עלעקטריציטעט, א חידוש?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

היסטאריע האט געשריבן:דער דראנג איז מוכרח אויב אונז גייען מיר אלץ מיט דער הנחה אז אמאהל זענען זיי געוועהן קלוגער, און אונז זענען שמאטעס. עס איז אינטעגראל מיט אידישקייט. אויב זענען אונז קלוגער, קענען מיר אלע ווערען רעפארמער. און אויב זענען זיי קלוגער פארוואס האט שלמה המלך דער חכם מכלַ האדם וואס האט געהאט אשמדאי אין קייטלעך, נישט געוויסט וויאזוי צו מאכן עראפלאנען? איז דער מהלך אז ער האט יא געהאט. עס איז נישט פין די י"ג עקרים, אבער גענוג וויכטיג אז וואלווי זיכערמאןַ זאל ברענגען די שטותים פין ספר הברית אין זיינע הפלא'דיגע ספרים.


ערגעץ דא ווערט עס שוין גוט אדורך געטון. למעשה מיינט עס נישט אז אונז זענען יא אדער נישט קלוגער נאר ס'איז פשוט אזוי ווי מען זעט מיט טעקנעלאגיע וואס היינט גייט אלעס מיט generations . קאמפיוטערס, סמארטפאון'ס וכו' און די זעלבע מיט מאדערן מעדיצין וואס אלעס גייט שטאפלווייז ווייטער און ווייטער גייענדיג מעלה מעלה געבויט אויף די ערפינדיגען פון די אלטע סייענטעסט וואס לעבן שוין נישט. די זעלבע מיט פיזיקס חשבון וכו'. גייט איינער זאגן אז טעסלע איינשטיין בעלל אדער אריסטאו זענען נישט געווען אזוי קלוג ווי די היינטיגע? בעלל האט נישט געהאט א סמארטפאון אע''כ מיינט עס אז ער האט פארשטאנען אז עס לוינט זיך נישט אדער אז ער איז א גרעסער\קלענער חכם פון מאור למשל?
יא א ראשון האט מסתם פארשטאנן א סוגיא בכמות ובאיכות מער פון א מער שוואכער דור וואס פארנעמט נישט די פרעשור ברוחניות ובגשמיות בגוף ובנשמה אזוי ווי טויזענט יאר צוריק. אזוי מיינעך.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פיטערגריפין: דו ביסט גערעכט. איך וויל נאר ארויסהייבן איין נקודה. די מערסטע אינווענטארס. ספעציעל אלעקסאנדער גרעיהעם בעלל האבן זיך נישט אנגעטון א גארטל און געזאגט לשם יחוד (אזוי צו זאגן) אז זיי גייען יעצט אויסטרעפן די זאכן וועלכע זיי האבן אויסגעטראפן און באארבעט. זיי האבן בכלל נישט געטראכט אדער גערעכנט ארויסצוברענגען די מאשינען וועלכע זיי האבן ערצייגט. נאר דורך א צופאל. נאר ווייל זיי זענען געווען חכמים. ווי רש"י הק' זאגט אז א חכם הייסט וואס ער איז ..."מבין דבר מתוך דבר"...! די זעלבע איז געווען מיט א. בעלל. ער האט געארבעט אויף א מאשין פאר טויבע קינדער אז זיי זאללן קענען עפעס הערן. (כ'מיין ווייל ער האט געהאט א קינד אין זיין משפחה וואס האט נישט געקענט הערן) אזוי, שפילנדיג זיך מיט די מאשין (וועלכע איז פארשטייצעך נישט געווען אזוי סאפיסטיקירט ווי די היינטיגע טעלעפאנען) האט זיך איהם געדאכט אז ער הערט זיין קול. כדי צו זיין זיכער האט ער גערופן זיין אסיסטענט אויפ'ן טעלעפאן פון א צווייטן צימער.און יענער מענטש האט געהערט וואס ער זאגט. האט ער געוואוסט אז ער האט דעם טעלעפאן. אין יענע צייטן איז טעלעגראף געווען די הויפט מיטל פאר קאמוניקאציע...!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אינטערסאנט אז קיינער האט נישט דערמאנט דעם באקאנטן וויץ אז די פארשער זענען אויפגעקומען אז אין די צייטן פון שלמה המלך איז שוין געווען סעלפאון’ס, ווייל מ’האט געטראפן באגראבענע שטעט פון יענע צייטן און מ’האט נישט געטראפן קיין טעלעפאון ווייערס, מוז זיין אז מ’האט זיך שוין דעמאלטס באנוצט מיט ווייערלעס טעלעפאונען......
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תרמב: דער וויץ גייט א ביסל שטערקער.איינער האט פארציילט אז ס'איז געווען א רעפארט אין א צייטונג אז מ'האט אויפגעגראבן אלטע שטעט אין גריכנלאנד און מ'האט געטראפן אזא מאטעריאל ווי ווייערס. איז א ראיה אז ס'איז שוין געווען טעלעפאן און טעלעגראף. זאגט איהם זיין חבר אז ער האט געליינט א רפעארט ווי מ'האט אויפגעגראבן אלטע שטעט און מ'האט נישט געטראפן קיין ווייערס. איז א ראיה אז ס'איז שוין געווען סעללפאונס...!
פארשפארט