אין סומכין על הציונים, אויסער זיי צו בלעימען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

הקדוש ר' יעקב ישראל דעי האן הי"ד

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

וועגן ר' יעקב ישראל דע האן, קודם וועגען דעם יוד אליין איך ווייס נישט ווער איז ער געווען און וועלכע מצוות האט ער געטוהן און וועלכע עבירות האט ער עובר געווען און וואס נישט, וואס איך ווייס יא איז ווער האט איהם ערמארדעט און פארוואס האבען זיי איהם ערלעדיגט. די ציונים!

ער פלעגט העלפן פאר גאב"ד ירושלים הרב זאנענפעלד און ר' משה בלויא זצ"ל מיט צעשטערן די ציונים מיט זייערע פינסטערע פלענער און וועגן דעם האבען זיי איהם עלימינירט, און וועגן דעם איז ער א קדוש ווייל מ'האט איהם ערמארדעוועט צוליב זיינע וואוילטעטיקע אקטיוויטעטן.

און ר' בערל דאס וואס איר שרייבט אז איר האט געלייענט אין דער איד אז מ'האט איהם גע'הרג'ט אויפן וועג ארויס פון דאווענען מעריב, אזוי שטייט טאקע אין וויקיפעדיע נאר ס'שטייט מנחה און נישט מעריב.

א גוטע נאכט און א גוטע וואך.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאהשער אייניקל: איך וועל דיר ענטפערן, נאר בתנאי כפול אז דו וועסט אויפהערן צו פגע'נען און זיין א טראלל.

והנה: ר' יעקב ישראל דע האן האט נאענט מיטגעארבעט מיט די עדה החרדית ובראשם הרה"צ ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל. ס'האטציך געהאנדלט אז די ועד הלאומי איז געווען די איינציגע רעליגיעזע קעפערשאפט וואס איז געווען אנערקענט פון די בריטישע מאנדאט רעגירונג. און ר' יוסף חיים זאנענפעלד ברוב פיקחותו האט פארשטאנען אז די חרד'ישע אידן זאלן נישט זיין אונטערגעווארפן דעם ועד הלאומי. און ר' יעקב ישראל דע-האן האט געפלאנט צו פארן די קומענדיגע וואך קיין לאנדאן צו שתדל'ען לטובת דעם ענין. ער האט אויך געטון אנדערע אקטיוויטעטן וואס די ציוניס'טישע פיהרערס האבן געזעהן א שטער אין דעם צו זייערע אינטערעסן. ס'זענען געווען מיימינים ומשמאילים. געווען ווער ס'האט געזאגט אז מ'דארף גארנישט טון איהם צו סטאפן. אנדערע האבן געזאגט אז מ'דארף יא עפעס טון (דהיינו, אפרוימען פון וועג). האטציך אנגערופן איינער פון די ציונים, ער האט געהייסן אברהם. (כ'האב פארגעסן זיין לעצטן נאמען) אז ער וויל גיין מאכן א לעצטן פראוו צו רעדן מיט ר' יעקב ישראל אז ער זאל אויפהערן מיט זיינע אנטי-ציוניסטישע אקטיוויטעטן, און ער זאל אויפהערן צו שעדיגן זייערע אינטערעסן.

האט ער אפגעשמוסט מיט ר' יעקב ישראל אז ער גייט זיך טרעפן מיט איהם אין דר. וואלאך'ס שול, וואס איז געווען ביים שערי צדק האספיטאל. ער (דער אברהם) איז אריינגעקומען ביי מנחה (פרייטאג נאכמיטאג), ר' יעקב ישראל איז שוין געווען דארט. נאך מנחה האט ער זיך אראפגעזעצט שמועסן מיט ר' יעקב ישראל. פלוצלינג האט ער גענומען שרייען אויף איהם און אנשייגעצן. ביז יענער האטציך אויפגעהויבן און ארויסגעגאנגען. ער האט איהם אפגעווארט ביים עק גאס (קארנער) און ער האט איהם געשאסן. קיינער האט איהם נישט געשיקט. ער האט עס געטון על דעת עצמו...!

יא. די העצערייען אקעגן ר' יעקב ישראל דע-האן זענען אנגעגאנגען פאר א לאנגע צייט. כ'מיין די מזרחי האבן געהאט א צייטונג מיט'ן נאמען קול יעקב. האבן די ערליכע אידן געזאגט א ווערטל. אז דער קול יעקב האט גורם געווען אז די ידי עשיו זאלן זיך צופיהרן...!
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

ר' בערל, ערשטנס אנטשולדיגט אויב איך האב פוגע געוועהן אין 'געטראלט' כלשונך, אויב איך שרייב עפעס וואס שטעכט אדער עפעס אזוי, שרייב מיר איך זאל וויסן וואס נישט צו שרייבן.

וועגן דע האן, איך ווייס נישט פונקטליך וואס איז געשעהן און ווי אזוי איך ווייס וואס איך לייען (פין ציונ'יסטישע אגודה'יסטישע און קנאי'שע קוועלער [דא שרייב איך נאר וואס איך האב געלייענט ביי די אגודה'יסטישע און ציונ'יסטישע די קוועלער]).

דאס וואס דו שרייבסט אז ס'נישט געוועהן געפלאנט, איך האב געלייענט (בא ציונ'יסטישע קוועלער) אז ס'יא געוועהן געפלאנט,
אבער נישט דאס בין איך געקומען זאגן, נאר איך זאג אז ער איז געווארן א קדוש וועגן דעם ווייל די ציונים שר"י האבן איהם גע'הרג'ט כדי ער זאל זיי נישט שטערן מיט זייערע בייזוויליגע פלענער וואס ער האט עס געטוהן צוליב הרבנים זאנענפעלד אין בלויא זצ"ל דאס איז די סיבה צו דעם אז ער איז געווארן א קדוש.

‏(איך גיי נישט פארגלייכן אבער אזוי ווי יעדער יוד וואס די דייטשן ימח שמם וזכרם האבן אומגעברענגט איז א קדוש בלויז וועגן דעם אז מ'האט איהם גע'הרג'ט ווייל ער איז א יוד, אזוי אויך אין די מעשה פון דע-האן הי"ד איז ענליך צו דעם און ער איז געווארן א קדוש).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאהשער אייניקל: דו ביסט גערעכט. מ'קען זאגן אויף איהם..."יש קונה עולמו בשעה אחת". ס'וועט נאר זיין איין פראבלעים אין גן עדן וואו צו לייגן איהם. מ'וועט איהם מוזן לייגן אין ווייבער שול. צוזאמען מיט די אנדערע נשים צדקניות. אויב דו גלייבסט מיר נישט פרעג נחום...לאל
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ער וועט זיצען אין גן עדן לעבן "הקדושים" נחום ראזענבערג און נפתלי מאסטער.

מיט אזא גן עדן וואלט איך שוין ענדערש געזיצן אין גיהנם מיט בן-גוריון און ז'בוטינסקי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

עס דערמאנט מיר א ווערטל וואס איך האב אמאל געהערט.

ווען ר’ עמרם בלוי ז"ל איז נפטר געווארן איז ער אנגעקומען צום בי”ד של מעלה, האבן זיי אים געפרעגט וואס האסטו געטאן אין דיין לעבן, האט ער געענטפערט מיט א שטאלץ, וואס הייסט וואס, איך האב זיך געשלאגן מיט די פארשאלטענע ציונים וואס האבן געמאכט די טמא'נע מדינה... שוין, די בי”ד זאגט אונז ווייסן נישט פונקטליך וואס דאס איז, גיי צו יענע און יענע צימער און ווארט דארט ביז מען וועט דא קלאר מאכן וואס דאס איז די מדינה. איז ער געגאנגען אין צימער און געווארט.

דאן איז ארויפגעקומען בן גוריון און עודך, די בי”ד פרעגט אים וואס האסטו אין דיין לעבן אויפגעטאן, האט ער זיי געענטפערט וואס הייסט, איך האב געבויט א מדינה! האבן די דיינים געזאגט אקעי גיי אױך אריין אין יענע שטוב און ווארט דארט ביז מען וועט עס אויסקלארן.

בחייהם ובמותם לא נפרדו.
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:ר' בערל ערשטנס אנשולדיגט אויב איך האב פוגע גיוועהן אין 'געטראלט' כלשונך אויב איך שרייב עפעס וואס שטעכט אדער עפעס אזוי שרייב מיר איך זאלל וויסן וואס נישט צי שרייבען


עיין מה שכתבתי כאן

viewtopic.php?p=484235#p484235
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

berlbalaguleh האט געשריבן:טאהשער אייניקל: דו ביסט גערעכט. מ'קען זאגן אויף איהם..."יש קונה עולמו בשעה אחת". ס'וועט נאר זיין איין פראבלעים אין גן עדן וואו צו לייגן איהם. מ'וועט איהם מוזן לייגן אין ווייבער שול. צוזאמען מיט די אנדערע נשים צדקניות. אויב דו גלייבסט מיר נישט פרעג נחום...לאל

חחח (בלשונך לאל [ס'קען זיין אז צים סוף וועלל איך קענען עהנגלאי"ש נאר פין קאווע שטיבל חחח / לאל])
אבער איך מיין אז בעסער מ'זאל נישט ריידן אויף א יוד וואס איז שוין לאנג אין עולם האמת אין א וודאי האט ער תשובה געטיהן אויף זיינע מעשים פאר ער איז אוועק אין אפילו אויב ליידער האט ער נישט תשובה געטיהן האט ער זיכער שוין לאנג געענדיקט זיין תיקון אין עולם העליון
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

נכון, אבל...

1. דעס מאכט אים נאך נישט פאר א קדוש,

2. אינטרעסאנט אז די זעלבע מענטשן וואס פאריעמאכשעמויען יעדע צווייטע יוד אן קיין חשבון, ווערן אזעלכע בארדיטשובע און קענען נישט צוזען ווען מען זאגט אז דע-האאן איז קיין קדוש ניט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

פארוואס איז ער א קדוש איז נישט די תגובה, לייען איינע פון מיינע פריערדיגע תגובות, דארט האב איך עס מסביר געוועהן. דא האב איך נאר געשריבן אז מ'זאל נישט לאכן אויף איהם.

אין איך ווייס נישט וועגן אנדערע יודן, אבער איך בין משתדל ווי מער צו היטן וואס די בעל התניא שרייבט אין קאפיטל ל"ב אין תניא אז מ'טאר נישט פיינט האבן קיין יוד, אפילו די וואס שטייט אויף זיי אז מצוה לשנאותם, דארף מען נאר פיינט האבען די שלעכטס וואס זיי טוען, אבער זיי זעלבסט טאר מען נישט פיינט האבן.

נאר מינים אין אפיקורסים דארף מען אינגאנצן פיינט צו האבן אזוי ווי ס'שטייט "משנאיך ה' אשנא לאויבים היו לי".

און דע-האן, אפילו אויב ער נישט געוועהן אזא גרויסע צדיק, דארף מען פיינט האבן נאר די רע שבו און נישט איהם זעלבסט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאהשער אייניקל: אויב דו ביסט טאקע אזא שטארקער "בארדיטשוב'ער"... וויל איך דיך פרעגן וואס דו זאגסט אויף הרב קוק זצ"ל. ס'נישט אז דיין מיינונג איז מעלה או מוריד. נאר אויפצו ווייזן א נקודה פאר דיר אליין. דו שעלטסט איהם זיכער צוזאם, אזוי ווי אלע חשוב'ע אידן פון דיין שניט. ביי דיר איז ער א ימאכשעמוי. אויף אים קענסטו נישט טרעפן קיין לימוד זכות. ווען דו זאלסט צולייגן די תורה, מצוות ומעשים טובים פון הרב קוק זצ"ל און להבדיל ר' יעקב ישראל דע-האן, פארשטייסטו אליינס אז ס'איז אפילו נישט קיין פארגלייך...! לאל.
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

איך האב געשריבן אז איך האב ליעב יעדן יוד אין איך פראביר ווי ווייט מעגליך צו זיין א מליץ יושר אויף יודן און רעדן נאר גוטס אויף יודן אויסער מינים ואפיקורסים, אזוי ווי ס'שטייט אין קאפיטל ל"ב אין תניא.


און וועגן הרב קוק, לויט די פסקים פין גדולי ישראל איז ער געוועהן אן אפיקורס און וועגן דעם האב איך א נעגאטיווע מיינונג אויף איהם, אזוי ווי להבדיל האב איך א נעגאטיווע מיינונג אויף די קריסטן ימח שמם,
אבער איך וויל נישט רעדן אויף יודן וואס זענען שוין לאנג אין עולם העליון, ספעציעל אז אזוי ווי געזאגט מיין מיינונג איז לא מעלה ולא מוריד ווייל ווער בין איך נאך די רייד פון גדולי ישראל זצוק"ל און יבלחט"א.
און וועגן דעם אויסדריק ימח שמו, איך האב אמאל געהערט אז מ'טאר נישט זאגן ימח שמו אויף א יוד.

און אויב דו ווילסט פארגלייכן הרב קוק צו ר' יעקב ישראל דע-האן הי"ד זאלסטו וויסן אז ס'בעסער צו זיין א פושע ישראל וואס גלייבט אין י"ג עיקרים ווי צו זיין א יוד וואס היט די תורה און ער איז אן אפיקורס.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

טאשער, דו ביסט פיין סקרוד.

וואס איך האב פריער געזאגט אז קנאים קענען נישט לערנען, און ת"ח זענען נישט קיין קנאים, מיינט מען דיך.

ס'איז נישטא קיין איין יוד א ת"ח וואס האלט אז הרב קוק איז געווען א אפיקורס, ער האט סה"כ געהאט א אנדערע השקפה.

פאר איינער וואס ווייסט נישט וואס א אפיקורס מיינט קען מען פארקויפן אז יעדע צווייטע מענטש איז א אפיקורס.

און פאר איינער וואס ווייסט נישט וואס א קדוש מיינט קען מען פארקויפן אויף א משכב זכר'ניק אלס א קדוש.

ווי האט סאטמאר רב געזאגט: א ת"ח ווערט מען נישט איבער נאכט, א קנאי קען מען יא ווערן איבער נאכט

#איך_בין_א_בארדיטשעבער_ווען_ס'שטימט_מיט_מיין_אג'ענדע

#אויב_דו_האלסט_אנדערש_ווי_מיך_ביסטו_א_אפיקורס

#שנייד_די_טיפשות
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

א. איך קען נישט קיין עהנגלאי"ש ביטע זיי מוחל ווען דו שרייבסט עפעס וואס דו ווילסט איך זאל עס לייענען זיי מוחל און קוק איבער אויב ס'נישדא קיינע ווערטער אויף עהנגלאי"ש,
ב. ביסט לכאורה האלב גערעכט און האלב טועה, ווייל לכאורה א תלמיד חכם בין איך טאקע נישט אבער א קנאי בין איך אויך נישט, הלוואי וואלט איך געוועהן א קנאי.
ג. מיך האט מען נישט פארקויפט אז קוק איז געוועהן א אפיקורס אפשר מ'האט מיך איינגערעדט אז גדולי ישראל האבן אזוי געזאגט.
ד. איך האב נישט געשריבן אז דע-האן איז גיוועהן א קדוש, איך האב נאר מסביר געוועהן פאר וואס ס'דא מענטשן וואס האלטן איהם פאר א קדוש.
ה. אז דו זאגסט אז קוק איז נישט גיוועהן קיין אפיקורס, ערשטנס לויט די שיטה וואס ציונות איז אסור וועגן ג' שבועות איז ציונות א כפירה, און אויך שיק איך דא א טייל פון די ספר משכנות הרועים ער ברענגט דא ציטאטן פון גדולי ישראל ווי אזוי האבן זיך אויסגעדריקט וועגן קוק:
https://drive.google.com/file/d/1EjAGUX ... sp=sharing
ו. אויב האסטו עפעס א פירכא אויף וואס איך האב געשיקט אדער עפעס אנדערש וואס האט צוטוהן מיט דעם, בבקשה שרייב אונז דא פארוואס איז ער נישט געוועהן קיין אפיקורס.

נ.ב. אויב דו ווילסט נאך האסטו א סאך חומר אין דעם וועבזייטל
https://www.yhe.center/
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

קהל'ס נער האט געשריבן:.ווי האט סאטמאר רב געזאגט: א ת"ח ווערט מען נישט איבער נאכט, א קנאי קען מען יא ווערן איבער נאכט.

האסט אפשר א מקור צי דעם אז דער סאטמאר'ער רב זצוק"ל האט געזאגט אז א ת"ח ווערט מען נישט איבער נאכט, א קנאי קען מען יא ווערן איבער נאכט?
אפשר קען דא איינער מיר מסביר זיין ווי אזוי קען מען ווערן א קנאי איבער נאכט?
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

כ'האב אויך געוואלט ווערן א קנאי איבער'ן נאכט
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

קהל'ס נער האט געשריבן:
#שנייד_די_טיפשות


די טיפשות איז אזוי דיק אז עס איז זייער שווער עס צו שניידן
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

בן נון האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
#שנייד_די_טיפשות


די טיפשות איז אזוי דיק אז עס איז זייער שווער עס צו שניידן

ווענדט זיך ווי שארף איז די מעסער
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

טאשער האט דאס געשריבען איך וועל פארענטפערען אין גרויסע אותיות

א . איך קען נישט קיין עהנגלאי"ש ביטע זיי מוחל ווען די שרייבסט עפעס וואס די ווילסט איך זאל עס לייענען זיי מוחל אין קיק
איבער אויב ס'נישדא קיינע ווערטער אויף עהנגלאי"ש

דאס איז א אידישע/ענגלישע פארום המכונה יונגליש, אעפ"כ אשתדל לכתוב בעברית הקודש למען אחינו שבישראל

ב . ביסט לכאורה האלב גערעכט אין האלב טועה ווייל לכאורה א תלמיד חכם בין איך טאקע נישט אבער א קנאי בין איך אויך נישט הלוואי וואלט איך גיוועהן א קנאי

איך קען דיר נישט פערזענליך אבער איך וואונטש דיר זאלסט ווערן א ת"ח, מילא וועט דיין קנאות אוטומאטיש אוועקגיין ווייל תורה מאכט קליג

ג . מיך מ'האט נישט פארקויפט אז קוק איז גיוועהן א אפיקורס אפשר מ'האט מיך איינגערעט אז גדולי ישראל האבען אזוי געזאגט

בסדר, דאן ביסטו א תינוק שנשבה, זיי מוחל און זיך נאך די אמת אויף הרב קוק

ד . איך האב נישט געשריבען אז דע - האן איז גיוועהן א קדוש איך האב נאר מסביר גיוועהן פאר וואס ס'דא מענטשן וואס האלטען עיהם פאר א קדוש

און איך האב מסביר געוועין פארוואס זיי מאכן א טעות, אדער פרובירן זיי צו נערן די עולם, אדער צי נערן זיך אליין

ה . אז די זאגסט אז קוק איז נישט גיוועהן קיין אפיקורס ערשטנ'ס לויט די שיטה וואס ציונות איז אסור וועגען ג' שבועות איז ציונות א כפירה אין אויך שיק איך דא א טייל פין די ספר משכנות הרועים ער בענגט דא ציטאטן פין גדולי ישראל ווי אזוי האבען זיי אויס געדריקט וועגען קוק
https://drive.google.com/file/d/1EjAGUX ... sp=sharing

די גאנצע ג' שבועות נושא איז נישט קיין הלכה'דיגע נושא, ס'האט נאר מיט השקפה, און אמת הרב קוק האט געהאט א השקפה וואס אסאך גדולים האבן זיך געקריגט דערויף, אבער פון זיך קריגן אויף א השקפה ביז ווערן א אפיקורוס איז א ריזיגע מהלך

ו . אויב האסטו עפעס א פירכא אויף וואס איך האב געשיקט אדער עפעס אנדערש וואס האט צי טיהן מיט דעים בבקשה שרייב אינדז דא פאר וואס איז ער נישט גיוועהן קיין אפיקורס
נ . ב . אויב די ווילסט נאך האסטי א סאך חומר אין דעים וועבזייטל
https://www.yhe.center/[/quote]

פיין האב איך דא געשריבען, ביטע נישט פעיגערן אויפן פארום און אויך נישט באישי צי ענטפערען, דאס ווערט דא אנגערופן ספעמן אדער טראולן און עס מאכט זייער נערוועיז, איך האב ב"ה וואס צי טין מיט מיין צייט, דא קום איך ווען כ'דארף א קאווע
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:כ'האב אויך געוואלט ווערן א קנאי איבער'ן נאכט

טאהשער אייניקל: נו, ווער. ביי מיר ביסטו מקוגל...!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

המשך

האסט אפשר א מקור צי דעים אז דער סאטמאר'ער רב זצוק"ל האט געזאגט אז א ת"ח ווערט מען נישט איבער נאכט, א קנאי קען מען יא ווערן איבער נאכט ?

ס'איז די זעלבע מקור פון, אז מען זאל זיך ענדערש ביקן צי א צלם הינדרעט מאל ווי צי רעדן איין ווארט עיברית

אין אפשר קען דא איינער מיר מסביר זיין ווי אזוי קען מען ווערן א קנאי איבער'ן נאכט ?

די נקודה איז אז א קנאי דארף גארנישט קענען אדער ארבעטען פארדעים, ער דארף נאר שרייען פוי, אנשפייען אפאר מענטשן, פאריעמכשמויען אפאר צדיקים און ער איז א
פול פלעדזש קנאי (קנאי עם תעודה)
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאהשער אייניקל: דו ביסט אפשר נישט קיין קנאי. אבער א תינוק שנשבה ביסטו זיכער. די וועלט האט א טעות. מ'מיינט אז די תינוקות שנשבו דרייען זיך ארום אין רוסלאנד אדער אין א קיבוץ אין מדינת ישראל. זיי דרייען זיך ארום אין וויליאמסבורג און אין ארץ ישראל. זיי גייען אויך א שטריימל און בעקישע און ווייסע זאקן. (און אפשר אויך שמאלציגע כאלאטן און געלע טלית קטנ'ס) דאך זענען זיי תינוקות שנשבו...!
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

קהל'ס נער האט געשריבן:טאשער האט דאס געשריבען איך וועל פארענטפערען אין גרויסע אותיות

א . איך קען נישט קיין עהנגלאי"ש ביטע זיי מוחל ווען די שרייבסט עפעס וואס די ווילסט איך זאל עס לייענען זיי מוחל אין קיק
איבער אויב ס'נישדא קיינע ווערטער אויף עהנגלאי"ש

דאס איז א אידישע/ענגלישע פארום המכונה יונגליש, אעפ"כ אשתדל לכתוב בעברית הקודש למען אחינו שבישראל
איך האב גיבעיטען זאלסט טיהן א טובה אין נישט שרייבן צווישן די יודישע ווערטער עהנגלאי"שע ווערטער כדי איך זאל קענען פארשטיין מיזסט מיך נישט פאלגען (אויב די ווילסט קענסט שרייבען עיבריט אויך)
ב . ביסט לכאורה האלב גערעכט אין האלב טועה ווייל לכאורה א תלמיד חכם בין איך טאקע נישט אבער א קנאי בין איך אויך נישט הלוואי וואלט איך גיוועהן א קנאי

איך קען דיר נישט פערזענליך אבער איך וואונטש דיר זאלסט ווערן א ת"ח, מילא וועט דיין קנאות אוטומאטיש אוועקגיין ווייל תורה מאכט קליג
א דאנק אייך פאר די ווארעמע וואונטש אין די קנאות קענט נישט אוועק גיין פאר זי איז אריין אין מיר אין ווי געזאגט הלוואי זאל איך ווערען א קנאי אין אויב מ'קען איבער'ן נאכט
ג . מיך מ'האט נישט פארקויפט אז קוק איז גיוועהן א אפיקורס אפשר מ'האט מיך איינגערעט אז גדולי ישראל האבען אזוי געזאגט

בסדר, דאן ביסטו א תינוק שנשבה, זיי מוחל און זיך נאך די אמת אויף הרב קוק
זיי מוחל אין העלף מיר צי אנדעקן וואס גדולי ישראל האבען יא געזאגט איך זאל נישט חושד זיין חס ושלום א יוד ופרט אז ער איז שוין אין עולם האמת אין עפעס א זאך וואס ער האט נישט געטיהן טיה א טובה פאר א יוד וואס וויל וויסן דע אמת אין געב מיר צי פארשטיין וואס גדולי ישראל האבען געזאגט אין געשריבען אויף עיהם
ד . איך האב נישט געשריבען אז דע - האן איז גיוועהן א קדוש איך האב נאר מסביר גיוועהן פאר וואס ס'דא מענטשן וואס האלטען עיהם פאר א קדוש

און איך האב מסביר געוועין פארוואס זיי מאכן א טעות, אדער פרובירן זיי צו נערן די עולם, אדער צי נערן זיך אליין
אפשר ביסט גערעכט (איך האלט עיהם נישט , נישט פאר א קדוש אין נישט פאר א רשע) איך האב נאר געוואלט ערקלערען פאר וואס קען מען האבען אזא טעות (לויט דיין דיעה)
ה . אז די זאגסט אז קוק איז נישט גיוועהן קיין אפיקורס ערשטנ'ס לויט די שיטה וואס ציונות איז אסור וועגען ג' שבועות איז ציונות א כפירה אין אויך שיק איך דא א טייל פין די ספר משכנות הרועים ער בענגט דא ציטאטן פין גדולי ישראל ווי אזוי האבען זיי אויס געדריקט וועגען קוק
https://drive.google.com/file/d/1EjAGUX ... sp=sharing

די גאנצע ג' שבועות נושא איז נישט קיין הלכה'דיגע נושא, ס'האט נאר מיט השקפה, און אמת הרב קוק האט געהאט א השקפה וואס אסאך גדולים האבן זיך געקריגט דערויף, אבער פון זיך קריגן אויף א השקפה ביז ווערן א אפיקורוס איז א ריזיגע מהלך
איך וועלל נישט קריגען מיט דיר אבער לויט די שיטה וואס מ'טאר נישט אויפשטעלן א מדינה פאר ביאת המשיח וועגען ג' שבועות איז עס להלכה (אין אויב אינדז רעד'מיר שוין הר' קוק האט עס אויך געהאלטען להלכה) אין ס'איז כפירה אין דינג דיך נישט מיט מיר גיי דינג דיך מיט הרש"ב מליובאווישט אין דער סאטמאר'ער רב זצוקללה"ה אין אלע אדערע גדולי ישראל אדמו"רים ורבנים וואס האבען אזוי געהאלטען
אין וואס איך האב געשיקט איז נישט נאר אויף זיינע דיעות וועגען ציונות נאר אין אלגעמיין מ'האט געזאגט אויף זיינע דיעות אז דאס זענען אפיקוס'ישע דיעות אין מ'האט גע'אסר'ט צי ליינען זיינע ביכער אלטץ ספרי מינות קענסט זעין דראט אין וואס איך האבס געשיקט
ו . אויב האסטו עפעס א פירכא אויף וואס איך האב געשיקט אדער עפעס אנדערש וואס האט צי טיהן מיט דעים בבקשה שרייב אינדז דא פאר וואס איז ער נישט גיוועהן קיין אפיקורס
נ . ב . אויב די ווילסט נאך האסטי א סאך חומר אין דעים וועבזייטל
https://www.yhe.center/


פיין האב איך דא געשריבען, ביטע נישט פעיגערן אויפן פארום און אויך נישט באישי צי ענטפערען, דאס ווערט דא אנגערופן ספעמן אדער טראולן און עס מאכט זייער נערוועיז, איך האב ב"ה וואס צי טין מיט מיין צייט, דא קום איך ווען כ'דארף א קאווע[/quote]
אנשוליגט אבער איך האב דיך נישט פארשטאנען וויל די הלכות טראל ונטרל איז געשריבען געווארען כאטש האלב עהנגלאי"ש אין איך קען נישט קיין עהנגלאי"ש
קהל'ס נער האט געשריבן:המשך

האסט אפשר א מקור צי דעים אז דער סאטמאר'ער רב זצוק"ל האט געזאגט אז א ת"ח ווערט מען נישט איבער נאכט, א קנאי קען מען יא ווערן איבער נאכט ?

ס'איז די זעלבע מקור פון, אז מען זאל זיך ענדערש ביקן צי א צלם הינדרעט מאל ווי צי רעדן איין ווארט עיברית
איך האב נישט געהערט אויף אזא זאך קיינמאל אין מיין לעבן , מיינסט צי זאגען אז דער סאטמאר'ער רב האט נישט געזאגט אזא זאך ? אויב ער האט עס נישט געזאגט זיי מוחל אין פארדריי נישט קיין קאפ מיט הוילע לגיונות
נ.ב. עפ"י הלכה קיין איין רב וועט דיר נישט זאגען אז ס'איז ענדערש צי ביקען צי א צלם פין צי רעידען עיבריט
אין אפשר קען דא איינער מיר מסביר זיין ווי אזוי קען מען ווערן א קנאי איבער'ן נאכט ?

די נקודה איז אז א קנאי דארף גארנישט קענען אדער ארבעטען פארדעים, ער דארף נאר שרייען פוי, אנשפייען אפאר מענטשן, פאריעמכשמויען אפאר צדיקים און ער איז א
פול פלעדזש קנאי (קנאי עם תעודה)

דאס זענען אפשר זאכען וואס א קנאי וועט דארפען טיהן פין מאל צי מאל אבער דאס איז נישט קיין קנאי
פנחס הכהן האט עס געטיהן אז ער איז געווארען א קנאי ? ניין ער האט עס ניט געטאן אין ער איז גיוועהן א קנאי
פארשפארט