חתם סופר האט געשריבן:פרייטאג צו נאכטס ביי די ינוקה
בילד איז גענימען געווארען ע"י גוי מאנ"ש
היסטאריע האט געשריבן:
אין גער ווען דער בית ישראל איז געוועהן רבי, זענען אלע ברודער געוועהן נכנע און נישט געמאכט קיין פיפס, כאטש זיי האבן געהאלטן אנדערש מיט אסאך שיטות. און אזוי ווייטער יעדער רבי. דער פני מנחם האט זיך מכניע געוועהן פאר דער לב שמחה, כאטש דער חילוק צווישן זיי איז געוועהן אפילו גרעסער ווי דער חילוק פין ר' שאול מיט ר' יענקעל. (ר' יענקעל איז מער פין זיין פאטער, און ר' שאול איז ווייניגער פין זיין טאטע, אגב אויך פין ר' דניאל).
זאגט מיר איינער אז דער איז גאר געווען א "שפיאן" פאר'ן וועדה... גיי ווייס... [emoji849]טראכטכמוני האט געשריבן:מעשה שהי' כך הי'
איך האב גארנישט מיט גור אבער איך בין אריבער צו ר' שאול נאכן זמן צו הערן אביסל תורה, זען די מצב, אנאלזירן דעם עולם וכו' וכו'. אנגעקומען בין איך נישט אינעווייניג בשעת ער איז דארט געווען אינעם טענט, נאר שפעטער. אבער די גרויסע התרגשות האט זיך געשפירט אפי' אינדרויסן.
שפאציר איך מיר אזוי אהיים פונעם גרויסן מעמד. אביסל ווייטער אראפ דער גאס זעה איך עפעס א איד מיט א קנייטש הוט שפאנט פארנט פון מיך. ער מיר אויסגעזען ווי עפעס אן אורחי פורחי מיט אזא פארשויבטער אויסגעבויגענע הוט אריינגקוועטשט אזוי טיף אויפן קאפ. פאר'חלום'טערהייט פאלן מיינע אויגן צו דער ערד און איך זעה אז ער גייט מיט גע'גט'ע הויזן. אבער נישט סתם איינמאל גע'גט נאר אזוי ד' וה' פעמים. ס'האט מיר טאקע אויסגעזען אביסל קאמיש אבער ס'האט געשטימט. אבער נאך א מינוט שפאנענדיג האב איך זיך אביסל דערנענטערט צו עם און נישט מער אין נישט ווייניגער אנטפלעקט זיך פאר מיר אז דעס איז נישט קיין גע'גט'ע הויזן נאר ער גייט גאר מיט גור'ע הויזן-זאקן!
עפעס א מין מאדנע פארשוין, טראכט איך צו זיך, כ'מיין ס'איז טאקע דא אסאך עלטערע גערערס דאהי מיט קנייטשן אבער מיט הויזן-זאקן? דאס האב איך שוין נישט געזען. נייגעריגערהייט, האב איך זיך אביסל ציגעיאגט און אנגעהויבן שפאנען אביסל שנעלער צו קענען בעסער כאפן א בליק אויפן פנים זיינעם. ער איז געווען ארומגעוויקלט מיט א מאנטל און נאכדערצו א שאל ארום זיין קאפ וואס האט גראדע צוגעגעבן צו דעם אורחי פורחי look (עס איז נישט געווען אזוי קאלט מוצ"ש).
אנקומענדיק אזוי זיי-ביי-זייט מיט אים, זעה איך פון אונטער זיינע אויערן אז ער גייט גאר מיט גורע פיאות. אקיצור, ענדליך קום איך אן פארנט פון עם (דעס איז שוין געווען גאנץ ווייט פון די גאנצע טאראראם) אנטפלעקט זיך פאר מיר א געהעריגע "נארמאלער" גורער אינגערמאנטשיקל! איך בין נשתומם געווארן כאפנדיג אז כ'האב מיטגעהאלטן אן עכטע מסירות נפש פון א "לייוו אנוס".
היסטאריע האט געשריבן:וויפיל די גערער זענען נישט גערעכט, און פירען זיך מיט א קינדערישע סטראטעגיע, דארף מען זיי פארשטיין.
אין גער ווען דער בית ישראל איז געוועהן רבי, זענען אלע ברודער געוועהן נכנע און נישט געמאכט קיין פיפס, כאטש זיי האבן געהאלטן אנדערש מיט אסאך שיטות. און אזוי ווייטער יעדער רבי. דער פני מנחם האט זיך מכניע געוועהן פאר דער לב שמחה, כאטש דער חילוק צווישן זיי איז געוועהן אפילו גרעסער ווי דער חילוק פין ר' שאול מיט ר' יענקעל. (ר' יענקעל איז מער פין זיין פאטער, און ר' שאול איז ווייניגער פין זיין טאטע, אגב אויך פין ר' דניאל).
פאקט איז, ר' שאול האט זיך נישט מכניע געוועהן.
יעדעס חסיד פין ר' יענקל באדערט עס, און האט א רעכט עס זאל אים באדערען און האבן טענות אויף ר' שאול פאר צוברעכן גער די ערשטע מאל אין היסטאריע.
אוודאי איז ר' שאול נישט קיין אפיקורס חלילה, און דער וועדה איז היבש סטופיד פאר נעמען א קאפ אין וואנט סטראטעגיע, אבער פארשטיין זייער ווייטאג מעג מען.
היסטאריע האט געשריבן:ר' יענקעל איז מער פין זיין פאטער, און ר' שאול איז ווייניגער פין זיין טאטע, אגב אויך פין ר' דניאל
פאקט איז, ר' שאול האט זיך נישט מכניע געוועהן. .
פאליטיקאנט האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:וויפיל די גערער זענען נישט גערעכט, און פירען זיך מיט א קינדערישע סטראטעגיע, דארף מען זיי פארשטיין.
אין גער ווען דער בית ישראל איז געוועהן רבי, זענען אלע ברודער געוועהן נכנע און נישט געמאכט קיין פיפס, כאטש זיי האבן געהאלטן אנדערש מיט אסאך שיטות. און אזוי ווייטער יעדער רבי. דער פני מנחם האט זיך מכניע געוועהן פאר דער לב שמחה, כאטש דער חילוק צווישן זיי איז געוועהן אפילו גרעסער ווי דער חילוק פין ר' שאול מיט ר' יענקעל. (ר' יענקעל איז מער פין זיין פאטער, און ר' שאול איז ווייניגער פין זיין טאטע, אגב אויך פין ר' דניאל).
פאקט איז, ר' שאול האט זיך נישט מכניע געוועהן.
יעדעס חסיד פין ר' יענקל באדערט עס, און האט א רעכט עס זאל אים באדערען און האבן טענות אויף ר' שאול פאר צוברעכן גער די ערשטע מאל אין היסטאריע.
אוודאי איז ר' שאול נישט קיין אפיקורס חלילה, און דער וועדה איז היבש סטופיד פאר נעמען א קאפ אין וואנט סטראטעגיע, אבער פארשטיין זייער ווייטאג מעג מען.
ווי @רביה"ק זי"ע האט שוין ערווענט האט ר' יענקל שוין אונטערגעדרייט ביי די פני מנחם.