ריווענדזש (נקמה)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

ריווענדזש (נקמה)

שליחה דורך פערינא »

לעצטענס האב איך איבערגעבליקט א מעשה ווי איימיצער איז צוביסן געווארן דורך א שלאנג, דער פארמער איז אזוי ברוגז געווען אויפן קאברא, איז ער אים נאכגעלאפען, דערכאפט, און אים צוריסן מיט זיין נאקעטע ציין. א מעשה שהיה.

טראכט איך מיך דערוועגן, געטראכט און געטראכט.

וויל איך פארשטיין די לאדזשיק ביהיינד קנא ונוקם. טעג וועט קומען, גאט וועט זיך נוקם זיין אין די עוברי מצותיו, און די עובדי עבודה זרה, און פאר אלע וואס האבן זיך געוואגט טשעפענען מיט אונז. פרעגט זיך די שאלה, פארוואס זאלן זיך די פעלקער פארכטן פאר עונשים וואס זייער גוף בלא נשמה וועט ליידן ביי ריאינקארסינעישען? וואס איז שוין זיין באדי? פלייש און ביין? ביג דיעל! אפשר האט עס געדארפט ארבייטן און די ענשענט טיימס, ביי די פרימיטיווע פעלקער, אבער מיט היינדסייט, ווען מ'טראכט אריין, איז עס נישט אביסל סענסלעס? חאמעלנעצקי האט זיך געדארפט שרעקן אז טויזענט יאר דאון די ליין גייט מען איבערמאכן זיין בעג אף באונס, און די אייראפעאישע אידן, וואס גייען דעמאלס זיין חסידים און ברוקלין גייען אים צומאלן צוריק אויף אפס ואין?

נאכמער, פון אונזער זייט, ווי איז דאס א טרייסט געווען פאר אלע צרות?  קוקט עס נישט אביסל אויס ווי די פארמער מיטן קאברא?  מ'וועט לעבעדיג מאכן די זאק מיט ביינער, די שארב וואס איז געבליבן פון זיי, און מ'וועט אריין פראקן? נו, א מורא'דיגע נחמה. 

א פארט פון מיין טראכטן איז געווען, אז דו טראכסט אריין, די יסוד פון נקמה איז געווען א שליסל צו אונזער סורווייוועל זייט גלות מצרים. דער פראבלעם איז אז די זאך האט נישט קיין הענט און פוס על פי דרך הפשט, אין מיין אמעריקאנע פאר'גוי'אישטע מגושמ'דיגע אויגן און שכל.

אין אמת'ן איז עס מיר גארנישט אזוי פשוט ביי אידן אויך נישט. אבער ביי אונז, מיט די נשמות, איז עס סאך מער דקות'דיג און פאר א אנדערע צייט.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

האללא!! דו פרעגסט גוט, אבער דאס איז פון די איינציגסטע פראגעס דיינע? סא לייג עס צו צו דיין ליסט!!
ערנסט גערעדט, די זאכן קען מען נישט פארשטיין, אבער דאס זאג איך דיר יא, היטלער ימח שמו וזכרו!! פארמעקט זאל ווערן זיין נאמען!! האט מיאוס חרטה וואס ער האט אפגעטוען!!
גוטזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך גוטזאגער »

איך פארשטיי נישט פארוואס זאל דער ימח שמוניק חרטה האבען אויף זיינע געמיינע מעשים ער איז דאך געווען א וואנזיניגע בריה ( חוץ אויב דו מיינסט צו זאגען אז ער האט האט חרטה נאך די פגירה זיינע)
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

די מעשה פון די מקור.
זעע ווי די פירסט ריספאנדערס צי די אשכול רעדן בעיקר פון היטלער. עס זענען געווען גרויזאמע מערדער ביי כלל ישראל ביפאר אים וואס זענען שוין אינגאנצען פארגעסען געווארן. איך האף אז ער איז די לעצטע אבער די שכחה איז גרויס. דעס איז נאך א ריעזאן וואס די נקמה טרייסט האלט נישט דאס וואסער.

http://www.dailymail.co.uk/news/article ... venge.html
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

אויך געזען די מעשה אין דע בליץ דע חודש
איך האב נישט געגלייבט אז סאיז אמת
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

די סקווירא רעביצן מרת טריינא ע"ה די מאמע פונעם היינטיגען רבי'ן פלעגט צו זאגען מ'דארף נישט מתפלל זיין אויף נקמה, מ'דארף מתפלל זיין אויף אריכות ימים און דאן זעהט מען שוין אליינס די נקמה....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו פערינא

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט אז די אללע גויאישע רוצחים וואס האבן ברוטאל געהרג'ט אידן דורכאויס די היסטאריע וועללן זייערע נפשות מיט אללע סענסעס נישט צוריק אויפלעבן. חוץ פון דעם האב איך מחשבות, דו קענסט דאס אנרופן פאנטאזיעס צו נעמען נקמה מיט די זעלבע מאס אכזריות און ברוטאליטעט פון די רוצחים פון "העררען פאלק" וואס האבן געהארג'ט און געפייניגט אונזערע עלטערן און זיידעס און באבעס. :(
פארשפארט