס'איז נישט צום פארשטיין וויאזוי א נארמאלער מענטש זאל קענען אריינרוקן א טעלער פעטע טשולענט נאך וואס ער האט זיך אנגע'אכל'ט מיט א סעודה פון כל טוב און גארנישט ארויס געלאזט, פיש מיט כלערליי דיפס, מאיאנעיז, כריין, מאסטערד, נאכדעם א טעללער זופ מיט קניידלעך, מאנדלעך, עטלכע ערליי קוגלען, פערפל, פלייש מיט פיקל צו די זייט, קאמפאט, און אלע מינים דזשוסעס, אראנדזש, עפעל, פאנטש, יו נעים איט, און יא, פארגעסן, כמעט א גאנצע נארוואס אפגעבאקענע פיינע היימישע חלה פון אויוון ארויס, און דאס איז שוין נאך א טועמיה כדבעי מיט עטליכע קאלטע גלעזלך סעלצער, אזוי ס'זאל זיך בלאזן און פייפן אז ס'זאל גיין א רויעך אויפן וועג צום שול,
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
גלייב מיר ס׳איז מיר אויך א וואונדער, און דער וואונדער הויבט זיך נישט אן דארט, איך פארשטיי נישט וויאזוי נאכן אריינרוקן א האלבע ראפאגאש בארכע מיט א גרויסן שטיק פיש מיט כל מיני דיפס, וויאזוי דער זופ גליטשט זיך אזוי סמוד אראפ.
נאר וואס דען ס׳מוז זיין אז דער נשמה יתירה האט א האנט דערין, והא ראיה ביז מוצ״ש עסט מען נאן סטאפ, און וויבאלד ס׳ווערט נאר דער זמן הויבט אלעס אן דריקן אויפן מאגן
נאר וואס דען ס׳מוז זיין אז דער נשמה יתירה האט א האנט דערין, והא ראיה ביז מוצ״ש עסט מען נאן סטאפ, און וויבאלד ס׳ווערט נאר דער זמן הויבט אלעס אן דריקן אויפן מאגן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום No_name, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 681
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
- האט שוין געלייקט: 154 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
I really don't think a lot of people do that. I think its a BUCHERISHEH thing to do !!!!איך זאג דיר האט געשריבן:ס'איז דא מענטשן וואס ערלויבן זיך פרייטג צונאכטס צו עסן א טעלער טשולענט נאך די סעודה לפי דעתי העניה איז דאס א זאך וואס ברויך א הסבר ווייל ס'איז נישט צום פארשטיין וויאזוי א נארמאלער מענטש זאל קענען אריינרוקן א טעלער פעטע טשולענט נאך וואס ער האט זיך אנגע'אכל'ט מיט א סעודה פון כל טוב און גארנישט ארויס געלאזט, פיש מיט כלערליי דיפס, מאיאנעיז, כריין, מאסטערד, נאכדעם א טעללער זופ מיט קניידלעך, מאנדלעך, עטלכע ערליי קוגלען, פערפל, פלייש מיט פיקל צו די זייט, קאמפאט, און אלע מינים דזשוסעס, אראנדזש, עפעל, פאנטש, יו נעים איט, און יא, פארגעסן, כמעט א גאנצע נארוואס אפגעבאקענע פיינע היימישע חלה פון אויוון ארויס, און דאס איז שוין נאך א טועמיה כדבעי מיט עטליכע קאלטע גלעזלך סעלצער, אזוי ס'זאל זיך בלאזן און פייפן אז ס'זאל גיין א רויעך אויפן וועג צום שול,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום gehlungen, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
יעצט פארשטיי איך פארוואס טאשע רבי עסט טשולענט ביי שלש סעודה. סתם אזוי ווערט דאך געברענגט אין די פוסקים זיך נישט אנצעפרעסען שבת, נאר מזאל אלץ אינזין האבן די נעקסטע סעודה, עס זאל נישט זיין קיין אכילה גסה. נא, אז טשולענט איז פון די רווחה לבסומי שכוחה ווער וויל עסען טונא.
טאקע א מסירת נפש פאר אידישקייט.
טאקע א מסירת נפש פאר אידישקייט.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
קרעקער האט געשריבן:סאיז דא וואס זענען מקפיד צו עסן טשולענט דאנערשטאג נאכט אלס ליל שישי
פרייטאג אויף טועמיה
פרייטיג צו נאכטס ווי געשמיסט
שבת צופרי
מוצאי אויף מלוה מלכהאון זינטאג אלס שריים פין שבת
גענוי צוגעטראפען צו מנהגי בקודש, די הרבנית קאכט מער באנדלעך פאר זונטאג נאכטמאהל, זי איז זיך מחי' מיט דעם מהלך.
פרייטאג צו נאכט א האלבע שעה נאך דער סעודה, (אדער ווען איך גיי ארויס פון שטוב איז איז ווען כ'קום צוריק), ווען דער טיש איז שוין שיין און ריין אנגעגרייט פאר דער נעקסטע סעודה, זעצט מען זיך צום מעמד אכילת טשאלענט, דער טשולענט פון פרייטאג צו נאכטס איז אינגאנצען אנדערש ווי שבת בייטאג. אוי מ'עסט דאס צו מיט א פלעשל ביער, ווען בשעת מעשה לערנט מה שלבו חפץ, אזא סארט עוה"ב אלץ מיט ערד'ישע זאכען, אוי זענען מיר מעלה דעם גשמיות צו רוחניות.
למעשה ביי מיר גייט עס אזוי:
דאנערשטאג נאכט א געקויפטע טשאלנט
פרייטאג צונאכטס א זענען די באנדלעך נאך עטוואס הארט (אזוי האב איך עס ליב)
שבת צופרי מצטמק ויפה לו
זונטאג א 'איבערגענעכטיגע' טשאלענט
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 681
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
- האט שוין געלייקט: 154 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
דולה ומשקה האט געשריבן:קרעקער האט געשריבן:סאיז דא וואס זענען מקפיד צו עסן טשולענט דאנערשטאג נאכט אלס ליל שישי
פרייטאג אויף טועמיה
פרייטיג צו נאכטס ווי געשמיסט
שבת צופרי
מוצאי אויף מלוה מלכהאון זינטאג אלס שריים פין שבת
גענוי צוגעטראפען צו מנהגי בקודש, די הרבנית קאכט מער באנדלעך פאר זונטאג נאכטמאהל, זי איז זיך מחי' מיט דעם מהלך.
פרייטאג צו נאכט א האלבע שעה נאך דער סעודה, (אדער ווען איך גיי ארויס פון שטוב איז איז ווען כ'קום צוריק), ווען דער טיש איז שוין שיין און ריין אנגעגרייט פאר דער נעקסטע סעודה, זעצט מען זיך צום מעמד אכילת טשאלענט, דער טשולענט פון פרייטאג צו נאכטס איז אינגאנצען אנדערש ווי שבת בייטאג. אוי מ'עסט דאס צו מיט א פלעשל ביער, ווען בשעת מעשה לערנט מה שלבו חפץ, אזא סארט עוה"ב אלץ מיט ערד'ישע זאכען, אוי זענען מיר מעלה דעם גשמיות צו רוחניות.
למעשה ביי מיר גייט עס אזוי:
דאנערשטאג נאכט א געקויפטע טשאלנט
פרייטאג צונאכטס א זענען די באנדלעך נאך עטוואס הארט (אזוי האב איך עס ליב)
שבת צופרי מצטמק ויפה לו
זונטאג א 'איבערגענעכטיגע' טשאלענט
I can make your whole drushe "kurtz & sharf" sunday I eat the shrayim from shabbes. Lol
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 64
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 6:23 pm
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
אוי טאטי האט געשריבן:און היבש א חלק אידן פארגעסן נישט פונעם טשולענט פארן מקוה ערש׳ק, בשעתן לייענען דעם דבר יום ביומו/ גוט שבת..
בשעת'ן ליינען די יודישע טעגליכע פאפירן איז א ענין צו זיצן אויפן האלצערנעם מקוה באנק און ציפן מיט באהאלטענע כעס די עקשנות'דיגע שטיקער הויט וואס ווערן פריש געבוירן יעדע נאכט...
לייק מיר נאר אויב דו האלטסט אז עס קומט מיר אמת'דיג!
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך זאג דיר האט געשריבן:ס'איז דא מענטשן וואס ערלויבן זיך פרייטג צונאכטס צו עסן א טעלער טשולענט נאך די סעודה לפי דעתי העניה איז דאס א זאך וואס ברויך א הסבר ווייל ס'איז נישט צום פארשטיין וויאזוי א נארמאלער מענטש זאל קענען אריינרוקן א טעלער פעטע טשולענט נאך וואס ער האט זיך אנגע'אכל'ט מיט א סעודה פון כל טוב און גארנישט ארויס געלאזט, פיש מיט כלערליי דיפס, מאיאנעיז, כריין, מאסטערד, נאכדעם א טעללער זופ מיט קניידלעך, מאנדלעך, עטלכע ערליי קוגלען, פערפל, פלייש מיט פיקל צו די זייט, קאמפאט, און אלע מינים דזשוסעס, אראנדזש, עפעל, פאנטש, יו נעים איט, און יא, פארגעסן, כמעט א גאנצע נארוואס אפגעבאקענע פיינע היימישע חלה פון אויוון ארויס, און דאס איז שוין נאך א טועמיה כדבעי מיט עטליכע קאלטע גלעזלך סעלצער
איך האב נישט אזא גרויסן מאגן, איך עס כמעט נישט קיין דיפס, קניידלעך איז נאר לכבוד יו"ט, פשוט'ע פלייש און בלויז פאטעיטא קוגל און פערפל, און אויך נאר א טראפעלע דערפון, דזשוסעס מאן דכר שמיה (חוץ גרעיפ דזשוס), און הערשט בין איך אנגעשטאפט, טשולענט איז נאר פאר צופרי ביי מיר.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:29 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
כשם שאין פרצופיתיהן שוות כך אין דעתותיהן וטבוריתיהן שוות...
ס'איז באקאנט וואס א דאקטער האט אמאל געזאגט פאר א איד וואס איז זיך געקומען אפרעדן אויף מאגן ברענעריי אויף א זונטאג נאכמיטאג, נעם א פלאש, ווארף אריין דערין, חלה, פיש, טאמעיטע דיפ, חריין, חומאס, באבאגנוש, עמעינעיז, דילל, זופ, לאקשן, רעטעך, בונדלעך, פלייש, פערפל, קוגל, וויין, ברוינפן, ביר, הערינג, קיכעלעך, אייער, צוויבל, לעבער, גאלע, פעפפער, סאלאמי, פצעי, טשולענט, קוגל, קנעטענע קוגל, סאדע, אא"וו, שאקל עס גוט אויף און לייג עס אונטערן דאכענע פאר אפאר שעה... אזוי קוקט דיין מאגן אויס איצטערט!
וכגון דא נאמר: ווער קען אפשאצן א אידישע קישקע...

דאס ביטערע טראפ איז בכלל נישט אזוי ביטער... כ'על מיך פרייען צו הערן פון דיר: poar.kaveshtiebel@gmail.com
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 160
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
א פרייע דאקטער האט מיר אמאל געזאגט אז ער מוז גלייבען אין תחיית המתים ווייל ער זעט ווי נאך א גאנצע שבת צופרי סעודה ווי מען האט אריינגערוקט די אלע א.ד. מטעמים און מיט אזא אנגעפילטע קיבה לייגט מען זיך אריין אין בעט אין מען קען נאך אויפשטיין מוז זיין אז עס איז דא אזא מושג פון תחיית המתים
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
דער חילוק פין א בחור און אינגערמאן.
א בחור עסט טשולענט דאנערשטאג פרייטאג שבת, א אינגערמאן שבת זונטאג מאנטאג.
א בחור עסט טשולענט דאנערשטאג פרייטאג שבת, א אינגערמאן שבת זונטאג מאנטאג.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
מ'זאגט נאך פון "חצי נזק" דער טעם פארוואס מען זאגט אום זיממער שבתים נאך מיטאג כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא וואס איז מיט דער גמרא סנהדרן דער וואס גלייבט נישט און תחיית המתים איז אין לו חלק לעולם הבא
וי"ל פירט ער אויס אז וועגן דעם זאגט מען עס דייקא שבת נאכמיטאג נאך אזא סעודה און דרימל קען מען זיך דערהייבן און קימן לערנען פרקי אבות קען מען נישט זיין קיין כופר בתחיית המתים איז דעמלס א צייט וואס פאסט זיך צו זאגן "כל" ישראל יש להם חלק לעולם הבא ודפח"ח