מפיל קינד האט געשריבן:
יעצט לגבי דאס זיך מכניע זיין. הגאון ר' שאול איז געווען נכנע אלע יארן און איז געווען גרייט ווייטער זיך מכניע צו זיין כאטש די טעראר פון אוועקנעמען זיין ישיבה וכו' וואס קיינער האט נאכנישט געטון אין גור אויסער יענקל אלתר.
ער האט פארלאנגט איין תנאי:
מ'זאל נישט ארויסווארפן קיין מענטשן פון גער אן זיין רשות און צוריקנעמען בערלינער! מחללי שבת ווארפט מען נישט ארויס, אפיקורסים קענען בלייבן, אבער איינער וואס רופט דעם רבי'נס שלוחים און הנהלת המוסדות צו דין תורה ער מוז פליען פון גער. דאס האט ער פארלאנגט. ער איז געזעצן זונטאג בראשית, א טאג נאך שמחת תורה תש"פ מיט זיינע ברודערס, ר' יעקב מאיר און ר' איצ'ע דוד, און מ'האט דאס באשטימט אלס הויפט תנאי. אבער ר' יענקל אלתר האט זיך נישט געקענט צושטעלן צו דעם... זיינע מחוצפים וואס דערוואגן זיך צו רופן מנהלי המוסדות צו דין תורה מוזן פליען פון דארט, און צוליב דעם האט ער זיך נישט מכניע געווען.
דאס הייסט זיך נישט מכניע זיין? צו וועמען? צו אן אפגאט וואס האלט נישט ביי גארנישט? קיין אידישקייט, קיין יראת שמים, קיין שבת, קיין תורה, גארנישט גארנישט. נאר איך און נאכאמאל איך. דאס מיינט זיך נישט מכניע זיין? ר' שאול האט נישט פארלאנגט קיין כבוד, פאזיציע, געלט גארנישט. נאר מען זאל נישט ארויסווארפן קיין מענטשן וואס זייערע דורות וועלן בלייבן הפקר. אבער גער האט געזאגט ניין. אונז ווארפן ארויס בערלינער און אלע זיינע אייניקלעך זאלן בלייבן אויפן גאס. קיין מחוצף צום עגל זאל ער נישט זיין.
גאר שטארק ארויס געברענגט!