פארן קיין ארץ ישראל - ווילדע איידיעס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

פארן קיין ארץ ישראל - ווילדע איידיעס

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

אויף אייוועלט האט איינער געעפנט אן אשכול וואס האט מיר געצויגן, מיטן קעפל "פארן קיין ארץ ישראל - ווילדע איידיעס" - וואו ער בעט אז מען זאל אים געבן ווילדע עצות ווי אזוי צו האקן א לעבן אין ארץ ישראל.

דער געדאנק איז מיר געפאלן, און איך וויל עס דא איבערפרעגן לעת מצוא, ווען איך וועל פארן קיין ארץ ישראל, צו קענען נעמען גוטע געדאנקען פון דא.

מען בעט דער עולם זאל צולייגן א פלייצע.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שביל מים לים (מקיבוץ גינוסר לחוף אכזיב) בייקינג פיר טעג קיין אילת.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

שבת חיי שרה אין חברון.
אדער סתם א שבת אין מושב הר ברכה / איתמר / יצהר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאליטיקאנט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פארן קיין אילת. איך הער דארט איז דא שיינע זאכן (און באשעפענישן) צו זעהן. אבער איין זאך. צום כותל זאלסטו למען ה' נישט גיין. ערשטנס. ס'איז א טמא'נער פלאטץ. די ציונים האבן עס איינגענימען. איך הער אויך זאגן אז איינער א ציוני (א מזרחי'סט) האט עס געלאזט בויען...!

כ'האב פונקט געליינט אן איטרעסאנטע נייעס. א ..."איד" האט עובר געווען די 3 הארבסטע עבירות אין אידישקייט. ער האט געלערנט דף היומי ביים כותל אויף עברית...!
טאהש'ער אייניקעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2021 7:04 pm
געפינט זיך: אין ארץ הקודש
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך טאהש'ער אייניקעל »

גיין מיט ישראל הירש אין זיינע חברים צי א באזיך אין ראמאלללאה
בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

אגמן החולה און צפון
אתר חלום יעקב מקדש ירבם אין בית אל
ים המלח
עיר דוד שילוח
מצפה יוסף
מדבר יהודה
ועוד
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

גיי אףף ראוד בייקינג (א.ק.א. מאונטען בייקינג) פון ירושלים צי בית שמש, ס'נעמט בערך 5 שעה, מ'קראסט אריבער א נחל אינמיטן וועיג, איך האב געכאפט דארט א טבילה אויך.

וויי איז דעיס גיט געוועין כ'האב עס שוין געטין צוויי מאל.

געדעינק אבער נעם מיט א קעפ (כובע שמש).

לפחות 2 געלאן וואסער.

נאך א טוב פאר דיין רעדל מיט א פאמפ.

א לייט אין קעיס ס'ווערט נאכט (מעשים בכל יום, א רעידל קראכט, מ'פארלירט די וועיג, מ'דארף זיך אפריען לעינגער ווי געפלאנט).

געניג עסן מען ווערט שנעלער הינגעריג ווייל מען פארברענט אסאך קעלאריעס.

לאמיר ציענדיגען מיטן וואונטש פון ובלכתך בדרך טעיפ קא. וואס לייגט אריין גרויס מי און פלאג ציפרידן צושטעלן די עולם מיט רוחניותדיגע הנאה.

פארט און האט הנאה.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: ייש"כ פאר דיינע אזהרות. ווייל ס'האטציך שוין א סאך מאל געטראפן אז אידן זענען סטאק געווארן אין מדבר יהודה אן וואסער אדער ווארימע בגדים. און די אפיציעלע רעגירונגס רעטונגס ארגאניזאציעס האבן זיי געמוזט קומען ראטעווען. ווייל זייער לעבן איז געווען אין א סכנה...!
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

berlbalaguleh האט געשריבן:פארן קיין אילת. איך הער דארט איז דא שיינע זאכן (און באשעפענישן) צו זעהן. אבער איין זאך. צום כותל זאלסטו למען ה' נישט גיין. ערשטנס. ס'איז א טמא'נער פלאטץ. די ציונים האבן עס איינגענימען. איך הער אויך זאגן אז איינער א ציוני (א מזרחי'סט) האט עס געלאזט בויען...!

כ'האב פונקט געליינט אן איטרעסאנטע נייעס. א ..."איד" האט עובר געווען די 3 הארבסטע עבירות אין אידישקייט. ער האט געלערנט דף היומי ביים כותל אויף עברית...!

:like
וכידוע די שמועס צווישן צוויי סאטמערע אינגלעך:
"ווער האט געבויט די כותל?" -"כ'ווייס נישט ווער, אבער יענער איז זיכער א שגץ וואס גייט פלאקערען אין גיהנם [עפ"ל ר"ל]"!... :lol:
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

פאליטיקאנט האט געשריבן:שבת חיי שרה אין חברון.

א שבת אין חברון איז מעין עולם הבא!
בינעך געווען אלץ בחור. שבת נאכמיטאג האט מען (אין באגלייטונג פון צענדליגע חיילים) געכאפט א שפאציר אין די אראבישע געגענט. די סעודה שבת האב'עך געגעסן ביים חב"ד שליח (דענק עך שוינישט זיין נאמען - ער עסט די סעודה צוזאמען מיט חיילים, און ברענגט אריין אין זיי א שטיקל טעם אין אידישקייט)
תפלות שבת - צוזאמען מיט די אבות הקדושים אין מערת המכפלה - יום שבתון אין לשכוח.

מאך נאר זעכער זיך טייט צו מאכן די גארטל, און מגלה דעת זיין ברבים "שלא לשם התגרות באומות כלל וכלל"!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

yn.NY האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:פארן קיין אילת. איך הער דארט איז דא שיינע זאכן (און באשעפענישן) צו זעהן. אבער איין זאך. צום כותל זאלסטו למען ה' נישט גיין. ערשטנס. ס'איז א טמא'נער פלאטץ. די ציונים האבן עס איינגענימען. איך הער אויך זאגן אז איינער א ציוני (א מזרחי'סט) האט עס געלאזט בויען...!

כ'האב פונקט געליינט אן איטרעסאנטע נייעס. א ..."איד" האט עובר געווען די 3 הארבסטע עבירות אין אידישקייט. ער האט געלערנט דף היומי ביים כותל אויף עברית...!

:like
וכידוע די שמועס צווישן צוויי סאטמערע אינגלעך:
"ווער האט געבויט די כותל?" -"כ'ווייס נישט ווער, אבער יענער איז זיכער א שגץ וואס גייט פלאקערען אין גיהנם [עפ"ל ר"ל]"!... :lol:

כ׳האף אז הורדוס פלאקערט טאקע אין גיהנום.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: נישט פאר דעים. פאר זיינע אנדערע מעשים (לא) טובים. די גמ' ריהמט דאך איהם אויס אז ער האט געטון זייער א גוטע זאך. נו, מילא. מיט'ן בית המקדש קומט שוין צו דער כותל אויך. ס'איז א פעקעדזש דיעל. דער אייבישטער איז איהם מוחל פאר בויען דעם כותל...!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

בן נון האט געשריבן:אגמן החולה און צפון
אתר חלום יעקב מקדש ירבם אין בית אל
ים המלח
עיר דוד שילוח
מצפה יוסף
מדבר יהודה
ועוד
ער זוכט "ווילדע איידיעס"


קהל'ס נער האט געשריבן:גיי אףף ראוד בייקינג (א.ק.א. מאונטען בייקינג) פון ירושלים צי בית שמש, ס'נעמט בערך 5 שעה, מ'קראסט אריבער א נחל אינמיטן וועיג, איך האב געכאפט דארט א טבילה אויך.

וויי איז דעיס גיט געוועין כ'האב עס שוין געטין צוויי מאל.

געדענק אבער נעם מיט א קעפ (כובע שמש).

לפחות 2 געלאן וואסער.

נאך א טוב פאר דיין רעדל מיט א פאמפ.

א לייט אין קעיס ס'ווערט נאכט (מעשים בכל יום, א רעידל קראכט, מ'פארלירט די וועיג, מ'דארף זיך אפריען לעינגער ווי געפלאנט).

געניג עסן מען ווערט שנעלער הינגעריג ווייל מען פארברענט אסאך קעלאריעס.

לאמיר ציענדיגען מיטן וואונטש פון ובלכתך בדרך טעיפ קא. וואס לייגט אריין גרויס מי און פלאג ציפרידן צושטעלן די עולם מיט רוחניותדיגע הנאה.

פארט און האט הנאה.


יאפ, כ'האב עס טאקע אויך געטוען.

גרינגער איז צו אראפ בייקן צום ים המלח ווייל ס'איז בארג אראפ די גאנצע וועג.

אויך קען מען אלס רופן 911 און זאגן אז מ'שפירט שוואך און די משטרה שיקט אראפ א ווען צו אויפפיקן!




yn.NY האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:שבת חיי שרה אין חברון.

א שבת אין חברון איז מעין עולם הבא!
בינעך געווען אלץ בחור. שבת נאכמיטאג האט מען (אין באגלייטונג פון צענדליגע חיילים) געכאפט א שפאציר אין די אראבישע געגענט. די סעודה שבת האב'עך געגעסן ביים חב"ד שליח (דענק עך שוינישט זיין נאמען - ער עסט די סעודה צוזאמען מיט חיילים, און ברענגט אריין אין זיי א שטיקל טעם אין אידישקייט)
תפלות שבת - צוזאמען מיט די אבות הקדושים אין מערת המכפלה - יום שבתון אין לשכוח.

מאך נאר זעכער זיך טייט צו מאכן די גארטל, און מגלה דעת זיין ברבים "שלא לשם התגרות באומות כלל וכלל"!


א שבת ביי ברוך מרזל?
65th
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 82
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2016 4:51 pm
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך 65th »

בן נון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 207
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל

שליחה דורך בן נון »

פאליטיקאנט האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:אגמן החולה און צפון
אתר חלום יעקב מקדש ירבם אין בית אל
ים המלח
עיר דוד שילוח
מצפה יוסף
מדבר יהודה
ועוד
ער זיכט ווילדע איידיעס


פאר ווילדע איז דא חלחול אהן צבא
שכם אהן צבא
גיין אליין שער שכם אדער שילוח
כאפן א היטש אין צומת תפוח
שפאצירן אויפן 60
גיין צו הפגנות
זיך שלאגן מיט שובו בנים
שרייען אויף א פרענק
ואחרון חביב שפאצירן מיט די ווייב און מאה שערים
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן נון האט געשריבן:ואחרון חביב שפאצירן מיט די ווייב און מאה שערים


איך האב דאס אמאל פרובירט אין די רעזולטאטן האבן נישט געפוילט נאכצוקומען. פילצאליגע בייזע בליקן פון די פארדארבענע סיקריקים אין ריכטונג פון מיר און מיין ווייב, מיין מזל איז אבער געווען אז איך בין נישט געווען אנגעטון ווי אן ארטיגער און דעריבער האבן זיי מיר מער ווייניגער צורוה געלאזט. דערציילט מיר אבער א חבר אז ער האט שפאצירט מיט זיין אשת חיל אינעם שוק מאה שערים, און ס'שייטל איז נישט ווערד געווען צו וואשן נאכן איינזאפן א היבשע קוואנטום שמוציגע ספאנדזשע וואסער אויסגעמישט מיט פיש (מיט א פינטל) זאפט וואס א קראנק פארדארבן יונגעלע האט געלאזט רינען דערויף פון זיין טאטנס באלקאן.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

גיי צי עוטף עזה, ווי ס'פליט די ראקעטס, איך בין געוועין אין ישיבה ביי מלחמת צוק איתן אין א שטאט נאנט צי עזה, ס'זענען געפלויגען פאר אפאר וואכן אין א צי ראקעטס, ס'האט געלאנדעט לעיבן ישיבה אפאר ראקעטס, יעדע מאל איז געוועין א אדרענעלין ראש, ס'מוראדיג, איך האב מיך ממש געשפירט ווי א פארטיזאן.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

מאך זיכער האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:ואחרון חביב שפאצירן מיט די ווייב און מאה שערים


איך האב דאס אמאל פרובירט אין די רעזולטאטן האבן נישט געפוילט נאכצוקומען. פילצאליגע בייזע בליקן פון די פארדארבענע סיקריקים אין ריכטונג פון מיר און מיין ווייב, מיין מזל איז אבער געווען אז איך בין נישט געווען אנגעטון ווי אן ארטיגער און דעריבער האבן זיי מיר מער ווייניגער צורוה געלאזט. דערציילט מיר אבער א חבר אז ער האט שפאצירט מיט זיין אשת חיל אינעם שוק מאה שערים, און ס'שייטל איז נישט ווערד געווען צו וואשן נאכן איינזאפן א היבשע קוואנטום שמוציגע ספאנדזשע וואסער אויסגעמישט מיט פיש (מיט א פינטל) זאפט וואס א קראנק פארדארבן יונגעלע האט געלאזט רינען דערויף פון זיין טאטנס באלקאן.

אינטערסאנט איך האב עס קיינמאל נישט געהאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך גיי אביסל אראפשרייבן מיינע אוואנטורעס פון אלס בחור, אבער עס איז זייער ווילד און נישט געראטן פאר איידעלע מענטשן. היינטיגע טעג טוה איך דאס שוין לאנג נישט.

פארן קיין שדרות און זיך זעצן מיט א פעקעלע גרעיני אבטיח אינאיינעם מיט די חיילים מיט די ראקעטן אויפן האריזאנט איז אויך גאר אן אנגענעמער נאכט-פארברענג.

אדער קען מען גיין פארברענגען אין 'שיר חדש' מיט די באוואפנטע מתנחלים וועלכע וואוינען אין בודקעס א שפאן אוועק פון שכם אן קיין מיליטערישע שוץ.

א דרייוו אין חאווארה אדער אין בית לחם, אדער גאר אין מזרח ירושלים, מיט א פארהאקטע קאר און פול קאווערעזש פונעם קאר רענטל איז אויך זייער מומלץ.

כאפן א ראוד-רעיזש מיט א פאלעסטינער רכב אויפן שאסיי נומער זעכציג איז גאר אוואנטוריסטיש און ענדיגט זיך מיט נאציאנאלע אויסרופן.

גיין אין שער שכם מיט א מגן דוד פענדל איז איינע פון די געשמאקע אקטיוויטעטן אין ירושלים. אויב קען מען זיך אפשטעלן אין א קאפע הויז דארטן איז נאך בעסער. (דאס האב איך נישט פערזענליך אויספרובירט אבער איך האב געהערט אז עס איז מורא'דיג ווילד).

גיין צו אן הפגנה קעגן ליכוד און אדורכשפאצירן מיט א חרדי'שער טראגע.

גיין צו א טיש פון תולדות אברהם יצחק אין באגלייטונג פון ערליכע באוואפנטע מתנחלים אויף מאה שערים.

אנהייבן א שמועס אין ניבול פה מיט א קנאי וואס פארברענט די מיסטן - זיי פוצן אפ אויף דער רגע.

דאס אלעס זענען געדאנקען וואס זענען באזירט אויפן אונטערברענגען די רואיגקייט אין לאנד, איך וואלט עס קיינמאל נישט געטון אבער אז ער זוכט ווילדע רעיונות שענק איך אים די פאלגענדע ליסטע. איך נעם נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די אויסגעהאלטנקייט פון די מעשים. איך האלט אויסדרוקליך נישט דערפון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Nanach האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:ואחרון חביב שפאצירן מיט די ווייב און מאה שערים


איך האב דאס אמאל פרובירט אין די רעזולטאטן האבן נישט געפוילט נאכצוקומען. פילצאליגע בייזע בליקן פון די פארדארבענע סיקריקים אין ריכטונג פון מיר און מיין ווייב, מיין מזל איז אבער געווען אז איך בין נישט געווען אנגעטון ווי אן ארטיגער און דעריבער האבן זיי מיר מער ווייניגער צורוה געלאזט. דערציילט מיר אבער א חבר אז ער האט שפאצירט מיט זיין אשת חיל אינעם שוק מאה שערים, און ס'שייטל איז נישט ווערד געווען צו וואשן נאכן איינזאפן א היבשע קוואנטום שמוציגע ספאנדזשע וואסער אויסגעמישט מיט פיש (מיט א פינטל) זאפט וואס א קראנק פארדארבן יונגעלע האט געלאזט רינען דערויף פון זיין טאטנס באלקאן.

אינטערסאנט איך האב עס קיינמאל נישט געהאט

איך אויך נישט. חוץ בליקן האב איך נישט געליטן.

זיי זענען אבער עקסטער סענסיטיוו צו שייטלען און דוקא די פון די לענגערע סארט, דאס איז מגרה זייער יצר צו איבערקערן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך בין נישט די סארט מענטש וואס קוקט צוריק צום עבר אבער דעם אשכול האט מיר געגעבן א שיס צוריק צו מיינע בחור׳ישע יארן אין ארץ ישראל, איי איז דאס געוועזן גוטע צייטן. נישט אז איך בענק מיך צוריק, איך וואלט פאר קיין געלט נישט צוריקגעגאנגען זיין א צומישטע בחור׳ל וואס ציילט יעדן שקל, אבער די זיסע זכרונות זענען מיר טיעף איינגעקריצט אין די ביינער. איך געדענק נאך יענעם זומערדיגען שבת וואס כ׳האב מיך פארקילט אין חברון (יא, אזוי קאלט איז געווען ביינאכט), איך בין געשלאפן אין דירת המערות און געטראפן דארט דער איד צו דער בלאט פון א צוויי וואכן פריער :lol: :lol:, א מזרוח׳ניק/ברסלבער האט מיר געשלעפט שבת צופריה צום מעיין אברהם אבינו, און פארשטייט זיך די שבת נאכמיטאג שפאציר אינעם אראבישן מארק אין באגלייטונג פון די מיליטער. איינם פון מיינע פעיוואריט פלעצער איז געועון די כותל, גאנצעטע טעג פלעג איך מיך ארומדרייען דארט, שטיין ביים בודקע לייגן תפילין פאר׳ן עולם, שמועסן מיט טוריסטן פון אלע סארטן גלויבנס און קריסטליכע דענאמינאציעס, כ׳האב אפילו אמאל באגעגנט דארט די פאטריארך פונעם קאפטישע קירכע. כ׳האב אמאל שפאצירט ארום בית אל וואו יעקב אבינו האט כלומפרשט גע׳חלומ׳ט פונעם לייטער, האב איך מיך אנגעשטויסן אין אן אזיאנער טוריסט, אויף מיין פראגע אין וועלכע לאנד ער וואוינט זאגט ער מיר אז ער קומט פון קארעא, וועלנדיג איהם אונטערציפן האב איך איהם געפרעגט וועלכע קארעא, צפון צו דרום, האט ער זיך צובייזערט. :lol: :lol: :lol:

די אראבישע יונגאטשעס אין אלטשטאט וואס שפייען און פרובירן איבערווארפן דורך אויסשטרעקן א פוס דארף מען איגנארירן, אז נישט קען עס גיין ביז פעטש, אבער אז מ׳קען נאכדעם זאגן אז מ׳האט געכאפט א זעץ אין פנים פון אן אראבער האט זיך עס געלוינט :D . די טבילות אינעם שילוח און די טוריסטן וואס האבן געכאפט בילדער פון גופי הקדוש איז געווען א טשיקאווע איבערלעבעניש. דער אראבער וואס האט ארויפגעלייגט די הענט אויף מיין קאפ און מיר געבענטש ביים שילוח איז אויך זיס געווען.

שבת אין בארדיטשובער שול אין צפת איז געווען ממש מעין עולם הבא, איך ווייס נישט צו ס׳איז יעדעס וואך אזוי, און צו ס׳גייט נאך בכלל אן היינט צוטאגס, אבער די רענדאם קיבוץ פון בחורים וואס האט זיך דארט מתקבץ געווען יענעם שבת ויקרא וואס איך בין געווען דארט איז געווען פאר די בוקס. (ערב שבת ויקרא יענעם יאר איז אויך אויסגעפאלן ערב ראש חודש ניסן און ס׳האט זיך געטוהן א געגייעכץ צום קבר פון רבי לייב בעל היסורים ווייל ס׳איז געווען ערב שבת ערב ראש חודש, פרעג מיר נישט מה ענינו, איך גלייב אז ס׳שטייט שוין געשריבן ערגעץ אין עפעס א ספר אז ס׳דא אן ענין אין דעם.) נאדבורנער רבי פון צפת מיט זיינע קוריאזע מקורבים איז א מסכת פאר זיך, אויב יענער נאדבורנער תושב וואס האט מיר אנגעשריגן פארוואס איך קום צוריק יעדעס מאל איך באזוך צפת און אז איך זאל מער נישט צוריקקומען ווייל איך בין איהם מכשיל מיט הירהורים ליינט וואס איך שרייב דא זאל ער וואוסן אז איך געדענק איהם נאך. :D (למעשה בין איך צוריקגעקומען נאך איין מאל ביי מיין שפאציר מים לים און כ׳האב אויפגעשטעלט מיין טענט אין חצר הבית מדרש און כ׳האב נאכאמאל מכשיל געווען דעם איד מיט׳ן זיין א מהרהר אחר רבו.)

שבת אין יצהר וואו יעדער קומט צו דיר עקסטער מיט א שמייכל גרייט איינצושלינגען א באנאנע זאגן ״גוט שאבעס״ איז פאני געווען, שוין, האב איך זוכה געווען פרייליך צו מאכן נאך אפאר אידן.

למעשה האבן זיך מיינע חברים פארעלטערט אבער איך בין געבליבן דער זעלבער אכצן יעריגער בחור מיט אן סורפלוס פון ענערגיע וואס ווערט נאר שטערקער און שטערקער מיט די יארן כמעיין המתגבר, שוין, בין איך געבליבן איינער אליינס, זאל עס זיין כפרות עוונות. בין איך זיי מכיר טובה אויף די פאר יאר וואס זיי זענען מיר געשטאנען צו דער האנט און האצקענען האצקע איך ארום מיט אינגערע חברה. אזוי צו אזוי האצקעט זיך עס נישט אין אמעריקע ווי אין ארץ ישראל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

..נמחק
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: נישט איידל
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: זייער שיין. אויף אלע אידן געזאגט. נאר איך מיין אז דו ביסט סטאק געווארן אינמיטן פון פסוק..."שמח בחור בילדותך"... נאר געדענק, אז ס'איז דא א סוף פסוק אויך. דערווייל וועט דיך דער פאסיק און די (סייז) הויזן און העמדער דערמאנען אז די יארן רוקן זיך...!
פארשפארט