20 טויזנט תושבי בארא פארק שרייען אויס: כי לא ראיתי צדיק נעזב

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

20 טויזנט תושבי בארא פארק שרייען אויס: כי לא ראיתי צדיק נעזב

שליחה דורך רימון »

בארא פארק האט נאך אזאנס נישט געזען!

דער עיר גדולה לאלקים וואס האט שוין מקבל פנים געווען די גרעסטע רביס, די וויגעלע פון חסידות אין אמעריקע און היים פאר די גרעסטע הויפן האט נאך אזא היסטארישער שבת נישט מיטגעלעבט.
ס'געדענקט זיך נישט ווען אזויפיל צענדליגער טויזנטער אידן זאלן זיך צוזאמקומען לפונדק אחד. ס'האט נאך קיין רבי נישט געהאט אזא כבוד מלכים ווי הגר"ש האט גענאסן דעם שבת.

היסטאריקער זאגן אז זינט דער גרויסער מעמד הצלה פאר רובאשקין אין בית יעקב האט מען נאכנישט געזען אזא פאראיינגונג פון כל שכבות העם וועלכע זענען געקומען מיט איין איינציגע מטרה, לחזות בנועם ה' און זיך דערווארעמען אין גרויסן אור פון מרן הגר"ש שליט"א.

ווער ס'האט געזען די שווערע טויזנטער אידן במשך אלע דריי תפלות אין שבת ווייסט אז ס'איז בכלל נישט קיין גוזמא צו זאגן אז במשך שבת האבן זיך דורכגעדרייט א קרוב צו צוואנציג טויזנט אידן. מסלתה ומשמנה פון חסידי גור האבן זיך גענומען דעם אומץ און אריבערגעקומען צו דעם מחנה גדולה לאלקים הנשאר לפליטה.

דער הויכפונקט איז געוויס געווען בעת רעוא דרעוין. אין אלע לאקאלע שולן האט זיך דערקענט א שיטערער עולם ווען טויזנטער תושבי העיר מאכן זייער וועג צום אהל הנמתח אויף אכצנטע עוועניו.

ווען ס'איז געווארן דער זמן האט זיך א פרישע פלייץ פון אומצאליגע א לאז געטון מיטצוהאלטן די לעצטע מינוטן פון שבת. אנקומענדיג אינאיינעם מיט נאך טויזנטער אידן צום זמן רבינו תם האט מיר א ציטער געכאפט צו געבן א בליק אויף דער פלאמפייעדיגער צורה פון מורינו הגר"ש רבי שאול ביי שלש סעודות. אויב זאגן אונז חז"ל אז אינו דומה מאור פניו של אדם בשבת ממאור פניו של חול, האט מען עס געזען ביי שלש סעודות במלוא מובן המילה. אויב האבן מיר זיך באקענט דורך דער וואך מיט דער זיסער, צוגעלאזענער, שמייכלדיגער, רך כקנה'דיגער, בליציגער, תורה'דיגער רבי שאול, האט זיך אנטפלעקט א פלאמפייער. נאר צו זען דער פלאמפייערדיגער געזיכט, כולו התלהבות והתעוררות, כולו אומר כבוד והדרה, אן נאר צו הערן די פייערדיגע דיבורים, באש שלהבת אש, מיט אזויפיל ערנסטקייט און שפלות האט זיך געלוינט זיך צו קומען שלעפן פון אלע עקן שטאט.

אין אלע קופקעס האבן אלע גרעדט מיט אזא צמאון, מיט אזא רעספעקט, איינער האט זיך געקאכט אין א שטיקל נאות דשא, אין א צווייטער אין א ווארט וואס ער האט געהערט פון ברודער ר' דוד צבי. ס'האט זיך אנטפלעקט כלל ישראל'ס צמאון, ווי דער עולם לעכצט נאך עפעס ערנסט, נאך עפעס אויטענטיש, לעשות רצונך באלקי חפצתי.

דער אויג האט זיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן ביים באטראכטן די ניין שטאקיגע הונדערט צוואנציג פיסיגע פארענטשעס פון צוויי זייטן אנגעפילט מיט פרחי חסידים. דאס הארץ איז איבערגעיוירן געווארן מיט פרייד ווען טויזנטער אידן האבן באלאגערט דעם אהל מועד צו הערן דעם דבר ה' און געמוזט מיטהאלטן פון דרויסן אויף גרויסע סקרינען און הויכהילכערס.

אשרי עין ראתה כל אלה. א היסטארישער שבת איז אריבער אויף יהדות בארא פארק אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר. מ'האט געמיינט אז דער הויכפונקט איז שוין געווען דורכאויס די ששת ימי המעשה און וואס קען שוין דער שבת ברענגען. בארא פארק האט אבער נישט אנטוישט. ס'האט נאך קיין מנהיג ישראל נישט באוויזן אזוי אויפצוהייטערן טויזנטער תושבי העיר און צוזאמנעמען אזויפיל אידן לפונדק אחד עד שבא רבי שאול.

יהדות בארא פארק במקהלות רבבות עמך בית ישראל האט הויכהילכיג דערקלערט פאר הגר"ש: כלל ישראל דארף אייך האבן!

יהדות בארא פארק האט געצויגן א רויטן שטריך און אומצוויידייטיג דערקלערט: ביז דא גייט טעראר ותו לא!

יהדות בארא פארק ברבוא רבבותיהם האט איינשטימיג דערקלערט פאר חסידי הגר"ש: מיר וועלן אייך נישט לאזן פאלן! דמכם אינו הפקר!
נחמד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 07, 2021 6:49 pm
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך נחמד »

וואס מיר איז שווער און איך ווינדער אויב וואלט איך געווען א גערער חסיד פון די גרויסע גור וואלט מיר אנגעגאנגען אז רבי שאול האט טויזענטער וואס קומען צו אים וואס האבן בכלל נישט שייכות מיט חסידות גור? וויאזוי קעשט ער דאס איין?
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שליחה דורך טראכטכמוני »

ער דארף גארניש "אריינקעשן" ס'איז ווערט קעש נאר די ידיעה אליין אז ס'פלאצן ווי א זייפן בלאז די אלע חברה וואס האבן אויסגעגעבן שווערע טויזנטער דאלארן אים אינטערצוברענגן, סטראשענען, טעראריזירן, באשמיצן, האלטן העצע-רעדעס, לויפן ארום צו פרעמדע רבי'ס רבנים וכו זיך נישט צו טרעפן מיט אים, צאלן צייטונגען וואס זאלן נישט שרייבן וועגן אים וכו' וכו' אלעס אבי אנצומאכן עפעס אזא די-לעגיטימאציע. און נישט נאר וואס ס'האט נישט אויפגעטוהן, ס'האט נאר צוגעגעבן צו זיין הצלחה!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: ביטע שניידטס די קרעפלעך. דער ערשט-פארשטארבענער פילאזאף און רעלגיעזער איד, פראפעסאר ישעיהו לייבאוויטץ. (ניין נישט קיין אונגארישער לעבאוויטש. ווייל דאמאלס וואלט ער געווען א קרוב צו מיר און צו הרב יצחק לעבאוויטש מ'וואודרידזש. לאל.) האט מגדיר געווען דאס עניין פון דינען עבודה זרה היינטיגע צייטן...פארגעטערן רעבעס און אנדערע חסיד'ישע (און ליטווישע) פערזענליכקייטן...!
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ס'קומען כסדר צדיקים און ערליכע אידן קיין בארא פארק וגלילות און לדאבונם נעזב'ט מען יא די צדיקים...

לדעתי האט עס בכלל נישט מיט קיין צדקות אדער גאונות, כ'זעה נישט אז די צדיקי וגאוני בארא פארק זאלן אפילו האבן העלפט דעם ציבור אין די שענסטע שבתים. לדעתי, ליגט דא סתם אביסעלע הייפּ ביים ציבור, מיט אביסעלע הנאה צוצוזעצן אן אנדערע גרויסע חסידות אין חלקים.
וקצרתי...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט