הסופר אליעזר שטיינמאן וחיבורו באר החסידות

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

הסופר אליעזר שטיינמאן וחיבורו באר החסידות

שליחה דורך נפה »

דער סופר אליעזר שטיינמאן איז געבוירן אין שטאט אובודיבקה אין פוילין צו זיין טאטע נתן שטיינמאן אין יאר תרנ״ב
ער שרייבט אז ער קומט פון חסידות קארלין, אבער איך ווייס נישט צו זיין טאטע איז נאך געווען א חסיד
ער האט געלערנט אין די באקאנטע שטאט קישענעוו אין רוסלאנד ביי די 16 האט ער באקומען סמיכה ( איך ווייס נישט פון וואו. און עס מאכט סענס אז פון די באקאנטע רבנים סעמינארן) און ביי די 18 יאר האט ער איבערגעלאזט דת און געווארן פריי
בשעת ער האט געלערנט אין ישיבה האט ער אנגעפאנגען צו שרייבען זיינע מאמרים אין די דעמאלדסדיגע צייטונגען אין יודיש און אין לשון קודש
ביי די קאמינוסטישע רעוואלאציע האט ער אנגענומען קאמניוזם אלץ זיין שיטה און ער האט זיך אריבער געצויגען צום הויפט שטאט מוסקווה וואו ער האט זיך אריינגעלייגט עס צו פארשפרייטען וואו ער קען נאר דורך זיינע מאמרים
בשנת תרע״ז האט ער זיך אריבער געצויגען קיין אודסה וואו ער האט ארויס געגעבן א בלעטל מיט דער נאמען ״הקומניסט העברי״ און אפאר יאר שפעטער האט ער ארויסגעגעבן א חודשליכע אויסגאבע מיט די נאמען ״קולות״
בשנת תרפ״ד האט ער עולה געווען קיין ארץ ישראל וואו ער האט פארגעזעצט צו שרייבען סיי מאמרים און צייטונגען און סיי אייגענע ספרים און ביכער דארט איז אריין אין פירערשאפט פון די אטעאסטישע אגודת הסופריםוואס איז געגרינדעט געווארן דורך דער שרייבר ביאליק ביז ער איז געשטארבן אין יאר תש״ל
איינס פון די באקאנטסטע פון זיינע ספרים איז די סעריע ״באר החסידות״ וואו אין א סעט פון 10 בענדער שמועסט ער אויס די השתלשלות און דרך החסידות מיט א זעלטענע בקיאות ממש וואו א געווייקטער חסיד הגם מען קען באמערקען געוויסע עמי הארצות אבער בכלליות האט ער אזוי גיט ארויס חסידות אז א חסיד היינט קען זיך פארשטעקן פאר אים
זיין ערשטע ספר אין די סעריע הייסט כתבי ר׳ נחמן. אויף די ספרים פון ר׳ נחמן מברסלב
2) אויף די ערשטע תלמידים פון דער בעש״ט
3) בית קרלין ורימנוב
4) 5) משנת חב״ד
6) ספר הבעש״ט
7) המגיד ממעזריטש
8) אדמור״י פולין
9) אדמור״י גליציה והונגריה
10) צדיקים אחרונים
ווען ער האט אנגעפאנגען עוסק צו זיין אין שרייבען וועגן חב״ד האט ער געבעטן דער באקאנטער חב״ד אפשטאמיגער פרייע עסקן און טוען זלמן שז״ר אים צו פאר שאפן ספרי חב״ד צו נוצן אלץ חומר לכתיבה, שז״ר האט אריבעגעשיקט די בקשה צו דער חסיד אברהם חנוך גליצנשטיין א חב״ד׳סקע שרייבער און עסקן , ר׳ אברהם חנוך האט מלכתחילה מסרב געווען וויבאלד ער האט מורא געהאט אז שיקן דא״ח פאר אן חילוני א כופר וועט ער עס מאכן א קרדום לחפור בו אבער זיין חבר ר׳ פיניע אלטהויז האט געהאלטען אז די דא״ח קען אים נאר צוריקברענגען.
ווען זיי האבן געשיקט די שאלה צו האדמו״ר מחב״ד האט ער גענפערט אז מען זאל אים שיקן אלע ספרי חב״ד אזוי ווי ער האט געבעטען און בנוסף צו דעם זאל ר׳ אברהם חנוך אריבער גיין יעדע 10 טעג צו שטיינמאן׳ס הויז אז ער זאל אים קענען פרעגען אלע זיינע ספיקות און בעניין זיין מצב אין יהדות האט דער רבי געשריבען אז מען זאל גארנישט זאגן און אפי׳ נישט מרמז זיין,
נאך ער האט גענדיגט שרייבען די צוויי בענדער משנת חב״ד האט ער עס אריבערגעשיקט צום ליבאוויטשער רבי וואס האט אים צוריקגעשריבען ״"ואף כי בטוח אני שמעת התחיל עבודתו בעריכת ספריו אלו ועד עתה באו שנויים ניכרים לא רק בעולם המחשבה של כבודו אלא גם בעולם הדיבור
והמעשה שלו, תקותי שילך מדרגה לדרגה בהוספה בזה, וכנ"ל הולך ומוסיף ואור, עדי אשר במשך הזמן יהי' הסופר והספר אחדות שלמה, באופן אשר הספר יעיד על מחברו והמחבר יעיד על ספרו.
ואיחולי לכ' אשר כמו בכל ענין טוב ובפרט בעניני תורה ומצוה, שאין סופיים הם, הנה סיומו שני כרכים אלו לא רק שלא יהי' סיום ח"ו למשנת חב"ד בחייו הוא, אלא אדרבה מכאן ולהבא כל יומא עביד עבידתי' לשמש המשך חי לענינים שכתב עליהם בספריו אלו. ויהי רצון מבורא עולם ומנהיגו בהשגחה פרטית על כל אחד ואחד שלא יהיו כל העלמות
והסתרים בהתגשמות כל הנ"ל בפועל"
חב״ד פארציילט אויף אים ווי אזוי ער איז נתקרב געווארען צו יודישקייט מיט די צייט און מופתים וכדומה אבער מען דארף נישט מער ווי נאכברענגען א תגובה פון זיין משפחה צו דער באשרייבונג אויף די ״התקרבות״.
״"כמסופר בכתבה, סבי אליעזר שטיינמן קיים חליפת מכתבים ארוכה ומעניינת עם הרבי מלובאוויטש. המכתבים המקוריים נמצאים בארכיון קיפ באוניברסיטת תל-אביב, ולבקשת אנשי חב"ד הם קיבלו העתקים מהם אחרי מותו של סבי. עד כאן העובדות נכונות. מכאן ואילך, לצערי, רוב האינפורמציה רחוקה מהאמת.
סבי, שהיה בזמנו עילוי והוסמך לרבנות בגיל 16 )עובדה זו משום מה נשמטה מכתבתכם(, מעולם לא חזר בתשובה לאחר שעזב את הדת בגיל 18 כי תיעב את הממסד הרבני. כל ימיו הלך גלוי ראש, מעולם לא הניח תפילין, גם לא היו לו תפילין בבית, ולבית כנסת הלך פעם בשנה ביום כיפור כמו רבים אחרים, בעיקר כי אהב את המוזיקה לדבריו. לא הוא ולא סבתי לא היו אנשים דתיים. הם היו אנשי תרבות והשכלה שהתמצאו בתרבות העולם כמו גם בתרבות היהודית ואהבו את הטוב והיפה שבשני העולמות.
גם לא היה שום רב שלימד את סבי את משנת חב"ד, ובספרייתו העצומה מעולם לא נמצאו כל הספרים הרבים שהובאו אליו, כנטען בכתבה. אנשי חב"ד הם שקראו )וקוראים( בספריו ובמחקריו הרבים של סבי ולא להפך. ולעניין הכליה – זו אכן הוצאה מגופו של סבי, ואם הייתה זו ברכתו של הרבי שהחלימה אותו, את זה אני משאירה לכל אחד באמונתו.
סבי כבר אינו בין החיים שנים ארוכות, ונראה לי מוזר שאתם מחזירים אותו בתשובה לאחר מותו כשאינו יכול להגיב״
זיינע איבריגע חיבורים זענען אויך געשריבען אין א הערליכע לשה״ק רוב דערפון זענען מעשיות פון שטעטעל און בכלל פונעם לעבן וואו אויך אסאך מאמרים אין די לינקע צייטונג דבר
ער האט איבער געלאזט צוויי קינדער נתן און דוד שחם וואס האבן ממשיך געווען באומנות הכתיבה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נפה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

ביטע אריינקומען מיט יעדע טעות אין ספעילינג אדער גראמאטיק און וועט בעז״ה פארראכטען ווערן
אזוי אויך זע איך אז די צוויי לינקס וואס איך האב געוואלט אריין לייגן איז נישט גוט אויסגעקומען קען מען מיר העלפען מיט די לינקס
יישר כח
[NAMELESS]

Re: הסופר אליעזר שטיינמאן וחיבורו באר החסידות

שליחה דורך [NAMELESS] »

ייש''כ פאר די הערליכע מאמר! כה לחי!

Sent from my M2101K7BNY using Tapatalk
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

נפה האט געשריבן:ביטע אריינקומען מיט יעדע טעות אין ספעילינג אדער גראמאטיק און וועט בעז״ה פארראכטען ווערן
אזוי אויך זע איך אז די צוויי לינקס וואס איך האב געוואלט אריין לייגן איז נישט גוט אויסגעקומען קען מען מיר העלפען מיט די לינקס
יישר כח


זייער שיין געשריבן!!
(אנשטאטס יודיש שרייבט מען געווענדליך אידיש)
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

והיו עיניך רואות את מוריך
048A79D6-32DD-4A67-ACD5-26D1E0385B3B.jpeg

די בילד האב איך געשיקט פאר איינער וואס האט גע׳טענה׳עט אז עס קען נישט זיין אז א חילוני האט געשריבען באר החסידות נאר זיכער א דורעך געווייקטער חסיד…
(קרעדיט וויקיפידיה)
פארשפארט