מיהו טראול?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2459
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 6133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5901 מאל

מיהו טראול?

שליחה דורך קהל'ס נער »

ס'דרייט זיך דא א רביש אייניקל וואס ווערט באשילדיגט אלס א טראול, אבער זעיט אויס אז ער כאפט נישט קלאר וואס דאס מיינט, האב איך דא מחבר געוועין א ספר אויף הלכות טראולינג.

דיני טראול ונטרל והמסתעף ובו ו' סעיפים.

א. פארדרייען א אשכול ע"פ רוב איז א טראול חוץ אויב מען האט עפעס א גיט ווארט אין מען גייט גלייך ציריק צים נושא.

ב. פעיגערן אדער אנפילן א אשכול מיט תגובות איינס נאך די אנדערע אן זאגן עפעס צים זאך הייסט ספעמען.

ג. תגובות וואס די גאנצע מטרה איז צי אויפרעיגן מענטשן איז א טראול.

ד. פארקערטע טראולינג איז ווען מען באשייגעצט איינעם אלס א טראול, כאטש יענער איז נישט קיין טראול (בבחינת פארקערטע פסיכאלאגיע)

ה. די אלע הלכות גייען אויך אן אין אישי.

ו. די עולם איז געלאדענט זיך צי דינגען מיט מיר (אבער ביטע נישט טראולן :lol:).
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר