געדאנקן האט געשריבן:קען זיין סאיז שוין געווען דא
https://m.facebook.com/groups/761801687 ... 023990623/
זייער שטארק, מען דארף דאס איינבינדען אין א לעידערנע דעקל און עס געיבן פאר יעדע כלה ביים שבע ברכות.
געדאנקן האט געשריבן:קען זיין סאיז שוין געווען דא
https://m.facebook.com/groups/761801687 ... 023990623/
געדאנקן האט געשריבן:קען זיין סאיז שוין געווען דא
https://m.facebook.com/groups/761801687 ... 023990623/
שמעקעדיג האט געשריבן:קענסט ברענגען א קאפיע דא? איך האב נישט קיין פעיסבוק אקאונט.געדאנקן האט געשריבן:קען זיין סאיז שוין געווען דא
לכבוד רעביצין פרימטשא לערנער תליט"א,
שלום וברכה!
איך שרייב צו אייך איבער אן ענין וואס איך ווייס אז איר וועט נישט פארשטיין קיין איין ווארט וואס איך רעד, און איר וועט האלטן אז איך בין א שגץ, אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן, עס ברענט אין מיר און איך מוז מיך אויסגעבן.
לאמיך אייך דערציילן וואס ס'גייט פאר. ביי יענקעל און לאה (אומ)גליק איז ליידער זייער ביטער, יענקל - א וואוילער אינגערמאן, א נהנה מיגיע כפו, האט א שיעור יעדן טאג, באמת א חשוב'ער אינגערמאן - איז ליידער אדורכגעפאלן! ער האט נישט געקענט ביישטיין זיינע נסיונות און ער האט געטוהן אן עבירה מיט א פרעמדע פרוי! נאך ערגער, זיין ווייב לאה - א וואויל ערליך ווייבל מיט אלע מעלות, א בעלת מדות, קלוג, בא'טעמ'ט, גוד לוקינג - איז געוואר געווארן! און יעצט איז דארט חושך ואפלה, לאה וויל אים איבערלאזן, און יענקל שרייט אז אמת ער איז אדורכגעפאלן אבער פון היינט און ווייטער וועט ער שוין זיין וואויל.
יענקל איז מיין גוטע חבר און לאה איז מיין ווייב'ס חברטע, ממילא בין איך און מיין ווייב טיעף אריינגעמישט צוריקצושטעלן דאס אידישע שטוב. נאכן זיין פארנומען דערמיט אפאר וואכן בין איך געקומען צו די החלטה אז איר - יא, איר רעביצין פרימטשא - זענט שולדיג!
וועט איר אודאי פרעגן, איך? איך בין שולדיג? איך ווייס אפילו נישט ווער יענקל און לאה (אומ)גליק זענען! ווי אזוי קען איך זיין שולדיג אז יענקל האט זיך נישט געקענט איינהאלטן? איך גיי אנגעטוען צניעות'דיג, איך פיר מיך זייער איידל, ווי אזוי בין איך שולדיג?
א גוטע קשיא לכאורה, און וועל איך אייך טרייען צו פארענטפערן (און דא הייבט זיך אן די part וואס איר וועט נישט פארשטיין). לאה האט פאר די חתונה געהייסן לאה איידליס, איר געדענקט איר? זי איז געווען א פיין חשוב מיידל פון א פיינע משפחה. פאר איר חתונה האט איר טאטע - גאנץ א קנאפע פארדינער - ארויסגענומען אפאר שווער אויסגעהארעוועטע הונדערטערס און עס אייך געגעבן כדי איר זאלט געבן פאר זיין טאכטער "כלה שיעורים". יעצט געדענקט איר שוין ווער לאה איז?
לאה האט ביי אייך געדארפט לערנען ווי אזוי מ'דארף אויפשטעלן א אידישע שטוב, דערווייל אבער האבן אייערע שיעורים אונטערגעברענגט איר שטוב!
יענקל איז א מאן, און א מאן דארף די הייליגע מצוה! פשוטו כמשמעו, ביי לאה אין די אויגן איז ער א pig, פארוואס? ווייל איר האט געלערנט אז די הייליגע מצוה האט מען צוויי מאל א וואך, דינסטאג און שבת, און יענקל וויל אסאך מער פון דעם, און ער באקומט עס נישט פון זיין ווייב!
פרימטשא טייערע, אפשר קענט איר מיר געבן צו פארשטיין פארוואס איר לערנט דאס מיט כלות? דאס איז זאכן וואס ס'איז געזאגט געווארן פאר צדיקים וקדושים, נישט פאר ערליכע אינגעלייט וואס ארבעטן א גאנצן טאג אין מאנהעטן און זעהען זיך אן מיט שיינע נקיבות! וואס זאל א אינגערמאן טוהן ווען ער איז א גאנצן טאג ארומגענומען מיט הערליכע נקיבות און ער ווערט הייס? אין א נארמאלע וועלט וואלט ער אהיים געקומען צו זיין ווייב און זיך אויסגעגעבן, אבער לאה שרייט ניין! ס'איז מיטוואך היינט, דארפסט ווארטן נאך צוויי טעג! ומה יעשה הבן שלא יחטא???
בכלל, ווי קומט דאס געלערנט צו ווערן מיט מיידלעך? פארוואס לערנט איר נישט מיט זיי הלכות תפלין? זייט ווען איז דאס נוגע פאר פרויען? דאס איז א ענין פאר מענער, א מאן וואס קען, איז א מידת חסידות/חומרא/ענין אזוי צו טוהן, דאס דארף מען לערנען מיט מענער (אויב מיט זיי יא, אין די היינטיגע וועלט, אבער לאמיר זאגן אז יא) א מאן פארשטייט די חילוק פון א ענין, א חסידות, צו אן עבירה און א איסור כרת, משא"כ ביי רוב פרויען איז אלעס די זעלבע, א חומרא אדער א כרת ביידע טאר מען נישט קיינמאל, א מאן אויב ער קען וועט ער איינהאלטן חומרות זה בכה וזה בכה, יעדער האט זיך זיינע ענינים וואס ס'איז פאר אים געאייגענט, און אויב א מאן קען נישט איינהאלטן די חומרא פון צוויי מאל א וואך (וואס איך האלט אז היינט "טאר מען נישט" איינהאלטן די חומרא) האט ער אלע רעכטן (און ער איז מחויב) דאס נישט איינצוהאלטן!
יעצט אבער, די כלה טיטשער האט דאך געזאגט אז מען טאר נישט! דאס ווייב וויל נישט ברענען אין גהינם, אפשר זאגט איר מיר וואס אזא מאן זאל טוהן?
פאר רוב מענער איז די הייליגע מצוה צוויי מאל א וואך נישט גענוג, 4-5 מאל א חודש איז א געלעכטער, יא, א מאן דארף אסאך מער פון דעם, און ער האט אלע רעכטן עס צו באקומען!
איי וועט איר מיר זאגן "פאר מיין מאן איז עס גענוג, פארוואס קען נישט יענקל זיין אזוי ווי אים"? זאלט איר וויסן, אדער איז אייער מאן א צדיק גמור א פרוש א קדוש, אדער זענט איר א רשע'נטע אז איר געט נישט פאר אייער מאן וואס קומט זיך אים ערליך!
לאמיר גיין אביסל ווייטער, וואספארא חורבן איר מאכט. יענקל טענה'ט אז די הייליגע מצוה מיט זיין ווייב איז בארינג, נישט ער enjoyed און נישט זי, זי קוקט אן דאס גאנצע זאך פון די הייליגע מצוה ווי א גוי'אישע זאך, איר האט איר קיינמאל נישט געלערנט אז די הייליגע מצוה איז א גוטע זאך, די הייליגע מצוה ביי איר איז א זאך וואס מ'מוז "ליידער" טוען, ווי אזוי האט איר געזאגט ביי דעם שיעור? "מ'דארף אמאל טוהן זאכן וואס מ'פארשטייט נישט!" איר הערט ווערטער??? אנשטאט מסביר זיין אז די הייליגע מצוה איז א זאך וואס דער אייבערשטער האט געמאכט אז מאן און ווייב זאלן זיך ליב האבן, ס'זאל בויען א קשר צווישן זיי, ס'זאל ברענגען שלום בית, איז עס א זאך וואס איז גוי'איש און מ'פארשטייט נישט! איך האלט באמת אז איר האט טענות אויפן רבש"ע פארוואס ער האט באשאפן אזא מין עקלדיגע זאך ווי די הייליגע מצוה! ווען איר זענט ג-ט וואלט איר עס נישט געמאכט! נאך א מזל איר זענט נישט ג-ט...
איר האט מסביר געווען פאר לאה אז מ'דארף מתפלל זיין פאר מ'טוט די הייליגע מצוה אז מ'זאל האבן גוטע קינדער, אמת ס'איז דא אזא "ענין", אבער וואס זאל יענקל טוען אז א האלבע שעה פאר ער טוט די הייליגע מצוה נעמט זיך זיין ווייב זאגן אלע תפלות, זי וויינט ווי א ערליכע ווייבל... וויפיל חשק קען מען האבן צו די הייליגע מצוה נאכדעם? פארשטייט זיך אז זי פארלאנגט אז יענקל זאל אויך אזוי מתפלל זיין, איר האט דאך געזאגט אז ס'איז א בחינה פון זה עומד בזוית זו וזו עומדת בזוית זו, אבער יענקל קען נישט, ער איז יעצט הייס, ער דארף די הייליגע מצוה, ער האט יעצט נישט קיין געדולד מתפלל צו זיין... ער דאווענט דריי מאל א טאג און דעמאלס איז ער מתפלל, אבער דאס ווייב פארלאנגט, שטייט יענקל מיט א זאגער און זאגט זאכן וואס ער האלט נישט דערביי כדי זוכה צו זיין צו האבן די הייליגע מצוה! וואספארא טעם האט דאס נאכדעם? ומה יעשה הבן שלא יחטא???
לאמיר גיין ווייטער. לאה טוט זיך אויס אונטער די דאכענע און געט אכט אז ס'זאל נישט זיין אפן קיין איין אבר, נישט אזוי האט איר געזאגט? ס'איז געווען א צדיקת וואס האט געהאט גוטע קינדער ווייל די ווענט פון איר שטוב האבן קיינמאל נישט געזעהן איר בשר! what a turn on for a man!
אפשר פארציילט איר מיר אין וועלכע תורה דאס שטייט? ווי אין שו"ע ווערט עס געברענגט? סך הכל זאגט די גמרא אז רבי אליעזר היה מגלה טפח ומכסה טפח כדי זי זאל זיין צוגעדעקט, יעצט זייט מיר מסביר איז יענקל אזוי הייליג ווי רבי אליעזר אז איר האט געהאט די רעכטן אזוינס צו פארלאנגען פון זיין לאה?
ווער האט אייך געגעבן רשות איר איינצוטיילן וויאזוי זיך צו פירן אין איר פריוואטע לעבן? און אויב איר קענט שוין יא א שטיקל שו"ע, דאן פארוואס האט איר נישט פארציילט פאר לאה אז די שו"ע פירט דארט אויס 'ובעל נפש יזהר' אז איינער וואס קען און ער איז א געהויבענע איד זאל זיך אזוי פירן? פארוואס דרייט איר איר א קאפ אז "יעדער" "מוז" זיך אזוי פירן?
לאה האט איין וועג פון טוהן די הייליגע מצוה, זי האלט נישט ביים זיין א גוי'טע און טוהן זאכען וואס מ'טאר נישט, און די כלה טיטשער האט געזאגט אז די מאן קומט אויבן, that's it and that's all. יענקל וויל טרייען אנדערע זאכן, אבער ניין, די כלה טיטשער לאזט נישט!
קענט איר מיר אפשר זאגן פארוואס איר לערנט נישט מיט די כלות דעם רמב"ם אז א מאן מעג טוהן מיט זיין ווייב מה שלבו חפץ? אין אידיש מיינט דאס "וואס זיין הארץ באגערט", יא, אלעס!
ווען זענט איר געווארן אזא ת"ח צו פסק'נען אזאנע שאלות? פארוואס ווייסט איר נישט אז אסאך זענען מחולק מיט דעם? צו ווייסט איר נישט אז מיר פסק'נען אז נאר פאר'ן ווארטן איז מען אויף דעם מקפיד און אסאך האלטן אז ניטאמאל דעמאלס?
איך ווייס, ס'איז דא וואס האלטן אז מ'טאר נישט, אבער יענקל וויל נישט האלטן דעם חומרא, און ער איז נישט מחוייב! חומרות קען מען זיך וועלן וואס מ'וויל, פארשטייט זיך יענקל באקומט נישט וואס ער וויל, ומה יעשה הבן שלא יחטא???
לאה האט ביי אייך געלערנט אז מ'דארף טראכטן בשעת מעשה פון צדיקים וקדושים. איך ווייס אז ס'שטייט, אבער קענט איר מיר אפשר זאגן ווי אזוי מ'זאגט אזא זאך פאר א פשוט'ע תמימות'דיגע פרוי וואס נעמט אלעס אן בכל חומר? ווי אזוי קען זי הנאה האבן פון די הייליגע מצוה אזוי? ווי אזוי קען איר מאן הנאה האבן ווען ער ליגט מיט א פרוי וואס טראכט פון צדיקים? מיין ווייב טראכט בשעת מעשה פון איין צדיק, פון מיר! ווי אזוי זי קען מיך מאכן הנאה האבן מער, און איך טראכט פון איין צדיקת, פון מיין טייערע ווייב, אבער לאה טראכט פון גאר אנדערע זאכן! ומה יעשה הבן שלא יחטא???
מ'דערציילט אויף איינע פון די צדיקים אז ער האט זייער מקיל געווען יוהכ"פ פאר מענטשן וואס האבען זיך נישט גוט געשפירט און זיי געלאזט אויספאסטען, ווען מ'האט אים געפרעגט היתכן ער איז אזוי מקיל האט ער גענטפערט איך בין נישט מקיל, איך בין מחמיר אין די מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!
ניין רביצין, איר זענט נישט מחמיר, איר זענט מקיל אינעם איסור פון "לא תנאף"!
איך וויל מיט אייך לערנען א שטיקל שו"ע בחברותא: די הייליגע שו"ע אין אבן העזר זאגט: ויכול לעשות עם אשתו כל מה שירצה, בועל בכל עת שירצה, ומנשק בכל אבר שירצה, בא אליה בין כדרכה ובין שלא כדרכה.
אה, איר קענט נישט קיין לשון קודש? העל איך אייך עס מסביר זיין אויף אידיש: א מענטש מעג טוהן מיט זיין ווייב וואס ער וויל, אין וועלכע צייט ער וויל, ער מעג קושן יעדער אבר פון איר, און ער מעג איר בועל זיין אויף יעדע סארט אופן!!!
און אזוי פסק'נט טאקע דער הייליגער רמ"א אויף וועם מיר פארלאזן זיך אויף אלע אונזערע הלכות!
איר הערט קלארע ווערטער פון שו"ע אדער איר זענט טויב???
ווייטער זאגט דער שו"ע, אפילו מען מעג די אלע אויבנדערמאנטע היתרים, אבער ווער עס הייליגט זיך מיט די זאכן וואס מען מעג דער איז הייליג. זאגן אויף דעם די ספרים הקדושים פשט, אז ווער עס וויל זיך הייליגן זאל טוהן אלעס וואס מען מעג און נישט מחמיר זיין!
און וואס לערנט איר מיט אונזערע קינדער? איר קריגט זיך מיט'ן הייליגן שו"ע ? איר קריגט זיך מיט אלע צדיקים וקדושים?
לאמיך אייך דערציילן אביסל ווי אזוי ס'גייט ביי מיר. איך בין א אינגערמאן וואס מ'רופט אן עווריטש, אפשר אביסעל ווייניגער פון עווריטש, ווען איר הערט אז איינער האט מזנה געווען וואלט איר געטראכט אז ס'איז איך און נישט יענקל, יענקל איז אסאך ערליכער פון מיר. אבער ניין, איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט צו טוהן מיט א צווייטן, און יא, כ'האב שוין געהאט די אפערטוניטי!
פארוואס טאקע? אלעס איז צו פארדאנקען מיין טייערע ווייב שיינדי תחי'.
איר געדעקט שיינדי'ן, ניין? זי האט אויך געלערנט ביי אייך, אבער שיינדי - sorry to disappoint you - האט ארויסגעווארפן אלעס וואס איר האט מיט איר געלערנט!
שיינדי מאכט זיכער אז איך בין העפי, אונז האמיר די הייליגע מצוה כמעט יעדע נאכט!
אונז שלאף מיר צוזאמען זייער אסאך (מיר האבן ליידער ליידער גרעסערע בעטן ווי די 42 inch וואס איר לאזט) איך ווייס איר האט געלערנט אז מ'טאר נישט, אפשר קענט איר מיר זאגן ווי עס שטייט? פארוואס טאר מען נישט? אה איך ווייס, שלאפן צוזאמען קען חלילה וחס צוברענגען אז מ'זאל האבן די הייליגע מצוה א גרינעם מיטוואך נאכט! ליידער האט עס שוין פאסירט ביי אונז... איר ווייסט אבער וואספארא נאנטשאפט עס ברענגט ווען מען שלאפט אינאיינעם? איר וועט אין אייער לעבן נישט פארשטיין וואספארא אהבה ס'ברענגט ווען מ'וועקט זיך אויף אינמיטן די נאכט און מ'האלט אינמיטן האבן די הייליגע מצוה ווען ביידע געדענקען ניטאמאל ווי אזוי ס'האט זיך אנגעהויבן, איר ווייסט וואס ס'מיינט צו באקומען 4 אזייגער אינמיטן שלאף פונעם ווייב א קוש מיט אן I love you סתם אזוי? און איר ווילט נאך פארשטיין ווי אזוי איך פאל נישט דורך?
ביי שיינדי איז נישט דא אזא זאך אז איך זאל אוועקגיין פון שטוב אוון נישט באקומען א האג און א קוש און מיר זאגן I'll miss you. איך ווייס איר האט געזאגט אז מ'טאר זיך נישט קושן סתם אזוי, טאקע א שיינע חומרא, אבער צו ווייסט איר אז אין שלחן ערוך שטייט אז ביום הוסת מעג מען האבן חיבוק ונישוק? חיבוק ונישוק איז טייטש האגן און קישן, יא, אזוי שטייט אין שולחן ערוך, פאר וועם מיינט איר אז ס'שטייט דארט? פאר גויים? איך ווייס ס'איז דא א ענין מ'זאל נישט, אבער איר ווייסט וואס ס'מיינט פאר מיר? איך ווייס איך האב א ווייבעלע וואס האט מיך ליב, וואס ווארט שוין קוים איך זאל אהיימקומען, וואס פייגערט פאר מיר, און איר ווילט נאך פארשטיין ווי אזוי איך פאל נישט דורך?
איבערן טאג שיקט מיר שיינדי - און איך שיק איר - שיינע texts און emails, ווי שטארק זי האט מיך ליב וכו', אמאל א שיינע פיקטשער, איך ווייס אז איר האט געזאגט אז מ'טאר נישט רעדן ניוול פה מיט די אפילו מיט די מאן, אבער קענט איר זיך פארשטעלן וואס ס'מיינט פאר מיר אינמיטן א שווערע טאג ארבעט צו באקומען א text פון מיין ווייב אז זי קען קוים ווארטן איך זאל אהיימקומען? איר ווייסט וואס ס'מיינט פאר מיר ווען מיין ווייב קאלט מיך אן אינמיטן דיעלן מיט א שווערע קאסטומער און זי זאגט מיר אז זי איז הייס פאר מיר? און איר ווילט נאך פארשטיין ווי אזוי איך פאל נישט דורך?
ווען איך קום אהיים ווארט מיך שיינדי אפ אנגעטוהן שיין און שמעקעדיג, מיט א מעכטיגע האג און קיש, וואס אסאך מאל ענדיגט זיך עס מיט א הייסע הייליגע מצוה (יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס מ'טאר זיך נישט קושן סתם אזוי...) יא איך ווייס, זומער איז נאך ליכטיג ווען איך קום אהיים און איר האט געזאגט אז מ'טאר נישט האבן קיין הייליגע מצוה בייטאג (פון וואו איך ווייס? ווייל יענקל זאגט אז ווען איין דינסטאג האבן זיי נישט געטון די הייליגע מצוה ביינאכט משום איזה סיבה, און ער האט געוואלט האבן די הייליגע מצוה מיט זיין ווייב צופרי, האט זי גע'טענה'ט אז די כלה טיטשער האט געזאגט אז מען טאר נישט... נעבעך יענקל, יענע וואך האט ער געהאט נאר איינמאל די הייליגע מצוה). אבער ס'איז דא אן עצה דערצו, אין שולחן ערוך שטייט תלמיד חכם מאפיל בטליתו! פארוואס האט איר עס נישט אויסגעזאגט פאר לאה??? בכלל יענקל איז נישט קיין תלמיד חכם, סא וואו שטייט אז ער טאר נישט אפילו אפענערהייט? נאך מער, יעדער וואס לערנט אביסל ווייסט אז ס'איז בטל געווארן דין תלמיד חכם! און אפילו ווען נישט, שטייט עפעס תלמידות חכמת? ס'איז אן הלכה פאר'ן מאן נישט פאר די פרוי, און פונקט ווי איר לערנט נישט מיט די כלות קיין הלכות תפלין, אזוי דארפט איר נישט לערנען הלכות די הייליגע מצוה בייטאג!
קענט איר מיר מסביר זיין פארוואס איר לערנט נישט מיט די כלות זיך אנצוטון שמעקעדיג פאר די מאן? - איך גיי נישט יעצט אריין אין הלכות צניעות אויפן גאס - אבער אין שטוב? א מאן זיצט מיט שיינע באפוצטע פרויען יעדן טאג אנגעטון הערליך און ער קומט אהיים צו א פרוי מיט א דאסטער און טורבאן, וואס ווילט איר פון אים נאך האבן? ווי אזוי קען ער נישט דורכפאלן? לערנט מיט אייערע כלות זיך צו קויפן שיינע אומ'צניעות'דיגע קליידער פאר'ן מאן, א יעדע פרוי, נישט קיין חילוק צי זי גייט אויפ'ן גאס מיט א שפיצל, פראנט, שייטל, העט וכו', זאל זיך קויפן א שיינע שייטל פאר'ן מאן, דאס דארף זיין אייער שיעור! נישט אז מ'דארף זיין צניעות'דיג אפילו אין שטוב...
מיין ווייב שיינדי פירט זיך טאקע אזוי, און איר מעגט וויסן, איך ווארט שוין קוים יעדן טאג אהיימצוקומען! איך ווייס אסאך פון מיינע חברים קענען נעבעך ענדערש באשטיין צו בלייבן אין די ארבעט און נישט אהיימגיין צי זייערע פארשלאכעטע ווייבער וואס ווייסן נישט בעסער... אבער איך קען קוים ווארטן אהיימצוגיין, און ס'מאכט זיך אפילו טעג וואס איך לאז אלעס איבער און איך גיי אהיים פריער פון די ארבעט סתם ווייל איך וויל שוין אהיימגיין, און איר ווילט נאך פארשטיין ווי אזוי איך פאל נישט דורך?
שיינדי און איך גייען ארויס לכה"פ איין מאל א וואך. אמת, איר האט געזאגט א גאנצע שיעור איבער "אשרי יושבי ביתך", א ערליכע קאפל גייט נישט ארויס סתם אזוי וכו', איך רעד נישט דא צו גיין אין טיאטער (וואס אסאך מענער גייען אליין ווייל זייערע ווייבער ווילען נישט מיטגיין) אבער פארוואס נישט גיין צו א כשר'ע רעסטוראנט מיט א גוטע הכשר? גיין שפילן באולינג וכו'? וואס איז די איסור? ארויסגיין אינאיינעם ברענגט נאנטשאפט! פארוואס? איך ווייס נישט, אבער אזוי איז עס! אונז גיי מיר ארויס at least איין מאל א וואך, און ווען מען קומט אהיים גייט א רויך (אפשר טאקע וועגן דעם טאר מען נישט ארויסגיין ווייל מ'קען ח"ו צוקומען צו טוהן די הייליגע מצוה א פלעינע מאנטאג, אבער איר קענט מאכן א תקנה אז מ'מעג נאר ארויסגיין דינסטאג...) און איר ווילט נאך פארשטיין ווי אזוי איך פאל נישט דורך?
שיינדי און איך גייען וויקעשאן פון צייט צו צייט, ס'מוז נישט זיין פלארידע, אמאל מער לאקעל אמאל ווייטער. איך ווייס אז איר לאזט נישט, אשרי יושבי ביתך וכו', אבער איר וועט קיינמאל נישט פארשטיין וואספארא נאנטשאפט ס'ברענגט אוועקצוגיין פאר צוויי טעג מאן און ווייב אן קיינעם, אן אלע יעדע טאגעדיגע דאגות, just me and her, מ'פארברענגט א גאנצן טאג אינאיינעם, מ'שמועסט, מ'שפילט, מ'גייט שאפינג, און יא, מ'טוט די הייליגע מצוה, און מ'קומט אהיים אויסגערוהט מיט א שטערקערע קשר! און איר ווילט נאך פארשטיין ווי אזוי איך פאל נישט דורך?
שיינדי וויל נישט נעמען ניין פאר אן ענטפער! זי פארלאנגט די הייליגע מצוה כמעט יעדן טאג, אבער נאך ווי! יעדע מין וועג, יעדע פאנטאזיע, אלעס! יא אויך "אלע" זאכן וואס איר לאזט נישט, און איך קען נישט זאגן ניין!
אוי איז שיינדי א קלוגע פרוי. יא, זי האט זייער ליב די הייליגע מצוה - א יעדע פרוי האט ליב ווען דער מאן ווייסט וואס צו טוהן, און די פרוי פארגעסט אלע שטותים וואס איר האט געלערנט - אבער מער פון אלעס מאכט זי אז איך זאל נישט אדורכפאלן, צוליב צוויי סיבות:
איינס, נאך א נאכט פון א געלונגענע מצוה וועט קיין שום נארמאלע מענטש נישט גיין זינדיגן, ער איז סעטיספייט, ער האט באקומען וואס ער דארף, ער האט עס בדרך היתר, פארוואס גיין זוכן בדרך איסור? שיינדי וועט אסאך מאל מיך מאכן קומען 2-3 מאל א נאכט, נא? מיינט איר אז איך האב נאך כח דעם נעקסטן טאג צו גיין מיט א צווייטן?
צווייטענס, ווען איך זעה וואספארא אשת חיל איך האב, און ווען איך פיל אזא הכרת הטוב צו איר, און ווען איך האב איר ליב מער פון אלעס, "קען" איך נישט גיין מיט א צווייטן, אפילו ווען איך וויל! ניין, איך קען נישט!
אויף איר זאגט די גמרא נשים במאי קא זכיין וכו' שמצילות את בעליהן מן החטא!
"די" גמרא דארפט איר לערנען מיט די כלות, און נישט סתם לערנען, לערנט עס שיעור עיון!
איך ווייס אז איך האב זייער שטארק מאריך געווען, אבער יענקל און לאה'ס פרשה ברענט אין מיר, ס'ברענט אין מיר מיינע אנדערע חברים וואס טוען וואס מ'דארף נישט (און זייערע ווייבער ווייסן - דערווייל - נאכנישט) חשוב'ע אינגעלייט, באמת חשוב'ע, אבער ליידער ליידער פאלן זיי אדורך ווייל זיי האבן ווייבער וואס איר - און אייערס גלייכן - האט זיי געלערנט, און איר מעגט וויסן, די אינגעלייט וויינען! זיי ווייסן אז זיי זענען ראנג, אבער זיי קענען זיך נישט העלפן, אסאך פון זיי ווענדן זיך צו מיר פאר הילף, אבער וואס קען איך זיי זאגן? האב נישט קיין הייליגע מצוה? זיי זענען מענער און זיי דארפן דאס ווי לופט צום אטעמען, איך טריי זיי טאקע מסביר צו זיין אז ס'איז נישט קיין תירוץ - און ס'איז באמת נישט קיין תירוץ, א מענטש דארף זיך קענען איינהאלטן, א מענטש איז נישט קיין בהמה, אבער וויפיל העלפט עס?
און וועגן דעם האלט איך אז איר זענט שולדיג אין די דורכפעלער פון די אלע מענער, און קום איך צו אייך, די שורש פון דעם פראבלעם, מיט א הייסע בקשה, ביטע! הערט דעם וויי געשריי פון די אלע חשוב'ע אינגעלייט - און זייערע חשוב'ע ווייבער - מאכט א סטאפ צו די אלע משוגעת'ן און הייבט אן צו לערנען נארמאלע זאכן מיט די כלות!
איר וועט אפשר פרעגן, מי אתה? ווער ביסטו אריינצורעדן אין אזעלכע האקעלע ענינים? אמת, איך בין נישט קיין רב אדער דיין, אבער איך האב עס דורכגעשמועסט מיט א חשוב'ע רב, און ער האט מיר געזאגט אז רבנים ווייסן פון דעם פראבלעם, און זיי האבן שוין אסאך מאל גערעדט צווישן זיך איבער דעם, און זיי האלטן אז מ'דארף עפעס טוען דערצו, אבער ליידער איז דא אפאר אזוי-גערופענע עסקנים וואס האלטן אז זיי זענען בעה"ב אויף כלל ישראל, און ווער ס'גייט נישט אין שפאן ווערט אויטאמאטיש א שגץ, ממילא האבן אלע רבנים מורא צו טוהן עפעס! אבער נאכאמאל א יעדע נארמאלער רב וואס ווייסט וואס ס'גייט פאר האלט אזוי! אדרבה גייט פרעגט!
לאמיך ענדיגן אזוי ווי איך האב אנגעהויבן: איך ווייס איר פארשטייט נישט קיין איין ווארט וואס איך רעד, אבער איך האב געטון מיין השתדלות. זאל דער אייבערשטער אייך געבן שכל און איר זאלט אייך כאפן וואס איר טוט.
הצלחה,
משה
נ"ב, איך און מיין ווייב ארבעטן זייער שווער מיט לאה'ן איר מסביר צו זיין וואס איך האב דא געשריבן, זי הייבט שוין אן אביסל צו פארשטיין - ניין זי איז נאכנישט גרייט מוחל צו זיין יענקל'ען, און מיט רעכט, זייער שלום בית וועט שוין לכאורה קיינמאל נישט זיין מורא'דיג, די ארבעט איז נאר אז זיי זאלן קענען עכ"פ לעבן צוזאמען - אזוי ווי איר זענט א גוטע בעל הסבר'טע, בעט איך אייך, אויב איר פארשטייט יא וואס איך האב געשריבן, ביטע העלפט מיר ארויס און זייט עס אויך מסביר פאר איר!
יישר כח,
הנ"ל
קהל'ס נער האט געשריבן:געדאנקן האט געשריבן:קען זיין סאיז שוין געווען דא
https://m.facebook.com/groups/761801687 ... 023990623/
זייער שטארק, מען דארף דאס איינבינדען אין א לעדערנע דעקל און עס געבן פאר יעדע כלה ביים שבע ברכות.
קהל'ס נער האט געשריבן:מקורות:
רש"י ד"ה הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את: יפת תואר יאנטש"י בלע"ז ויפת מראה נעב"י בלע"ז.
איך האלט אז די מערכת דארף אראפנעמען די רעקארדירונג פון די רע-ביצען, זי רעדט כפירה.[emoji3]
געדאנקן האט געשריבן:קען זיין סאיז שוין געווען דא
https://m.facebook.com/groups/761801687 ... 023990623/
געדאנקן האט געשריבן:הדסים האט געשריבן:געדאנקן האט געשריבן:קען זיין סאיז שוין געווען דא
https://m.facebook.com/groups/761801687 ... 023990623/
עס קומט ארגינעל פון מאחורי, געשריבן אין 2012.
viewtopic.php?f=22&t=2207
וויאזוי באקומט מען ציטריט אהין?
צקון לחש האט געשריבן:לכבוד רעביצן פרימטשא לערנער תליט"א
שלום וברכה!
איך שרייב צו אייך איבער אן ענין וואס איך ווייס אז איר וועט נישט פארשטיין קיין איין ווארט וואס איך רעד, און איר וועט האלטען אז איך
בין א שגץ, אבער איך קען מיך נישט איינהאלטן, עס ברענט אין מיר און איך מיז מיך אויסגעבן.
לאמיך אייך דערציילען וואס ס'גייט פאר, ביי יענקעל און לאה (אומ)גליק איז ליידער זייער ביטער.
יענקל - א וואוילער אינגערמאן, א נהנה מיגיע כפו, האט א שיעור יעדן טאג, באמת א חשוב'ער אינגערמאן - איז ליידער אדורך געפאלן! ער האט נישט געקענט ביישטיין זיינע נסיונות, און ער האט געטוהן אן עבירה מיט א פרעמדע פרוי! נאך ערגער, זיין ווייב לאה - א וואויל ערליך ווייבל מיט אלע מעלות, א בעלת מדות, קליג, באטאמט, גוד לאקינג - איז געוואר געווארן! און יעצט איז דארט חושך ואפלה, לאה וויל אים איבערלאזן, און יענקל שרייט אז אמת ער איז אדורך געפאלן אבער פון היינט און ווייטער וועט ער שוין זיין וואויל.
בת קול האט געשריבן:ס'וואלט יא געשעהן. די פרוי איז נישט אחריות אויפן מאן'ס תאוות. די אחריות איז אויפן מאן אליין.
די פרוי האט יא חיוב זיך צוצושטעלן צו די מאן'ס תאוות, און אז נישט תצא שלא בכתובתה
זאל ער נעמען אחריות. פלוצלינג אז די ווייב איז געוואר געווארן וויינט ער קראקאדייל טרערן אז ס'איז נישט זיין שולד.
איך זאג נישט אז ס'איז נישט זיין שולד, ס'פונקט אזוי די פרוי'ס (און כלה טיטשערס) שולד.
מיסיס בת קול: די קענסט נישט פארשטיין א מאנ'ס געברויכן, דאס איז עפעס וואס א מאן מוז האבן, דו האסט נישט קיין אנונג וואס גייט פאר אין ישיבה, דעי יונגערמאן איז קרח מכאן ומכאן זיין ווייב שטעלט אים נישט צו, מיט בחורים קען ער שוין נישט ווייל ער גייט הייסן א מאלעסטער, גייט ער צו פראסטעטוטס.
איז נאכאמאל צי קלאר מאכן: איז ער גערעכט? ניין. איז זי אומשולדיג? ניין.
די כלה טיטשער איז זיכער שולדיג, און צו איר איז די בריוו געווידמעט.
בת קול האט געשריבן:די מאן איז זיך אליין שולדיג פונקט ווי ער וואלט שולדיג געווען ווען ער איז ווען אין ישיבה אדער א גרוש.
זיין פרוי איז נישט זיין זרע קעסטל ווען ער באקומט א תאוה. זי מעג און זי זאל זאגן ניין ווען זי וויל אזוי, פונקט ווי די מאן קען זאגן ניין.
(גלייב מיר ווען זי וויל ווען, וואלט זי שוין לאנג געבראגן די ק"ט רולס. זעהט אויס זי קען איר מאן כאטש אזוי גוט ווי דעם געטרייען "חבר".)