משלי קל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

משלי קל

שליחה דורך קל וחומר »

נעניתי לבקשת חבירין ארויסצוקומען מיט אן אייגן משלי על אף וואס איך בין זיך נישט מדמה צו קיינעם פון די פריעדיגע צוויי גרויסע מחברים, אעפ"כ קען זיין אז דורך א קנאת סופרים וועט נתרבה ווערן חכמה ובזה החלי.

א - ווען רעאליטעט שלאגט דיר אין פנים, שלאג נישט צוריק.
ב - האפענונג איז ווען מ'קען זיך נישט באגעגענען מיטן רעאליטעט.
ג - פיינטשאפט איז באצווינגענע ליעבשאפט (חיבור).
ד - מיין שמחה ברענגט דיינס, דיינס ברענגט מיינס, לאמיר ביידע זיין בשמחה.
ה - ווען איך ווייס אז איך ווייס נישט ווייס איך אז איך ווייס עפעס.
ו - צופרידנקייט איז דארט וואו די רצון האט זיך געענדיגט.
ז - אז איינער איז געשטיגן מיינט אז ער איז געווען אויף דער ערד.
ח - חכמה איז מיין שוועסטער, די אהבה איז אינערליך.
ט - פארכט מער דעם פאלשן ערפאלגונג ווי דעם אמת'ע דורכפאל.
י - ער קען נישט אויפגעבן דעם געוואוינהייט פון שטענדיג אויפגעבן.
יא - די וועלט איז נישט אזוי גלאט ווי ס'קוקט אויס און נישט אזוי רינדיג ווי דו מיינסט! (תרתי משמע)
יב - ווייניג האבן דעם חוש צו אנערקענען אין זייער חושים.
יג - דאווען אז דו זאלסט קענען דאווענען.
יד - לערן כדי זיך אויסצולערנען וויזוי צו לערנען.
טו - גראב נישט א גרוב וואס דו וועסט נישט קענען באדעקן.
טז - אן אויסערליך געשריי ווירקט אויף אנדערע, אן אינערליך געשריי ווירקט אויף זיך.
יז - קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס דו ווייסט אלץ נישט.
יח - יעדע תגובה קומט מיט אזא שטארקע לייק אז עס קען נישט דיסלייקט ווערן. (תרתי משמע)
יט - טפשות קען נישט זיגן חכמה, ס'קען עס אבער דערשטיקן.
כ - די זיסקייט פונעם שלאף איז די ערוועקונג.
כא - די וועלט וואס דו ווילסט טוישן איז די וועלט פון דיין בליק, טויש דיין ברילן וועסטו טוישן דיין וועלט.
כב - יעדע ארטיסט איז א גנב, ווייניג גנבים זענען ארטיסטן.
כג - פרוביר נישט איבערצייגן יענעם אין וואס דו ביסט נישט איבערצייגט.
כד - טפשות און חכמה קענען זיך אמאל באגעגענען, אבער פון גאנץ אנדערע וועגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

:like
הערליכע געדאנקן.

קיפ איט קאמינג!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קל וחומר האט געשריבן:יט - טפשות קען נישט זיגן חכמה, ס'קען עס אבער דערשטיקן.

:cry: אין חכם כבעל הנסיון...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

משלי קל??? דאס איז דאך כמין חומר?!!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

ריכטיג, אבער חומר האט אן אנדערען באדייט אויך...
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

דאס דעזערווט מער ווי איין לייק
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

גאר געוואלדיג.

כ'האב ערווארטעט צו טרעפן אז שווארץ איז ווייס, חורבן איז בנין, א מענטש איז א פערד און נאך אזעלכע געריבענע סטעיטמענטס.

געטראפן האביך גאלד.

יא, פשוט גאלד, נישט קיין גאלדענע צואה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: משלי קל

שליחה דורך מי אני »

קל וחומר האט געשריבן:ה - ווען איך ווייס אז איך ווייס נישט ווייס איך אז איך ווייס עפעס.

יז - קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס דו ווייסט אלץ נישט.
.

אלע זענען געוואלדיג!

די צוויי רירן אן דעם כלל פון known unknowns און unknown unknowns.

Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: משלי קל

שליחה דורך קל וחומר »

מי אני האט געשריבן:

תודה על המחמאה ועל החיתוי.

און דאס איז די באקאנטע חילוק וואס דער ליקוטי מוהר״ן (ח״א נו) מאכט צווישן הסתרה און הסתרה שבתוך ההסתרה. דהיינו, הסתרה שבתוך ההסתרה איז ווען מ׳ווייסט ניטאמאל אז דער באשעפער איז נסתר ע״ש.

*

אות יז רירט אן אויף די מימרא פון אסאך חכמים, וביניהם סאקרעטיס, אריסטו, איינשטיין ועוד, אז ווי מער מ׳לערענט און מ׳איז קונה חכמה, אלס מער זעהט מען איין וואס אלס מ׳קען נישט און ווי ווייט מ׳האלט פון שלימות החכמה.

איך האב געהערט נאכזאגן פון רעק״א אז די ריכטיגע אפטייטש פונ׳ם מדרש (קה״ר א יג) אין אדם יוצא מן העולם וחצי תאוותו בידו, דארף ארויפצוגיין אויף די ריכטיגע דראנג וואס מ׳דארף שפירן און וועלן צו קונה זיין חכמה, און מ׳וועט קיינמאל נישט אנקומען דערצו.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: משלי קל

שליחה דורך קל וחומר »

[/quote]
*

אות יז רירט אן אויף די מימרא פון אסאך חכמים, וביניהם סאקרעטיס, אריסטו, איינשטיין ועוד, אז ווי מער מ׳לערענט און מ׳איז קונה חכמה, אלס מער זעהט מען איין וואס אלס מ׳קען נישט און ווי ווייט מ׳האלט פון שלימות החכמה.

.[/quote]

נכון, ס'איז בעצם די שורש פונעם געדאנק, ווען א מענטש לערנט מער זעהט ער וויפול זאכן ער האט נישט געוואוסט און אס ער האט בכלל נישט געוואוסט אז ער ווייסט נישט.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

viewtopic.php?p=433298#p433298
מי אני האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:ה - ווען איך ווייס אז איך ווייס נישט ווייס איך אז איך ווייס עפעס.

יז - קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס דו ווייסט אלץ נישט.

אלע זענען געוואלדיג!

די צוויי רירן אן דעם כלל פון known unknowns און unknown unknowns.

Karl Jaspers.png

במשנתו של דר. קארל דזשעספערס.
קל וחומר האט געשריבן:ו - צופרידנקייט איז דארט וואו די רצון האט זיך געענדיגט.

דאס קען גיין אין איינקלאנג מיט די באקאנטע מהלך אין בודהיסט פילאזאפיע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

די שטודיע זאגט אז עס זענען דא דריי מיני סארטן/סוגים פון אָנסירטענטי/חוסר ודאות (עס טוהט דאס דורך אין די קאנטעקסט פון די ניוראלאגישע פראצעסן דערפון אינעם מח):

‏1). עקספּעקטעד אָנסירטענטי - דאס איז אן אָנסירטענטי וואס איך ווייס אירע פּאראמעטערס. דאס איז ווען איך ווייס די אלגעמיינע אַדדס פון א זאך פאסירן אדער נישט. למשל, איך ווייס אז עס איז דא אן 80% שאנס אז עס וועט זיין די מעניוּ וואס איך גלייך ביי מיין רעסטוראנט און א 20% שאנס אז נישט.

‏2). אָנעקספּעקטעד אָנסירטענטי - דאס איז ווען עס איז דא אן אונטערליגענדע פאקטאר פון וואס מ׳ווייסט נישט וואס טוהט אונטערמינעווען די פראבעביליטי חשבון וואס איך וויל שטעלן צו די מעורה. אין אונזער פריערדיגן משל איז דאס ווען מ׳האט אויפגענומען א נייע קעכער וואס האט שוין א גאנץ אנדערע סדר און מעניוּ בכלל.

‏3). וואָלעטיליטי - דאס איז ענליך צו אָנעקספּעקטעד אָנסירטענטי אבער אויף נאך א גרעסערן פארנעם. דאס איז ווען די גאנצע אונטערליגענדע ענווייראמענט איז בהכרח אויסגעשטעלט קעגן בכלל קענען שאפן מעיקרא א מאדעל פאר׳ן אָנסירטענטי. אין אונזער פריערדיגן משל איז דאס ווען דער מנהל פונעם רעסטוראנט מאכט אלס זיכער אז עס זאלן אלעמאל זיין לגמרי רענדאמ׳דיגע מעניוּס (אפילו מיט׳ן זעלבן קעכער). אין אנדערע ווערטער, עס איז א כסדר׳דיגע אָנעקספּעקטעד אָנסירטענטי. עס איז אבער שייך צו האבן אן עקספּעקטעד אָנסירטענטי אויף די שטאטוס פון די אפטקייט פון די וואָלעטיליטי אליין.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ובאותו ענין איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער לאגיקער דר. פרעדעריק פיטש, עפ״י דר. עלאַנזוי טשורטש, האט אויפגעוואוזן אז עפ״י לאגיק אויב איז דא אן אמת וואס מען ווייסט נישט, דאן דאס אז מען ווייסט דאס נישט איז אליין אומעגליך צו וויסן. אויב אזוי, זייענדיג אז אונז זע׳מיר נישט אַמנישיענט און עס איז דא דברים אמתיים וואס אונז ווייסן נישט, מוז ע״כ זיין אז עס זענען דא דברים אמתיים וואס אונז קענען נישט וויסן. דאס קען מען אויך באטראכטן וואו אז דאס עקזיסטענץ פון אן אמת וואס מען ווייסט נישט, איז אן אמת וואס מען קען נישט וויסן. מיינענדיג, אויב איז יעדעס אמת מעגליך צו וויסן דאן ווייסט מען יעדעס אמת. דאס רופט זיך די פּאראדאקס פון נוֺיעבּיליטי.
CF517D38-00F6-450D-B3E2-EF9FCD7A0196.jpeg

פארשפארט