ווער זענען די געהיימע בני רכב, און וואו געפונען זיי זיך?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

ווער זענען די געהיימע בני רכב, און וואו געפונען זיי זיך?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אָט איז אַ פּרק אין ירמיהו וואָס שילדערט אַן אינטערעסאַנטן עפּיזאָד וואָס איז פאָרגעקומען מיט די בני-רכב, אין דער תקופה הארט פאַרן חורבן פון יהודה און ירושלים דורך נבוכאדנצר דעם גרויזאמען אין יאר ג''א של''ט.

אין די סאמע לעצטע טעג פונעם מעכטיגער קעניג פון יהודה, קעניג יהויקים, האט ירמיהו פּלוצלינג באקומען א זענדונג פון ג-ט: גיי צום הויזגעזונד פון די רכבים, און רעדט זיי אריין צו דערשיינען אין הויז פון ג-ט אין איינע פון די צימערן און טרינק זיי דארט אן מיט וויין. און ירמיהו האט געזאגט: כ'האב גענומען יאזניה דער זון פון ירמיהו, דער זון פון חבצניה, אינאיינעם מיט זיינע ברודער און אלע זיינע זון, און די גאנצע הויזגעזונד פון די רכבים, און כ'האב זיי געברענגט אין גאטס הויז, צום צימער פון די קינדער פון חנן דער זון פון יגדליהו דער געטליכער מאן, וואס געפונט זיך לעבן דעם צימער פון די באהערדע וואס איז הארט העכער דעם קאנצעליי פון מעשיהו בן שַׁלֻּם דער זיכערהייטס אויפזעער. כ'האב זיי דארט סערווירט בעכערס אנגעפילט מיט פיינע וויין און כ'האב זיי געבעטן עס צו טרינקן. זיי האבן זיך אבער קאטאגאריש אפגעזאגט! אונזער פאטער יונדב בן רכב האט אונז אנגעזאגט: איר זאלט נישט טרינקן קיין וויין, נישט ענק און נישט ענקער קינדער אויף שטענדיג. הייזער זאלט איר נישט בויען, און פלאנצט נישט קיין תבואה און בויעט נישט אן קיין וויינגארטן, און אויך נישט באזיצן. בלויז אין פרימעטיווע געצעלטן זאלט איר זיצן. אזוי וועט איר לעבן פילע טעג אויף די פנים פון די ערד וואו איר וואוינט דארט. און מיר האבן אים טאקע אלעמאל ערליך אויסגעהארכט. זאגאר אצינד איז נבוכדראצר ארויף פון בבל צום לאנד, האבן מיר באשלאסן זיך צו באזעצן אין ירושלים אויס שרעק פון די אנגרייפנדע אַרמייען פון כשדים און ארם.

דאן האט ירמיהו הנביא אנגעהויבן ביטערליך צו שרייען:
אזוי זאגט דער אויבישטער איבער אלע הערשאפטן, דער באשעפער פון די אידן: גיי זאג פאר די לייט פון יהודה און פאר די איינוואוינער פון ירושלים ווי פאלגענד: פארוואס לערנט איר זיך נישט אפ קיין מוסר אויסצוהערן מיינע רייד? זאגט דער אויבישטער: די קינדער פון יהונדב האבן געהארכט זיינע רייד, און זיי האבן נישט געטרינקן קיין וויין ביז צום היינטיגן טאג, ווארים זיי האבן אויסגעפאלגט דאס באפעל פון זייער פאטער. און איך רעדט צו אייך טאג און נאכט און עטץ הארכט מיך נישט אויס. איך שיק צו אייך נאכאנאנד אלע מיינע קנעכט די נבאים צופרי און ביינאכט, אז זיי זאלן ענק זאגן: קערט אייך שוין צוריק איטליכער פון אייך פון זיין שלעכטער וועג, און פארבעסערט אייערע טאהטן, און גייט נישט נאך פרעמדע געצן זיי צו דינען. און באזיצט דאס לאנד וואס כ'האבן געגעבן פאר אייער עלטערן און פאר אייך. זאגאר איר נייגט נישט צו קיין אויער און איר טוהט מיך נישט הארכן.

ירמיהו זעצט פאר מיט זיינע שארפע רייד: ווייל די קינדער פון יהונדב בן רכב האבן זיך צוגעהערט צו זייער פאטער אלץ וואס ער האט זיי באפוילן, און דער דאזיגער פאלק (די אידן) נישט, דערפאר זאגט דאס דער אויבישטער איבער אלע הערשאפטן דער באשעפער פון די אידן: איך גיי ברענגן אויף יהודה און אויף אלע איינוואוינער פון ירושלים, די אלע שלעכטס וואס כ'האב גערעדט וועגן זיי, ווארים כ'האב גערעדט צו זיי און זיי האבן נישט געהארכט כ'האב גערופן צו זיי און זיי האבן מיך נישט גענטפערט.
דאקעגן אויף די הויזגעזונד פון רכב זאגט ירמיהו: אזוי זאגט דער אויבישטער איבער אלע הערשאפטן דער באשעפער פון די אידן: ווייל איר האט זיך געטריי צוגעהערט צו די באפעלן פון אייער פאטער יהונדב, און איר האט אפגעהיטן אלע זיינע באפעלן און איינגעהאלטן אלעס וואס ער האט אייך באפוילן, זאגט דער אויבישטער איבער אלע הערשאפטן דער באשעפער פון די אידן: אז ס'וועט נישט פארשניטן ווערן א מאן צו יהונדב בן רכב וואס וועט שטיין פאר מיר אלע טעג.

ביז אהער איז די געטליכער נבואה פון ירמיהו.

דער מהר"י קרא לערנט אפ די באלוינונג פון השי''ת פאר בני רכב ווי פאלגענד: נבוכדנצר איז געקומען און ער האט זיי נישט פארוואגלט, טיטוס איז געקומען און ער האט זיי נישט פארוויסט. און ער לייגט נאך צו, אז ביז צום היינטיגן טאג געפונען זיך נאך די בני רכב קאנצעטרירט אויף אן ארט אין ארץ ישראל, און קיינער קאנפראנטירט זיי נישט, צוליב די פארצוקענדע חיות וואס נעמען זיי ארום. ער שרייבט אז ער האט דאס געהערט פון זיין פעטער רבי מנחם ברבי חלבו... וואס מיר לערנען פון דעם איז, אז די בני רכב געפונען זיך נאך ביז היינט צוטאגס אין ארץ ישראל!

אין פסוק אין שופטים געפונען מיר: ובני קיני חתן משה עלו מעיר התמרים. דאס באדייט אז די קינים שטאמען פון יתרו דער שווער פון משה. ווידער געפונען מיר א פסוק אין דברי הימים: המה הקינים הבאים מחמת אבי בית רכב, וואס דאס זאגט אונז אז די קינים שטאמען פון וואנעט רכב שטאמט, דאס באדייט אז די רכבים שטאמען אויך פון יתרו.

דער באוויסטער רייזנדער בנימין פון טודעלאַ שרייבט אין זיין מייסטערווערק מסעות בינימין, אז ווען ער האט באזוכט די שטאט צידון – די היינטיגע לבנון. האט ער דארט באגעגנט א סעקטע וואס רופן זיך "דרוזיאן". אט איז וואס ער שילדערט איבער די דרוזיאן סעקטע: זיי האבן נישט קיין אלגעמיינע אנגענומענע גלויבן, און זיי וואוינען אויף די בערג און אין שפאלטענס פון פעלזן שטיינער, און קיין שום קעניג און געוועלטיגער געוועלטיגן נישט אויף זיי. און זייער גרעניץ איז ביז אריינציר פון בארג חרמון. זיי גלויבן טיף אין גלגול נשמות, זיי גלייכן אידן, און קיין שום פאלק קען נישט מלחמה האלטן מיט זיי.
אין ארץ ישראל איז פארהאן די דרוזים געמיינדע. זיי וואוינען מערסטייל אויף די פּאַנאָראַמישע גולן בערג אין צפון-מזרח ארץ ישראל. זיי האבן זיך זייער אייגענעם גלויבן, אבער די ריכטיגע סודות פון זייער גלויבן איז נישט באקאנט פאר אלעמען, בלויז די עלצטע פון די געמיינדע זענען באהאווענט אין די פארבארגענע סודות פון זייער רעליגיע. וואס מיר ווייסן יא איז, אז זיי האלטן זיך אלס אייניקלעך פון יתרו. דאס ברענגט אונז צום אויספיר אז ס'קען שטארק מעגליך זיין אז די דרוזים זענען טאקע די מיסטיריעזע בית רכב. דאס איז עטוואס אין איינקלאנג מיט די טעאריע פון בנימין פון טודעלאַ וואס רופט זיי דרוזיאן. דער גולן בערג שטייען הארט לעבן דעם חרמון און זיי האבן א געהיימע גלויבן, דאס ווארשיינליך די גלגול נשמות גלויבן פון וואס בנימין פון טודעלא רעדט. מיר האבן אבער נאך אלס צווייפלנישן.

ירמיהו הנביא רעדט פון דריי איינפירעכצער פון די בני רכב: זיי טרינקן נישט קיין וויין, זיי וואוינען אין געצעלטן, און זיי געבן זיך נישט אפ פלאנצן און זייען. דאס איז מער גלייך צו די בעדואינער וועלכע וואוינען אין געצעלטן אין מדבר אינעם נגב – דאס איז אין מדבר וואס געפונט זיך דרום ארץ ישראל, ווייט אוועק פונעם חרמון בארג וואס געפונט זיך מער צפון. זיי וואוינען טאקע אין פרימעטיווע געצעלטן און נישט אין קיין פערמאנענטע הייזער ווי די דרוזים, און זיי פלאנצן נישט און זייען נישט זיי פארנעמען זיך בלויז מיט פאשע, און קיינער געוועלטיגט נישט איבער זיי. (בנימין פון טודעלא שרייבט אז די דרוזים לעבן אויך פרימעטיוו ווי די בעדואינער, דערפאר לויט אים קען טאקע זיין אז די דרוזים זענען די בני רכב) די בעדואינער טרינקן טאקע נישט קיין וויין, אבער דאס קען זיין צוליב דעם וואס זיי זענען מסולמענער, און נישט ווייל זייער זיידע יהונדב האט זיי באפוילן. און ווי אויך ארגומענטירן דאך די בעדואינער אז זיי שטאמען פון ישמאל דער זון פון אברהם אבינו. אלזא ווער זענען די געהיימע בני רכב? די בעדואינער צי די דרוזים? אדער קיין איינע נישט פון ביידע?[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין די שטאט טשאַרלסטאַן – דרום קאראליינע געפונט א איר אלטע אידיש געמיינדע, נאך פון די צייטן פון קאָלאָניאַל אַמעריקע. די אָריגינעלע אידישע געמיינדע רופט זיך מיטן נאמען "קהלה קדושה בית אלוקים". אין די ערשטע צייטן פון דאס עקזיסטענץ פון די קהלה, איז די קהלה געווען שטרענג ארטאדאקסיש. די קהלה איז באשטאנען פון אמת'ע ערליכע אידן, וועלכע מייסטענס פון זיי אדער זייער עלטערן האבן געפליכטעט פון שפאניע און פון פּאָרטוגאַל, צוליב די שווערע פארפאלגונגן פון די פארשאלטענע אינקוויזיציע. זיי האבן אנגעהאלטן מיט זייער איר אלטע טראדיציאלע ספרדישע מנהגים, און די קהילה איז געפירט געווארן דורך פרנסים.
אין די יארן איידער די רעוואלוציע האט די קהלה פארמאגט איר אייגענע אוטונאמיע. אירע מיטגלידער האבן באצאהלט א יערליכער דיוס פון קהל, און פון די געלט וואס 'איז אריינגעקומן האט זיך אויסגעהאלטן די אינסטיטוציעס פון די געמיינדע. און אויב עמיצער האט זיך אנטזאגט צו באצאלן דאס דיוס, אדער די פרנסים האבן געוואלט עמיצן עטוואס האלטן אין די ראמען, האט זיי אים געדראהט, אז נאך זיין טויט, וועלן זיינע געביין נישט געפונען קיין ארט אין די בית החיים פון די קהלה, א זאך וואס קיין שום איד האט זיך דאן נישט געווינטשן. אלזא די קהלות קדושות האבן געשפרודלט און געבלוהט אויפן שענסטן פארנעם.
שפעטער נאך די קריג פון אומאָפּהענגיקייט , אונטער די קאנסטאטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן, האבן די פרנסים מער נישט געקענט פירן אזא ווירטשאפט ווי בעפאר די רעוואלוציע. מ'האט מער נישט געהאט די מעגליכקייטן צו דיסקרימענירן אדער איינצוימען דאס פרייהייט פון קיין אינדיווידואל. אין רעזולטאט האבן די יונגע געמיינדע-מיטגלידער, וועלכע זענען שוין אין אלגעמיין געווען דורכגעדרונגען פון די פרייהייט ווינטן און ליבעראלע אנטשויאונגן וועלכע האבן דאן געבושעוועט אין אמעריקע, ביסלעכווייז אנגעהויבן אפצולאזן ארטאדאקסישע אידישקייט, מאנכע האבן אפילו געהייראט מיט נישט קיין אידישע פרויען. אין רעזולטאט איז זענען די פרנסים אברהם מואיז און יצחק חרבי געקומען צום אויספיר, אז מ'דארף עטוואטס רעפארמירן די קהלה פון ארטאדאקסיש צו קאנסערוואטיוו, אדער ווי מ'האט עס גערופן אין דייטשלאנד רעפארמיש, און אין אונגארן נעלאגיש, אזוי אז דאס יונגווארג זאלן זיך שפירן באקוועם אין די ראמען פון די קהלה און נישט גענצליך אוועקפאלן
עס איראניש צו באמערקן אז די געדאנק איז ווארשיינליך געווען א גוטע, זאגאר, אידן זאלן נישט הייראטן מיט נישט אידן, אבער דאס טאהט זעלבט איז געווען גאר א בייזער, ווארים פון דארט אין טשאַרלסטאַן האט זיך אנגעפאנגן צו פארשפרייטן דאס קאנסערוואטיווע באוועגונג אין די אנדערע אמעריקאנע שטאטן.

אצינד צום ענין:
אמאל האט פאסירט, אין די סאמע הייליגסטע פון יאר, יום כיפור, האט מיטאמאל אריינשפאצירט אינעם שול דארט אין טשאַרלסטאַן, א הויכער שווארצער ערל, אינגעהילט אין א ברייטער טלית, און מיט א גרויסער קרבן מנחה סידור אין די האנט, געהייסן האט ער דזשאן.
דער פרנס האט אים אפיר געהאלטן און געפרעגט וואס ער וויל, ענטפערט אים דער ערל וואס הייסט? איך וויל דאווענען אין שול! פרעגט אים דער פרנס, דו זעסט דאך נישט ווי קיין היימישער, מילד גערעדט - טא פארוואס ווילסטו דווקא דאווענען אין א אידישע סינאַגאָגע? ענטפערט אים דער שווארצער, ווער זאגט דיר אז איך בין נישט קיין איד? איך בין א גלייכער זשיד פונקט ווי ענק אלע, איך שטאם פון די בני רכב! דער פרנס האט דאס אבער נישט געוואלט אקצעפטירן - און נישט ווייל ער האט געהאט עפעס קעגן די בני רכב! נא! נאר צילוב גאר עפעס אנדערש - די שטאטן פון די קהילה האבן נישט ערלויבט פאר קיין שווארצע מענטשן צו דאווענען אין שול! דאס קאליר פון זיין געזיכט איז געווען די פראבלעם...

אמעריטשקע.....[/justify]
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שליחה דורך טראכטכמוני »

קאך_לעפל האט געשריבן: די בעדואינער טרינקן טאקע נישט קיין וויין, אבער דאס קען זיין צוליב דעם וואס זיי זענען מסולמענער, און נישט ווייל זייער זיידע יהונדב האט זיי באפוילן.


מוחאמעד - די גרינדער פון איסלאם - איז געשיקט געווארן אלס קינד צו וואוינען צווישן די בעדואינער. אזוי איז געווען דאס שטייגער דעמאלט אז די רייכע משפחות פלעגן דארט שיקן זייערע קינדער. ס'קען גאר זיין אז ער האט גאר גענומן דעם וויין פירעכטס פון זיי.
פארשפארט