וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:למעשה האב איך אביסל צוריק געצויגן פון מיין פשט נאכדעם וואס איך האב געזעהן די גמרא אין נדרים. וכמ"ד משגיחין בבת קול,

אבער גיב א קוק ווי למשל לגבי וואס עס ווערט געברענגט אין רמב"ם וויפיל א מאן דארף לאזן זיין פרוי ארויסגיין אין גאס, דאס איז געווען בימים ההם
היינט מיינעך אז די פרויען דרייען זיך מער אינדרויסען ווי די מענער.... איז נישט שייך די הלכה
דאס זעלבע איז לגבי עושה רצון בעלה גייט לויט די היינטיגע נארמע.


דאס אז די מאן האט געדארפט "לאזן", זאגט אויך אסאך.
.I got voices in my head.
ישר בעיניו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 11, 2021 10:09 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך ישר בעיניו »

קהל'ס נער האט געשריבן:
ישר בעיניו האט געשריבן:איך זה אז דעי קהל'ס נער איז גארנישט אזא נער


און אז דער ישר בעיניו איז גארנישט אזא ישר.

ג'אסט קידינג :lol: :lol:

ישר "בעיניו"
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך מאן דאמר »

איך קלער אז פאר אונז קען מיר פראבירן פארענטפערן דעים שאלת השואל, ברויך ערשט אביסל צונעמען די פראגע, און אריין קלערן אין די היסטאריע אונטער די פאקטן אויף וואס די פראגע איז באזירט

וועל איך אנהייבן מיט א מעשה (וואס איז מעגליך וואָר)
א איד האט אנגעפרעגט ביי הרב שטיינמן זצ״ל, צו עס איז באמת דא אן אינטערשייד צווישן א שווארצע יארמולקע, און א בלויע, למאי נ״מ? מ׳האט זיין זון אהיים געשיקט פון חדר ווייל ער איז געקומען מיט א בלויע יארמולקע, און זיי לאזן אים נישט צוריק נאר מיט א שווארצע, וויל דער איד וויסן אויב דער ראש ישיבה האלט אז ס׳איז דא א חילוק בכלל. האט אים רב שטיינמן געענפערט, ״גערעכט! ס׳איז טאקע נישטא קיין אינטערשייד, און פארדעים טאקע זעה איך נישט פארוואס דיין זוהן קען נישט גיין מיט א שווארצע יארמולקע אין חדר״

לעניננו, ערשט ברויך מען פארשטיין, וואס איז א נפק״מ פון א הוילע שייטל צו א שייטל מיט א הוט, כולי עלמא מודה אז א מענטש פון באנגלאדעש וואס קומט מארגן אויף א טור אין ויליאמסבורג וועט נישט זעהן די חילוק, דאס מיינט נישט אז עס איז נישטא קיין חילוק, עס איז א ריזיגע חילוק, פונקט ווי די חילוק פון א געפלאכטענע עטרה צו א געקעסטעל׳טע, אבער פארוואס פארשטייט עס נאר א א איד, א חסיד׳שער, און נאר פון וויליאמסבורג? (טריי סטעיט וכו׳)

צווייטענס, לאמיר זאגן אז מיר פארשטייען אז ס׳איז דא א חילוק, איז די שאלה נישט צו א מאן האט א רעכט צו בעטן/פארלאנגען פאר א פרוי צו טוישן א לבוש אדער ווײַס ווערסאַ, ווייל רעכטן זענען רעלאטיוו, מברויך פארשטיין ערשט די רעכטן סיסטעם אויף וואס דו פראגע איז געבויט אויף, צום ביישפיעל היינט ווייסט יערער איינער אין אמעריקא אז פרויען האבן א רעכט צו שטומען ביי אן עלעקשאן, פאר הונדערט יאר צוריק איז דאס קיינעם נישט איינגעפאלן, ווייל די רעכט סיסטעם קען זיך טוישן, דו גאנצע זאך פון רעכטן איז פונקט ווי די הוט אויפן שייטעל, א מענטש פון באנגלאדעש וועט נישט פארשטיין רעכטן די זעלבע וועג ווי א מענטש אין טריי סטעיט, און א איד אין וויליאמסבורג האלט אז א פרוי האט נישט קיין רעכט צו פירן אן אויטא בשעת א איד פון א צוואנציק גאסן ארויפציר האלט אז יא וכו׳

דריטענס, ווער זאגט אז די עצה איז אז דו פרוי זאל זיך בייטן דעים לבוש, פילייכט איז פשוט גרינגער אז דער מאן זאל טוישן דאס וואס ער וויל? ד״מ אז אויב דער מענטש פון באנגלאדעש זעהט נישט קיין חילוק פון א הוט אויפן שייטל אדער א בלויזע שייטל, אפשר הייב דו אן טראכטן ווי דער מענטש אין באנגלאדעש וועט דיך נישט באדערן דעים הוט, צו איז רעכטפארטעג דאס צו זאגן פאר א מענטש?

איך ברויך גיין כאפן שחרית און נאכער לויפן אין דזשאַבּ, שמועסט עס איבער און איך האף ממשיך צו זיין אין אווענט בעז״ה
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

ער’ מאן דאמר: פארגעס נאר נישט צו עסן פת שחרית...
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב געהערט א מעשה אויף איד וואס פלעגט רייכערן אסאך וואס האט זייער געוואלט טוישן זיין ווייבס לבוש פון א שייטל צו א שפיצל, האט ער געמאכט א דיעל מיט זיין ווייב אז ער וועט אויפהערן רייכערן און זי וועט אנטון א שפיצל, נאך א שטיק צייט זעהט זי אז ער רייכערט שוין ווייטער, האט זי אים פארגעהאלטן דערויף האט ער געענטפערט קענסט צוריק טוישן אז דו ווילסט.......
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כבוד הרב איש הישר;

אפאר דא האבן בארירט די נקודה, אבער כ'וויל עס בעסער אויסקלארן.

אין די נארמאלע וועלט טוט נישט מאן אדער ווייב ארויפצווינגן איינער אויפן אנדערן וואס די אנדערע זאל אנטוהן, פונקט פארקערט, מ'מאכט זיכער אז די אנדערע איז צופרידן און באקוועם און נאר אזוי װערט מען אליינס צופרידן.

ס'שטייט פון די בעש"ט, אז פאר זיין פטירה האט ער געוויינט, ווייל ער האט געזען אז פאר משיח וועט קומען, וועלן ליידער זיין אזעלכע וואס קוקן אויס ווי רבי'ס, און וועלן פארכאפן זיין דרך און ארויפצווינגן אויף אונז די סיטרא אחרא'דיגע דרך, און יא, דא האלט מען יעצט, מ'זעט ווי זיי פראבירן ארויפציצווינגן אויף א יעדער איינער זייער דרך השקר.

אבער ב"ה היינט האלט מען שוין ביים נעקסטן לעוועל, מ'זעט ווי מ'איז אנגעקומען מיט די דרך פון די ארויף צווינגערס און דער עולם זוכט די אמת. כ'מיין אז יעדע נארמאלע מענטש וואס זוכט די דרך הישר והאמת, וואלט זיך קיינמאל נישט אינדענטיפיצירט צו זיין אין די זעלבע לעוועל ווי די היינטיגע ארויף צווינגערס. און אפילו עס ברענט דיר עפעס אז דיין ווייב זאל עס טוהן, זאלסטו חלילה וחס איר נישט צווינגן ווייל דאס איז די דרך השקר, נאר זאלסט ארבייטן אויף זיך און אזוי וועסטו זוכה זיין בעזרת השם צו באקומען אמת'ע אהבה.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

ר' שמעון גרין האט א פרישן שמועס איבער די נושא:

Rabbi Shimon Gruen
Vayishlach - How obligated is a wife to make her husband happy?

TorahAnytime Links
Video https://MyTAT.me/v168272
Audio https://MyTAT.me/a168272

Dial In (718)-298-2077
Press 9168272#
מאנטריאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2020 12:04 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

שליחה דורך מאנטריאל »

ישר כח פאר די לינק
געדאנקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 21, 2021 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל

שליחה דורך געדאנקן »

3178.jpg
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re:

שליחה דורך yesiknow »

תרמב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 12:41 pm איך האב געהערט א מעשה אויף איד וואס פלעגט רייכערן אסאך וואס האט זייער געוואלט טוישן זיין ווייבס לבוש פון א שייטל צו א שפיצל, האט ער געמאכט א דיעל מיט זיין ווייב אז ער וועט אויפהערן רייכערן און זי וועט אנטון א שפיצל, נאך א שטיק צייט זעהט זי אז ער רייכערט שוין ווייטער, האט זי אים פארגעהאלטן דערויף האט ער געענטפערט קענסט צוריק טוישן אז דו ווילסט.......
איז דאס ווייל ער האט זיך שוין נישט געקענט איינהאלטען פון ראכערען, צו ווייל זיין דמיון אז זיין אשה וועט זיין מער עטרעקטיוו מיט א הוילע שייטעל איז אויך אוועק מיט די רויעך...

כלל גדול בחיים די וואס קוקען נישט אויף אנדערע פרויען (מענער) הייזער קארען תפילין בייטלעך לעבען א חיים טובים ,"יענעם" אינטערסירט זיי נישט.
וואס ער האט נישט דארף ער נישט אין וואס ער דארף האט ער אין איז גליקליך ביז גאר.
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
איש מרדכי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

שליחה דורך איש מרדכי »

ישר בעיניו האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 6:27 pm ס'איז פאר קיינעם נישט קיין סוד וויאזוי די גאס קוקט אויס היינט, איך קום פון א חסידישע שטוב און איך האב חתונה געהאט אויף די סטאנדארט (שייטל מיט א העט), לעצטענס האט זיך מיר פארשמעקט און ס'ברענט מיר אז מיין ווייב זאל זיך אנטון א בלויזע שייטל אבער זי שרייט חי וקיים האסט מיך גענומען וויאזוי איך בין און איך וויל נישט אראפגיין א דרגה אא"וו. וויל איך דא פרעגן די עולם זאל איך משלים זיין מיטן מצב (איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי) אדער ס'איז דא א אנדערע וועג?
@שר בעיניו i feel you

איך האב געפרעגט א ענדליכע שאלה און די אשכול, די עולם איז אריינגעקומען גאנץ קלאר.

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... &start=184
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

Re:

שליחה דורך בונה של טוב »

עובדיה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 7:10 pm דער אגרות משה אה"ע ח"ד סימן ל"ב פסק'נט אז א מאן קען נישט צריקהאלטן זיין פרוי פון גיין א שייטל ווייל דאס האט נישט מיט עם, און ער קען איר נישט צווינגען אנצונעמען זיינע חומרות. אבער פון די אנדערע זייט אויב וויל ער זי זאל זיך נישט שערן די האר איז זי יא מחוייב צו טוהן רצון בעלה ווייל דאס האט יא מיט דער מאן, און לכאו' איז די זעלבע ווען ער וויל זי זאל גיין מיט א שייטל.
דערמאנסט מיר די מעשה וואס איך האב געהערט אלס קינד: א מענטש איז דורכגעגאנגען די גאס בשעת דער לעקטער איז געווען גרין און ער זעהט א קאר קומט צו פארן. ער רעגט זיך אויף (בארעכטיגט) היתכן דו ביזט נישט גערעכט מר. דרייווער דו טארסט נישט יעצט פארן! פאר דיר איז די ליכט רויט

אבער אויב פאר׳עקשנ׳ט ער זיך אז ער איז גערעכט און גייט ווייטער אינמיטן גאס, וואס וועט געשעהן: ער קען בלייבן גערעכט און איבערגעטראטן

נישט קיין חילוק וואספארא ראיות דו ברענגסט אז דער מאן איז גערעכט, וועט ער צאלן א טייערע פרייז אויב ער צווינגט איר צו טון וואס זי וויל נישט (ס׳דא אסך וועגן פון צווינגען. כסדר קריטיקירן ביז יענער געבט זיך אונטער אדער סיי וועלכע אנדערע אופן) ווי דו צווינגסט ארויף דיין רצון אויף יענעם האט גרויסע קאנסעקווענצן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך קען איינעם וואס איז א "מורכב". זיין טאטע איז אמאל געווען א פארברענטער אגוד'יסט. ער האט פאר זיין זון געגעבן א נאמען נאך א גרויסן אגודיסט'ישן פיהרער. נאר היינט איז ער א גרויסער קנאי. זיין ווייב/רעבעצין פלעגט גיין א נארמאל שייטל מיט א היטל. איין טאג האט איהם אנגעכאפט א נערוו. (אפשר לפי פקודת רבו) און ער האט געצווינגען זיין ווייב אן צו טון א שפיצל. זי האט אויסגעזעהן ווי א מאנקי אין דעם שפיצל. נאר זי האט נישט געהאט קיין ברירה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
yesiknow
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 462
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 279 מאל

Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

שליחה דורך yesiknow »

א געוויסע ראש ישיבה וואס זיין אשת נעוריו גייט מיט א שפיצעל אין שווארצע זאקען האט געמאכט א מבצע ווי בעיוטופאל א שפיצעל איז אין האט מרחיב הדיבור געוועהן בהנושא פונקטליך פארוואס דוקא א שפיצעל איז אזוי ציעדיק אין ראמאנטיש אז איך ווינדער זיך ווי אזוי א פרוי קען גיין מיט א שפיצעל אויף די גאס סאיז ממש א פחד נורא , נאר איך בין דן לכף זכות אז נישט אלע כאפען ממילא איז נישט אזוי געפערליך .
אבער נאך די דרשה האב איך נאר געוואלט מיין ווייב זאל אנטהון א שפיצעל סי האט נעבעך נישט געווסט וואס פאר א רוח איז אריין אין איר מאן ליטעל דיד שי קנוי אז איך האב געהערט עפעס א דרשה למעשה האט זיך עס נאכאמזל נישט אויסגעארבייט שי סטאד היא גראינט
יש ענין שנתהפך הכל לטובה , ריווייער יור ברעין ענד אלל וויל change.
אברהם שנית מן השמים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

שליחה דורך אברהם שנית מן השמים »

וואס קען זי טוהן די מאן זאל טוישן די לבוש ???
[NAMELESS]

Re:

שליחה דורך [NAMELESS] »

תרמב האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 12:41 pm איך האב געהערט א מעשה אויף איד וואס פלעגט רייכערן אסאך וואס האט זייער געוואלט טוישן זיין ווייבס לבוש פון א שייטל צו א שפיצל, האט ער געמאכט א דיעל מיט זיין ווייב אז ער וועט אויפהערן רייכערן און זי וועט אנטון א שפיצל, נאך א שטיק צייט זעהט זי אז ער רייכערט שוין ווייטער, האט זי אים פארגעהאלטן דערויף האט ער געענטפערט קענסט צוריק טוישן אז דו ווילסט.......
איך ווייס פון אזא ענליכע מעשה פון א באקאנטע איז א גרויסע נגיד אין ווילימסבורג ער האט פארלאנגט דאס שפיצל האט זי געזאגט רייכענען למעשה האט זי נישט געקענט פויעלן מער ווי א יאר איר חשבון איז געווען אז א יאר וועט ער נישט רייכענען וועט ער גענצליך אויפהערן למעשה האט ער ערליך איינגעהאלטן זיין זייט א גאנץ יאר און דערנאך זיך נוקם געווען...

כעין זה ר' מאטעלע זצ''ל האט נישט געקענט פויעלן ביים איידעם די ביקסאד'ער זיך צו טוישען דאס פלאטשיקס למעשה האט ער געפויעלט פאר 10 יאר און די חשבון איז געווען ער וועט שוין פארבלייבן מיט דאס הויכע הוט למעשה די צענטע יאר האט זיך גענדיגט און דער איז דא מיט די פלאטשיקס....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואס האט ער געטון מיט די איבריגע סחורה? ער האט דאך אפגעשניטן דעם הויעכן הוט.

מפני מעשה שהיה: א הוט סוחר האט אמאל באשטעלט 50 ביבער הוטן ביי א הוטמאכער. דער הוטן מאכער האט איינגעזעהן אינמיטן די ארבעט אז ער איז שארט מיט סחורה. וואס טוט מען?. ער האט זיך אן עצה געגעבן. ער האט אפגעשניטן פון א יעדן הוט א פאר אינטשעס. און ער האט איינגערעדט פאר'ן סוחר אז דאס איז די נייע (סאטמאר'ע) סטייל. אזוי ארום האט ער געהאט געניג סחורה פאר דעם ארדער.
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

שליחה דורך מחונך »

איך וויל מוסיף זיין מיינע זיבן אגורות. מען זאגט עס נישט אויס פאר אונזערע פרויען, אבער זיי האבן אויך רעכטן ע''פ שו''ע! אז דו ווילסט טוישן דיין ווייבס לבוש צו אנ'אנדערע לבוש, אפי' אויב עס איז 100 פראצענט אויסגעהאלטן להלכה, קען זי רעפאנדן מיט א מאוס עלי דיין בארד און פיאות און די וועסט דיך מוזן אפשערן! עס איז 100 פראצענט מותר ע''פ שו''ע זיך צו שערן בארד און פיאות! מיינע אויבערלענדישע זיידעס האבן דען אלע געהאט פיאות? ודי בזה
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

אויב בעט זי דיר צו טוישן פון א הויעכן הוט צו א פלאטשיקס פון איין טאג אויפן צווייטן, דעיס פארשטייעסטע אז סאיז שווער, איא?
פארשטיי אויך אז סאיז איר שווער צו טוישן, איינמאל די פארשטייסט איר ביזטע שוין א פערטל וועג אדורך.

יעצט, אחוץ בעטן און קאמיניקעיטן ווי צוויי נארמאלע עדאלטס קענסטע גארנישט טון, אויב לייגטסטע אביסל צו סאך פארס און פרעשור, די דרך העולם איז אז די וועסט זיך טרעפן מיט א שייטל אן א העט און אן א ווייב...

סאיז דא אפאר וועגן וויאזוי די קענסט עס געבן גרעסערע שאנסן, אויב דו וועסט זיך טוישן, יכול להיות סוועט איר אויך זיין גרינגער, וזה רק נאכן אדורך שמועסן און ענק ביידע זענען גריייט צו גיין אויף די דשורני, אויב צו האלט נישט ביי גארנישט, יכול להיות העסט בלייבן קרח מכאן ומכאן, אבער סאיז נישט קיין כלל.

שנית, וואס טוסטו צו איר אז זי זאל זיין גרייט מקריב צו זיין א טשענדש און לבוש פאר דיר?
אויב עס באשטייט סך הכל פון אויס הערן איינמאל א טאג וויאזוי איר טאג איז געווען און צוגרייטן די ליכט ערב שבת און אנשטעלן די שבת זייגער און וואשן די פלאר.. הממ.. שוואכע שאנסן
די וועסט דארפן עסקלעיטן דיין קאנעקשן און ליבע צו הויכע שטאפלען אז זי זאל זיין גרייט מיט צו גיין מיט די טשענדש מיט דיר אפילו זי האט נישט אזוי געוואלט מעיקרא.
(וויאזוי דאס צו טון איז שוין א גרעסערע לענגערע שמועס און פארלאנגט אן אשכול פאר זיך)
באניצער אוואטאר
א גוט יאר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 417
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 07, 2024 3:23 am
האט שוין געלייקט: 508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

שליחה דורך א גוט יאר »

גראדע איז דא א חילוק צווישן א מאן טוישן הוט ווס. א פרוי טוישן קאפ צודעק,
ס'דא גענוג און נאך פרויען וואס טוישן זיך, דער וועגן א קבלה, דער וועגן א חולה וכו', ס'דא אסאך.
ממילא איז עס נישט אזוי שווער.

מה שאין כן מענער,
ווער טוישט הוט נאך די חתונה?
כ'רעד נישט אז מ'טוישט גלייך נאך די חתונה, כ'רעד סתם איין טאג אויפן צווייטן, דער האצעך פארפלאטשיגט...
ס'נישט דא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווען איינער קאמיוניקעיט מיט זיין ווייב און ער רעדט זיך א דורך און פארגלייכט זיך איז דאך נישט דא קיין פראבלעם. די פראבלעם איז מיט די משוגעים און עקסטרעמיסטן וואס ער פארלאנגט א ראדיקאלן טויש אין לבוש ביי זיין ווייב ווייל ס'האט איהם אנגעכאפט א נערוו. אדער ווייל זיין רבי האט געזאגט.

געוויינליך די מענטשן זענען זייער סעלפיש. ער פארלאנגט און פאדערט א טויש בי זיין ווייב. נאר ער אליין טוישט זיך גארנישט. ער בלייבט מיט זיינע שלעכטע געוואוינהייטן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

שליחה דורך קורקלענד »

טראץ וואס עס איז נישט קיין אפטע ערשיינונג, איז עס אבער העכסט נארמאל אז מענער זאלן טוישן די הוט פון איין טאג אויף די אנדערע בבחינת מעלין בקודש. א שטייגער פון שטאפן הוט צו ביבער הוט (הויעך אדער פלאטשיג) אדער קראך הוט צו הויכע ביבער. ס'געשעט און קיינער קוקט עס נישט אן פאני.

אויך זענען דא א שיינע צאל מענטשן וואס זענען מיסודו סאטמאר וואס טראנספערירן צו א קראך הוט לויט וויאזוי די שטוב דעוועלאפט זיך.
באניצער אוואטאר
ווייסעכניש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 21, 2023 9:51 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

Re: וויאזוי קען מען מאכן טוישן די ווייב'ס לבוש ווען ס'איז שווער

שליחה דורך ווייסעכניש »

ישר בעיניו האט געשריבן: ס'איז פאר קיינעם נישט קיין סוד וויאזוי די גאס קוקט אויס היינט, איך קום פון א חסידישע שטוב און איך האב חתונה געהאט אויף די סטאנדארט (שייטל מיט א העט), לעצטענס האט זיך מיר פארשמעקט און ס'ברענט מיר אז מיין ווייב זאל זיך אנטון א בלויזע שייטל אבער זי שרייט חי וקיים האסט מיך גענומען וויאזוי איך בין און איך וויל נישט אראפגיין א דרגה אא"וו. וויל איך דא פרעגן די עולם זאל איך משלים זיין מיטן מצב (איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי) אדער ס'איז דא א אנדערע וועג?

די תירוץ איז זייער סימפל, א פרוי איז נישט קיין object, זי איז א מענטש פונקט ווי דיר און מיר. אויב דו ווילסט עס just פאר דיין הנאה וועט דיר עס נישט זאט מאכן.
פארשפארט