צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 366
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
- האט שוין געלייקט: 809 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל
אויך איז דא א מקור און אן אומבאקאנטער ספר איך האב עס דא עקסלוזיוו פאר דיר אבער ביי אונז האט מען זיך כידוע נישט אזוי געפירט און מנהג שובר את הדין און אונז זענען נישט קיין גרים וכו׳
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נפה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
מי אני האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ׳מיין אז די איינציגסטע מקור אויף נישט רעפן די ווייב איז די בני תשע מדות פון יוחנן בן דהבאי אין מסכת נדרים כ: וואס למעשה זאגט די גמרא אז די הלכה איז נישט ווי יוחנן בן דהבאי. (דער עולם דא קען דאך אבער נישט דעם תלמוד אויסער די שטיקלעך וואס די חתן רביס האבן שוין טשעריפיקד מיט זייער גרויס שנאה פאר׳ן מין האנושי [פאן אינטענדעד ], וואטעווער.)
די מימרא פון ר' יוחנן בן דהבאי איז נאר לגבי די ד' דברים שסחו לו מלאכי השרת וכו' (און אפילו לגבי דאס וואס מ'זאגט אז אין הלכה כמותו, זאגט דער טור באו"ח סימן רמ אז עס איז נאר לגבי דאס וואס ער אסר'ט ביאה שלא כדרכה/הפיכת שלחן עם אשתו ע"ש). די מימרא פון די בני תשע מדות איז פון ר' לוי ואין שום חולק ואיפסק להלכה שם בסימן רמ סעיף ג.
יויש האב איך געמאכט א טשולענט , זאל איך מיך צוריקזעצן לערנען?
ענדיוועיס, טשיעטן פאר א מאן איז זיכער מותר על פי תורה, האמיר שוין א פערטיגע רעסעפי פאר שלום בית. די פרוי אינטערעסירט דאך נישט די גאנצע מעשה סייווי, זאל די ווייב בלייבן שלאפן אינדערהיים מיט די קינדער און דער מאן זאל גיין שלאפן אין בית בושת זיך בארואיגן זיין טעסטאסטעראון אווערדאוז אזויווי מ׳האט זיך אפיציעל געפירט אלע יארן ביז פאר נישט לאנג צוריק, מן התורה מן הנביאים מן הכתובים ומן ההיסטוריה, ושלום על ישראל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
נפה האט געשריבן:אויך איז דא א מקור און אן אימבאקאנטער ספר איך האב עס דא עקסלוזיוו פאר דיר אבער ביי אונז האט מען זיך כידוע נישט אזוי געפירט און מנהג שובר את הדין און אונז זענען נישט קיין גרים וכו׳
ווען די חכמים האבן דאס גע'אסר'ט האבן זיי דאס אבער נישט גענומען פון דעם פסוק; עכ"פ גרידא. זיי האבן עס באזירט אויפ'ן פסוק אין יחזקאל מיט א סטראשע אויף די קינדער וואס ווערן נוצר דאדורך (וואס דאס איז א דיטערענט אז מ'זאל דאס נישט טוהן, וכעין מה שמצינו באיסור ממזר לבא בקהל ה' עד עולם וכמש"כ המו"נ בח"ג פמ"ט). לגבי דיני אישות האבן זיי באזירט אויף די פסוק פון ואהבת לרעך כמוך דאס אז מ'זאל נישט משמש זיין ביום כדי שלא יראה בה דבר מגונה ותתגנה עליו (נדה יז.), ווי אויך ווי באקאנט אז אסור לו לאדם לקדש אשה עד שיראנה (קידושין מא.) ומהאי טעמא.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
ס'איז א אפענע גמרא אין עירובין דף ק ע"ב
די גמרא אין נדרים איז לאו דוקא אן איסור, נאר מער אזא מאראלישע פראבלעם ("צד עבירה" כלשון הר"ן) מיט א סטראשע צו דער זייט.. (אזויווי "בני נידוי" צו "בני תמורה")
ואמר רמי בר חמא אמר רב אסי אסור לאדם שיכוף אשתו לדבר מצוה שנאמר ואץ ברגלים חוטא
מי אני האט געשריבן:אזויפיל יא, אז דער מקור זעהט מער אויס ווי די חכמים האבן טאקע געוואלט ערפינדן אן איסור אויף מעריטעל רעיפּ מכח זייער סברא אנושית אז דאס איז מאראליש אומריכטיג
די גמרא אין נדרים איז לאו דוקא אן איסור, נאר מער אזא מאראלישע פראבלעם ("צד עבירה" כלשון הר"ן) מיט א סטראשע צו דער זייט.. (אזויווי "בני נידוי" צו "בני תמורה")
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
בת קול האט געשריבן:ס'וואלט יא געשעהן. די פרוי איז נישט אחריות אויפן מאן'ס תאוות. די אחריות איז אויפן מאן אליין.
זאל ער נעמען אחריות. פלוצלינג אז די ווייב איז געוואר געווארן וויינט ער קראקאדייל טרערן אז ס'איז נישט זיין שולד.
זאג נאר, ביזט לעסביען? אדער ביזט א מאן? [emoji1787]
יעדע נארמאלע פרוי, אינקלודעט חסידישע וואס פיגערן עס אויס, גלייכן סע*ס. אז א פרוי גלייכט נישט סע*ס מיט אלע מפרשים, איז זי אדער לעסביען אדער פשוט געברעינוואשט פון כלה טיטשערס.
איך קען אזוי סאך ערשטע-האנטיגע מעשיות פון ביידע צדדים, סתם לעבן אין דענייעל אדער נעגעטיוויטי איז נישט די ענטפער דא.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
בת קול האט געשריבן:איך וויל פרובירן צו טרעפן א לעצנסדיגע poll וואס איך האב געזעהן, ווי רוב פרויען זאגן אז פון זייער זייט דארפן זיי דאס בכלל נישט. עס איז זיי אן עול און זיי האבן בכלל נישט הנאה פון א פארטנער.
איך ווייס נישט צו דו ביזט א פרוי בכלל, און טאמער דו ביזט חתונה געהאט, אבער איך שוין דיך זייער טאמער דו מיינסט עס ערענסט. זעט אויס ווי דו האסט נאכנישט טועם געווען די טעם פון איין גוטע נאכט מיט א פארטנער!
יעדע נארמאלע געזונטע פרוי מענטעלי, וואס איז נישט לעסביען פייגערט פאר סע*ס, פארשטייט זיך אז רוב מאמע'ס פון 7 קינדער און די עלטסטע איז אינטער 13 קען עס נישט טון טעקניקלי יעדע נאכט, אבער זי ברויך עס זייער שטארק (פארשטייט זיך ווען עס ווערט נישט געטון ווי רעיפ). איך קען מער ווי איין מאמע מיט אפילו מער ווי 7 קינדער וואס וואלט ווען געקענט ביישטיין צו האבן סע*ס יעדע נאכט! סא סטאפ לעבן אין דענייעל אן וויסן ערשט-האנטיגע מציאות, דו קומסט אייביג מיט פאולס מיט סטאסטיקס... ברענג מיר מעשיות וואס היימישע פרויען דערציילן ערשט האנטיג!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
געהערט ערשט-האנטיג פון עטליכע היימישע פרויען מיילער!
דו האסט נאך קיינמאל נישט געשריבן וואס אנדערע פרויען האלטן, סך הכל שרייבסטו אז דו ביזט זייער מיזרעבעל אין דיין רילעישענשיפ, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר כמעט ווי פאר חכמת שלמה, אבער דיין פערזענליכע נישט בא'טעמ'טע עקספיריענס מיינט נישט גארנישט, דער באשעפער האט באשאפן די בריאה אז א מאן מיט א פרוי האבן רילעישענס, און דער באשעפער האט נישט חס וחלילה געמאכט א מאן און ווייב זיך צו פייניגן חלילה, אדרבה ברענג פאוללס פון מאן און ווייב וואס שרייבן וויאזוי זיי גלייכן רילעישאנס.

בת קול האט געשריבן:כ'האב נישט קיין אנונג פארוואס דו האסט מחליט געווען אז איך בין מיסרעבל, און עס איז זייער מאדנע אז דו הערסט פון דעם טאפיק פון עטליכע פרויענס מיילער.
די וועג פון דיין שרייבן אין די נושא און וואס דו פלעגסט אמאל דיסקאסען דא וועגן די זאכן זעט אזוי אויס, מאדנע אראפ אדער ארויף, זאג איך דיר די מציאות, און די מציאות איז נאך אלס אז די נארמאלקייט אין די וועלט איז א מענטש חתונה געהאט מיט קינדער און האבן אינטימישע באציאונגען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
בת קול האט געשריבן:בקיצור מען האט נאר חתונה פאר איין סיבה. ****.
פוי.
קיין איין פרוי וויל נישט זיין דיין **** אביעקט. גארנישט צו טוהן מיט כלה טיטשערס.
.......
שרה: איך דארף געלט פאר די גראסערי.
יעקל: כ'האב נישט.
שרה: דו זאגסט דאך שוין דאס פאר די לעצטע 4 וואכן, דו דארפסט גיין ארבעטן!
יעקל: וואס ווילסטו פון מיר? כ'האב נישט, און כ'האב נישט קיין נערוון צו גיין ארבעטן!
שרה: דאס איז דאך אבער דיין פליכט! ווען אונז האמיר חתונה געהאט איז קלאר געווען אז דו וועסט צושטעלן געלט צו אויפהאלטן אונזער שטוב!
יעקל (בת קול): בקיצור מען האט נאר חתונה פאר איין סיבה. געלט.
פוי.
שרה: וועל איך גיין צו מיין טאטע בעטן געלט..
יעקל: ביסט משוגע? דאס איז ממש ווי טשיעטן....
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
תוהו ובוהו האט געשריבן:ס'איז א אפענע גמרא אין עירובין דף ק ע"בואמר רמי בר חמא אמר רב אסי אסור לאדם שיכוף אשתו לדבר מצוה שנאמר ואץ ברגלים חוטאמי אני האט געשריבן:אזויפיל יא, אז דער מקור זעהט מער אויס ווי די חכמים האבן טאקע געוואלט ערפינדן אן איסור אויף מעריטעל רעיפּ מכח זייער סברא אנושית אז דאס איז מאראליש אומריכטיג
די גמרא אין נדרים איז לאו דוקא אן איסור, נאר מער אזא מאראלישע פראבלעם ("צד עבירה" כלשון הר"ן) מיט א סטראשע צו דער זייט.. (אזויווי "בני נידוי" צו "בני תמורה")
גערעכט. און דארט סטראשעט אויך די גמרא מיט די קינדער (הגם אין אביסל אן אנדערן זין: הוויין ליה בנים שאינם מהוגנים ״נפש לא טוב״). און מ׳זעהט דארט אויך שפעטער אז דאס איז מסברא דהיינו למידין דרך ארץ מתרנגול שמפייס ואח״כ בועל. (ואיה״נ אז די חלק פון ״בני אנוסה״ איז יא מער ווי צד איסור; די צד איסור פונעם ר״ן איז אויף די אנדערע וכדמוכח טאקע מהגמרא בעירובין; פון נדרים אליין איז אבער איה״נ נישט אן איסור תוקף.)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
בת קול האט געשריבן:איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון א פרוי וואס הייסט די מאן גיין ארבייט ווייל עס איז "זיין פליכט".
איך האב יא געהערט. ס'איז היינט ליידער א מכת מדינה אז פרויען פאדערן זייערע רעכטן ווייל דער מאן האט זיך מתחייב געווען אונטער די חופה. שוין אפילו געווען בריוון דערוועגן אין די מעלות.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
ווען עמיצער עפענט זיך א געשעפט, נויטיגט ער זיך אין טאלאנט, געלט, ערפארונג, און נאך. אויב פעלט אים איינע פון די זאכן, וועט דאס געשעפט באשיינפערליך דורכפאלן! דאס איז דאך פשוט.
דער באשעפער האט ערשט באשאפן דער מאן' און ער האט באלד געזען אז לא טוב היות האדם לבדו – ס'איז נישט גוט פארן מענטש צו זיין עלענד. האט ער אים באשאפן די פרוי. אייגענטליך פארוואס? פארוואס האט דער באשעפער נישט געקענט באשאפן נאך א מאן? און אזוי לעזן דאס עלענד פראבלעם? זייער גלייך, ווייל דער באשעפער האט געוואלט אז דאס מענטשהייט זאל זיך ווייטער ציען, דערפאר האט ער באשאפן די פרוי אזוי אז דער מאן זאל קענען האבן קינדער מיט איר. קומט אויס פון דעם, אז דאס חתונה האבן האט א צווייפאכיגער באדייט, איינס אז א מאן זאל זיך נישט פילן עלענד און אליינס, און צוויי צו האבן קינדער, און פארזעצן מיט די מענטשהייט. די מצוה פון חתונה האבן איז אין די ווערטער פון פרי ורבו, מאכן קינדער! דאס איז די שתפות צווישן א מאן און ווייב.
ביי א שותפות אין א געשעפט, איז קריטיש וויכטיג, אז ביידע שותפים זאלן זיך פארשטיין, און גלייכצייטיג האבן א געמיינזאמער ציל. אנדערש איז דאס געשעפט און געפאר. א מאן האט זיינע גוטע און נישט גוטע זיטן, און א פרוי האט אירע גוטע און נישט גוטע זיטן. אבער אז דער שותפות זאל ווירקליך ארבייטן, און צו פארפילן דאס געמיינזאמע ציל פון חתונה האבן צו האבן קינדער, איז קריטיש וויכטיג אויסצוארבייטן א געמיינזאמע פארשטענדעניש צווישן מאן און ווייב. א מאן און ווייב דארפן פארמיידן דאס עלענדקייט איינער פון די צווייטע, צו פארפילן דאס געמיינזאמע ציל צו האבן קינדער.
ס'איז אמאל געקומען א פרוי צום הייליגן חזון איש, און זי האט זיך זייער אפגערעדט אויף איר מאן! האט איר דער חזון איש געפרעגט ווי אזוי זייער געשלעכטישע באציאונגן זענען אין בעט? האט זי געזאגט זייער גוט! אבער איין זאך ארט איר זייער, אז איינמאל דער מאן טיט זיך אפ דאס זייניגע, הייבט ער זיך אויף און גייט זיך אריין אין זיין בעט. ער בלייבט נישט ליגן מיט איר אפילו קיין איבעריגער מינוט. האט דער חזון איש אריבערגערופן דאס מאן, און ער האט אים געזאגט, הער אויס: א פרוי איז נישט קיין בית כסא! נאך עטליכע מאנאטן האט דער חזון איש געפרעגט די פרוי, צי די אלגעמיינע באציאונגן צווישן איר און איר מאן זענען שוין אין דער ארדענונג, האט דער פרוי געזאגט אז זינט דער מאן האט אנגהויבן זיך צו רעכענען מיט אירע געפילן און געברויכן דורכאויס געשלעכט, האבן זיך די אלגעמיינע באציאונגן צווישן זיי גענצליך פארבעסערט!
א מאן האט געברויכן און געפילן, און א פרוי האט געברויכן און געפילן. צו פארפולן דאס געמיינזאמע ציל צו האבן קינדער, איז קריטיש צו האבן א גוטע שותפות דאס מאן און ווייב אינאיינעם זאל זעך שפירן אנגענעם איינער און דאס צווייטנס געזעלטשאפט. און דאס בעסטע וועג אנצוקומען צו דעם איז אין בעט, ווען דער פרוי פארפילט די אינטימע געברויכן פון איר מאן, וועט דער מאן זיך רעכענען מיר אירע אלגעמיינע געפולן, און ווען דער מאן ווען זיך רעכענען מיט איר אלגעמיינע געפולן, וועט זי אויטומאטיש פארפילן זיינע אינטימע געברויכן...
געשריבן, דורך א נאה דורש ואין נאה לקיים!

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון א פרוי וואס הייסט די מאן גיין ארבייט ווייל עס איז "זיין פליכט".
איך האב יא געהערט. ס'איז היינט ליידער א מכת מדינה אז פרויען פאדערן זייערע רעכטן ווייל דער מאן האט זיך מתחייב געווען אונטער די חופה. שוין אפילו געווען בריוון דערוועגן אין די מעלות.
די פרוי האט די פולע רעכט נישט צי וועלן ארבעטן, בזיעת אפיך איז די מאן'ס קללה.
אין די זעלבע צייט האט די מאן די פולע רעכט צי פארלאנגען פון זיין ווייב צי ערפילן זיינע תאוות.
א מין צודרייטע וועלט וואס אונז לעבן (נאך בשם התורה אויכעט), די פרוי ברענגט ברויט אין שטוב, און דער מאן באקומט נישט זיינע צרכים.
#נבל_בשם_התורה
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:די פרוי האט די פולע רעכט נישט צו וועלן ארבעטן, בזיעת אפיך איז די מאן'ס קללה.
אין די זעלבע צייט האט די מאן די פולע רעכט צי פארלאנגען פון זיין ווייב צי ערפילן זיינע תאוות.
א מין צודרייטע וועלט וואס אונז לעבן (נאך בשם התורה אויכעט), די פרוי ברענגט ברויט אין שטוב, און דער מאן באקומט נישט זיינע צרכים.
#נבל_בשם_התורה
זאג נאר, דו שלאגסט דיין ווייב? פארוואס האט זי דיך אזוי פיינט און קומט נישט נאך דיינע אינטימע געברויכן? ופלאי הוא!
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:זאג נאר, דו שלאגסט דיין ווייב? פארוואס האט זי דיך אזוי פיינט און קומט נישט נאך דיינע אינטימע געברויכן? ופלאי הוא!
אפשר הערסטו אויף מיט דיין העיט ספיטש?
ווי האב איך געזאגט אז איך שלאג מיין ווייב?
ווי האב איך געזאגט אז איך באקום נישט וואס קומט מיר? ופלאי הוא!
ער מישט סתם א קאשע מיט זיין [tag]קאך_לעפל[/tag]
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 40
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:29 pm
- האט שוין געלייקט: 76 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון א פרוי וואס הייסט די מאן גיין ארבייט ווייל עס איז "זיין פליכט".
איך האב יא געהערט. ס'איז היינט ליידער א מכת מדינה אז פרויען פאדערן זייערע רעכטן ווייל דער מאן האט זיך מתחייב געווען אונטער די חופה. שוין אפילו געווען בריוון דערוועגן אין די מעלות.
דיפרוי האט די פולע רעכט נישט צי וועלן ארבעטען, בזיעת אפיך איז די מאן'ס קללה.
אין די זעלבע צייט האט די מאן פולע רעכט צי פארלאנגען פון זיין ווייב צי ערפילן זיינע תאוות.
א מין צידרייטע וועלט וואס אינז לעיבן, (נאך בשם התורה אויכט), די פרוי ברעינגט ברויט אין שטיב, אין די מאן באקומט נישט זיינע צרכים.
#נבל_בשם_התורה
סאררי, איך בין א וויקטים פון די סיסטעם פונקט ווי אלע, אבער ס'האט מיר שוין לאנג נישט אזוי געגרוילט ווי יעצט נאכן ליינען אז "א מאן האט די פולע רעכט צי פארלאנגען פון זיין ווייב צו ערפילן זיינע תאוות".
אויסער די דיסקאנעקט וואס ליגט דא, איז דאס דאך אוממענטשליך!!!
רבותי! הערט אויף צו סיקירן בת קול. יא, זי גייט מיר אויך אויף די נערווען מיט אירע א.ג. "אויפגעקלערטע" שיטות... אבער אין די נושא קומט עס לכאורה פון עפעס אנדערש
viewtopic.php?p=476129#p476129
viewtopic.php?p=476129#p476129
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
צעיר בישראל האט געשריבן:סאררי, איך בין א וויקטים פון די סיסטעם פונקט ווי אלע, אבער ס'האט מיר שוין לאנג נישט אזוי געגרוילט ווי יעצט נאכן ליינען אז "א מאן האט די פולע רעכט צו פארלאנגען פון זיין ווייב צו ערפילן זיינע תאוות".
אויסער די דיסקאנעקט וואס ליגט דא, איז דאס דאך אוממענטשליך!!!
פארוואס האט מען חתונה?
פארוואס איינמאל מען האט צוויי קינדער, און מען האט שוין יוצא געוועין פריה ורביה, גט מען זיך נישט?
וואס מיינט וצונו על העריות?
פארוואס האט די אייבישטער געמאכט אז מען זאל האבן קינדער דארך אזא "טמא'נע" "שמוציגע" "אומווערדיגע" וועג?
וואס מיינט כלה למה נכנסת לחופה?
וואס מיינט הכרובים היו מעורים זה בזה?
וואס מיינט א מורדת? און וואס איז איר דין?
אויב דו פארשטייסט דאס נישט, איז א שאד מיין צייט צו רעדן מיט דיר, און ביזט א גרויסע רחמנות.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein