א שבת פאר'ן נרדף

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

א שבת פאר'ן נרדף

שליחה דורך רימון »

פיל טינט איז שוין פארגאסן געווארן צו פארשרייבן און פאראייביגן די היסטארישקייט פון פארלאפענעם שבת מיט'ן גערער ראש ישיבה און וואס פאר א השלכות עס וועט האבן אויפ'ן צוקונפט. דער אלקים יבקש את הנרדף איז געוויס געווען א פסוק וואס איז אלעמען געלאפן אין געדאנק. אין אן אומפארשעמטער אקט האבן די אידן אין ארה"ק באשלאסן צו מאכן פון רבי שאול פאר א מצורע. קיין איין רבי וויל אים נישט אויפנעמען און קיין צייטונג וויל נישט געבן דעקונג פאר זיינע מוסדות. יהדות הגולה האט אויסגעשריגן נישט דא! מיר לאזן זיך נישט קאנטראלירן פון בלוטיגע לאפעס און רבי שאול וועט אהיימפארן מיט פופציג מיליאן דאלאר אין קעשענע און געקרוינט אלס רבן של ישראל מיט א נאכפאלגערשאפט וואס ס'געדענקט זיך נישט אין דער מאדערנער היסטאריע.

אין א זייטיגער נאטיץ פאדערט זיך יעצט פון קהילת פני מנחם זיך צו נעמען אין דער האנט אריין. פופציג מיליאן דאלאר איז זייער אסאך געלט אבער נאך גרינגער איז עס צו פארטאכלעווען אין מיסט.

ס'געדענקט זיך נאך ווען באבוב 45 האט גענאסן א שפע און די פרישוואסערס און ר' בענצי דוננער האבן געשיקט שווערע געלטער חודשליך. דאס געלט ווייסט יעדער איז צעוואסערט געווארן בשעתו און די קהלה האט נישט געבויעט קיין איין ציגל. ס'האט גענומען מער ווי צען פיינפולע יאר דערנאך זיך אויסצוקורירן דערין און די קהלה איז נאך אלץ נישט פערטיג. וואס פאר א שאד אז מ'האט נישט גענוצט דאס געלט ריכטיג.

איך וויל בעטן קהילת פני מנחם צו נעמען דאס געלט און פארשפארן מיט הערמעטישע שלעסער, זאלן געניטע אדוואקאטן פירמעס און פינאנציעלע ראטגעבער אויפגענומען ווערן און א גדר אחר גדר זאל געשטעלט ווערן אז מ'זאל דאס געלט האבן פאר א נוצן. אז נישט וועט מען זיך איין טאג רייסן די האר פון קאפ.


הכלל, צוריק צו אונזער נושא. א קלענערער נייעס דעם שבת איז געווען דאס ערשטמאליגע באזוך פון נייעם סאדיגורה רבי'ן פון בני ברק קיין אמעריקע וואס האט אויטאמאטיש געברענגט מיט זיך א סענזאציע און נייגער זייענדיג דער סאמע יונגסטער רבי אין די היינטיגע טעג.

דאס איז קלאר אז קעפ דארפן פליען אין סאדיגורה און ער האט נישט געמעגט קומען די וואך. ווען ער קומט ווען איין וואך שפעטער אדער פריער וואלט עס געווען דעם געשפרעך פון טאג און אצינד איז עס פארשאטנט געווארן קעגן די מאסיווע אומערווארטעטע סוקסעס פון הגר"ש.

און די זאך איז בעצם טיפער. אין אן אנדערער ארט דא אין קאווע שטיבל האבן מיר אנגעצייכנט אז אין טיילווייז דארף די הצלחה פון הגר"ש צוגעשריבן ווערן ווייל ער קראכט די באלאן וואס רופט זיך אדמורו"ת פון וועלכע דער עולם איז זאט איבער די נאז. יעצט, ס'איז נישטא נאך א הויף וואס ברענגט אזוי ארויס די אבסורדיזם און לעכערליכקייט פון די היינטיגע אדמורות סיסטעם ווי דאס וואס האט זיך אפגעשפילט אין סאדיגורה, און ס'איז נישטא קיין בעסערער ביישפיל צו בויען דעם קאנטראסט צווישן רבי שאול און היינטיגע רביסטעווע, ווי ווען א רבי, נישט האבנדיג קיין זון וועמען ער זאל טרויען אדער האלטן גענוג חשוב, און נאך וואס נאר א זון מעג איבערנעמען, האט אויפגענומען א 24 יעריגער ראצער זאל פירן א קהלה פון הונדערטער אנשים נשים וטף.
גייט מען און מ'שטעלט די ביידע אויפ'ן זעלבן אויבן אן? וועלכער משב"ק קען אויפקומען מיט אזא זינלאזער איידיע, איז דא א גרעסערע חוכא ואיטלולא פון דעם?

האבנדיג דאס אלעס געזאגט, דארף מען קוקן אויף דער אנדערער זייט מטבע. ווי ס'שטעלט זיך ארויס, איז די נסיעה פון סאדיגורה רבי'ן איז געווען א סוקסעס, און דאס איז פריידיגע נייעס. די בילדער פון פרייטאג צונאכטס, אן אריינגיין אין דער שערוריה פון נעמען בילדער דורך א גוי, ווייזט אויף א הערליכן ציבור וואס האבן זיך באטייליגט. אזוי אויך זענען פארגעקומען אנדערע שיינע מעמדים מיט'ן רבי'ן דורכאויס דעם באזוך.

דער סוקסעספולער שבת אין סאדיגורה דארף ציען א שטריך צום סוקסעספולן שבת אין גער. ביידע האבן אין טייל ענליכע געשיכטעס. אויך דער סאדיגורער רבי איז א נרדף פאר וועמענס בלוט מיר דארפן זיך אננעמען.

דער סאדיגורער רבי האט מיטגעלעבט גאר שווערע צייטן במשך די לעצטע צוויי יאר. אנגעהויבן מיט דעם וואס זיין פאטער ע"ה האט אים (קאלטבלוטיג) אריינגעלייגט אין אן אוממעגליכע סיטואציע אן אויסבעטן די באדן דערפאר. ס'זאל קיין שום 24 יעריגער יונגערמאן זיך נישט דארפן טרעפן אין אזא פאזיציע, פארלירן דעם טאטן, איבערנעמען א גאנצע קהלה אן קיין שום צוגרייטונג און אן די מאראלישע שטיצע פון זיינע נאנטסטע.

דער סאדיגורער רבי, א יונגער, איידעלער, ערליכער יונגערמאן לויט אלע דעות, שטייט אויס ביטערע בלוט צאפענישן דורך נישט קיין אנדערער ווי זיין מאמע און זיינע ברודער. עס האט נאך קיין פרומע מאמע דאס נישט געטון צו אן אייגן קינד ווי ווייט ס'געדענקט זיך, אלעס מיט תירוצים שוא ווייל מ'לאזט איר נישט אריין אין א ספרים שטוב.

זייענדיג א געצערטלט און שלעכט קינד וועמען עס האט קיינמאל נישט געפעלט קיין פויגל מילך האט איר רשעות נישט קיין גרעניץ, ביז צו גיין אויף טעלעוויזיע און פארשעמען איר אייגענעם זון, אלעס ווייל ער פאלגט א צוואה וואס איז קעגן איר ווילן.

צו איר בלוט דורשטיגע רשעות האבן זיך מיטגעשטעלט א קשר בוגדים פון ברודער. וואס דער טאטע האט געטון מיט'ן עלטסטן זון הרב משי איז א רשעות און אכזריות, עס בארעכטיגט אבער נישט וואס ער טוט צום ברודער, אינאיינעם מיט די אנדערע ברודער אונטערן קאנטראל פון דער מאמע, נאך וואס דער ברודער האט אים לפנים משורת הדין אוועקגעגעבן א האלבע רביסטעווע און לאזט אים זיך רופן סאדיגורה קעגן דער צוואה.

א פרוי וואס האט די דעספאטישע רשעות צו שטיין אויף נאציאנאלע טעלעוויזיע, און פשוט מכחיש זיין שמש בצהריים קעגן א צוואה וואס א רבי האט געשריבן מיט'ן פולן זינען, אונטערגעשריבן דורך צוויי דיינים און להבדיל אדוואקאטן, און פשוט באשאפן אן אלטערנאטיווע רעאליטעט, איז אן אומפארגלייכבארע שטופע אין השחתה און א גייסטישע דיסארדער וואס די מומחים זאלן ביטע אידענטיפיצירן ביים נאמען.

אז יהדות גולה, פון וועמען איך בין שטאלץ צו זיין א טייל, האט דורכגעזען די ליידיגקייט פון די קראקאדיל טרערן און געגעבן פאר'ן ינוקא זיין ערליך פארדינטן אנערקענונג און זיך געשטעלט אויפ'ן זייט פון רבונו של עולם, אויפ'ן זייט פון דעם נרדף, איז עס א געוואונטשענע ערשיינונג.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רימון, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

זייער שיין באשריבן מיט אסאך גוטע פונקטן, איין זאך פארגעס נישט אז סאדיגורא רבי איז אפיציעל געקומען צו אנטיילנעמען ביי א שמחת החתונה במשפחתו מילא איז נישט געווען שייך אפצושטופן.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

רימון דו קומסט אריין זייער קלאר לעצטנס! מ'דארף זעהן נאך רביס זאלן קומען וועט קאווע שטיבל וואקסן און בליען לשם ולתפארת......
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1303 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

א לייק רבותי, באווארפטס מיך מיט לייקס אז ס'זאל רינען.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

רימון האט געשריבן:א לייק רבותי, באווארפטס מיך מיט לייקס אז ס'זאל רינען.

דו ביסט נישט קיין נרדף, סאו דער עולם שפירט נישט אזוי פיל מיטלייד אז מ'זאל דיר דארפן מחזק זיין מיט לייקס... :D
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

רימון האט געשריבן:א לייק רבותי, באווארפטס מיך מיט לייקס אז ס'זאל רינען.


געב אבער אכטונג, זיך נישט צי אווערדאוזען.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך עובדיה »

הערליכע אנאליז. פון די אנדערע זייט ווייס איך נישט צו מען דארף טאקע אנקוקען דעם ינוקא פאר אזא נרדף, ס'איז טאקע נישט גרינג, אבער פון די אנדערע זייט איז די כבוד פון זיין א רבי ביי די 24 אויך נישט אזוי אוועקצומאכן.
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

רימון האט געשריבן:א לייק רבותי, באווארפטס מיך מיט לייקס אז ס'זאל רינען.

אפשר איז שוין צייט מ' זאל קענען לייקן אפילו מ'איז נישט איינגעשריבן, און אפילו פון די נישט מעמבערס. וואס איז די חילוק צווישן איין לייק און די צווייטע?
די שרייבערס גייען שטארק בענעפיטן פון א פלייץ פון לייקס.
אפשר קענען די באערדע אריינקוקן דערין
Lesser
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך Lesser »

שיין געשריבן.
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך בעל דרשן »

רימון האט געשריבן:דער סוקסעספולער שבת אין סאדיגורה דארף ציען א שטריך צום סוקסעספולן שבת אין גער. ביידע האבן אין טייל ענליכע געשיכטעס. אויך דער סאדיגורער רבי איז א נרדף פאר וועמענס בלוט מיר דארפן זיך אננעמען.

דער סאדיגורער רבי האט מיטגעלעבט גאר שווערע צייטן במשך די לעצטע צוויי יאר. אנגעהויבן מיט דעם וואס זיין פאטער ע"ה האט אים (קאלטבלוטיג) אריינגעלייגט אין אן אוממעגליכע סיטואציע אן אויסבעטן די באדן דערפאר. ס'זאל קיין שום 24 יעריגער יונגערמאן זיך נישט דארפן טרעפן אין אזא פאזיציע, פארלירן דעם טאטן, איבערנעמען א גאנצע קהלה אן קיין שום צוגרייטונג און אן די מאראלישע שטיצע פון זיינע נאנטסטע.

דער סאדיגורער רבי, א יונגער, איידעלער, ערליכער יונגערמאן לויט אלע דעות, שטייט אויס ביטערע בלוט צאפענישן דורך נישט קיין אנדערער ווי זיין מאמע און זיינע ברודער. עס האט נאך קיין פרומע מאמע דאס נישט געטון צו אן אייגן קינד ווי ווייט ס'געדענקט זיך, אלעס מיט תירוצים שוא ווייל מ'לאזט איר נישט אריין אין א ספרים שטוב.

אז יהדות הגולה, פון וועמען איך בין שטאלץ צו זיין א טייל, האט דורכגעזען די ליידיגקייט פון די קראקאדיל טרערן און געגעבן פאר'ן ינוקא זיין ערליך פארדינטן אנערקענונג און זיך געשטעלט אויפ'ן זייט פון רבונו של עולם, אויפ'ן זייט פון דעם נרדף, איז עס א געוואונטשענע ערשיינונג.



נאכאמאל ווער איז די נדרף ? ווייסט בכלל וואס מיינט נרדף ?
קומט פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן ער באקומט א ירושה ער איז גליקלעך ביז גאר א געוואלדיגע סורפרייז
זיין עלטערע ברידער כ"ק הרה"צ המפורסם רבי מרדכי שלום יוסף מסאדיגורא שליט"א וואס האט געבויט סאדיגורה בשעת זיין טאטע איז געזעצן אין לאנדאן און געמאכט ביזנעס האט ער געשוויצט אז די נאמען סאדיגורה זאל ווייטער בליען וואס יעדער איינער איז מודה אז דאס וואס סאדיגורה איז היינט איז אים צו פארדאנקען זיין זיידע די עקבי אבירים האט אים ליב געהאט אן א גבול און ארויפגעלייגט אויף אים זיינע שליחותן און ער האט געשוויצט פאר דעם
קומט א יונגע ראצער וואס אין אזויגערופענע צוואה כאפט ער אוועק א הויף וואס בדרך היושר קומט זיך עס נישט פאר אים וואס ער האט גארנישט געטון פאר דעם
חז"ל זאגן שוין אז כבוד פארברענט א מענטש ער איז עובר אויף אלע עבירות פארדעקט אינטער דעם נאמען צוואה ... ער באגייט רציחה צו זיין געטרייע מאמע און זיינע געשוויסטער לאזט נישט זיין ברידער לעבן במנוחה אין ירושלים גייט אין בית המשפט אלעס וויל ער פון אים פארכאפן לאזט זיינע חסידים טיען אלע רשעות אקטן ער איז גאר די נרדף ????

אדמו"ר מסאדיגורא פון ירושלים איז א סימבאל פון א איד וואס זיין טאטע האט אים באגראבן זיין יונגערע ברידער וואס ער וואלט געקענט זיין זיין טאטע פרובירט אים מיט אלע כוחות צו באגראבן און ער שווייגט גייט אן ווייטער מיט זיין עבודת הקודש ער גייט אריין אין היסטאריע אלץ א מענטש וואס וועט נישט ווערן צופאלן פאר קיין געלט אין די וועלט ער לערנט א לימוד פאר אנדערע אז ענדערש זיי די די נרדף און נישט די רודף ס'איז ביי מיר קלאר אז סוף הכבוד לבא
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

"וואס דער טאטע האט געטון מיט'ן עלטסטן זון הרב משי איז א רשעות און אכזריות"

זייט מיר מוחל @רימון, דיין אנאלאסיס אויף די אינגע בחנטע אינגערמאן קלאפט נישט. זיסקייט, דיין טאטע האט דיר אריינגעריקט א ירושה וואס הייבט נישט אן זיין קולע אל השכל און די כאפסט עס אן, ביסטו נישט קיין נרדף. ביסט א ביזנעסמאן וואס הרגט זיך פאר עפעס וואס קומט זיך אים על פי תורה אבער על פי שכל מאכט עס נישט קיין סענס! ער מעג טאקע, אלעס פיין און וואויל, אבער ער איז נישט קיין נרדף.. איז נישט דאס די טייטש פון נבל ברשות תורה? אדער ווי חזל זאגען למה חרבה ירושלים? מפני שהעמידו דבריהם על דברי תורה. ס'איז זיכער נישט קיין נאבעלע אויפירונג ווען ס'איז נאר געלט און באלאנס. על אחת כמה וכמה ווען די מחלוקה איז אויף רבנות און רוחניותדיגער שררה.

וואס יא? די מאמע מיט די טאטע האבן זיך פיין deserved איינער די צווייטער. וויאזוי זי פירט זיך אויף און וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט. זייער צוויי עפלעך זענען אויך נישט ווייט פון בוים. האדיא-א-מי-אוי-וועלא. א רחמנות אויף ביידע קהלות.

למעשה האב איך חומר אויף מחשבה. אויב די טאטע האלט אז די עלטערע זון טויג נישט, (אדער סתם אז די אינגערע איז אסאך בעסער..) אזוי איז זיין דעת תורה. האט ער דאך לכאורה געטון גוט מיט אויפנעמען זיין אינגערע.

דא אויף קאווע שטיבל פארגיסט מען טאכן טרערען אויף די פאקט אז רבנות גייט בירושה. קומט א טאטע און זאגט איך גיי נישט מיט ירושה, פארשרייט מען אים? מען דארף אים ווען אפאלאדירן.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
תפארת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 11:08 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

שליחה דורך תפארת »

בעל דרשן האט געשריבן:נאכאמאל ווער איז די נדרף ? ווייסט בכלל וואס מיינט נרדף ?
קומט פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן ער באקומט א ירושה ער איז גליקלעך ביז גאר א געוואלדיגע סורפרייז
זיין עלטערע ברידער כ"ק הרה"צ המפורסם רבי מרדכי שלום יוסף מסאדיגורא שליט"א.........................

אההה! ווער רעאגירט דא! כדארף שוין [נישט] ליינען ווייטער...
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

לענ"ד זענען קיינער פון די צוויי סאדיגורא נרדפים, זיי זענען ביידע רודפים .
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

ווען מען רעדט וועגן דער גר'ר ר"י איז נישט נאר דער עולם האט ליעב א נרדף ער האט אויך וואס צו פארקויפען. אין די פאר טעג וואס ער איז דא געוועהן האט ער גערעדט צעהן מאהל מער ווי דער גר'ר רבי האט גערעדט זייט ער איז רבי. און מוז זיין אז ער זאגט גוט
דער עולם טרונקט מיט דארשט זיינע ווערטער
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאלאצ'ינטא: איך האב איהם געהערט רעדן אין ..."שיינער'ס"...שול אין מאנסי. ער רעדט זייער קלאר. און לענין. ס'ציעט צו הערן זיינע דרשות. לעומת דעם אפיציעלער רבי'ן. ער האט זייער שוואכע סחורה צו פארקויפן. מהאי טעמא זענען זיך זיינע כלבים (כלבין דחציפין) גובר. ווייל זיי האבן מורא פאר זייער פאזיציע...!
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

בעל דרשן האט געשריבן:
רימון האט געשריבן:דער סוקסעספולער שבת אין סאדיגורה דארף ציען א שטריך צום סוקסעספולן שבת אין גער. ביידע האבן אין טייל ענליכע געשיכטעס. אויך דער סאדיגורער רבי איז א נרדף פאר וועמענס בלוט מיר דארפן זיך אננעמען.

דער סאדיגורער רבי האט מיטגעלעבט גאר שווערע צייטן במשך די לעצטע צוויי יאר. אנגעהויבן מיט דעם וואס זיין פאטער ע"ה האט אים (קאלטבלוטיג) אריינגעלייגט אין אן אוממעגליכע סיטואציע אן אויסבעטן די באדן דערפאר. ס'זאל קיין שום 24 יעריגער יונגערמאן זיך נישט דארפן טרעפן אין אזא פאזיציע, פארלירן דעם טאטן, איבערנעמען א גאנצע קהלה אן קיין שום צוגרייטונג און אן די מאראלישע שטיצע פון זיינע נאנטסטע.

דער סאדיגורער רבי, א יונגער, איידעלער, ערליכער יונגערמאן לויט אלע דעות, שטייט אויס ביטערע בלוט צאפענישן דורך נישט קיין אנדערער ווי זיין מאמע און זיינע ברודער. עס האט נאך קיין פרומע מאמע דאס נישט געטון צו אן אייגן קינד ווי ווייט ס'געדענקט זיך, אלעס מיט תירוצים שוא ווייל מ'לאזט איר נישט אריין אין א ספרים שטוב.

אז יהדות הגולה, פון וועמען איך בין שטאלץ צו זיין א טייל, האט דורכגעזען די ליידיגקייט פון די קראקאדיל טרערן און געגעבן פאר'ן ינוקא זיין ערליך פארדינטן אנערקענונג און זיך געשטעלט אויפ'ן זייט פון רבונו של עולם, אויפ'ן זייט פון דעם נרדף, איז עס א געוואונטשענע ערשיינונג.



נאכאמאל ווער איז די נדרף ? ווייסט בכלל וואס מיינט נרדף ?
קומט פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן ער באקומט א ירושה ער איז גליקלעך ביז גאר א געוואלדיגע סורפרייז
זיין עלטערע ברידער כ"ק הרה"צ המפורסם רבי מרדכי שלום יוסף מסאדיגורא שליט"א וואס האט געבויט סאדיגורה בשעת זיין טאטע איז געזעצן אין לאנדאן און געמאכט ביזנעס האט ער געשוויצט אז די נאמען סאדיגורה זאל ווייטער בליען וואס יעדער איינער איז מודה אז דאס וואס סאדיגורה איז היינט איז אים צו פארדאנקען זיין זיידע די עקבי אבירים האט אים ליב געהאט אן א גבול און ארויפגעלייגט אויף אים זיינע שליחותן און ער האט געשוויצט פאר דעם
קומט א יונגע ראצער וואס אין אזויגערופענע צוואה כאפט ער אוועק א הויף וואס בדרך היושר קומט זיך עס נישט פאר אים וואס ער האט גארנישט געטון פאר דעם
חז"ל זאגן שוין אז כבוד פארברענט א מענטש ער איז עובר אויף אלע עבירות פארדעקט אינטער דעם נאמען צוואה ... ער באגייט רציחה צו זיין געטרייע מאמע און זיינע געשוויסטער לאזט נישט זיין ברידער לעבן במנוחה אין ירושלים גייט אין בית המשפט אלעס וויל ער פון אים פארכאפן לאזט זיינע חסידים טיען אלע רשעות אקטן ער איז גאר די נרדף ????

אדמו"ר מסאדיגורא פון ירושלים איז א סימבאל פון א איד וואס זיין טאטע האט אים באגראבן זיין יונגערע ברידער וואס ער וואלט געקענט זיין זיין טאטע פרובירט אים מיט אלע כוחות צו באגראבן און ער שווייגט גייט אן ווייטער מיט זיין עבודת הקודש ער גייט אריין אין היסטאריע אלץ א מענטש וואס וועט נישט ווערן צופאלן פאר קיין געלט אין די וועלט ער לערנט א לימוד פאר אנדערע אז ענדערש זיי די די נרדף און נישט די רודף ס'איז ביי מיר קלאר אז סוף הכבוד לבא

איך פארשטיי נישט ווי אזוי האסטו געהאט צייט צו שרייבן, בו בזמן וואס האסט דאך געהאט א קינד למזל טוב....
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

לץ שבין הלצים
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: א שבת פאר'ן נרדף

שליחה דורך פאליטיקאנט »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:
דא אויף קאווע שטיבל פארגיסט מען טאכן טרערען אויף די פאקט אז רבנות גייט בירושה. קומט א טאטע און זאגט איך גיי נישט מיט ירושה, פארשרייט מען אים? מען דארף אים ווען אפאלאדירן.


טאקע אויף דאס וויינט מען, אז די טאטע האט שוין יא געהאלטן אז די עלטערע זון טויגט נישט, נו דאן גיב עס איבער פאר אן אדם גדול הראוי לאותה איצטלא, עס געבן פאר א 24 יעריגע יונגערמאנטשיק (וואס קיינער ווייסט נישט אויב ער טויגט יא) איז שפיץ ירושה צודרייטקייט! ער פארשטייט אז ס'גייט נישט טויגן, אבער דאך וויל ער ס'זאל איבערגיין פאר זיינע דורות בירושה.
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

גערעכט אז א פולקאמע לעזונג איז עס נישט אבער אויף עטוואס א פארבעסערונג ווייזט עס יא.

אוודאי אין א עולם התיקון האט הנהגה גארנישט צוטאן מיט א לעצטע נאמען אדער ווער יענעמס פאטער איז, אבער א רבי וואס איז ווארשיינליך יא געווען איינגערעדט אין די מיסטישע כוחות וואס אפילו א בעזים באקומט אויב באיזה אופן ווערט עס א רבי און דאך האט ער צווישן די קינדער אויסגעקליבן דער וואס ער האלט איז פאסיג איז עס א נחמה פורתא.

אסאך רבי'שע עלטסטע קינדער האבן אנגעהויבן צו שוויצן נאך די סאדיגורה ממלא מקום פרשה, ס'הייסט עס איז נישט פארזיכערט? עס איז דא א שאנס אז אויב זיין ברודער וועט זיך אויפפירן בעסער פון איהם וועט ער באקומען די רבי'סטעווע? פאר דעם אליינס האט זיך עס געלוינט.

געדענק, טויש אויפן פאפיר קען ווערן געשריבן אין איין בלויזן פאראגראף אבער אין רעאליטעט ארבעט עס נישט אזוי, און יעדע קליינע בעבי טריט וואס פירט אין יענע דירעקציע איז באגריסענד.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
פארשפארט