איז ראביי אבי ווייס א "רעפארמער"?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היסטאריע: דו האסט דא אנגעווארפן עטליכע (וויכטיגע) נושאים. לאמיר זיי צונעמען אחד לאחד. צוערשט לאמיר לייגן אין א זייט די רעפארמער (אפילו די היינטיגע וועלכע כאפן זיך א ביסל צוריק צו טראדיציע.) לאמיר באטראכטן די קאנסערוואטיווע אידן. זייער ראביי עליאט קאסגראוו האט געזאגט אויף איינס פון זיינע קליפס (בדרך אגב) אז ער שפאצירט צו פון זיין הויז צו די שול פרייטיג צו נאכטס. ער גייט א קאפל . ער פיהרט א אידישע שטוב. עסט כשר. איז מקיים אנדערע מצוות מעשיות. אויסער דעם פאקט וואס זיי נוצן אן אודיאו-וויזשועל סיסטעם אום שב"ק האלטן זיי שבת. זיי זענען מחשיב תורה שבכתב און תורה שבע"פ און מדרשים. ער רופט די מענטשן פון זיין שול צו לערנען תורה. ער און די אנדערע 2 רבנים געבן שיעורי תורה. זיי האבן אויך א טעגליכן מנין.זיי האבן אויך אין זייער שול א ביסל שוואכערע סארט אידן. אפילו עטליכע מעמבערס וועלכע זענען ..."מיקס'ד קאפלס"...ער רופט עס מיט א פענסי נאמען..."אינטערפעיטה מערידזש"...! אבער אין שול גייט א יעדער מיט א קאפל בשעת התפילה.

ראביי אבי ווייס און זיין קהילה שטייען מיט עטליכע דרגות שוואכער ווי די פארק עוועניו סינאגאג מיט דעם פאקט אז אלס ..."ארטאדאקסישער"...רב איז ער מתיר אלעס וואס די ארטאדאקסישע רבנים האבן געאסר'ט אין אלע דורות. און ער גייט ..."מדחי אל דחי"...אין ענגליש איז דא אן אויסדרוק..."עי סליפפערי סלאופ"...אויף א גליטשיגן בארג. לאמיר זעהן וואו ראביי אבי ווייס און זיין קהילה וועללן האלטן אין (בערך) 10 יאר ארום.
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

Re: איז ראביי אבי ווייס א

שליחה דורך טראכטכמוני »

היסטאריע האט געשריבן:לדעתי וואלט איך מחלק געוועהן צווישן רעפארם און קאנסערוואטיוו, די קאנסערוואטיוו האלטען אלע מצוות, דאס וואס זיי האלטען אנדרעש ווי אונז איז מיט הלכה'דיגע יסודות. למשל וואס זיי האלטען אז מען מעג דרייווען א קאר אין שבת נאר צום דאווענען, איז געבויט אז א מאטאר הגם עס מאכט א פייער איז עס נישט דער זעלבער פייער וואס איז געוועהן אין משכן, ממילא איז עס א מלאכה שאינה צריכה לגופה, און א דרבנן לצורך דאווענען הייסט א צורך גדול.
אבער די רעפארם האלטען באופן כללי אז מען דארף נישט האלטען די מצוות מער, און דאס איז שוין יא קעגען די אני מאמין'ס.
אבער עפר אני תחת כפות רגלי ר' משה פיינשטיין וואס האט געהאלטען אז אפילו די קאנסערוואטיוו זענען נישט קיין אידן בכלל. וצריך עיון לדעת ר' משה אויב ר' אבי ווייס איז א איד.
ערעב היסטאריע, איר האט זיך בכלל נישט באצויגן צו מיינע טענות אבער ווי דער כלל גדול לויטעט "history repeates itself" האב איך בכלל נישט קיין טענות אז איר חזר'ט זיך איבער.

וואס איז מיט די שאלה פון תורה מן השמים וואס קאנסערוואטיווע ראבייס - ווי לואי דשעיקאבס - האבן רואיג אנגענומען אז ס'איז נישט?

וואס טוהט איר מיט דעם פאקט אז די קאמיטעי האט וואס האט בשעתו צוגעלאזט פרויען רבנים האט אפילו נישט באשטאנען פון זייערע ראבייס, נאר רובא דרובא פון די שטימערס זענען געווען (קאנסערוואטיווע) בעלי בתים מיט א סך הכל פון 'איין' געלערנטער. איי 'הלכה' איז דאך אן עיקר ביי זיי?

איך האב נישט קיין כח זיך יעצט צו נעמן אויף זייערע 'פסקים' זעלבסט און ווי לעכערליך זיי זענען אפטמאל, אבער לייגט אייך אביסל אריין וועט איר זען במו עיניכם.

אויף דאס וואס דו פארציילסט איבער ר' משה האב איך א גוט'ן פשט, ווי באקאנט אויפ'ן לעצטיגן אנקעטע 'ווער הייסט א איד' האבן דריי-פערטל צו צוויי-דריטל קאסעוואטיווס געענפערט 'איינער וואס איז ערצויגן אידיש', ממילא אויב גייט מען אחר הרוב איז אויב זאגט דיר איינער ער איז א קאנסערוואטיוו איד יש לומר ער איז בכלל נישט קיין איד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום טראכטכמוני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טראכטכמוני: דער קאנסערוואטיוו ראביי קאסגראוו האט טענות צו די רבנות אין ארץ ישראל אז זיי טוען (טאקע) נישט אנערקענען קיין שום גיור פון קאנסערוואטיווע און רעפארם ראבייס. מ'זעהט אז ער זאגט דאס מיט גרויס צער. לדעתי. וואלט מען יא געדארםט אנערקענן זייער גיור. נישט ווייל אונז האלטן אז דאס איז גוט. אדער אויסגעהאלטן עפ" הלכה. נאר. זיי טענה'ן אז זיי זענען אויך צווישן די גרעסטע שטיצערס פון מדינת ישאל אלס א אידישע מדינה. און דא דיסקרימינירט מען אזוי שטארק אקעגן זיי. איך האב איהם געזאגט. ..איך בין מסכים אז מ'דארף אנערקענען ענקער גיור און זיי געבן אלע רעכטן. נאר ס'דארף זיין זייער קלאר ארויסגעשריבן דער חילוק פון א גיור עפ"י הלכה. און א קאנסערוואטיוו אדער רעפארם גיור. למשל אויך מיט אן אנדערע קאליר. אז ס'זאלל נישט קענען זיין קיין טעות.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

וואס טוהט איר מיט דעם פאקט אז די קאמיטעי האט וואס האט בשעתו צוגעלאזט פרויען רבנים האט אפילו נישט באשטאנען פון זייערע ראבייס, נאר רובא דרובא פון די שטימערס זענען געווען (קאנסערוואטיווע) בעלי בתים מיט א סך הכל פון 'איין' געלערנטער. איי 'הלכה' איז דאך אן עיקר ביי זיי?


דא קענט איר זעהן א געהעריגע תשובה און געהעריגע רבנים דן זיין אין דער נושא פין פרויען.

בנוגע תורה מן השמים, האלטען זיי בדרך כלל אזוי ווי אונז, אז איין רב זאגט פארקערט ווערט עס נאך נישט א פסול אויף אלע.

און איך ווייס נאך נישט וואס דער יעניגער וואס די ברענגסט האט געזאגט. וואס האט ער געזאגט?
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היסטאריע: דו ביסט גערעכט. אבער וועגן תורה מן השמיים ווייס איך נאכנישט קלאר וואס ער האלט. אבער מ'זעהט אז ער איז מחשיב סיי תורה שבכתב און סיי תורה שבע"פ און מדרשים. ווייל אין א יעדן סערמאן ברענגט ער פון די פ' השבוע. און אויך פון גמ' און מדרשים. נאר ער פלעכט עס אריין קונצליך מיט די פאליטישע און אנדערע וויכטיגע געשעענישן פון די וואך. איך בין זיכער אז נישט אלע פון זיין אוידיענץ האלטן מיט זיינע חידושים. ווייל ער איז א ת"ח און זייער א געלערנטער מענטש. דארט איז אויך דא דער חזן ביהכנ"ס. ער קומט פון ארץ ישראל. דער רב געט איהם א סאך מאל אזא פריינטליכן טשעפע אינמיטן די דרשה. דער מענטש קען שוואך ענגליש. אויך איז ער נישט באקאנט מיט די אמעריקאנער קולטור פון ספארטס. איבער וואס דער ראביי דרשנ'ט (כמעט) א יעדע וואך. פאר זיין אוידיענץ אין שול.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

היסטאריע האט געשריבן:אפאר אונגארישע רבנים האבן מחדש געווען אז מען דארף זיין אנגערופן "ארטאדאקסיש" צו ווערען אנגענומען אין גן עדן, אויסער דעם שטייט עס נישט אין די תורה, און ווען רבנים שרייבען תשובות און זענען מחדש איסורים מיינט נישט אז מען טאר דאס נישט טוהן. פארוואס? בל תוסיף. אויב זיי וועלען זאגן אז זיי מאכן א גזירה א תקנה, דארטן מען פאלגען, אבער ווען זיי פארשטייען אז מען דארף זאגן ליגענט, און כדי דער עולם זאל פאלגען דארף מען זאגן ליגענט אז א זאך איז אסור מעיקר הדין, זענען זיי ליגנערס, און מען דארף זיי נישט פאלגען.

אויב דיין שאלה איז צו ר' אבי ווייס ווערט אנגערופן"ארטאדאקסיש" ווייל ער שיקט צו פרויען בעלי תפלה, איז דער תירוץ, ניין. אבער עס מיינט נישט אז יינו יין נסך, און אז ער איז פסול לעדות, און זיין גיטין וקידושין זענען פסול, ווייל ער איז בארעכטיגט צו האבן זיין שיטה אין הלכה. כאטש אפאר בלאפערס ווילען נישט מודה זיין אז די זאכען האבן נישט מיט אידישקייט.

פשיהא איך בין מקנא דיין 'קיהלשאפט'. איי איי ווי נעמט מען אביסל שכל.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 305
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 371 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

שליחה דורך כפתור »

berlbalaguleh האט געשריבן:איבער וואס דער ראביי דרשנ'ט (כמעט) א יעדע וואך. פאר זיין אוידיענץ אין שול.

ס' דא צוויי זאכן וואס קומען אריין און יעדע דרשה פון מ"א און אראפ..
עפעס א זשאוק פון ספארטס, און פון בעיגעל מיט לאקס.
דאס גייט שוין אזוי פון איין ראביי צום צווייטן. ווערט זאגט אז זיי זענען נישט טראדישענעל!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כפתור: יא. אבער דו דארפסט פארשטיין אז ער האט אין זיין אוידיענץ לאיערס און דאקטוירים און סטאקבראוקערס. דאס איז א היי קלעס שול. און זיי זענען אמעריקאנער מבטן ולידה. נישט אימיגראנטן. אזוי ווי (רוב פון) אונז. און אונזערע עלטערן. ביי זיי ליגט ספארטס אין די בלוט. ספעציעל ווען דער ראביי קען אריינפלעכטן דערין א אידישן מאמענט. און עס פארבונדן מיט די לויפנדע פרשה פון די וואך...אויף דעם איז ער א קונטסלער. דער ראביי קאסגראוו שליט"א. זיינע דרשות און השקפות זענען אויך אולטרא-ליבעראל פאליטיש. אזוי ווי זיין אוידיענץ..!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אבי אונז האמיר געמיינט (די מער נאאיווע צווישן אונז) אז די חב"ד/ליובאוויטש חסידים זענען נישט עכט קיין ערליכע אידן...האביך ערגעץ געזעהן א קליפ ווי א קאנסערוואטיוו ראביי רעדט זיך אפ (מיט גרויס צער און פארוואונדערונג) אז ער האט אמאל גערופן איינעם פון די רבנים אין חב"ד אז ער זאלל קומען האלטן א דרשה אין זיין שול. דער חב"ד רב האט איהם אפגעזאגט. דערפאר פיהלט ער זיך זייער שטארק געטראפן. און ער ווייסט נישט פארוואס...ווילל איך איהם לאזן וויסן פארוואס... איך גיי דא לייגן מיין פאון נאמבער און מיין אי.מעיל. ווער ס'וילל זאלל לאזן דעם ראביי וויסן אז ער קען מיך קאנטאקטן. און איך וועלל איהם זאגן (אפשר) פארוואס יענער חב"ד רב האט נישט געוואלט קומען צו איהם.

*אז די מענער און פרויען דאווענען צוזאמען. ס'נישטא קיין מחיצה:
*מ'ניצט א סאונד סיסטעם (אוידיא-וויזשועל) אום שב"ק?
*ס'זענען דא פרויען שליחי/ות ציבור:

ווען מ'וועט פאררעכטן די אלע זאכן ביניך זיכער אז דער חב"ד רב און אפילו איך, אני הקטן בערל בעל עגלה) וועט זיין וויליג צו קומען רעדן אין זייער שול...!

מיין פאון# איז (123)-456-7890.
די אי מעיל אדרעסס איז:...moishezichmech@gmail.com...!

רבותיי: אויף דעם פאון נאמבער האביך נישט מורא. נאר דעם אימעיל בעט איך אז דער עולם זאלל (דערווייל) נישט ניצן. ווייל דער ר' משה (זיכמעך) הי"ו וועט פלוצלינג באקומען הונדערטער אי-מעילס. און ער'ט נישט וויסן פון וואו...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

איך אויך האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:אפאר אונגארישע רבנים האבן מחדש געווען אז מען דארף זיין אנגערופן "ארטאדאקסיש" צו ווערען אנגענומען אין גן עדן, אויסער דעם שטייט עס נישט אין די תורה, און ווען רבנים שרייבען תשובות און זענען מחדש איסורים מיינט נישט אז מען טאר דאס נישט טוהן. פארוואס? בל תוסיף. אויב זיי וועלען זאגן אז זיי מאכן א גזירה א תקנה, דארטן מען פאלגען, אבער ווען זיי פארשטייען אז מען דארף זאגן ליגענט, און כדי דער עולם זאל פאלגען דארף מען זאגן ליגענט אז א זאך איז אסור מעיקר הדין, זענען זיי ליגנערס, און מען דארף זיי נישט פאלגען.

אויב דיין שאלה איז צו ר' אבי ווייס ווערט אנגערופן"ארטאדאקסיש" ווייל ער שיקט צו פרויען בעלי תפלה, איז דער תירוץ, ניין. אבער עס מיינט נישט אז יינו יין נסך, און אז ער איז פסול לעדות, און זיין גיטין וקידושין זענען פסול, ווייל ער איז בארעכטיגט צו האבן זיין שיטה אין הלכה. כאטש אפאר בלאפערס ווילען נישט מודה זיין אז די זאכען האבן נישט מיט אידישקייט.

פשיהא איך בין מקנא דיין 'קיהלשאפט'. איי איי ווי נעמט מען אביסל שכל.


אין בין נישט מקנא דיין שכל, דאס איז זיכער.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היסטאריע: אבער דו דארפסט פארשטיין וואס ס'באדערט (שטערט) מענטשן. אפילו ליבעראלן אזוי ווי איך,איז אז הרב אבי ווייס (וואס איז פערזענליך זייער א וואוילער איד. און פארדינט אנערקענונג פאר זיינע גוטע מעשים.) געבט זיך אן אלס אן ארטאדאקסישער רב וועלכער פיהרט אן ארטאדאקסישע קהילה. און ער טוט אלעס אין די וועלט צו צוברעכן די גדרים און סייגים (טאבוס) וואס די ערליכע אידן האבן געהאלטן אין אלע דורות.אין פאקט. מיט זיינע נייע (רעוואלוציאנערע) איינפיהרונגען שטייט ער דארט וואו די מער טראדיציאנאלע קאנסערוואטיוו קהילות שטייען...ווילן מענטשן וויסן פארוואס ער עקשנ'ט זיך צו פאררופן אלס א רב אין אן ארטאדאקסישע קהילה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כ'האב יעצט געזעהן א קליפ ווי דער ..."ראביי"... אין סענטראל סינאגאג גייט שבת אינדערפריה א הוילן קאפ. אבער מיט א טלית. אויך דער בר מצוה בחור וועלכע האט ..."עולה" געווען און געליינט אין די תורה די פרשת השבוע איז געגאנגען א הוילן קאפ...!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אינטערסאנט ווי מ'מאכט אזא עסק פון א יארמילקע וואס איז נישט אזא יסוד אין די תורה, סאיז אפילו נישט פון די תרי"ג מצוות.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תרמב: דו זאגסט גוט. אבער די מעשה איז א ביסל אנדערש. מ'פארציילט אויפ'ן חפץ חיים אז איינער האט זיך אויסגעטון זיין קאפל. און מענטשן האבן איהם גוט אנגעשריגן דערפאר. איז ער געגאנגען צום חפץ חיים און ר'האט געפרעגט א שאלה מיט א געמאכטן תמימות..."רבי. אויב מ'גייט אן א קאפל איז מען א שייגעץ?"...האט איהם דער ח"ח געענטפערט. ניין...אבער א שייגעץ גייט אן א קאפל...!

כ'האף אז דו (ווילסט) פארשטייסט די טיעפזיניגקייט פון דעם ענטפער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

די חזנית (איינע פון עטליכע חזנים וחזניות) איז גאנץ א גוטע (גרויסע?) תלמידה חכמה. ווען דער בר מצווה בחור (אויך א גרויסער גאון און מתמיד) איז סטאק געווארן איבער א ווארט ..." וטבח"...טבח, אינמיטן קריאת התורה וואס ער האט געפראוועט, האט זי איהם ארוסגעהאלפן, פון א ..."תיקון"...U'tevoach...!
פארשפארט