אתרוג ווי א שידוך?
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
אתרוג ווי א שידוך?
כ'זיץ אין מיין שול און איך גרייט זיך אומוויסענדיג פאר א דזשורני, ס'פלוצלינג אריין געקומען דער לאקאלער אתרוג סוחר פון שול און אלע חברים/אינגעלייט וועלן אין אפאר מינוט קומען קוקן דא פאר אן אתרוג. דער ערשטער קומט צו גיין א גאנץ קיהלער אבער וואוילער אינגערמאן, ער איז דא אזוי פריה ווייל ער וויל אראפ מיט די פרעשור זאגט ער מיר. ער קוקט איינס צוויי, זיין געזיכט ווערט ערנסט און נאך 2 מינוט דינגט ער זיך שוין מיט'ן סוחר/חבר.
איך האב ליעב צו לייענען די פנים'ער און איך קען עס גוט אפלייענען, איינע פון מיינע חושים. דער אינגערמאן האט אויסגעזען ווי ער גייט דא א שידוך
טוהן פאר זיך אליין!
איך האב גלייך געקענט זעהן ווען ער האט געהאלטן דעם 2'טן אתרוג אז זיין פנים איז געווארן ערנסט ווי איינער זאגט "איך האב געטראפן וואס איך וויל" און מיט אביסל
א זויערעדיגע מינע אויפ'ן פנים וואס זעהט אויס מער דערשראקן ווי איינער זאגט וועל איך דאס קענען האבן פאר א גוטן פרייז?
-- פארוואס איז עס אזוי פערסאנעל וויל איך פארשטייט?!?
5 מינוט שפעטער קומט אריין א צווייטער, נישט סתם א צווייטער נאר טאקע דער צווייטער. יענער איז נישט סתם קיהל, יענער געט פשוט נישט קיין ... פאר גארנישט! ער איז ניטאמאל
א באם, ער איז סתם קערלעסס אפילו פאר זיך אליינס. די שוידערליכסטע טראגעדיעס בארירן אים נישט! נישט ווייל ער איז א שלעכטער, סתם דאס איז ער, קאלט און שיטראק-לאז.
מאנכע ציטערן צו שטיין אין זיינע 2 אמות, ער איז אנפרעדיקטעבל. ער געט א שריי אויס 'אהער מיט אן אתרוג'! זיין חבר/סוחר דערלאנגט אים אפאר באקסעס ער זעצט זיך אנידער
ער נעמט ארויס דעם ערשטן אתרוג און ער ווערט פארשוואונדען. ניין, ער איז נישט אנטלאפן, זיין גוף איז ווייטער אויפ'ן בענקל מיט'ן אתרוג אין איין האנט די ברילן אין די צווייטע, אבער זיין פערסאנע איז נישט צום געפונען מער. ער דרייט ארום דעם אתרוג פון אלע זייטן ער זוכט און ווישט מיט אזא סיריעס ערנסטקייט אויפן' געזיכט כאילו ער איז אויף א מיסיע דא פונעם קעניג אליין.
-------------
איך האב קיינמאל נישט אריינגעטראכט בעפאר וואספארא שטארקער כח דער פשוטער אתרוג האט. ס'איז מטהר טמאים, ס'מענטשל'ט אויס פארריקטע, ס'מאכט ווארעם די קיהלע נאך אפילו פאר מ'האט געטון די מצוה דערמיט.
איז עס טאקע העכערע זאכן? איז עס א באווייז אז אונזער חינוך איז סוכ"ס אינטאקט?

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
יא יא, און פון די ערנסטקייט וואס ס'ליגט אויסגעצויגן אויפ'ן קונה קען מען מיינען אז ער טוט דא עפעס לייפ טיים מאוו/דעסיזשאן. כ'ווייס נישט פון וואו ס'נעמטסיך. אדערווייז קענען זיי זיין די מאוסט קערלעסס מענטשן אפילו אין אידישקייט זאכן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
צוקער האט געשריבן:אמערעדט שוין: ס'דא א באקאנט ווערטל פארוואס אן אתרוג איז גלייך צו א חתן, ביידע באקוקט מען פון יעדע פלעק, מ'טאנצט דערמיט 7 טעג, און דערנאך מאכט מען קאמפאט...
אז מען רעדט שוין יא פון אתרוגים האב איך מיך דערמאנט פון אן אינטרעסאנטן עפיזאד. איך גיי אריין אין גראסערי און איך זעה ווי א יונגערמאן שטייט ביי די סענדוויטשעס און דרייט איבער א יעדן איינציגן און באקוקט עס פון אלע זייטן, האב איך איהם געפרעגט צו ער וויל קויפן א סענדוויטש אדער אן אתרוג.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
זר זהב האט געשריבן:יא יא, און פון די ערנסטקייט וואס ס'ליגט אויסגעצויגן אויפ'ן קונה קען מען מיינען אז ער טוט דא עפעס לייפ טיים מאוו/דעסיזשאן. כ'ווייס נישט פון וואו ס'נעמטסיך. אדערווייז קענען זיי זיין די מאוסט קערלעסס מענטשן אפילו אין אידישקייט זאכן.
דאס איז א באווייז אויף די הויכקייט פון א אידישע נשמה. מען קען זיי אפילו א "קאאל גיי" אבער ווען ס'קומט מקיים צו זיין א מצווה טוט מען עס מיט שמחה. און נאך א ראי' אז די הכנה צו א מצוה איז א סאך מאל מער ווי די מצווה אליין, אזוי ווי ס'שטייט אין חסידישע ספרים.