טרייעל פון האדמו"ר מלב טהור שליט"א

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חכמת שלמה: דו ביסט א צדיק. זיסע חלומות. דו דערמאנסט מיך א מעשה. איינער איז אמאל געקומען צו א רב (אן דעם צווייטן בעל דין). און פארציילט א מעשה. האט איהם דער רב געענטפערט: "לויט ווי דו פארציילסט עס זעה איך אז דו ביסט שולדיג"...

פון דיינע דיבורים אליין קען מען ארויסדרינגען (אויסער די ידיעות אמיתיות וואס דער עולם האט) אז די חברה "לב טהור" זענען א באנדע צודרייטע קרימינאלן וועלכע ניצן אויס אומגליקליכע מענטשן פאר זייערע בארבארישע צוועקן, און נגד תורתינו הקדושה...!
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

וואס איז די ר"ת פון תמ"ל?
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

מצפצף האט געשריבן:וואס איז די ר"ת פון תמ"ל?

ט'ויט מ'שוגענע ל'יצים

("ת" און "ט" זענען זיך מתחלף)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חכמת: וויפיל יאר קענען די חברה באקומען אויב טרעפט מען זיי שילדיג?
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך יהודי פשוט »

מצפצף האט געשריבן:וואס איז די ר"ת פון תמ"ל?

תורתו מגן לנו
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יהודי פשוט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מצפצף האט געשריבן:וואס איז די ר"ת פון תמ"ל?

ניין: ערנסט. תורתו מגן לנו...!
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

שליחה דורך אונטער חכם »

חכמת שלמה האט געשריבן:נאך ריסעס האט דער גאווערמענט ארויפגערופן אלס עדות מרת שרה העלבראנץ (מלפנים טעללער). זי האט תיכף קלארגעשטעלט אז זי קומט נישט דא מרצונה הטוב, זי וויל עכט נישט דא זיין, נאר מען האט איר געהייסן געזעצליך קומען, דעריבער האט זי נישט קיין ברירה. איר גאנצע אופן פון רעדן איז געווען אויף אן אופן אז עס איז געווען ניכר אז זי נעמט עס אויף זייער שווער, זי וויל עכט נישט רעדן.

אויך דארט האט די גאווערמענט איר אנגעהויבן אויספרעגן אויף פריוואטע ענינים, אויף וואס זי האט קודם געזאגט אז זי וויל נישט און זי שעמט זיך צו רעדן פון פריוואטע זאכן, אבער מען האט איר קלארגעשטעלט אז וויבאלד זי קומט נישט מרצונה הטוב, מוז זי ענטפערן אויף וואס מען פרעגט איר. זי האט גערעדט זייער איינגעהאלטן און די מערסטע איידל וואס איז שייך, פראבירנדיג צו דרייען מיט ווערטער אזוי ווי א צניעות'דיגע אידישע טאכטער. זי האט שווער געאטעמט און געענטפערט אויף וואס מען האט איר געפרעגט. עס איז געווען עטליכע מאל וואס זי האט זיך געדארפט אפשטעלן און קומען צו זיך. איינמאל איז זי אפילו ארויסגעגאנגען פון זאל - עס איז נישט קלאר וואס עס איז דעמאלס געווען. אבער די גאנצע עדות'שאפט איז איר אנגעקומען שווער.



איך ווייס נישט צו עס איז אינגאנצן אמת ווי חכמת לייגט עס אראפ, אבער אויב יא איז עס א געפערליכע אכזריות מצד די קאורט, איז נישטא קיין געזעצן אין די היינטיגע אמעריקע צו פראטעקטן פרויען פון אזעלכע זאכן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אונטער חכם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

חכמת שלמה האט געשריבן:
שמעון מלכה איז געווען איינע פון נאך עטליכע וואס זענען געווען אוועק פון דארט. ער איז געווען א יונגער שנוק פון ניינצן יאר און ער וואלט גאנץ זיכער צוריקגעקומען, אדער מעגליך אז ער וואלט געבליבן אינדרויסן פון לב-טהור, אזוי ווי עס זענען געווען עטליכע אזעלכע. דא איז עפעס געשען. זייענדיג אין אמעריקע, האט מען זיך פארבינדן מיט אים צו בעטן הילף דורכצופירן די אקציע. ער האט געשפירט אז ער מוז עס טון, אדער ווייל ער האט געוואלט צוריקקומען (לפי טייל דעות), אדער ווייל ער האט געוואלט רעדן צו זיין ווייב און איר צוריקבאקומען (לויט זיין ווערסיע). דער רבי האט אים אנגעבליך (לויט זיין ווערסיע) צוזגעזאגט, אז טאמער העלפט ער ארויס, וועט מען אים אלעס מוחל זיין, ער וועט קענען צוריקקומען, זיך פאראייניגן מיט זיין ווייב, והכל על מקומו יבוא בשלום. ער האט עס געטון מתוך לחץ ודוחק.

דערווייל איז ער אריינגעפאלן אין פראבלעמען. די גאווערמענט האט אים אראפגעלייגט דעם בילד שווארץ, מען האט אים ערקלערט אז ער איז יעצט א מענטש אליין אויף די וועלט. פון לב-טהור איז ער אויסגעשפיגן, און אויב נעמט מען אים אפיר, וועט די גאנצע וועלט אים אראפקוקן. ער וועט שימלען אין תפיסה אן דעם וואס איינער זאל זיך אומקוקן אויף אים, נישט משפחה, נישט ווייב, נישט קהילה, און נישט כלל-ישראל. מען וועט אים נישט מוחל זיין אויף דעם קידנעפינג. ער האט זיך בעצם געשפירט א פארלוירענער און פארווארפענער פון ביידע וועלטן. ער האט פראבירט צו ראטעווען וואס ער קען נאך, ביי א געוויסע פוינט האט ער געקלערט צו נעלם ווערן פון אמעריקע און מעגליך צוריקקומען צו לב-טהור, אבער ער האט זיכער געמאכט פאר דעם צי ער וועט באקומען זיין ווייב. עס איז נישט קלאר צי דאס איז אים נאכגעגעבן געווארן. בקיצור, ער איז געווען עכט פארלוירן און מיט אויסזיכטן אויף גרויסע פראבלעמען.

די גאווערמענט האט אים קלארגעשטעלט אין די אויגן וואו ער האלט - אין אנדערע ווערטער, א מענטש אן קיין שום ידיד אויף דער וועלט. זיי האבן אים געגעבן איין וועג ארויס, מיטארבעטן מיט די רעגירונג און ארויסקריכן פון דעם פלאנטער. אזוי שאקללט ער זיך אטאמאטיש אפ פון לב-טהור, ארויס פון פראבלעמען, און ער ווערט א נארמאלע מענטש.

דאס קומט אים אבער נישט אן לייכט. ער דארף זיך ארויסשטעלן קעגן זיין אייגענע ברודער, פעטער'ס און קרובים, זיי זאגן אין פנים אריין און עדות זאגן מיט די וויסן אז ער שלייכט זיי אריין אין טורמע פאר לאנגע יארן. ס'איז אים זייער שווער.

(אויב די הנהלה שפירט אז די לעצטע פאר שטיקלעך איז קעגן די תקנות, אדער אז איך בא'עול א יחיד, זאל מען עס ביטע אויסמעקן. איך וויל נישט וויי טון קיין איין מענטש.)


איך וויל צולייגן אן אייגענע שפעקולאציע, אז עס איז מעגליך אז שמעון האט מורא געהאט, אז דער סוף וועט זיין אז די אנדערע לב טהור חברה וועלן אלעס אויף אים ארויפווארפן און אזוי זיך ריינוואשן די הענט. זיי האבן אים דאך ממילא פיינט. עס קען זיין אז די רעגירונג האט אים דאס מסביר געווען, אז באמת האט ער געטון א פארברעכן, און זיי וועלן עס אנלייגן אויף אים, זייענדיג דער שענסטער כפרה הינדל. איז דער דעריבער שנעל געגאנגען אויף די אנדערע זייט און געטון וואס ער האט נאר געקענט אז דאס זאל נישט געשען.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חכמת שלמה האט געשריבן:
מיינע צוויי סענט:

ווען נישט די גאנצע סע.. נושא, וואלט לב טהור געווען על העליונה. די דאזיגע נושא פארשווארצט שטארק לב טהור'ס בליק ביי דער דזשארדזש און די דזשורי. דאס מיינט, אז מען באטראכט די געשפרעכן אין קארט, אראפנעמענדיג יענע נושא, נאר בלויז רעדנדיג איבער די קידנעפינג א.א.וו. האט לב טהור גאנץ א שטארקע קעיס און די דזשורי קען דערהערן די זייט פון לב טהור.

שמעון מלכה'ס עדות'שאפט איז געווען געפערליך און איבערגעלאזט (אין מיינע אויגן) א שרעקליכע רושם אויף די דזשורי - טאקע נאר בלויז וועגן די דאזיגע נושא, ביז מען איז צוגעקומען צו יענע נושא איז ער געווען גאנץ שוואך. שרה העלבראנץ'ס עדות'שאפט האלט נאך אינמיטן. פארשטייט זיך אז דערווייל ברענגט דער גאווערמענט ארויס דאס וואס זיי ווילן, אבער מיר וועלן דארפן ווארטן אויף די קראס עקזעם.

איך האב נישט מיטגעהאלטן די גאנצע צייט, אבער וויאזוי קען זיין לב טהור על העליונה? וואספארא בארעכטיגונג קענען זיי נוצן אויף קידנעפינג?
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

זייער קעיס איז געבויט ווי פאלגענד:

1. די צוויי קינדער זענען נישט געהעריג געווען אונטער די מאמע, אין פאקט האבן זיי נישט געוואוינט מיט די מאמע, נאר בלויז אויף יענעם שבת זענען זיי געקומען.

2. די צוויי קינדער האבן אין פאקט נישט געוואלט זיין מיט די מאמע, זיי האבן געוואלט זיין מיט די טאטע, און זיי האבן זיך געבעטן אז מען זאל זיי העלפן אוועקגיין פון דארט.

3. דא רעדט זיך פון א שלום-בית קעיס, וואו די קינדער זענען ביז נישט לאנג פריער געווען מיט די טאטע, אינאיינעם אין די קהילה וואו זיי זענען אויפגעוואקסן. די מאמע איז פון דארט אוועק, אבער די קינדער האבן די גאנצע צייט געוואלט בלייבן אין זייער קהילה וואו זיי זענען געווען באקוועם. זיי זענען קוים אנגעקומען קיין אמעריקע מיט געוואלד, עטליכע וואכן פריער. זיי האבן זיך געבעטן פאר הילף, און די חברי קהילת לב טהור האבן זיי געהאלפן.

4. לויטן געזעץ, אז א טאטע אדער א פעטער טוט דאס, אונטער א שלום-בית קעיס, הייסט דאס נישט קיין קידנעפינג. דא איז געקומען דער רבי, וואס איז א פעטער פון די קינדער, און איז געקומען בשליחות פון דער טאטע. די זאכן זענען מעשים בכל יום אין די וועלט ליידער. עס ווערט נישט גערופן קידנעפינג.

דאס איז דער עיקר, אויסער דעם איז דא נאך קליינע פיטשיפקעס.

1. די מאמע איז גאר די וואס האט פארכאפט די קינדער. אין גוטאמאלא זענען זיי געווען אונטער די טאטע'ס רשות, וויבאלד זי איז אנטלאפן פון דארט און איבערגעלאזט די קינדער אויפן פלאץ. הערשט שפעטער איז זי געקומען און אוועקגעכאפט די קינדער ווי א רויבער. איך בין נישט באקאנט, אבער מעגליך אז דאס איז נישט געזעצליך אין גוטאמאלא.

2. די קינדער זענען דא געפייניגט געווארן די ערשטע שטיק צייט, נאכדעם וואס זיי האבן די גאנצע צייט געוואלט אוועקגיין און צוריקגיין פון וואו זיי זענען געקומען.

דאס איז מער ווייניגער זייער קעיס וואס זיי טוען פארשטעלן.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

חכמת, פארגעס נישט צוצולייגן אז די "קינד" וואס מען האט געקידנעפט איז דאך געווען חתונה געהאט, און זי האט געוואלט גיין צו איר מאן...

אונטער חכם האט געשריבן:איך ווייס נישט צו עס איז אינגאנצן אמת ווי חכמת לייגט עס אראפ, אבער אויב יא איז עס א געפערליכע אכזריות מצד די קאורט, איז נישטא קיין געזעצן אין די היינטיגע אמעריקע צו פראטעקטן פרויען פון אזעלכע זאכן?

יא, עס איז אמת ווי ער לייגט עס אראפ, איך האב עס אויך געהערט פון א צווייטן וואס האט אויסגעהערט.

די עיקר סיבה פארוואס די קאורט קוקט עס נישט אן ווי קיין אכזריות, ווייל זיי לעבן אין אנדערע קולטור ווי אונז. ווען זיי פרעגן למשל איז דיין טאכטער געשלאפן מיט איר מאן, איז עס גאנץ א נארמאלע שאלה אין די גוי'שע וועלט, עס איז פשוט קלארצושטעלן אויב די חתונה איז געווען א חתונה מיט די פולע באדייט.

פארשטייט זיך זי פילט נישט באקוועם צו ענטפערן די שאלה, ווייל ביי לב טהור (און ביי אונז) רעדט מען נישט פון די ענין בכלל. זי פילט אויב זאגט זי עפעס אין די ענין איז זי מגלה פריוואטע סודות צווישן איר און איר טאכטער, ווייל ביי אונז איז עס טאקע פריוואטע סודות צווישן א מאמע און א טאכטער.

און ווען זי ענטפערט בלית ברירה זיי האבן "עס" געטון, פרעגט מען איר איבער וואס מיינט "it"... און פון וואו ווייסטו they did it... איז פארשטענדליך פארוואס זי נעמט עס אן אזוי שווער, בעת די קאורט טראכט זיי פרעגן גאנץ נארמאלע שאלות.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מעקסוועל: איך האב נאר איין קשיא. וואס טוט זיך מיט די טשארדזש פון מחליפין נשותיהם. זאלל זיין מיט די..."גושפנקא דמלכא"... די רבי אליינס, תמ"ל האט געהייסן ווער זאלל חתונה האבן מיט וועם. און ווער זאלל זיך גט'ן פון וועם...!
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

חוטף הילדים החרדי בעצם יום השבת, יוסגר לארה"ב ויעמוד לדין
יעקב ויינגרטן, ממנהיגי כת 'לב טהור', יוסגר לארצות הברית, שם יעמוד למשפט בגין מעורבותו בחטיפת ילדים בעצם יום השבת. הוא נעצר לפני שבעה חודשים בגואטמלה, שם הוא עצור עדיין וצפוי להיות מוסגר בשבוע הבא לידי ארה"ב. בתוך כך, אישומים חדשים נגד חמשת מנהיגי הכת

יעקב ויינגרטן ממנהיגי כת 'לב טהור' העצור בימים אלה בגואטמלה, יוסגר לארצות הברית בעוון חטיפת ילדים. ויינגרטן חטף את הילדים, לאחר שנמלטו יחד עם אמם מהכת. הוא נעצר בגואטמלה לפני שבעה חודשים.

יעקב ויינגרטן מראשי כת 'לב טהור' נעצר בעיצומו של חג ראשון של פסח 2020 בחשד לחטיפת ילדים בחודש מרץ בשנה שעברה ובגין התעללות בצעירי הכת השוכנת באחד היערות בגואטמלה. הוא יעמוד לדין בארה"ב בגין חטיפה, התעללות, וכן שימוש בזהות מזויפת. ויינגרטן היה חלק מכנופיה שחטפה בשטתיות ילדים מהוריהם בעצם יום השבת בכדי שיהיה קשה יותר לעלות על עקבותיהם. הם המריאו בעיצומה של שבת קודש למקסיקו, אך נתפסו כעבור מספר ימים. מאז הם מרצים עונש מאסר.

העסקן החסידי יעקב פליטשקין, אמר אז בשיחה עם 'בחדרי חרדים', בשנה שעברה, כי "מאחר וכל כנופיית לב טהור עצורה בניו יורק, לאחר שחטפו ילדים מהוריהם, יש שלושה אחים בשם וינגרטן, שמטילים טרור איום ונורא על המשפחות". ואכן כאמור, ביום טוב ראשון של חג הפסח נעצר יעקב וינגרטן, ובשבוע הקרוב הוא יוסגר לארה"ב כאמור.

בתוך כך, ל'בחדרי חרדים' נודע כי אודרי שטראוס, התובעת של המחוז הדרומי של ניו יורק, הכריזה על אישומים חדשים נגד מנהיגי 'לב טהור'; נחמן הלברנץ, מאיר רוזנר, יעקב ויינגרטן, שמואל ויינגרטן ויואל ויינגרטן, בגין קשירת קשר לחטיפתה של ילדה בת 14 מניו יורק לפני כשנתיים. הנאשמים, הואשמו בעבר במספר עבירות נוספות הקשורות לחטיפת קטינים. בכתב האישום נאמר כי הנאשמים ביצעו דברים מחרידים וסדיסטיאיים בילדי ואנשי הכת.

מטעם משרד המשפטים האמריקאי נמסר: "אנו אסירי תודה על שיתוף הפעולה המצוין של השותפים שלנו במקסיקו ובגואטמלה שעזרו לנו להעמיד את המנהיגים הללו של לב טהור לדין, הגנה על ילדים חפים מפשע צריכה להיות בראש סדר העדיפויות של כל חברה".

יצוין כי הנהגת 'לב טהור' דרשה ממספר קטינים שנישאו, לספר לאנשים מחוץ ל'לב טהור' שהם אינם נשואים, בכדי להעמיד פנים שהם מבוגרים יותר וכן אילצו את הקטינות שנישאו בכת, ללדת תינוקות בתוך בתיהן במקום בבית חולים, ולהסתיר מהציבור את הגילאים הצעירים של האמהות בכת.

בעבר דיווחנו ותיארנו ב'בחדרי חרדים' את מצבן המחריד של אותן אמהות וילדיהן שלעיתים רעבים ללחם ימים ארוכים בעקבות מחסור במאכלים כשרים הנובע מקושי להשיגו בגואטמלה.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

עס איז געווען היינט זייער עמאשענל אין קארט, מען האט געקענט זען די הארץ פון א מאמע. זי האט עטליכע מאל געוויינט און ארויסגעברענגט אז זי האט נישט קיין שום ענטענשן, נאר בלויז צו האבן די קינדער ביי זיך וכדו'. זי האט געזאגט אז זי וויל נישט זען איר ברודער נחמן אין תפיסה און זי איז אים מוחל אויף אלעס, זי וויל פשוט טון אלעס וואס זי קען צו האבן אירע קינדער. זי האט געזאגט אז זי זאגט אלס פאר אירע קינדער יעדע נאכט ווען מען גייט שלאפן, און מען זאגט רבונו של עולם הריני מוחל (זי האט ערקלערט די תפילה), אז אונז זענען מוחל יעדן איינעם, און דער אויבערשטער זאל אונז מוחל זיין. עס איז געווען זייער הארציג.

אויך איז געווען זייער פילפארביג, ווען מען האט אויפגעשפילט עטליכע רעקארדירונגען ווי די וויינגארטן ברידער רעדן מיט איר און מיט די צוויי קינדער, ווי אויך א טעלעפאנישע געשפרעך פונעם רבי'ן שליט"א. טייל שמועסן איז גאנץ נארמאל, אנדערע זענען טענה'רייען מיט קולות. כמובן אז אלעס איז אויף אידיש, בשעת עס איז געווען ענגלישע טרענסקיפס (איך שרייב עס גוט?). מען האט איר אויסגעפרעגט איבער דעם.

צום סוף האט מען איר געפרעגט, ווי אזוי זי שפירט זייט די קידנעפינג, וואס אויף דעם האט זי געענטפערט אז איר לעבן האט זיך געטוישט, זי איז כסדר פארנומען טראכטן אז עפעס קומט פאר און מען וויל צוריקכאפן די קינדער. יעדע מאל וואס די קינדער קומען אהיים שפעט, אדער זי באמערקט נישט איינע פון די קינדער, הויבט זי אן מורא צו האבן. זי האט דערציילט אז איינמאל זענען די קינדער נישט אהיימגעקומען אין צייט פון חדר און סקול, און זי האט געשיקט זיי אויפזוכן אין די מוסדות... ס'נעמט איר אוועק די גאנצע מחשבה. אבער עם כל זה איז זי זיך מחזק מיט אמונה ובטחון וכו'.

דאן האט זיך אנגעהויבן די קראס עקזעמענעישן. דער לויער האט איר אויסגעפרעגט, ארויסברענגענדיג די געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט ווען זי איז אנטלאפן פון גוטאמאלא, אז זי האט גענומען די גאנצע קהילה פון גרים, זיי זענען דארט אנגעקומען צווייע פארטאגס און געמאכט א חורבן, ארומגעגאנגען מיט שטעקענעס און געהאקט יעדן וואס איז זיי געשטאנען אין וועג, כולל די טאטע וואס איז געלעגן אויפן ערד, און אזוי האבן זיי ארויסגענומען די קינדער פון די קהילה. אויך האט ער ארויסגעברענגט אז זי איז געקומען מיט די קינדער קיין ניו יארק, אן זאגן די טאטע פון דעם, וואס דאס איז אומלעגאל. ווי אויך אז זי האט געשיקט ארויס'גנב'ענען די פאספארטן פון זייער שטוב, וואס דאס איז אומלעגאל.

דער לויער האט אויך געוואלט טענה'ן אז זי האט מחלל שבת געווען, אוועקגייענדיג פון דארט פרייטאג און אנגעקומען צו די גרים אום שבת מיט אירע קינדער, וואס אויף דעם האט זי זיך געהאלטן שטארק אז עס איז געווען דאנערשטאג ביינאכט.

עס איז ארויסגעברענגט געווארן עטליכע פוינטס לטובת לב טהור, דהיינו, אז זי האט געזאגט פאר די פעמילי קארט, אז דער טאטע זיצט אין תפיסה אין מעקסיקא, בשעת ער איז גאר געווען אין אמעריקע. זי האט געזאגט אז זי איז דאס געוואויער געווארן הערשט שפעטער, דאס מיינט א טאג צוויי נאך וואס זי האט באקומען די קאסטידי אויף די קינדער. האט מען איר געטשעלנדזשט אז זי איז נישט צוריקגעגאנגען אין קארט זאגן אז דאס איז נישט אמת, נאר געלאזט דער מצב כמו שהיא.

אויך איז ארויסגעברענגט געווארן די מיידל האט נישט געוואלט האבן צו טון מיט די מאמע, זי איז אנטלאפן פון איר עטליכע מאל און שטענדיג געוואלט צוריק אהיימגיין, א זאך וואס זי האט מסכים געווען און מודה געווען דערצו. זיי האבן איר אויפגעוויזן אז זי האט איינגעשריבן דאס קינד אין א פסיכיאטערישע שפיטאל, נאך וואס זי איז אנטלאפן צו די פאליציי אז זי וויל אהיימגיין, אויף וואס זי האט געענטפערט אז זי האט עס נישט געטון, נאר די פאליציי האט איר געזאגט אז מען דארף דאס טון און זי האט מסכים געווען. אויך האט מען גערעדט אז דאס קינד האט נישט געוואלט רעדן צו איר, און דער סאשל ווארקאר האט איר געזאגט אז דאס קינד וויל נישט רעדן צו איר.

קומענדיגע וואך מאנטאג גייט מען ווייטער גיין מיט די אויספארשונג.

...
לדעתי איז איר עדות גוט פאר לב טהור.

מען האט איר גענומען קעגן לב-טהור, אבער דערווייל קלארט זיך אויס די פיקטשער מער לטובת לב טהור - פון אירע ווערטער.

בכל אופן, זי האט באוויזן צו בארירן אסאך מענטשן, און זען וואס דאס הייסט צוגעבידנקייט פון א מאמע צו קינדער. עס מוז אויך ארויסגעברענגט ווערן, אז עס איז ניכר (פון מיין קוק וואונקל) איר איידלקייט, טיפע אמונה און ערליכקייט. פון מיין פערפעקטיוו איז זי נישט פראסט אדער שלעכט, זי איז נעבעך א רחמנות דערויף וואס זי האט זיך נישט געקענט מכניע זיין צו איר ברודער. מיט דעם אלעמען זוכט זי נישט די שלעכטס פון איר ברודער, זי זוכט פשוט צו האבן די קינדער.

...
אגב, איז עס לעגאל וואס איך טוה? - איך מעג ארויסגעבן און דערציילן זאכן פונעם קארט דא אויף אן אפענע פארום?
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

חכמת שלמה האט געשריבן
אגב, איז עס לעגאל וואס איך טוה? - איך מעג ארויסגעבן און דערציילן זאכן פונעם קארט דא אויף אן אפענע פארום?

די איינציגע אומליגילעטעט איז אז עס וואלט ענדערש באלאנגט און מאחורי
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

סתם ארויסצוברענגען א וויכטיגע נקודה.

דער מיידל וועט לכאורה צוריקגיין צו איר מאן איינמאל זי ווערט אכצען יאר. דער גאנצע קעיס איז צו האלטען די ראשי ה'געמיינע אין תפיסה.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

בן נון האט געשריבן:חכמת שלמה האט געשריבן
אגב, איז עס לעגאל וואס איך טוה? - איך מעג ארויסגעבן און דערציילן זאכן פונעם קארט דא אויף אן אפענע פארום?

די איינציגע אומליגילעטעט איז אז עס וואלט ענדערש באלאנגט און מאחורי

און וואס איז מיט די וואס האבן דא הנאה, און האבן נישט צוטריט אין מאחורי (מיר האט מען נאכנישט געעפענט מאחורי, און איך האב זייער הנאה פון זיין באשרייבן)
שכוח חכמת
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

Nanach האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:חכמת שלמה האט געשריבן
אגב, איז עס לעגאל וואס איך טוה? - איך מעג ארויסגעבן און דערציילן זאכן פונעם קארט דא אויף אן אפענע פארום?

די איינציגע אומליגילעטעט איז אז עס וואלט ענדערש באלאנגט און מאחורי

און וואס איז מיט די וואס האבן דא הנאה, און האבן נישט צוטריט אין מאחורי (מיר האט מען נאכנישט געעפענט מאחורי, און איך האב זייער הנאה פון זיין באשרייבן)
שכוח חכמת


זייער גערעכט אבער אויב דעס קען זיין מלפני וואס דארף מען די מאחרי?
ווייל די לפני האט זי זעלבע מאס פון עדאלט קאנטענט ווי מאחורי
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

בית המשפט בגואטמלה אישר את הסגרתם של יעקב וינגרטן, מנהיג כת 'לב טהור', ואחיו שמואל וינגרטן, לארצות-הברית, שם הם נדרשים בגין חשד למעורבות בפשעים נגד ילדים.

ביום חמישי האחרון אישר ביהמ"ש את הסגרתו של מנהיג הכת, יעקב וינגרטן, לאחר שבחן את כלל הטענות ולאחר שהתברר כי אין נגדו תהליכים משפטיים בגואטמלה.

יממה לאחר מכן, ביום שישי, הורה ביהמ"ש על הסגרתו של אחיו שמואל וינגרטן, גם כן לאחר שהתברר כי אין נגדם תהליכים משפטיים בגואטמלה.

בעקבות כך, הורה ביהמ"ש למשרד החוץ בגואטמלה שימשיך בביצוע הליך ההסגרה של השניים לארה"ב.

לאחר פסיקת ביהמ"ש, אמר מנהיג הכת כי מדובר ברדיפה נגדם. פרקליטי ההגנה של האחים הודיעו כי יערערו על החלטת ביהמ"ש.

מצבו של האח השלישי, יואל וינגרטן, עדיין תלוי ועומד שכן בגואטמלה ממתינים שארה"ב תשלח את המסמכים המשפטיים המעידים על החשדות כנגדו, בטרם יוחלט האם גם הוא יוסגר לארה"ב.
Lesser
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך Lesser »

חכמת שלמה האט געשריבן:זייער קעיס איז געבויט ווי פאלגענד:
.

2. די קינדער זענען דא געפייניגט געווארן די ערשטע שטיק צייט, נאכדעם וואס זיי האבן די גאנצע צייט געוואלט אוועקגיין און צוריקגיין פון וואו זיי זענען געקומען.

דאס איז מער ווייניגער זייער קעיס וואס זיי טוען פארשטעלן.


פון דא קוקט מיר עפעס עפעס אז חכמת שלמה וואוינט דאהי...
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

א דאנק חכמת פארן ברענגען די נייעס, איך בין נישט מסכים מיט דיין אפשאצונג אז איר עדות איז גוט פאר לב טהור. פון אירע ווערטער זענען ארויסגעקומען גאר שווערע באשולדיגונגען אויף די גרופע.

זיי מאכן חתונה יונגע קינדער. (די קינדער ווילן אפילו נישט).
אפילו ווען עס איז אויך קעגן די רצון פון די מאמע פון די קינד.
עס איז דא שטרענגע תקנות וועגן פערזענליכע מענטשן, למשל וואס מען מעג עסן.
ווען זי האט געגעסן עפעס וואס איז נישט געווען כשר לויט זיי האט מען גענומען אירע קינדער און געלייגט ביי אנדערע משפחות.
מען האט מודיע געווען אין ביהמ"ד קיינער זאל נישט רעדן צו איר.
ועוד.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מעקסוועלל: זיי וועללן אי"ה געפונען ווערן שולדיג אויף אלע..."קאונטס"... ווייל זיי זענען שולדיג...ער, חכמת לייגט זיך פייגעלעך אין בוזעם...ווישפול טהינקינג...!
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך חכמת שלמה »

פשש, באלעגאלע, ביסט דאך אזא קלוגער מענטש...
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
פארשפארט