געבן א נאמען פאר א קינד

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

געבן א נאמען פאר א קינד

שליחה דורך שמעקעדיג »

ביי אונז איז אנגענומען אז מען גיט א נאמען פאר א קינד ע״פ רוב נאך א זיידע/באבע (כדי צו קענען שרייבן שפעטער אין די מעלות....) אדער נאך א גדול צו וועמען מען איז געווען מקושר.

דאס איז אבער נישט שטענדיג אזוי געווען. אפגערעדט פון תנאים ואמוראים, אפילו אין פארשידענע אנדערע מקומות זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים.

טאמער איז דא א באבע "גיטל" אין די משפחה, וועלן 15 אייניקלעך באקומען דעם נאמען. ווער רעדט נאך אויב איז זי ממש לעצטנס אוועק, דאן דארפן אלע אייניקלעך באקומען דעם נאמען, אן אויסנאם.

לכאורה, פארוואס? און טאמער וויל איך א נאמען געבן פפא (נאך רב פפא), אדער דוד (נאך דוד המלך), אדער משה געציל (ע"ש בעל נטעי ההרים), איז עפעס ראנג?

און ווי אזוי קען מען עס עקספלעינען פאר די עלטערן, ביטע לאז מיר געמאך מיט די זיידעס, איך וויל יעצט אן אנדער נאמען?
וירח ה' את ריח הניחוח
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

אין די תורה זעהט מען אז מען האט געגעבן א נאמען נאך געפיהל צו לויבן די אייבישטער אדער עפעס ארויסברענגן עפעס א געשעהניש וואס איז געווען דעמאלטץ..
צו עקספלעינן די עלטערן, לערן מיט זיי חומש עברי מיט טייטש
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כא'געלייענט ערגעץ אן אמת'ע מעשה ווי איינער האט פארציילט אז ער האט געהאט נאר טעכטער איינס נאכן צווייטן יאר נאך יאר און קיין בן זכר וויל זיך נישט אפגעפונען! ער איז געגאנגען צו איינעם פאר א ברכה/עצה. יענער האטעם געפרעגט צי ער האט אפשר א באבע וואס איר נאמען איז נאך נישט געגעבן געווארן אין זיין משפחה... ער ענטפערט יא, ס'איז א פאני נאמען און ער האט קיינמאל נישט געוואלט גיבן נאך יענע באבע! (טראכט פון שפרינצא דוואשע...) האט ער אים געזאגט ביים נעקסטן מיידל געב נאך יענעם באב'ן, ער האט געפאלגט און ער האט טאקע געהאט דערנאך א בן זכר.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

יא, און יענע באבע איז געגאנגן אין לעבן (עהמ.. טויט...) אז ס'זאל זיין נאך א יענטע דוואשע און איר אייניקעל זאל זיין ללעג ולקלס אין סקול, האט זי זיך אריינגערוקט אין קודשי קדשים און זעכער געמאכט אז דער איש זאל גיין תחילה, כדי ס'זאל זיין יולדת נקיבה, פארשטאנען?
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

מענטשען ווייסן אז נאך וועם מ'הייסט האט אן השפעה אויף'ן קינד.
איך פארשטיי די ווילסט נישט א נאמען געבען נאך א באבע וואס די האסט געקענט און זי אזי געווען א שלעכטר אדער אן אויסווארף, סנישט קיין געשמאקע פילינג.
אבער צי זאגן אז די קינד גייט האבן שלעכטע מידות לכבוד דעם, איז נישט מסתבר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

נולד מאוחר האט געשריבן:מענטשען האבן אן איינרעדעניש אז נאך וועם מ'הייסט האט אן השפעה אויף'ן קינד.
איך פארשטיי די ווילסט נישט א נאמען געבען נאך א באבע וואס די האסט געקענט און זי אזי געווען א שלעכטר אדער אן אויסווארף, סנישט קיין געשמאקע פילינג.
אבער צי זאגן אז די קינד גייט האבן שלעכטע מידות לכבוד דעם, איז נישט מסתבר.

ס'גארנישט קיין איינרעדעניש, ס'האט א מקור אין ספרים (עיין ספר חסידים סימן רמ"ד, חיד"א פתח עינים דף כב ע"א, ועיין חתם סופר פ' קרח אז פארדעם איז געווען די מעשה מיט קרח ווייל ער האט געהייסן נאך איינע פון די אלופי עשו)

נאר וואס דען דאס האט אויך א עצה, למשל דו ווילסט געבן א נאמען שלמה און דער זיידע וואס האט געהייסן שלמה איז געווען א... האב אינזין בשעת דו געסט דעם נאמען אז דו געסט עס נאכן תפארת שלמה

די עצה איז נישט מיינס, די עצה האט רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע געגעבן פאר האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א ווען ס'איז געבוירן זיין זון ר' חיים הערש, און ס'איז געווען א פראבלעם צו געבן דעם נאמען ווי באלד דער עצי חיים איז אוועק זייער יונג, למעשה האט מען אבער שטארק געוואלט האבן דעם נאמען, האט מען געגעבן די עצה מען זאל אינזין האבן חיים נאכן דברי חיים און צבי נאכן חכם צבי (די מעשה ווערט געברענגט אין שו"ת ויברך דוד (הל' כאו"א סימן ע"ו) פון רי"ד הארפענעס)

און נאך אלעם, א נאמען איז נאר א מסייע הן לטוב הן לרע, ס'איז נישט דער עיקר, דער עיקר איז ווי אזוי די עלטערן פירן זיך אויף בעפאר, און ווי אזוי דאס קינד ווערט נתחנך, און וויפיל מען ארבעט אויף זיך אליין

נאר אויב ווילסטו יוצא זיין אלע שיטות און טון די פעולה אויך האסטו א עצה
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

כהאב נישט געוויסט אז עס שטייט געשריבען כהאב אויסגעמעקט "איינרעדעניש".
ביי מיר די קינד וואס הייסט נאך די שוואכסטע זיידע איז די ערליכסטע.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נו, אודאי אזוי. איי וויפיל יואל'ישלעך דרייען זיך ארום אלס אויסווארפן, זיי וואלטן דאך געדארפט זיין געראטן אין זייער רבי'ן!
ריכטיג, שמא קגרים, א נאמען זאגט אסאך, אבער ווי סאך?

אויכעט שטייט, אז אפילו מען גיט נאך אן אנדערן צדיק, (למשל תפארת שלמה) דארף מען האבן עפעס א שייכות צו דעם צדיק, נישט אבי געשאסן נעמען.
וירח ה' את ריח הניחוח
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

שמעקעדיג האט געשריבן:ביי אונז איז אנגענומען אז מען גיט א נאמען פאר א קינד ע״פ רוב נאך א זיידע/באבע (כדי צו קענען שרייבן שפעטער אין די מעלות....) אדער נאך א גדול צו וועמען מען איז געווען מקושר.

איך מיין אז די מנהג איז פשוט גרינגער צו מאכען אנשטאט צו גיין זיכען נעמען און גמרא און ווען עפעס געפעלט דיך שוין געפעלט עס נישט פאר די ווייב מאך גרינגער געבסט נאך א זיידע/באבע און פטור א עסק באט אויב די ווילסט סתם געבען א נאמען וועים באדערט עס און הלכה? עס וועט באדערען די זיידעס און באבעס באט דעטס איט, כך נראה לעניות דעתי
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לעמיל האט געשריבן: עס וועט באדערן די זיידעס און באבעס, באט דעטס איט.


דעטס איט?
אזוי פשוט און גראד (קרום)?
באדערן זיידעס און באבעס איז אן ערנסטע אישו אין רוב משפחות.
וירח ה' את ריח הניחוח
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

איך פארשטיי עס איז א אישו אבער הלכה איז עס דיין קינד אום אז דו ווילסט אים ריפען אזוי קען דיך קיינער נישט אופהאלטען
פארשפארט