צפור בודד האט געשריבן:די קאפאציטעט ביי איזרעיליס פאר קאנספיראציעס איז אומגלויבליך. דיין טאטע אדער דו אליין האבן שוין אמאל געהאט א סכסוך מיט עמעצן? איז דיר איינגעפאלן מאכן אויף יענעם א בלבול מיט עדיות, ארייננעמען נאך איינעם אין דעם בלבול, ארבעטן אויף דעם חודשים לאנג און דערנאך עס פובליצירן אונטער דיין אייגענעם נאמען אז די וועלט זאל זען אז אלעס קומט פון דיר אליין?
נאר אויף קאנסיפראציעס פרעגט מען נישט קיין קשיות, "מען קען נישט וויסן" פארענטפערט אלע קשיות און אין אפוטרופוס לעריות מיינט נישט חרדים און כל שכן נישט פראמינענטע חרדים וואס זיי זענען חפים מפשע בין קודם החטא ובין לאחר החטא.
פונקט פארקערט, ווען ראבינאוויטש שיקט ווען א צווייטן עס צו פאבלישן וואלט געווען גרינג געוואויר צו ווערן אז ער שטייט אונטער דעם.
עניוועי, איך האלט נישט אז דאס איז דער עיקר סיבה נישט צו גלייבן, ראבינאוויטש האט סאך שטערקערע אינטערעסן צו פאבלישן אזעלכע מעשיות ווי זיין טאטנס אלטע מחלוקת.
אויב גלייבסטו נישט אז מענטשן קענען אויפמאכן מעשיות, דריי דיך אביסל אויף אינפאווערס.