פון וואנעט שטאמען די דייטשן?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

פון וואנעט שטאמען די דייטשן?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]עס ווערט פארציילט, אז רבי שמואל סאלאנטער ז''ל, האט זיך אויף קיין שום פאל נישט געוואלט באגעגענען מיטן דייטשער קייזער ווילהעלם דער צווייטער – דורכאויס זיין באזוך אין ארץ ישראל אין יאר תרנ''ט. ער האט ארגומענטירט, אז ער האט מקובל פונעם ווילנער גאון זי''ע, אז די דייטשן זענען די אמאליגע וויסטע אשר קרכ'ניקעס – די פארשאלטענע עמלקים אויסגעמעקט זאלן זיי ווערן פונעם האריזאנט. אויך פונעם יעב''ץ זאגט מען נאך עפעס אזא געדאנק, אז דאס דייטשע פאלק זענען אמשטאמיגע פון עמלק.

דער נביא אין עובדיה רעדט צום פאלק אדום, דאס פאלק פון וואנעט ער זעלבסט האט געשטאמט איידער האט זיך מגייר געווען, און געווארן א נביא השם צווישן אידן: ער רעדט צו אדום און זאגט: צוליב דיין רויב אויף דיין ברודער יעקב, וועט דיר דאס שאנדע באדעקן, און דו וועסט פארשניטן ווערן אויף שטענדיג.
וואס פאר א רויב האבן דען די אדומים געטאן צו יעקב?

דינערט דער געטליכער נביא מיט זיין באסעווע שטומע:

ביים ערשטן חורבן בית המקדש ביזטו (אדום) געשטאנען אין די זייט, אינעם טאג וואס די פרעמדע (די בבלים) האבן בארבאריש געפלונדערט דאס אייגנטום פון יעקב. און ביים צווייטן בית המקדש ווען זיי (די רוימער) האט געשטורעמט אירע טויערן (פון ירושלים) און געווארפן גורל אויף ירושלים ווער ס'זאל איר ערשט פארניכטן.
און דאן (ביים חורבן פון צווייטן בית המקדש) ביזטו זעלבסט געווען איינס פון זיי, ווארום אין די צייט פון הורדוס המלך, האבן די אדומים זיך אפיציעל מגייר געווען און זיך אנגעשלאסן צום אידישן פאלק. און ביים חורבן בית שני האבן זיי זיך בייזוויליג צו געשטעלט צום פיינט ( די רוימער.)

ביים ערשטן חורבן בית המקדש:
וואלסט ווען נישט געמעגט צו זען דאס טאג וואס דיין ברודער איז געווארן ווי א פרעמדער ביים ערשטן בית המקדש, און זיכער נישט פרייען צו די קינדער פון יהודה אין דאס טאג פון זייער פארלוסט, און זיכער, זיכער, נישט פארגרעסערן דאס חורבן מיטן מויל, אזוי ווי זיי (די בני אדום)האבן ווירקליך געטאן מיטן שרייען, ערו, ערו עד היסוד בה...

און ביים חורבן פון צווייטן בית המקדש איז נאך געווען פול ארגער...
וואלסט ווען נישט געדארפט קומען קיין יהודה אינעם טאג פון זייער (די אידן) צער, און אפילו וואלסט יא געקומען, וואלסטו ווען נישט געטארט צוזען צו זיין שלעכטס, און קאלטבלוטיג דערמאנען זייער זינד, און זיכער נישט אויסשטרעקן די האנד צו זייער (די אידן - יעקב) פארמעגן אינעם טאג פון זייער צער...
און נאך מער יאמערט דער נביא:
וואלסט ווען נישט געדארפט פארשניידן די אנטלאפענע, און זיי ארויסגעבן צו זייערע פארפאלגער.
וואלסט ווען געזאלט וויסן, אז דאס טאג פון ג-ט דערנענטערט זיך, ווען ג-ט וועט ריכטן די פעלקער פון די וועלט, און דאן וועט ער דיר באצאהלן גענוי ווי דו האסט געטאן (מיט יעקב – די אידישע קינדער) און דיין באלוינונג וועט זיך דיר אומקערן אויף דיין קאפ.

אצינד ווענדט זיך דער נביא צו די אידן מיט הארציגע טרייסט ווערטער:
דאס בעכער ביטערע וויין וואס איר האט געטרינקן אויף מיין הייליג בארג (ירושלים) וועלן דאן די פעלקער טרינקן אויף שטענדיג, און זיי וועלן ווערן שיכור פון די צרות וואס וועלן זיי דאן באטרעפן, ביז זיי וועלן גענצליך פארניכטעט ווערן - ווי זיי וואלטן ווען קיינמאל גארנישט עקזיסטירט.
און דאס בארג ציון וועט זיין א רעטונג פאר די אידן, און ס'וועט זיין הייליג און קיינמאל מער נישט פאראומווערדיגט ווערן דורך גוים, און דאס הויז-געזונט פון יעקב וועט ירש'נען די דאזיגער וועלכע האבן זיי גע'ירש'נט ( ביים חורבן בית המקדש). און דאן וועט דאס הויז-געזונט פון יעקב זיין פייער (וועלכע ברענט נאנט) און דאס הויזגעזונט פון יוסף וועט זיין צו א פלאם ( וואס ברענט ווייט), און דאס הויז-געזונט פון עשו וועט זיין צו שטרוי, וואס אויב בלויז איין שטרוי הייבט אן ברענען כאפט זיך דאס פלאם אן אויף די גאנצע שטרוי מיט א בליציגע שנעלקייט. אין רעזולטאט ווען נישט פארבלייבן פון די הויזגעזונט פון עשו קיין שום איבערבלייבעניש, ווייל אזוי ג-ט האט גערעדט...

אצינד באציהט זיך דער נביא צו די נייע גרעניצן וואס וועלן ווערן איינגעשטעלט אין ארץ ישראל ווען משיח וועט קומען:

דער נגב, דאס איז דער דרום זיין פון ארץ ישראל, וועט איינשליסן דאס בארג פון עשו, דאס איז דאס געוועזענע לאנד אדום (דאס איז היינט א טייל פון די ירדענער קעניגרייך). און די פוס-בערג פון יהודה (היינט באוויסט אלס שפלת יהודה.) וועט איינשליסן דאס לאנד פלשתים (דאס איז די היינטיגע עזה) וואס געפונט זיך מערב ארץ ישראל הארט ביי די ברעגס פונעם מיטללענדישן ים. און אויך אויף מזרח גייט זי זיך אויסשפרייטן און אנאקסירן די פעלדער פון אפרים און פון שומרון. און דאס לאנד בנימים וועט זיך אויסשפרייטן פון צפון ירושלים וואו זי איז אלעמאל געווען – ביז צום גלעד וואס געפונט זיך מזרח, עבר הירדן ( אויך א טייל פון די ירדענער קעניגרייך). און די גלות אידן וועלכע זענען פארטריבן געווארן צו די כנענים ביז צרפת, און גלות ירושלים וועלכע האלטן זיך אויף אין ספרד, וועלן ירש'נען און זיך באזעצן אין דאס אויסגעברייטעטער ארץ הנגב.

און דער נביא ענדיגט זיין וואונדערליכער נבואה:
דאן וועלן מיר ארויף גיין געהאלפענע צום בארג ציון, צו ריכטן דאס בארג פון עשו. און קעניגרייך וועט געהערן בלויז צו ג-ט!

[center]*[/center]
אצינד איז די פראגע איז ווער זענען די כנענים, און וואו איז צרפת און ספרד פון וואס דער נביא רעדט?

ספרד זאגט דער תרגום יונתן, אז דאס איז אַסְפַּמְיָא. אספמיא איז ווארשיינליך די היינטיגע לאנד שפאניע. א באווייז האבן מיר פון דעם וואס די מדרש זאגט " אינו דומה טעם דג העולה מעכו לעולה מאספמיא" אז א פיש פון דאס מיטללענדישער ים האט א אנדערע טעם פון א פיש פון אספמיא, פארוואס פונקט אספמיא? ווארשיינליך ווייל דארט איז די גיבראַלטאַר דורכגאס, וואס טוהט צווישנשיידן צווישן דאס מיטל-לענדישער ים און דאס אטלאנטישען אקעאן. גיבראַלטאַר איז הארט לעבן שפאניע. ווען איינער כאפט א העכטל אין גיבראַלטאַר, קען דאס פיש האבן גאר אן אנדערע טעם... עס ווענדט זיך פון וועלכע ים דאס פיש איז געכאפט געווארן.

און וואו איז צרפת פון וואס די נביא רעדט?
דער פסוק אין ספר מלכים פארציילט: אז נאכדעם וואס דער אויבישטער האט אויסגעטריקנט דאס נחל כרית, האט אליהו הנביא באקומען א זענדונג פון ג-ט: קום לך צרפתה אשר לצידון וישבת שם – שטיי אויף און גיי קיין צרפת, וואס איז אין צידון און באזעץ דיך דארט אויף צייטוויליג. דרונגען מיר זיך אויף פון דעם, אז אין לבנון איז געווען א שטאט וואס האט געהייסן צרפת.
אצינד די פראגע צי דאס איז צרפת פון וואס דער נביא עובדיה רעדט?
דער מיינונג פון מערהייט פון די ראשונים איז, אז נישט. רש''י זאגט דייטליך: צרפת הוא המלכות שקורין פרנצ"א בלע"ז – דאס איז פרענס – די היינטיגע פראנקרייך. א שטארקע באווייז האבן מיר, אז ווען די רוימישע אימפעריע האט געוועלטיגט אויף די לאנד וועלכע ס'איז היינט פראנקרייך - האט דאס לאנד געהייסן גאליע. ווי עס שיינט איז, אז אין די צייטן פון תנ''ך האט עקזעסטירט אין מערב-אייראפע א לאנד מיטן נאמען צרפת, וואס האט געהייסן נאך די שטאט צרפת וועלכע געפונט זיך אין לאנד לבנון. דערפאר ווען דער אויבישטער זאגט פאר אליהו הנביא, גיי צו די שטאט צרפת, לייגט ער צו, דער צרפת וואס ס'איז אין צידון און נישט צו די שטאט צרפת אין מערב-אייראפע - די היינטיגע פראנקרייך. אבער דער נביא עובדיה רעדט ווארשיינליך יא פון די צרפת וואו ס'איז היינט פראנקרייך.

און ווער זענען די כנענים פון וועם דער נביא עובדיה רעדט?
דאס איז שוין גאר אינטערעסאנט: דער אבן עזרא שרייבט: מיר האבן געהערט פון גדולים, אז די איינוואוינער פון לאנד אלמניי"ה, שטאמען נאך פון די כנעניים וועלכע זענען אנטלאפן פון די אידן ווען יהושע האט איינגענומען ארץ ישראל!
דער רד''ק קומט אריין נאך קלארער, ער שרייבט: אז די מענטשן פון ארץ אלמניי"א און אשקלוני"א וואס מ'רופט היינט ארץ אשכנז, זענען די איר-אלטע כנעניים וועלכע זענען אנטלאפן פון ארץ כנען ווען יהושע האט איינגענומען ארץ ישראל.
און ער לייגט נאך צו: אז ביז צום היינטיגן טאג רופט מען זיי נאך כנעניים...

אלזא, ווער זענען דאס דייטשער פאלק? מלקים צי כנעניים?

אין די תורה הק' געפונען מיר נאך, אז דער כנעני דער קעניג פון ערד וועלכער איז געזיצן דרום פון ארץ ישראל – האט געהערט אז די אידן געפונען זיך שוין אויפן וועג וועלכע די מרגלים האט זיך נאך באנוצט אויסצושפיאנירן ארץ ישראל, האט ער אפגערעכט א קריג מיט די אידן און געפאנגן פון זיי א געפעגעניש. זאגט רש''י דארט אויפן ארט, אז דאס זענען נישט ווירקליכע כנעניים, נאר זיי זענען געווען אונזערע אלטע געשוואוירענע פיינט די עמלקים. די עמלקים האבן געוואוינט דרום ארץ ישראל. אלזא לאזט זיך זאגן, אז די דייטשן זענען סיי עמלקים און סיי כנעניים...
און ווען משיח וועט קומען וועלן זיך די אידן וואס האבן זיך אויפגעהאלטן אין גלות ביי די דייטשען, זיך צוריק באזעצן אין דרום ארץ ישראל, וואו די עלטערן פון דייטשן - די כנעניים און די עמלקים האבן אָריגינעל געוואוינט ביז זיי זענען פאריאגט געווארן דורך יהושע בן נון. סארא זיסע נקמה...

וואס ס'איז אינטערסאנט איז: אויב זענען זיי כנעניים, שטאמען זיי דאך פון חם. אויב זיי זענען עמלקים שטאמען זיי דאך פון עשו, דאס באדייט פון שם.
אין די תורה אין פרשת נח שטייט דייטליך אז אשכנז איז געווען א זון פון גומר דער זון פון יפת....
זעט אויס פון די דייטשן שטאמען פון אלע דריי קינדער פון נח... שם חם און יפת... ממש א ריינע ראסע.....

והיתה להשם המלוכה...[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מֵחֲמַס אָחִיךָ יַעֲקֹב, תְּכַסְּךָ בוּשָׁה; וְנִכְרַתָּ, לְעוֹלָם. יא בְּיוֹם עֲמָדְךָ מִנֶּגֶד, בְּיוֹם שְׁבוֹת זָרִים חֵילוֹ; וְנָכְרִים בָּאוּ שְׁעָרָו, וְעַל-יְרוּשָׁלִַם יַדּוּ גוֹרָל--גַּם-אַתָּה, כְּאַחַד מֵהֶם. יב וְאַל-תֵּרֶא בְיוֹם-אָחִיךָ, בְּיוֹם נָכְרוֹ, וְאַל-תִּשְׂמַח לִבְנֵי-יְהוּדָה, בְּיוֹם אָבְדָם; וְאַל-תַּגְדֵּל פִּיךָ, בְּיוֹם צָרָה. יג אַל-תָּבוֹא בְשַׁעַר-עַמִּי בְּיוֹם אֵידָם, אַל-תֵּרֶא גַם-אַתָּה בְּרָעָתוֹ בְּיוֹם אֵידוֹ; וְאַל-תִּשְׁלַחְנָה בְחֵילוֹ, בְּיוֹם אֵידוֹ. יד וְאַל-תַּעֲמֹד, עַל-הַפֶּרֶק, לְהַכְרִית, אֶת-פְּלִיטָיו; וְאַל-תַּסְגֵּר שְׂרִידָיו, בְּיוֹם צָרָה. טו כִּי-קָרוֹב יוֹם-יְהוָה, עַל-כָּל-הַגּוֹיִם: כַּאֲשֶׁר עָשִׂיתָ יֵעָשֶׂה לָּךְ, גְּמֻלְךָ יָשׁוּב בְּרֹאשֶׁךָ. טז כִּי, כַּאֲשֶׁר שְׁתִיתֶם עַל-הַר קָדְשִׁי, יִשְׁתּוּ כָל-הַגּוֹיִם, תָּמִיד; וְשָׁתוּ וְלָעוּ, וְהָיוּ כְּלוֹא הָיוּ. יז וּבְהַר צִיּוֹן תִּהְיֶה פְלֵיטָה, וְהָיָה קֹדֶשׁ; וְיָרְשׁוּ בֵּית יַעֲקֹב, אֵת מוֹרָשֵׁיהֶם. יח וְהָיָה בֵית-יַעֲקֹב אֵשׁ וּבֵית יוֹסֵף לֶהָבָה, וּבֵית עֵשָׂו לְקַשׁ, וְדָלְקוּ בָהֶם, וַאֲכָלוּם; וְלֹא-יִהְיֶה שָׂרִיד לְבֵית עֵשָׂו, כִּי יְהוָה דִּבֵּר. יט וְיָרְשׁוּ הַנֶּגֶב אֶת-הַר עֵשָׂו, וְהַשְּׁפֵלָה אֶת-פְּלִשְׁתִּים, וְיָרְשׁוּ אֶת-שְׂדֵה אֶפְרַיִם, וְאֵת שְׂדֵה שֹׁמְרוֹן; וּבִנְיָמִן, אֶת-הַגִּלְעָד. כ וְגָלֻת הַחֵל-הַזֶּה לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר-כְּנַעֲנִים, עַד-צָרְפַת, וְגָלֻת יְרוּשָׁלִַם, אֲשֶׁר בִּסְפָרַד--יִרְשׁוּ, אֵת עָרֵי הַנֶּגֶב. כא וְעָלוּ מוֹשִׁעִים בְּהַר צִיּוֹן, לִשְׁפֹּט אֶת-הַר עֵשָׂו; וְהָיְתָה לַיהוָה, הַמְּלוּכָה.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אין יומא י. זאגט די גמרא אז ״גומר״ מבני יפת איז ״גרממיא״ און דער גר״א איז גורס ״גרמניא״ ע״ש. ווידעראום אין מגילה ו. איז דא די באקאנטע גמרא, זממו אל תפק זו גרממיא של אדום שאלמלי הן יוצאין מחריבין כל העולם כולו, און דער יעב״ץ איז דארט אויך מגיה ״גרמניא״ ע״ש. ובסתם קען מען משווה זיין און מען דארף אין אכט נעמען, שכבר עלה סנחריב ובלבל כל העולם (וואס איז טאקע געשעהן נאך תקופת עובדיה הנביא לפי רז״ל) (אויב נעמט מען ממש אָן דעם ״כל העולם״). וממילא אולי איז די ״מקום״ גרמניא וואו די בני יפת פון גומר זענען געווען מעיקרא ולאחר מכן נתישבו שם, וע״י הבלבל, מבני אדום.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

עס ווערט פארציילט' אז ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די צרות אין אייראפע, ווען די כנענים, עמלקים, גערמאנים, נאציס, וכל שום וחניכא דאית ליה, האבן זיך דערשלאגן צו די מאכט אין דייטשלאנד - האט מען אפגעפרעגט ביים חפץ חיים וואס ס'וועט זיין מיט די אידן, האט ער גענטפערט מיט א פסוק פון די דאזיגע נבואה פון עובדיה: ובהר ציון תהיה פליטה והיה קדש וירשו בית יעקב את מורשיהם.
און אזוי האט טאקע ווירקליך פאסירט... דער דייטשער רשע ראמל, איז שוין געשטאנען הארט ביי די שוועלן פון ארץ ישראל, און זיך געשארפט זיינע ציין איינצונעמען ארץ ישראל.
א טויט שרעק האט דאן באפאלן די אידן אין ארץ ישראל. אבער ממש אין די לעצטע מינוט, האבן די מיליטערישע קרעפטן פון פעלד מארשאל מאָנטגאָמערי באוויזן אפצושלאגן און צו באזיגן די נאציס אינעם צווייטן שלאכט פון על אַלאַמעין.
און שפעטער איז אפילו אויך געלונגען פאר די ענגלענדער, גענצליך צו פארטרייבן די נאציס פונעם גאנצן מיטל מזרח.
טאקע דערפאר האט דער גאון און צדיק רבי יוסף שלמה כהנמן ז''ל, דער פאנאוויטשער רב, באפוילן ארויפצושטעלן דעם דאזיגער פסוק העכער די טויערן פון די ישיבה אין בני ברק - אלס אן אנדענק צו די גרויסער נס...
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

איך געדענק אלץ יונגל האט איך געליינט א ביכל ״שטראלן אין די פינסטערניש״ פון א מלחמה איבעלעבער חיים דוד באקאן האט ער דארט א הקדמה וואו ער ברענגט די מראי מקומות אז די נאצים ימש״ו שטאמען פון עמלק, איך געדענק אבער נישט צו ער שרייבט מער וואס עס שטייט דא.
לגבי זיי מקבל זיין אלץ גר עיין שבט הלוי חלק ה סימן קמה און אויך אין מועדים וזמנים פון הגר״ם שטרנבוך שליט״א ווי אויך ירושלמי עבודה זרה דף יא סוף עמוד א
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

הרב חיים דוד באקאן איז א חשובע איד וואס האט געשריבן א ביכל וועגן די צווייטע וועלט קריג. אבער קיין מלחמה איבערלעבער איז ער נישט.
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

קען זיין עס האט זיך מער געדאכט אז ער שרייבט ביי געוויסע מעשיות דארט אז ער איז דארט געווען,
אז מען חזר׳ט נישט געדענקט מען נישט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אויב אזוי איינער וואס האט פיינט די קריסטען זענען אויך אנטיסעמיטן עשיו שטאמט פון שם נישט אזוי?

קאך לעפל שכוח פאר אזא שיינע אשכול אן די הויעך באשפריצטע ווערטער כדרכך בקודש
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]איך האב נישט אזוי ארויס די טערמין פון אנטיסמיטיזם...

דאס טיפע איינגעבאקענע פיינטשאפט פון עשו צו יעקב האט זיך נאך אייגנטליך אנגעהויבן ביי די ברכה ווען יצחק האט געבענטש יעקב, און יעקב האט אזוי כיטרע ארויסגע'נאר'ט די ברכות פון אונטער די נאז פון עשו.
ווען עשו האט זיך דערוויסט אז יצחק האט געבענטש יעקב מיט די ברכה: יעבדוך עמים וישתחוו לך לאומים הוה גביר לאחיך וישתחוו לך בני אמך - פעלקער וועלן דיר דינען, קעניגרייכן וועלן זיך צו דיר ביקן, דו וועסט הערשן אויף דיין ברודער, און די קינדער פון די מיטער וועלן זיך צו דיר ביקן - איז ער ממש געגאנגן באנקערס, די שלאק האט אים ממש באטראפן אין מיטן העלן טאג... אזוי צו זאגן? איך מיט מיינע דורות וועלן שטענדיג זיין אונטער געווארפן אונטער יעקב? דאס איז געווען א זויערע פיל וואס עשו האט קיינמאל נישט געקענט אראפשלינגן.
ער האט אזאנס געשריגן און פארפירט, און געטיפעט מיט די פוס ווי א ווילדער רויטער אקס, אזש ס'איז געווען שרעקליך...
ער האט געבעטן אז יצחק זאל אים אויך בענטשן, אבער יצחק האט אים נאך צוגעלייגט זאלץ אויף די וואונדען... הן גביר שמתיו לך ואת כל אחיו נתתי לו לעבדים... ולכה אפוא מה אעשה בני? - אזוי צו זאגן, ווי אזוי קען איך דיר געבן די זעלבע ברכה וואס איך האב געגעבן יעקב? - איך האב דאך אים געקרוינט אלס הערשער אויף דיר, און אלע דיינע ברודער צו זיינע קנעכט... ווי אזוי קען איך געבן א קאנטראסטע ברכה?
יצחק האט פראבירט אים עטוואס צו בארואיגן און אים געבן א ברכה אז: והיה כאשר תריד ופרקת עלו מעל צוארך - אז ווען אידן וועלן זיך נישט גוט אויפירן, וועסטו מער נישט זיין אונטערגעווארפן אונטער זיי... אבער עשו האט זיך נישט געלאזט בארואיגן, און ער בלאזט נאך ביז צום היינטיגן טאג...

אין די ווירקליכקייט האט טאקע אזוי פאסירט, אבער בלויז עטוואס שפעטער...
ביז ווי לאנג ס'האט גענומען פאר די אידן איינצושטעלן א שטאנדהאפטע קעניגרייך אין ארץ ישראל, האבן אין אדום געקעניגט אכט קעניגן:
1. בֶּלַע בֶּן-בְּעוֹר
2. יוֹבָב בֶּן-זֶרַח
3. חֻשָׁם
4. הֲדַד בֶּן-בְּדַד
5. שַׂמְלָה
6. שָׁאוּל
7. חָנָן בֶּן-עַכְבּוֹר
8. הֲדַר

ווי נאר דער ערשטער קעניג דוד איז געקרוינט געווארן פאר קעניג איבער די אידן, האט ער באלד באשלאסן איינצוקעשן דעם זיידעס ברכה...און ער האט געשיקט זיין פעלד מארשאל יואב איינצונעמען אדום מיט שטורעם... וישב יואב ויך את אדום בגיא מלח שנים עשר אלף... זינט דאן איז אדום געווען גענצליך אונטערגעווארפן אונטער די אידישע קעניגרייך.
און די טעג פון יְהוֹרָם בן יהושפט דער קעניג פון יהודה, האט אדום ווידערגעשפעניגט אין די אידן, און אויפגעהערט צו באצאלן שטייערן.
דער קעניג יְהוֹרָם מיט זיינע ארמייען זענען ארויס אין א קאמף קעגן אדום, אבער ער האט צום באדויערן פארלוירן די קריג, און אדום איז פארבליבן פריי פון אידישע הערשאפט.

און די טעג פונעם חורבן בית ראשון, האבן די אדומים אקטיוו אנטייל גענומען אין די מאסיווע שלאכטן וואס נבוכדנצר האט געפירט מיט די אידישע קעניגרייך, אזוי ווי עבודיה האט שוין פאראויס נבואה געזאגט, אז ס'וועט אזוי פאסירן.
דורכאויס די קעניגרייך פון די חשמונאים האט דער קעניג הורקנוס דער ערשטער מלחמה געהאלטן מיט אדום, און ער האט זיי באזיגט, און זיי געצווינגן זיך מגייר צו זיין... ביים צווייטן חורבן זענען זיי שוין געווען איינס מיט די רוימער...

נאכן חורבן וואלטן זיישוין ווען געדארפט אויפגעבן זייער פינסטערע פיינטשאפט, נעמליך, זיי זענען דאך שוין מער נישט אונטערגעווארפן אונטער די אידן. אבער ניין! דאס פיינטשאפט איז פארבליבן...
ווייל אין די שפעטערע יארן האבן די רוימער אקצעפטירט די קריסטליכע רעליגיע, און זיי האבן אנגעהויבן גלויבן אין יעזעס קריסט!
זיי האבן אנגעהויבן פיינט האבן די אידן מיט א אומהויערע פיינטשאפט, צוליב דעם וואס די אידן האבן ארויסגעגעבן יעזעס פאר די רוימער, און די רוימער האבן אים געקרייצט ווי א קרעציגער הונט. איי דאס איז געווען זייער אייגענע זיידעס וואס האבן געקרייצט יעזעס? טא וואס ווילט איר נאך פון די אידן?
גאנץ רעכט לויט אונזער ווערסיע פון די געשיכטע, אז די סנהדרין האבן זייער ממזר'ל געהאנגן, קען מען נאך עטוואס פארשטיין דאס פיינטשאפט,
אבער לויט זייער ווערסיע וועלכע לויטעט, אז די רוימער האבן אים גאר געקריייצט, זאלן זיי זיך אליינס פיינט האבן...[/justify]
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דא איז דר. הענרי [הלל] עברעמסאן מסביר אז ״גרממיא של אדום״ באדייט די דזשערמעניק גאַטס וואס האבן זיך געשלאגן מיט רוים אין דאס צום סוף איבערגענומען.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

איך פארשטיי אז ער איז מסביר דעם אילמלי הן יוצאין מחריבין כל העולם כולו, און אויף דעם זאגט ער אז דאס איז זייער גאטס (קרי חוצפה) וואס דאס האבן זיי איבערגענומען אדום.
(קען זיין איך האב אים נישט גוט פארשטאנען, עס איז די ערשטע מאל איך הער אים)
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

נפה האט געשריבן:איך פארשטיי אז ער איז מסביר דעם אילמלי הן יוצאין מחריבין כל העולם כולו, און אויף דעם זאגט ער אז דאס איז זייער גאטס (קרי חוצפה) וואס דאס האבן זיי איבערגענומען אדום.
(קען זיין איך האב אים נישט גוט פארשטאנען, עס איז די ערשטע מאל איך הער אים)


Goths מסתם מיינט עס

https://www.history.com/topics/ancient- ... -visigoths
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

נפה האט געשריבן:איך געדענק אלץ יונגל האט איך געליינט א ביכל ״שטראלן אין די פינסטערניש״ פון א מלחמה איבעלעבער חיים דוד באקאן האט ער דארט א הקדמה וואו ער ברענגט די מראי מקומות אז די נאצים ימש״ו שטאמען פון עמלק, איך געדענק אבער נישט צו ער שרייבט מער וואס עס שטייט דא.
לגבי זיי מקבל זיין אלץ גר עיין שבט הלוי חלק ה סימן קמה און אויך אין מועדים וזמנים פון הגר״ם שטרנבוך שליט״א ווי אויך ירושלמי עבודה זרה דף יא סוף עמוד א


חיים דוד באקאן איז נישט קיין מלחמה איבערלעבער. אבער יא, ער האלט אויך אזוי, אז די דייטשען שטאמען פין עמלק. ער האט אזוי געשריבן אין א קונטרס אור שלוה, ער איז א באבאווער און ער שרייבט עס מסביר צו זיין וואס דער באבאווער שרייבט אין זיין קינה לא תחיה כל נשמה אויף די דייטשען. און דער רעיון נעמט קאך לעפעל אויך פין אים. פין ווי ווייס איך? איך ווייס.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

קודם כל קאך לעפל, א דאנק פארן אזוי שיין אראפלייגן. איך וואונדער זיך נאר פון וואו דו ווייסט אז דער נביא עובדיה האט געהאט א באוועסע שטימע, אפשר האט ער געהאט אזא איידעלע דינע שטימע? - ווער ווייסט...

דאס איז מיר געווען א חידוש צו הערן, אז חיים דוד באקאן איז נישט געווען קיין מלחמה איבערלעבער, איך האב אלעמאל געמיינט אז יא.

בנוגע די עמלקים, דוכט זיך אז אפילו צווישן די אומות העולם, איז אויך דא אזא מיינונג. ווער קען דא באשטעטיגן?
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

עס קען זיין ער שרייבט א בוך וועגן זיין טאטע וואס איז געוועהן א איבערלעבער. אפשר איז דא איינער וואס ווייסט זיין טאטעס נאמען.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חקרן האט געשריבן:קודם כל קאך לעפל, א דאנק פארן אזוי שיין אראפלייגן. איך וואונדער זיך נאר פון וואו דו ווייסט אז דער נביא עובדיה האט געהאט א באוועסע שטימע, אפשר האט ער געהאט אזא איידעלע דינע שטימע? - ווער ווייסט...

דאס איז מיר געווען א חידוש צו הערן, אז חיים דוד באקאן איז נישט געווען קיין מלחמה איבערלעבער, איך האב אלעמאל געמיינט אז יא.

בנוגע די עמלקים, דוכט זיך אז אפילו צווישן די אומות העולם, איז אויך דא אזא מיינונג. ווער קען דא באשטעטיגן?

חקרן: דו פרעגסט פון וואו ער (ק.ל.) ווייסט אז דער נביא עובדיה האט געהאט א באסאווע שטימע. ס'הייסט?! ער האט געהערט א טעיפ פון איהם. ווי דער נביא דרשנ'ט און זאגט מוסר פאר !...די אידן. מ'קען עס הערן אויף קול הלשון
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

די איינציגסטע נבואה פון עובדיה, כידוע.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

3E55526C-407F-4A44-B30C-DF406378B303.jpeg

הרב אריה ליב פיינשטיין ז״ל אין זיין אלף המגן.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
רשכבהג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 211
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:09 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך רשכבהג »

.
פארשפארט