מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

אקיי מ'וועט פראבירן... בע"ה
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

בחורים אין א ישיבה האבען געהאט א חשד אז די הנהלה לייענט איבער און קוקט אדורעך אלע בריוון וואס די בחורים שיקן אהיים. אזוי ווי אין רוסלאנד ווען מען האט צענזירט אלעס.

איין בחור האט אהיים געשיקט א בריוו...

מיינע טייערע עלטערען ווי אזוי פילען ענק ? דא איז אלעס ב"ה פיין.
איך האב א פראבלעם. מען האט מיר אנגעטראגען צוויי שידוכים און איך ווייס נישט וועליכע צו נעמען. ביידע זענען זייער גוט. איך מיין אז איך גיי חתונה האבען מיט ביידע און אויס פראבלעם.

דער נעקסטער טאג רופט איהם אריין דער משגיח און הייבט אן שרייען... שיגץ... פוי... דו ווייסט נישט פון דער חרם דרבינו גרשום? אז מען טאר נישט חתונה האבען מיט צוויי פרויען?

ענטפערט איהם דער בחור... במחילת כבודך משגיח לעבן... האט נישט דער זעלבע רבינו גרשום האט אויך געלייגט א חרם אויף די וועליכע לייענען אנדערע מענטשען'ס ברייוו?

און דער משגיח האט...
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

אין בית מדרש ליגט א סעלפאון אפען טיש אין פאנגט אן קלינגען איינער גייט צו און הייבט אויף אויף ספיקער...
האלו...
א פרוי זאגט האלו? משה? ואס הערט זיך ?
ברוך השם...
איך האב היינט געזעהן א שיינע קלייד וואס איך וויל זייער האבען, מעג איך עס קויפען?

פרעגט ער, וויפיהל קאסט עס?
ענטפערט זי 900 דולר
זיכער קויף עס געזינטערהייט

און איך האב אויך געוואלט א נייע קאר, איך האב געזעהן די נייע מארצעדיס און איך האב עס זייער ליעב.

וויפיהל קאסט עס? פרעגט ער ווידער.

בערך 98,000 דולר

ענטפערט ער אוודאי איך האב דיר זייער ליעב

און געדענקסט אונזער אלטע שכן וועליכע האבען זיך אריבער געצויגען צו ארץ ישראל? זיי פארקויפען זייער הויז און איך האב א געלעגעהיעט אראפצולייגען א דאון-פעימענט אבער עס מוז זיין אין די נעקסטע האלבע שעה.

פרעגט ער וויפהל איז די הויז און וויפהל איז די דאון פעימענט?

ענטפערט זי די הויז איז 1.7 מיליון און די דאון פעימענט איז 200 טויזענט דולר.

ענטפערט ער דו ווייסט אז איך האב דיר זייער שטארק ליעב... געזונטערהייט. קויף עס.

אקעי... זיי געזונט...

נאכ'ן אויף הענגען גיבט ער א שריי הויך...

רבותי! איינער ווייסט אפשר ווער האט פארלוירען דעם טעלעפאון?
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאלאצ'ינטא: יענער האט א צווייטן פאון מיט א נאמבער וואס זיין ווייב ווייסט נישט. נאר זיין גוירלפרענד...לאל.

אונז לאך מיר. נאר ס'איז געווען (איינער פון עטליכע) מיט'ן נאמען דזשאני קארסאן. אן עושר איז ער געווען. ער האט כמעט מקיים געווען דעם כל מקדש שביעי. ער האט געהאט פיהר מאל חתונה געהאט. און זיך געדארפט זארגן פאר פיהר (געוועזענע) ווייבער...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

א פאליציאנט שטעלט אפ א איד'ל פאר ספידינג.

ער קומט צו און זאגט... דרייווער לייסענס...
איך האב נישט זאגט דער איד.

רעדז'יסטרעישאן? פרעגט דער פאליס.
איך האב עס נישט זאגט ווידער דער איד

אינשורענס? פרעגט דער פאליציאנט
איך האב נישט זאגט דער איד ווייטער.

דער פאליציאנט רופט זיין קעפטען פאר הילף.

דער קעפטען קומט אן און פרעגט לייסענס פליז.

זיכער זאגט דער איד און גיבט איהן זיין לייסענס

רעדז'יטרעישאן?

נאו פראבלעם... זאגט דער איד... און גיבט עס אהין.

דו האסט אינשורענס? פרעגט ווידער דער קעפטען
זיכער זאגט דער איד

איין מינוט זאגט דער קעפטען, איך פארשטיי נישט, פארוואס האט דער פאליציאנט געזאגט אז דו האסטו קיין לייסענס, רעדז'יסטרעישאן אדער אינשורענס?

איך ווייס נישט זאגט דער איד און ווארט נאר יעצט גייט ער אויך זאגען אז איך האב געספיד
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאלאצ'ינטא: דאס איז טאקע גוט פאר א מילתא דבדיחתא. ווייל אין ריעל לייף וועט א פאליציאנט דיר שרייבן א טיקעט און אריינשרייבן וואס ער ווילל. נישט קיין חילוק וואס דו זאגסט...!

נאכמער. זיי זענען אזוי טריקי. ער וועט דיך ארייננארן אין מודה זיין אז דו האסט געספיעדט אויף א קלענערן ספיעד. שפעטער. אויב דו גייסט אין קאורט וועט ער זאגן פאר'ן דזשאדזש אז דו האסט מודה געווען...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

berlbalaguleh האט געשריבן:פאלאצ'ינטא: דאס איז טאקע גוט פאר א מילתא דבדיחתא. ווייל אין ריעל לייף וועט א פאליציאנט דיר שרייבן א טיקעט און אריינשרייבן וואס ער ווילל. נישט קיין חילוק וואס דו זאגסט...!

נאכמער. זיי זענען אזוי טריקי. ער וועט דיך ארייננארן אין מודה זיין אז דו האסט געספיעדט אויף א קלענערן ספיעד. שפעטער. אויב דו גייסט אין קאורט וועט ער זאגן פאר'ן דזשאדזש אז דו האסט מודה געווען...!


יא יא
היינט זענען זיי געפערליכע אום מענטשען.

אזוי ווי דער אלטער ווארט. קען נישט זיין אמת אבער סתם א ווערטעל.
א איד האט געהאט א עקסידענט מיט א גלח. ער קומט ארויס און זאגט גלח לעבן דו זעסט אויס זייער נערוועז מאך א לחיים און בארואיג זיך א ביסעל. ער נעמט ארויס א פלשעל און גיסט איהם אן א גלעזעל און דער גלח טרונקט איהם אויס.
און וואס וועט זיין מיט די עקסידענט פרעגט דער גלח?
איין מינוט דו ביזט נאך צו נערוועז נעם נאך א טרונק.
ער טרינקט אויס נאך א גלעזעל. און פרעגט פארוואס טרונקסטו נישט?

ענטפערט ער איך גיי טרונקען נאך די פאליציי קומט.

אוודאי איז עס נישט אמת אבער א ווערטעל מוז נישט זיין אלעמאהל אמת
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

אבער דער ווארט איז ליידער יא אמת

א ווארט לכבוד חנוכה...

פעם שלטו הרומאים
והיום הרמאים
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

די ווארט קוקט אויס ווי product in israel ביטע צו שרייבען ארץ
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

נפה האט געשריבן:די ווארט קוקט אויס ווי product in israel ביטע צו שרייבען ארץ


אין חוץ לארץ איז ליידער דא גענוג רעבנים אנטשולדיג רמאים... (די זעלבע זאך)
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פאלאצ'ינטא האט געשריבן:א פאליציאנט

פאלט מיר איין אז פאלאצ'ינטא מיט פאליציאנט זענען ממש די זעלבע אותיות.
אקעי, כמעט.
וירח ה' את ריח הניחוח
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

שמעקעדיג האט געשריבן:
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:א פאליציאנט

פאלט מיר איין אז פאלאצ'ינטא מיט פאליציאנט זענען ממש די זעלבע אותיות.
אקעי, כמעט.


אז ס'פאלט איין איז א חורבן.
(נישט מיין ווארט)
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ויעזרם השם ויפלטם, דער באשעפער העלפט און ס׳פאלט עפעס איין.

(נישט מיין ווארט)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

יעדע קרומע זאך פאלט איין

#נישט מיין ווארט
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יין שרף: אויף דעם איז דא א צווייט ווערטל...ס'נישטא אזא גראדע זאך ווי א קרומע לייטער... און ס'נישטא אזא קרומע זאך ווי א גלייך-ווערטל...!

ועוד. בשם צדיקים....ס'נישטא אזא גאנצע זאך ווי א צובראכן הארץ (פאר'ן באשעפער.)...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אברהם מרדכי מלאך האט געזאגט אמאל אז תשעה באב ביי די קינות איז אים איינגעפאלן צוויי זאכן, איינס עפעס א ווערטל און די צווייטע זיין מילך קעסטל אויף וואס ער איז געזעצן......
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

א פאר פאלק קומט צום רב און וויינט אז זיי זענען שוין 10 יאהר נאך די חתונה און האבען נאך נישט קיין קינדער ל"ע.

זאגט זיי דער רב... גייטס צום כותל און דארט קען מען אריין לייגען א קוויטל.

5 יאהר שפעטער טרעפט דער רב די פרוי און פרעגט נו, וואס איז געשעהן? ענק האבען קינדער? פרעגט דער רב

יא ב"ה... בלע"ה 11

11? פרעגט דער רב אין 5 יאהר?

זאגט זי יא... די ערשטע יאהר האבען אונז געהאט א דרילינג (3)

די צווייטע יאהר א צווילינג (2)

די דריטע יאהר נאך א דרילינג (3)

די פערטע 1

און די פינעפטע ווייטער א צוויי גם (2)

און ווי איז דיין מאן ? פרעגט דער רב

אה ער איז ביים כותל... ער זוכט זיין קוויטל
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

...

שליחה דורך berlbalaguleh »

א היימישער יונגערמאן. נארוואס אריין אין כולל. זיין ווייב האט למזל געבוירן א בן זכר. דער נייער טאטע, עקסייטעט. לויפט מיט איין אימפעט צו זיין מאמע און ער פארציילט איהר אז ער האט נארוואס ..."געהאט א יונגל"...! פרעגט איהם די מאמע..."און דיין ווייב. וואו איז זי געווען די גאנצע צייט...?! זי האט אויך געהאט עפעס צו טון מיט דעם...?! ...לאל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

א ראביי האט אמאל געהאלטן א לאנגע דרשה שבת אין שול. דארט איז אויך געווען א טי.ווי. אדער מאווי פראדיוסער אין די אוידיענץ.

נאך די דרשה גייט צו דער פראדיוסער צום ראבאיי און ער פרעגט איהם..."דו וואלסט געקענט זאגן דיין דרשה אין 3 מינוט"?.דער ראביי טראכט א מינוט. נאכדעם זאגט ער, יא. פרעגט ער איהם...נו, פארוואס האסטו עס נישט געטון...?!

(מ'דארף געדענקען אז די פראדיוסערס האבן ליעב אלעס מקצר זיין. אין סאונד בייטס.)
געהערט פון א מאדערנעם ראביי...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אז דו רעדסט שוין פון א שבת דרשה....
(איך מיין נאר ווער עס האט וואטסעפפ אדער טעלעגראם וועט עס כאפן)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער ראביי האט עס געכאפט. און זיין אוידיענץ אויך. ווייל אלע האבן געלאכט. דו דארפסט געדענקען אז מ'רעדט דא נישט פון אזעלכע וואוילע, תמימות'דיגע אידן ווי ביי אונז אין ביהמ"ד...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

די וואך אין די פרשה... וישב

יוסף האט גחלום'ט אז די זון, די לבנה מיט די 11 שטערען האבען זיך געבוקט צו איהם.

איז שווער... וואס איז געשעהן מיט דינה? פארוואס האט זי זיך נישט געבוקט?

נאר יוסף האט חתונה געהאט מיט אסנת און אין מדרש ווערט געברענט אז זי איז געוועהן די טאכטער פון דינה (מיט שכם) קומט אויס אז זי איז געוועהן יוסף שוויגער...

און א שוויגער וועט זיך אפי אין א חלום נישט בוקען פאר דיר

אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אין די בראשית יארן פון מדינת ישראל (יא. ס'איז געווען אזא זאך. היינט האלטן זיי שוין ביי די במדבר יארן.) האט א בעה"ב פון א גרויסע פאבריק אריינגעלייגט אן עד אין א צייטונג אז ער זוכט א בוקקיפער. האבן זיך געמאלדן 3 קאנדידאטן. איינער, א יעקע. דער צווייטער, אן אונגערישער. דער דריטער, א גאליציאנער. דער בעה"ב קומט ארויס פון זיין אפיס און רופט אריין צו ערשט דעם יעקע. ער פרעגט איהם א פשוט'ע שאלה..."וויפיהל איז 2 מאל 2....דער יעקע נעמט ארויס א פענסיל און שרייבט אראפ אויף א פעיפער 2X2=4. זאגט דער בעה"ב, גוט. מ'האט דיין פאון נאמבער. מ'גייט דיך שוין רופן. נאכדעם קומט אריין דער אונגערישער דער בעה"ב פרעגט די זעלבע שאלה...דער אונגערישער ענטפערט פשוט...4. בעה"ב זאגט גוט. מ'עט דיך שוין רופן. נאכדעם קומט אריין דער גאליציאנער...דער בעה"ב פרעגט די זעלבע שאלה. הייבט ער אן צו מאכן א גאנצן פשט'ל....2מאל 2 ווייסט דאך א יעדער אז ס'איז 4. אלא מאי אז דו פרעגסט. מיינט דאס אז דו ווילסט הערן א אנדערן ענטפער...ער הייבט אן אויפבויען א גאנצן חשבון...ביז ער קומט אן צו אן ענטפער...22...! דער בעה"ב איז ארויס פון התפעלות.. ער זאגט, גוט. אונז האמיר דיין פאון נאמבער ווען מ'עט דארפן וועט מען דיך רופן...!

ווער (פון די 3?) האט באקומען דעם דזשאב...?!

דעם ענטפער וועל איך שרייבן (בלי"נ) אין א שעה ארום. דערווייל זאלל דער עולם בטובם הגדול טרייען צו טרעפן ווער ס'האט באקריגן דעם דזשאב...!

ספעצילע קריאה צו קהל'ס נער. און פאלאצ'ינטא...!
פארשפארט