התאחדות הרבנים: רבנים דארפען יא פסק'ענען אויף געזונט!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 07, 2021 6:49 pm
- האט שוין געלייקט: 134 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
In a meeting today with Hisachdus Rabunim, Askunim and the heads of Hatzolah was discussed the danger of using the electric scooter, as lots of people had to be taken into hospital either for falling off it or if a scooter crashed into someone, it's specially dangerous for older people, Hisachdus Rabunim released a letter discouraging parents from buying or owning those scooters for the kids.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
זייער גוט זאלן זיי ארויס קימען מיט נאך אפאר נארישע איסורים, אין קעיס איינער האט נאכנישט געכאפט אז התאחדות איז א דזאוק.
אפאר איידיעס מיט איסורים וואס זיי קענען נאך ארויס געיבן:
אויב נערמאלע זאלץ מישט זיך אויס מיט התאחדות זאלץ איז עס אסור בהנאה.
מען דארף האבן סימס נישט נאר אין בעק פון די טייץ, נאר אויכט אין פראנט.
מען טאר נישט פארן אויף די נערמאלע סקוטערס, גזירה שמא אז ער וועט פארן אויף א עלעקטריק סקוטער.
אגב, אויב התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה, ווארף שוין צי מעקסיקו אויכט, פארוואס נישט?

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
דער ראב"ד התאחדות האט לעצטענס געהאט א עקסידענט פין א קאר. איז דאך א קאר א דבר המזיק, וואס לייגט אריין אין א סכנה דער גאנצער דור.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
היסטאריע האט געשריבן:דער ראב"ד התאחדות האט לעצטענס געהאט א עקסידענט פין א קאר. איז דאך א קאר א דבר המזיק, וואס לייגט אריין אין א סכנה דער גאנצער דור.
איז לאמיר ארויסגעיבן א קול קורא אז מען טאר נישט ארויסגיין פון דערהיים, ווייל רוב קאר עקסידענטס געשעין אויפן גאס.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
העניך האט געשריבן:גראדע זע איך נישט וואס איז שלעכט. יא, די עיני העדה דארפן מעורר זיין ווען עפעס איז א סכנה, און יא, די סקוטערס לייגן מענטשן אין א סכנה.
ווער ס'וויל וויסן אויב עפעס איז א סכנה זאל אנרופן זיין לאקאלע risk assessor.
פינקט ווי מיין ריסק אסעסער רעדט נישט אריין צי מען מעיג עסן נישט-התאחדות-זאלץ, זאל התאחדות זיך נישט אריין מישען אין סעיפטי אנגעלעיגענהייטן.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 7:54 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: התאחדות הרבנים: רבנים דארפען יא פסק'ענען אויף געזונט!!
אינטערעסאנט אנצומערקן אז אינעם לעטטערהעד ספּעלן זיי ״קנדא״ ווידעראום אינעם חתימה ״קנדה״.קריינא דאיגרתא האט געשריבן:שוין כמעט צוויי יאהר נאך די קאראנע מגיפה האט זיך אנגעפאנגען וואס דורך די גאנצע צייט איז נישט ארויסגעקומען קיין איין איינציגע צעטעל פון התאחדות הרבנים (און אנדערע היימישע רבנים) אז מ'זאל היטן די אייגענע געזונט און די געזונט פון אנדערע, מיט די שיטה אז רבנים האבן נישט אריינצורעדן אין געזונט זאכן.
אבער אין א דראמאטישע טויש האט התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה אנגעפאנגען א נייע פאליסי אז רבנים האבן יא א מיינונג ווען עס קומט צו סכנת נפשות.
עס איז צו באגריסן די נייע פאליסי, און מ'קוקט ארויס אויף די קומענדיגע קול קורא וואס וועט האפענטליך אויפפאדערן די ציבור צו נעמען די לעבענסוויכטיגע וואקסינען בפרט פאר עלטערע אידן וואס האבן נישט קיין אנטי באדיס.
Sent from my iPhone using Tapatalk
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
הבחור_הזעצער האט געשריבן:אינטערעסאנט אנצומערקן אז אינעם לעטטערהעד ספּעלן זיי ״קנדא״ ווידעראום אינעם חתימה ״קנדה״.קריינא דאיגרתא האט געשריבן:שוין כמעט צוויי יאהר נאך די קאראנע מגיפה האט זיך אנגעפאנגען וואס דורך די גאנצע צייט איז נישט ארויסגעקומען קיין איין איינציגע צעטעל פון התאחדות הרבנים (און אנדערע היימישע רבנים) אז מ'זאל היטן די אייגענע געזונט און די געזונט פון אנדערע, מיט די שיטה אז רבנים האבן נישט אריינצורעדן אין געזונט זאכן.
אבער אין א דראמאטישע טויש האט התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה אנגעפאנגען א נייע פאליסי אז רבנים האבן יא א מיינונג ווען עס קומט צו סכנת נפשות.
עס איז צו באגריסן די נייע פאליסי, און מ'קוקט ארויס אויף די קומענדיגע קול קורא וואס וועט האפענטליך אויפפאדערן די ציבור צו נעמען די לעבענסוויכטיגע וואקסינען בפרט פאר עלטערע אידן וואס האבן נישט קיין אנטי באדיס.
Sent from my iPhone using Tapatalk
לא קשיא, כאן קודם שהחמיצו, כאן לאחר שהחמיצו.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
Re: התאחדות הרבנים: רבנים דארפען יא פסק'ענען אויף געזונט!!
העניך האט געשריבן:גראדע זע איך נישט וואס איז שלעכט. יא, די עיני העדה דארפן מעורר זיין ווען עפעס איז א סכנה, און יא, די סקוטערס לייגן מענטשן אין א סכנה.
און איך זעה נישט ווי רבנים קומען אריין, נישט ביי וואקסין'ס, נישט ביי סקוטערס, נישט ביי זאלץ אין די מצות, נישט אין תרנגולישע דזשענעטיקס, און נישט אין הינדו ע''ז פראקטעצירונג.
כללו של דבר, א יעדע מציאות'דיגע שאלה קומען די רבנים בכלל נישט אריין, היות זייער מיינונג איבערן מציאות איז אין בעסטן פאל ווערד ווי מיין לענדלארדס מיינונג דערויף, (מער ריכטיג, היפש ווייניגער, זינט רוב רבנים האבן נישט קיין צוטריט צום אינטערנעט, און מיין לענדלארד יא).
זאל הצלה ארויסגעבן א צעטל מיט סטאטיסטיקס און נומערן צו אויפקלערן דעם עולם איבערן סקוטער סכנה.
דאקטוירעם זאלן אונז אינפארמירן ווי אפעקטיוו און פארזיכערט וואקסינען זענען.
און רבנים זאלן אונז אויסזאגן וויפיל מענטשן מ'דארף האבן פאר קדיש תתקבל.
(וואס יא, ווילאנג ס'איז דא אן עולם וואס רעכנט זיך יא מיטן רב'ס מיינונג איבער וואקסינען, ליגט מעגליך אן אחריות אויפן רב צו זאגן דעתו, פונקט ווי ס'ליגט מעגליך אויף ספארט-עטליטס און אנדערע איינפלוס-רייכע פיגורן.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תוהו ובוהו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
Re: התאחדות הרבנים: רבנים דארפען יא פסק'ענען אויף געזונט!!
נניח ס'איז א סכנה אויפן גאס איז מען מחוייב 'לסלקו'?העניך האט געשריבן:גראדע זע איך נישט וואס איז שלעכט. יא, די עיני העדה דארפן מעורר זיין ווען עפעס איז א סכנה, און יא, די סקוטערס לייגן מענטשן אין א סכנה.
אוודאי איז קריינא גערעכט אז דאס שרייט די שאלה וואו זיי זענען געווען ביז היינט ווען הונדערטער היימישע אידן זענען אומגעקומען פון א מגיפה, און מ'האט פון זיי נישט געהערט קיין פּיפּס. אבער דער קול קורא איז נאך אלץ וואליד.
פארוואס טאר מען נישט פארן מיט דעם אין די בעק יארד?
פארוואס טאר מען נישט פארן מיט דעם אויף פינף מפ"ש?
אויב האלטסטו אז מ'מאכט א גדר ווייל ס'איז גאר שווער זיך צו האלטן ביים פארן פינף מפ"ש פארוואס האט מען נישט מכליל געווען קארן וואס קען זיין א גרעסערע סכנה העכער דעם לימיט?
איי וועסטו זאגן א מדינא דמלכותא איז דאך שוין דא א לימיט ווי שנעל די קאר מעג פארן, די סקוטערס האבן אויך א ספיד לימיט (https://www1.nyc.gov/html/dot/html/bicy ... ikes.shtml)?
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 10, 2021 7:54 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: התאחדות הרבנים: רבנים דארפען יא פסק'ענען אויף געזונט!!
פאר צוקונפטיגע היסטאריקער וועט עס זיין טראגי-קאמיש ווען בשעת׳ן נישטערן די רעאקציע פון התאחדות הרבנים צום קאוויד-19 פאנדעמיע, וועלן זיי זיך אנשטויסן אין א ״סקוטער״ איסור…טראכטכמוני האט געשריבן:נניח ס'איז א סכנה אויפן גאס איז מען מחוייב 'לסלקו'?העניך האט געשריבן:גראדע זע איך נישט וואס איז שלעכט. יא, די עיני העדה דארפן מעורר זיין ווען עפעס איז א סכנה, און יא, די סקוטערס לייגן מענטשן אין א סכנה.
אוודאי איז קריינא גערעכט אז דאס שרייט די שאלה וואו זיי זענען געווען ביז היינט ווען הונדערטער היימישע אידן זענען אומגעקומען פון א מגיפה, און מ'האט פון זיי נישט געהערט קיין פּיפּס. אבער דער קול קורא איז נאך אלץ וואליד.
פארוואס טאר מען נישט פארן מיט דעם אין די בעק יארד?
פארוואס טאר מען נישט פארן מיט דעם אויף פינף מפ"ש?
אויב האלטסטו אז מ'מאכט א גדר ווייל ס'איז גאר שווער זיך צו האלטן ביים פארן פינף מפ"ש פארוואס האט מען נישט מכליל געווען קארן וואס קען זיין א גרעסערע סכנה העכער דעם לימיט?
איי וועסטו זאגן א מדינא דמלכותא איז דאך שוין דא א לימיט ווי שנעל די קאר מעג פארן, די סקוטערס האבן אויך א ספיד לימיט (https://www1.nyc.gov/html/dot/html/bicy ... ikes.shtml)?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
תוהו ובוהו האט געשריבן:און רבנים זאלן אונז אויסזאגן וויפיל מענטשן מ'דארף האבן פאר קדיש תתקבל.)
יויש זאגסטו גוט! לעצטנס האלט איך טאקע אינמיטן אויסבויען א שיטה אז די תחום שיפוט (juristriction) פון רבנים על פי תורה איז נאר אין די ראמען פון שול און רעליגיעזע צערעמאניעס, אלעס וואס געהערט נישט אין דיעס קאטעגאריע האבן זיי נישט וואס אריינצורעדן. פונקט ווי דער כהן גדול, ווי הייליג ער זאל נאר נישט זיין איז זיין תחום שיפוט נאר אין בית המקדש און אלעס וואס האט שייכות דערמיט, איז מאז שחרב בית מקדשנו איז דא א שול וואס ווערט געפירט דורך א רב און זיין אויפגאבע איז צו פירן די רעליגיעזע צערעמאניעס לשביעות רצון קהל עדת השם, זיכער מאכן אז די תפילות גייען ארויף פאר׳ן כסא הכבוד און ווערן נתקבל לרחמים ולרצון, אויף דעם ווערט ער באצאלט און דארט ענדיגט זיך זיין דשאב.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 12, 2019 12:01 am
- האט שוין געלייקט: 1053 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
העניך האט געשריבן:גראדע זע איך נישט וואס איז שלעכט. יא, די עיני העדה דארפן מעורר זיין ווען עפעס איז א סכנה, און יא, די סקוטערס לייגן מענטשן אין א סכנה.
אוודאי איז קריינא גערעכט אז דאס שרייט די שאלה וואו זיי זענען געווען ביז היינט ווען הונדערטער היימישע אידן זענען אומגעקומען פון א מגיפה, און מ'האט פון זיי נישט געהערט קיין פּיפּס. אבער דער קול קורא איז נאך אלץ וואליד.
לענ״ד וואלט א שכל׳דיגע צעטל געדארפט מעורר זיין אויף פאלגען די געזעץ און זיין פארזיכטיג לפנים משורת הדין, נישט פארן אויף די סיידוואלקס, אנטון העלמעט, אייביג אויפגעבן די וועג פאר פוסגייער, זיך גענצליך אפשטעלן ביי רעד לייטס און סטאפ סיינס, וכו׳ וכו׳.
אויך איז אין פלאץ ביי אזא צעטל צו אנערקענען אז מיקרא-מאָבּיליטי איז אייגענטליך א גוטע און וויכטיגע זאך וואס דארף זיין אן אינטעגראלע חלק פון טראנספארטאציע. די רבנים זאלן רופן צו די אחראים צוריקצושטעלן זיכערע בייק לעינס כדי מענטשען וואס ווילן גרינג אנקומען פון איין געגענט צו די אנדערע זאלן קענען טון אזוי זיכערערהייט.
דאנט ווארי, כ׳ערווארט נישט אזא צעטל, נאר אז דו פרעגסט וואס איז שלעכט, שלעכט איז אראפצורייסן עפעס וואס קען זיין גוט אנשטאט פרובירן עס בעסער צו מאכן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קריינא דאיגרתא: אפגעזעהן פון ווי שטארק ליעב איך האב די התאחדות הרבנים ארגאניזאציע, זענען זיי דאס מאל גערעכט מיט מעורר זיין איבער ד עלעקטריק סקוטערס ודומיהן. ווייל דאס איז א סכנה סיי פאר די באניצער. און סיי פאר די מענטשן וועלכע גייען אויף די גאס.
ומעשה שהיה. איך האב געהאט א שכן וואס האט געקויפט פאר זיין בר מצוה יונגעלע אן עלעקטריק סקוטער. ומה יעשה הבן ולא יחטא. דער ראצער איז ארומגעפארן מיט זיין בייק א יעדע פרייע מינוט וואס ער האט געהאט.ר'איז געפלויגן ווי א חי' און טעראריזירט די פיסגייערס. איך האב איהם געזעהן און געהערט פון מיין פענסטער. איך האב נאר געהאפט אז ער וועט (ח"ו) אריינקראכן אין א מענטש. און יענער וועט סוען זיין טאטן אויף א פאר מיליאן דאללער. אזוי וועט ער זיך אפשר אויסלערנען נישט צו טעראריזירן די מענטשן.
ומעשה שהיה. איך האב געהאט א שכן וואס האט געקויפט פאר זיין בר מצוה יונגעלע אן עלעקטריק סקוטער. ומה יעשה הבן ולא יחטא. דער ראצער איז ארומגעפארן מיט זיין בייק א יעדע פרייע מינוט וואס ער האט געהאט.ר'איז געפלויגן ווי א חי' און טעראריזירט די פיסגייערס. איך האב איהם געזעהן און געהערט פון מיין פענסטער. איך האב נאר געהאפט אז ער וועט (ח"ו) אריינקראכן אין א מענטש. און יענער וועט סוען זיין טאטן אויף א פאר מיליאן דאללער. אזוי וועט ער זיך אפשר אויסלערנען נישט צו טעראריזירן די מענטשן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:קריינא דאיגרתא: אפגעזעהן פון ווי שטארק ליעב איך האב די התאחדות הרבנים ארגאניזאציע, זענען זיי דאס מאל גערעכט מיט מעורר זיין איבער ד עלעקטריק סקוטערס ודומיהן. ווייל דאס איז א סכנה סיי פאר די באניצער. און סיי פאר די מענטשן וועלכע גייען אויף די גאס.
ומעשה שהיה. איך האב געהאט א שכן וואס האט געקויפט פאר זיין בר מצוה יונגעלע אן עלעקטריק סקוטער. ומה יעשה הבן ולא יחטא. דער ראצער איז ארומגעפארן מיט זיין בייק א יעדע פרייע מינוט וואס ער האט געהאט.ר'איז געפלויגן ווי א חי' און טעראריזירט די פיסגייערס. איך האב איהם געזעהן און געהערט פון מיין פענסטער. איך האב נאר געהאפט אז ער וועט (ח"ו) אריינקראכן אין א מענטש. און יענער וועט סוען זיין טאטן אויף א פאר מיליאן דאללער. אזוי וועט ער זיך אפשר אויסלערנען נישט צו טעראריזירן די מענטשן.
מעשה שהי' מיין עלטער פעטער'ס אור-אייניקל האט כמעט גע'הרג'עט צוויי קעץ און דערשראקן זיין אור-באבע'ס שכן'טע וואס האט געקוקט פון די פענסטער, בשעתן האמערן נעגלעך פאר זיין סוכה שלאק, ס'איז העכסט צייט צו אסר'ן שלאקס.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
טראכטכמוני: לאמיר נישט זיין נאריש. שלאקס איז אין דרכן לילך ולהזיק. משא"כ מאטארייזד סקוטערס וועלכע לויפן אויפ'ן סיידוואק, געטריבן דורך אומערפארענע, אומפאראנטווארטליכע קינדער...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 207
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 8:12 pm
- געפינט זיך: פארלוירן אויפן וועלט!
- האט שוין געלייקט: 44 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 253 מאל
איך מיין אז עס איז דא אסאך מער צו דעם קול קורא ווי די תמימות’דיגע לשון
עס איז דא א שטיקל מאוומענט לעצטנס אז דער עולם זאל אנהייבן פארן מיט סקאטערס אנשטאט קארס
און די בארא פארקער קוק ווינקל איז כסדר אריינגעשיקט געווארן בריוו צו פראמאטען און בעטן אז מען זאל אנהייבן ניצן סקאטערס
דאן איז אויפגעשטאנען א יחיד אדער א גראפע קיצונים און פארפירט אז עס איז נישט אויסגעהאלטען און עס קען צוקומען אז פרויען זאלן אויך פירן די סקאטערס
ומי יודע מה יצמח מזה
זעט אויס אז הצלה האט אויך געהאט א פראבלעם מיט דעם ביז עס איז געווארן די מעשה פון המן מיט אחשורש בעל התל ובעל החריץ

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן נון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נעם מיך נישט ערנסט ווייל וואס איך זאג האלט איך נישט און וואס איך האלט זאג איך נישט
טראכטכמוני האט געשריבן:נניח ס'איז א סכנה אויפן גאס איז מען מחוייב 'לסלקו'?העניך האט געשריבן:גראדע זע איך נישט וואס איז שלעכט. יא, די עיני העדה דארפן מעורר זיין ווען עפעס איז א סכנה, און יא, די סקוטערס לייגן מענטשן אין א סכנה.
אוודאי איז קריינא גערעכט אז דאס שרייט די שאלה וואו זיי זענען געווען ביז היינט ווען הונדערטער היימישע אידן זענען אומגעקומען פון א מגיפה, און מ'האט פון זיי נישט געהערט קיין פּיפּס. אבער דער קול קורא איז נאך אלץ וואליד.
פארוואס טאר מען נישט פארן מיט דעם אין די בעק יארד?
פארוואס טאר מען נישט פארן מיט דעם אויף פינף מפ"ש?
אויב האלטסטו אז מ'מאכט א גדר ווייל ס'איז גאר שווער זיך צו האלטן ביים פארן פינף מפ"ש פארוואס האט מען נישט מכליל געווען קארן וואס קען זיין א גרעסערע סכנה העכער דעם לימיט?
איי וועסטו זאגן א מדינא דמלכותא איז דאך שוין דא א לימיט ווי שנעל די קאר מעג פארן, די סקוטערס האבן אויך א ספיד לימיט (https://www1.nyc.gov/html/dot/html/bicy ... ikes.shtml)?
אה"נ מ'ארבעט אויף א פילטער וואס גייט מאכן די סקוטערס זאלן נישט קענען פארן מער פון 5 מפש דעמאלטס עט מען עס מתיר זיין לצורך...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.