אמונת צדיקים, אדער אמונת אדמורי''ם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

אמונת צדיקים, אדער אמונת אדמורי''ם

שליחה דורך שמן למאור »

כ'האב שוין לאנג געוואלט שרייבן אויף דעם נושא, כ'האב אלץ מורה אז ס'קען מיך (עצי) שטי''ם מאכן אויף אייביג, אבער איך מיין אז דא איז די פלאץ צו אויסליפטערן די אלע ענינים וואס מען קען נישט רעדן אדער שרייבן אויף קיין שום אנדערע פלאץ, אפילו עס קען זיין גאר א וויכטיגע ענין וואס קומט זיך צו ווערן ארויפגעלייגט אויפן טיש, וועל איך נעמען די מיה און שרייבן כיד השם הטובה,

איך וויל מקדים זיין, אז איך קום נישט אויסרייסן די גאנצע ענין פון אמונת צדיקים, איך גלייב אז עס איז אויך היינט דא אמת'ע צדיקים קדושים וטהורים, וכמאמר חז''ל, ראה הקב''ה צדיקים שהם מיעטין עמד ושתלם בכל דור, און כ'קען אויך די שטיקל תפארת שלמה אויפן פסוק ויאמינו בה' ובמשה עבדו, וואס ברענגט ארויס ווי וויכטעג אמונת צדיקים איז, און אפילו מ'פארשטייט נישט וכדומה, די שאלה איז נאר, ווער די צדיקים זענען...

ס'דא וואס זייער ציגאנג צום ענין איז דורך אוועקמאכן אלע תלמידי בעש''ט, ביז צו די בעש''ט אליין, שוין אפגערעדט אז די אלע 'אלעקסיי קפיצת הדרך מעשיות' גלייבן זיי נישט, נאר אפילו מקובל'דיגע מעשיות ווי למשל פונעם י''ג אורות, אדער מדריגת הצדיקים ווי גלוי אליהו, און שטארק אריינגעגעסענע מעשיות ווי דער ר''ר אלימלך פארברענט זיין האנט וכדומה וועלן זיי אויך אוועקמאכן כלאחר יד,
זיי וועלן אננעמען אז למשל די ראפשיצער רב, איז נישט מער געווען ווי עפעס א היינטיגע רבי'לע, וואס פארגלייבטע פארמאכטע חסידים האבן פשוט געגלייבט און א פיינע וואולע איד און פארציילט שיינע שטיתים וואס זיי האבן זיך איינגערעדט,

איך קען זיי נישט בלעימען פארן אזוי אננעמען, און כ'וועל שוין ציקומען פארוואס, אבער מיין ציגאנג איז אנדערש, און איך גלייב אז רובו ככלו פון באוויסטע רבי'ס ביז א דור צוריק, זענען געווען עכטע צדיקים בלתי לשם לבדו, נאר די לעצטע צענדליגע יארן האבן זאכן אנגעפאנגען צו אראפ פארן פון די רעלסן,

מיין טאטע זז''ג פלעגט אונז יעדע יאר חוה''מ סוכות נעמען איין נאכט פון מאנסי קיין בארא פארק, מיטציהאלטן די שמחות בית השואבות לרוב, אנגעפאנגען האט מען פארנאכטס, ביים שחרית פונעם סקולענער רבי'ן זצ''ל, (וואס פלעגט דאווענען גאר שפעט כידוע) דערנאך איז מען אריבער קיין ראכמוסטריווקא, דאן צו ביידע באבוב'ס דאן צו ר' משה וואלפסאן, דאן קיין מונקאטש, דאן קיין סטיטשין דערנאך קיין לעלוב 18,
געדנק איך ווי אלץ קליין קינד האבן אלע רביס ביי מיר געווען די זעלבע גרויס, וכמאמר החכם (??) מען מעסט נישט קיין צדיקים, ווען כ'בין אביסל עלטער געווארן האב איך געמאסטן די צדקות לויט די עולם און לויטן ווייסקייט פונעם בארד וכדומה,
אלץ בחור האב איך איינמאל אויפן וועג אהיים פונעם לאנגן נאכט געפרעגט מיין טאטע, זאג מיר ביטע, ווער איז די גרעסטע צדיק וואס מיר האבן היינט באזיכט? האט ער מיר געזאגט די פאלגנדע, איך גיי נישט מעסטן קיין צדיקים אבער מעגסט וויסן אז מיר זענען היינט געווען ביי צדיקים קדושי עליון וואס זענען כל כילו מיקדש פארן באשעפער און פאר זיין רצון, מיר זענען אויך געווען ביי פיינע ערליכע אידן, און אונז זעמער אויך געווען ביי שיינע שוי שפילערס,

די זאך איז מיר שטארק אריין און קאפ נישט יעדע ווייסע בעקעטשע מיינט א צדיק! (מען זאגט א ווערטל, פלייש איז נשתנה למעליותא לויט וואס מלייגט אים אריין אין, ווען מ'לייגט עס אריין און קרויט ווערט עס א האלאפטשע, ווען מלייגט עס אריין און טייג ווערט עס א קרעפל, און ווען מ'לייגט עס אריין און א קאלירטן באקיטשע ווערט עס א רבי,)

ס'דא היינט א גרויסע רבי וואס נאכן זיך סליוון האט ער פארלוירן אסאך, (פונט מיט חסידים) וואס איז פשט? ס'קען נאר מיינען איין זאך, ער פלעגט 'פרעסן' און היינט קען ער נישט איז ער געווארן דאר, מיט דעם אלעם זענען זיינע חסידים פארקויפט אז ער איז גרעסער פונעם בעש''ט

איך מיז דא ענדיגן און כ'וועל ממשיך זיין שפעטער, כ'האב נאך אסאך וואס צו שרייבן דא, אויב מ'וועט מיך לאזן
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

עצי שטים האט געשריבן:געדנק איך ווי אלץ קליין קינד האבן אלע רביס ביי מיר געווען די זעלבע גרויס, וכמאמר החכם (??) מען מעסט נישט קיין צדיקים, ווען כ'בין אביסל עלטער געווארן האב איך געמאסטן די צדקות לויט די עולם און לויטן ווייסקייט פונעם בארד וכדומה

איך פלעג אמאל מעסטן לויט די מאס פרומקייט
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:געדנק איך ווי אלץ קליין קינד האבן אלע רביס ביי מיר געווען די זעלבע גרויס, וכמאמר החכם (??) מען מעסט נישט קיין צדיקים, ווען כ'בין אביסל עלטער געווארן האב איך געמאסטן די צדקות לויט די עולם און לויטן ווייסקייט פונעם בארד וכדומה

איך פלעג אמאל מעסטן לויט די מאס פרומקייט

גאר א טיפע דערהער!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עצי שיטים: דיינע באמערקונגען און אבזערוואציעס זענען... כמים קרים על נפש עייפה...! ספעציעל דאס ווערטל וועגן פלייש. דאס האט מיך געמאכט שטארק לאכן. אדרבה. שרייב נאכמער און זיי מאריך ומרחיב את הדיבור איבער דעם גאר אינטרעסאנטן נושא...!
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

זייער שיין, עס איז וויכטיג צו געדענקען אז ווען מען רעדט פון א צדיק מיינט עס נישט קיין אדמור און ווען מען רעדט פון דעת תורה מיינט עס א רב נישט א רבי
עס איז באקאנט א מעשה פון סאטמארע רב ז״ל איינמאל האט ער געגעבן א שיעור אין א ליטווישע ישיבה און זיי זענען נתפעל געווארן פון די גאונות האט זיך איינער אנגערופן אז ער האט אלטס געמיינט אז עס איז דא צוויי יודן א תלמיד חכם און אן ערליכער יוד - א רבי. האט זיך סאטמארע רבי אנגערופן אז נאך אביסל גייט עס ווערן צוטיילט אין 3, א תלמיד חכם, אן ערליכער יוד, און א רבי,
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

חלק ב'

שליחה דורך שמן למאור »

לאמיר גיין ווייטער,
בערך פונעם בעש''ט ביז'ן צאנזער רב, האט די זוהן לאו דוקה איבערגענימען די רבי'סטעווע, נאר די חשובסטע תלמיד האט ווייטער געפירט די עדה הקדושה, ביז עס איז געטוישן געווארן, איך ווייס נישט פינקטליך די סיבה דערפון אבער אזוי איז געשען, און פון אנפאנג האט זיך עס גאנץ פיין אויסגעארבייט, בדרך כלל אז מ'וואקסט אויף און א הויז פון א קדוש עליון, מיטן אמאליגן דארף'ישע פארמאכטע לעבן, האבן די עפל געפאלן גאנץ נאנט צום בוים, און ס'איז געווענטליך געלונגען דעם קינדער אריבערנעמען מהלך (און חב''ד און נאך פלעצער איז עס מתחילה אזוי ציגעגאנגען)
נאכן קריג איז ציגעקומען צוויי זאכן, איינס, אז ס'איז געווארן אן אפענע וועלט, און צוויי, אז חסידות'ן זענען געווארן קאמפעניס וואס שטעלן צו סערוויסעס פארן עולם, זיי שטעלן צו א תלמוד תורה, מיידל שולע, ישיבה, שול, אמאל א בית שחיטה, מצוה בעקעריי, און זיי שטעלן אויך צו אן אדמו''ר, וואס די ארבייט פונעם אדמו''ר איז צו זיין סנדק, אפשערן די קינד, און זיין די מסדר קידושין, וכדומה, ער איז די פנים פונעם פארטיי, וואס פירט אמאל יא און אמאל נישט, אמאל מער און אמאל ווייניגער, וואס עס קימט פאר אונעם חסידות ( אזוי ווי ביידן אינעם ווייסן הויז)
ווי פלעגט נאר דעם יארמע רב (היינט יארמע ראש ישיבה) זאגן, פארוואס א רבי ווערט זיין זוהן א רבי, און א דיין'ס זוהן ווערט לאו דוקה א דיין, ...ווייל צו זיין א דיין דארף מען קענען...

און געוויסע חסידות'ן איז עס מער ווייניגער אפעציעל, מען לאכט פונעם רבינ'ס הייליגקייט, און מען ווייסט אז ער איז נישט מער ווי א פיינע איד וואס זיין טאטע איז געווען א הייליגע איד א קדוש וטהור, און ס'איז אויף אים ארויפגעפאלן די 'עול' צו פירן די חסידות, די פראבלעם איז אז און רוב חסידות'ן איז עס נישט אזוי, מען גלייבט אינעם רבי'ן ווי און גאט אליין און אמאל נאכמער, און דאס איז שוין אן ערנסטער פראבלעם, און ס'ברענגט צו ערנסטע פראבלעמען, און די ענין ווערט ערגער פון דור צו דור,

כ'וויל אריינהאקן, אז גראדע ביי רוב חסידות'ן, איז עס מער ווייניגער ב''ה נישט אז די רבי איז א באהאלטענע רשע, אדער פאפער ח''ו, נאר די רבי זיצט זיך און זיין אויסגעצאלטן גרויסע שיינע הויז, מ'ברענגט אים ווי ער וויל גיין מוט'ן שענסטן קאר, (נישט נאר די ריז'ינער רבי'ס, נאר אויך פון די צאנז'ע גזע, אתמה?!?) און א באגלייטונג פון צען גבאים, כאילו ער איז ווער ווייסט וואס, און בשעת מעשה קוקט מען נישט אהן קיין חשובע דיינים און חשובע אינגעלייט וואס פאקן איין דעם רבי'ן און ערליכקייט און אין צדקות צען מאל,

כ'רעד שוין נישט פון די 'צדיקים' וואס זענען די גרעסטע בעלי מחלוקת בימינו, און קריגן זיך ווי קליינע קינדער אויף נעמען פון שטעט און אונגארן, צו פוילן, אדער אזעליכע ענדליכע זאכן,
כוויל אנמערקן אז מחלוקת איז אויך געווען ביי גרויסע צדיקים, און ס'איז באמת למעלה מהשגתינו, ווייל זיי האבן געפאסט משבת לשבת, געדאווענט בהשתפחות הנפש שעות ארוכות, און זיך אויסגעטון צו העלפן א צווייטע איד, און דא שלאגט ער זיך, פיין כ'בין גרייט דאס אנצינעמען (הגם מ'קען זיין מחולק אויף דעם, קוק איך עס אהן אזוי, אז ס'איז העכער פון אונז קליינע מענטשעלעך)
אבער היינטיגע רבי'ס וואס חוץ מחלוקת טויג ער צו גארנישט, איז ער פינקט ווי מיין שכן א שיינער תלמיד חכם, וואס הרג'עט זיך מיט זיין ברידער, וועגן א שטיקל ירושה קרקע, גארנישט מער, דער רבי איז א פלעינע שיינע איד א תלמיד חכם ( אדער יא אדער נישט) א בעל מחלוקת,

ווען די רבי'ס וואלטן עכט געמיינט ארויסציהעלפן זייערע חסידים און געזיכט זייערע טובה, וואלטן זיי זיך אויפגעהויבן און געמאווט צו ביליגערע געגנטן, אז זייערע חסידים וואס גלייבן אזוי און זיי און קענען קוים דורכשטיפן די חודש, נאר צו קענען האבן די 'זכיה' צו וואונען נעבן דעם רבי'ן, זאלן האבן מער הרחבת הדעת, און קענען צאלן ווייניגער רענט, נאר וואס דען, די רבי איז גאנץ באקוועם ווי ער איז, און ער איז נישט גרייט אריינצישטעקן קיין פינגער און קאלט וואסער, צו העלפן זיינע אייגענע מענטשן,

כ'האב לאנג צוריק געהערט אויף קול הלשון, א געוואלדיגע שיעור פונעם פה מפיק מרגליות דעם חיסט'ן רבי'ן שליט''א, הרב גינזבערג, ווי ער רעדט פונעם נושא kids at risk און ער באשילדיגט די פאלשע רבי'ס, און די פאלשע חינוך און דעם (איך בין נישט מסכים צו אלעס וועס ער זאגט דארט, אבער ס'לוינט זיך צו אויסהערן)
כ'האב עס נאכגעזיכט צו קענען שרייבן דא, מ'קען עס טרעפן ביי 718-906-6400 דערנאך 3-4-8-1-1- (קודם דריי דערנאך פיר אא''וו) דערנאך איז עס אויף צוויי קעסטלעך, 55# און 56#,

איין זאך געדענק איך פון דארט, ווי ער לייגט אראפ ווי דעם אדמו''ר צינד חנוכה ליכט, און ציט סתם לאנג אויס די ברכה, לאו דוקה ווי ס'דא אסאך כוונת אר''י, זאגט ער אז באלט ווען ער גייט אריין און שטוב און ס'ווארט אים אפ די לאטקעס, נעמט נישט די ברכה אזוי לאנג, פון ווי ווייס איך? ווייל ווען נישט וואלט זיין באכעל נישט אויסגעזען אזוי, וד''ל

כ'וועל ענדיגן מיט א ווערטל, די הייליגע ראפשיצער רב האט אמאל ביים טיש ווען מ'האט געטיילט קאשע, גענומען אביסל דערפון און אויסגעגאסן אויף אזא רבי'לעס בעקיטשע, די רבי'לע איז געווארן ב'כעס און געשריגן ''פארוואס גיסטו אויס קאשע אויף מיין שיינע ווייסע בעקיטשע''? האט די ראפשיצער רב געענטפערט, ''אויף דיין ווייסע בעקיטשע האב איך שוין לאנג א קאשע (קשיא) ודפח''ח,
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עצי שיטים: אז מ'רעדט פון צדיקים מוז עס נישט דוקא זיין אן אדמו"ר בן אדמו"ר. נאר ס'קען זיין א בעל בת'ישער איד אויך. ומעשה שהיה (איך מיין כ'האב עס שוין איינמאל פארציילט דא). וואס איך האב אליין צוגעזעהן. אלס באסדרייווער אין א געוויסע ישיבה אין בארא פארק איז מיר אויסגעקומען צו זיין דארט אין בילדינג פון די ישיבה פאר לאנגע שעות. האביך צוגעזעהן די פאלגנדע סצענע. אין קעיטערינג האלל וואס איז געווען אין בעיסמענט איז פארגעקומען א בר מצוה. פון א בחור'ל וואס זיין משפחה זענען אקארשט פריש געקומען פון ארץ ישראל. _ (בערך א האלב יאר). דער טאטע פן די משפחה האט געארבעט ביי א בעה"ב אין א פעקטארי. דער בעה"ב , א פארמעגליכער מענטש האט אויסגעצאלט די בר מצווה. ועוד. ער האט נאך אויסגעבארגט פאר די משפחה א (טייערע) ווידיאו קעמערע. אדורכגייענדיג דעם קעיטערער און דעם בעל שמחה האב איך אויפגעגכאפט דעם פאלגנדיגן דיאלאג. דער בעל שמחה האט פארלאנגט פון דעם קעיטערער עפעס עקסטרא. (כ'ווייס נישט פונקטליך וואס). האט איהם דער קעיטערער געזאגט היות דער בעה"ב באצאלט פאר די שמחה. און איך גיי טשארדזשן עקסטער פאר דעם מוזסטו רעדן צו איהם. דער בעל שמחה איז געגאנגען פרעגן זיין בעה"ב (אויב ער ערלויבט עס). געוויינליך. ווען א מענטש באצאלט פאר יענעם'ס שמחה. אויב יענער פארלאנגט נאך עפעס וועט ער ענטפערן מיט א בייזע שטימונג. אדער עפעס אונטער'ן נאז. יא. איך בין מסכים...! אבער דער איד, דער בעה"ב האט געענטפערט מיט אזא שמחה...יא...זיכער...ווי גלייך ס'וואלט געווען די שמחה פון זיין אייגן קינד...! האביך דאמאלס איינגעזעהן אז א צדיק מוז נישט דווקא גיין א געבלומטע בעקישע וואס זעהט אויס פונקטליך ווי די. קלייד פון זיין רעבעצין. נאר ס'קען זיין א בעלהבית'ישער איד מיט א נעקטיי אויך...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קויפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 04, 2015 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך קויפער »

זייער א שיינע מעשה ר׳ בערל, איך מיין אז איר מעגט מפרסם זיין דעם נאמען פונעם בעה״ב.
״מה זה בו״ה, בו״ה״ ~ליפא
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

א יוד זאגט מיר אז ער איז א שוחט פרעג איך אים זייט ווען דו דרייווסט געווענטליך א באס, זאגט ער מיר וואס הייסט מיין זיידע איז געווען שוחט אין פעסט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קויפער האט געשריבן:זייער א שיינע מעשה ר׳ בערל, איך מיין אז איר מעגט מפרסם זיין דעם נאמען פונעם בעה״ב.

ניין: איך דארף קודם בעטן רשות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נפה האט געשריבן:א יוד זאגט מיר אז ער איז א שוחט פרעג איך אים זייט ווען דו דרייווסט געווענטליך א באס, זאגט ער מיר וואס הייסט מיין זיידע איז געווען שוחט אין פעסט

נפה: מיין זיידע איז אויך געווען א באס דרייווער, אין די שטאט זיטאמיר. ס'איז נאר נישט געווען דארט קיין באסעס. נאר א פערד און וועגעלע...!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

חלק ג'

שליחה דורך שמן למאור »

יעצט, ס'דא אפאר חסידות'ן וואס זענען לאקי, און ס'איז געלונגען, און די אדמו''ר איז יא אויסגעשטיגן א איש קדוש, בלתי לשם לבדו, בלי שום פניות, און איך בין עדות צו אפאר פון די, וואס איך האב פראזענליך מיטגעהאלטן, ווי די רבי'ס רייסן אוועק פון זיך פארן באשעפער, און אויף זיי איז געזאגט געווארן, עמד ושתלם בכל דור,
ווי למשל, האדמו''ר מאמשינאב, און האדמו''ר מפשעווארסק, ואדמו''ר מראכמאסטריווקא, (ביידע) וואס האבן איבערגענימען די הנהגה פון זייער פאטער, און ס'שטעלט זיך ארויס אז ס'איז גוט אויסגעקומען
(נישט צו זאגן אז דאס איז עס, ס'איז דא נאך, איך כאפ אהן דיע צדיקים אלץ משול, ואידך פרישא זיל גמור, זייטס ביטע א מבין דבר מתוך דבר,)

איז אויב ביסטו פון די מזל'דיגע, און די ביסט און אזא חסידות, דאן אשרי לך ואשרי חלקך, זיי מחנך דיינע קינדער צו האבן די אמת'ע אמונת צדיקים, און מקיים זיין די הוה מתאבק בעפר רגליהם, און ניצן די רבי אלץ א מורה דרך, פארשטייט זיך מיט שכל, און פרעגן כסדר אויב מ'האט א שאלה וואס מ'קען נישט אליין ציקומען צום ריכטיגן תירוץ, צו באקומען א תשובה מיט סייעתא דשמיא, בלי שום נגיעות,

אבער אויב ביסטו פון די נישט אזוי לאקי חסידות'ן, און די רבי איז נישט מער ווי א שטרוי זאק, אדער אפילו ער איז גאנץ א פיינע איד, דאן זיי נישט מעביר את בנך למולך,
טראג זיי צי אנדערע צדיקים אדער משפיעים וואס זענען לאו דוקה רבי'ס, ווי למשל, ר' צ''מ זילבערבערג, אדער הרב מרדכי שטיינער, אדער צום סקולענער רבי'ן, מאך קלאר פאר זיי אז א רבי מיינט לאו דוקה א צדיק, און ווען מ'קוקט אויף 'אונזער רבי'ן ווי ער עסט די פיש, שעפט מען 'נישט' קיין יראת שמים
(יעדער קען טון וואס ער וויל, און אויב ווילסטו דערווייטערן דיין זוהן פון סיי וועלעכע אדמו''ר אדער ערליכע איד, איט''ס א''פ ט''ו י''ו, איך רעד נאר פון די וואס ווילן יא אז זייערע קינדער זאלן זיך דרייען ביי ערליכע אידן, זאלן זיי כאטש וויסן, ווער איז וואס)

ס'איז אפאר יאר צירוק אוועק א צדיק אמת ממש ,פונעם פריערדיגן דור, און זיין איינציגע זוהן, א שטיקל ליידיגייער און ביזנעסמאן, האט איבערגענימען די חסידות, און ער פירט עס ביד רמה, טאקע אנפאנג איז עס געווען א געלעכטער, אבער וויאזוי ס'גייט איז, אז די יונגווארג וואקסן אויף, און מ'פאמפט פאר זיי און זיי פאמפן ווייטער די זאך, ביז ער ווערט שוין באלט אויך א זקן האדמור'ם, זאל מען זיך נישט לאזן פאפן פון די אלע שטותים,

היינט איז אויך דא א קאפריז, אז ס'וואקסן ארויס יניקא'ס ווי שוואמלעך נאך א רעגן, און ביי דעם איז אויך דא דעם כלל, יעצט איז ער נאך א אינגערמאנטשיקל, וואס האט נאך פאן מיט זיין ווייב, וד''ל, מ'דארף זעהן וויאזוי עס וועט זיך אויסארבייטן, ביי טייל יניקא'ס האט זיך עס פיין אויסגעארבעט (כ'רעד פון וואס זענען שוין היינט אלט) און ביי טייל, זענען זיי נאך היינט יניקא'ס

תן לחכם ויחכים עוד
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

איך האב הנאה פון דיין טאטעס ווארט אז מ'מעסט נישט קיין צדיקים אבער מ'דארף וויסן אז אונז זענען געווען ביי צדיקים און ביי שאו שפילער....
איך האלט אז ווען דו געבסט נעמען פאר משלים הרגעסטו אפ דו גאנצע זאךף איך האב געזעהן ציווישן די ליסטע פון די צדיקים וואס דו האלסט יא, איז אויסגערעכנט אזעלכע וואס זענען נישט אינגאנצן סטאביל, און אגב די צדיקים פון פארן קריג האבן שוין דעמאלטס זיך אפגערעדט אויף די "היינטיגע" רביס וואס מאכן א חורבן, סאיז נישט קיין נייע פראבלעם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תרמב: איך וועל מיך דינגען מיט דיר. אז די אלע וועלכע ער האט אויסגערעכנט זענען יא גרויסע און אמת'דיגע צדיקים. איך קען דיר פארציילן מעשיות (א טייל וואס איך האב אליינס צוגעזעהן)... נעם למשל דעם ראחמיטריווקא רבי'ן ( פון ברוקלין). ביי איהם האביך געזעהן אזא מין עניוות און פשטות וואס ס'לאזט זיך נישט באשרייבן. וויאזוי ער פלעגט אריינקומען צום טיש. ממש כאילו כפאו שד. אויסער די פיהל מעשי צדוקה וחסד וגמ"ח וואס ער האט געטון פאר אידן. ער איז געווען (אין די פריערדיגע יארן. אפשר נאך היינט אויך, לרפו"ש) כולו חסד און אהבת ישראל. (איך האב דאך דא נישט גערעדט פון דעם (העיליגן) שוואגער אין א קלעין שטעטל אין ראקלענד קאונטי.)...!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

כתוב בתורה: השופט אשר יהיה בימין ההם. (כ'געדעינק נישט פינקטליך די לשון)

פרעיגט די גמרא, צי וועים דען זאל מען גיין, צי די שופט פון א דור ציריק, ער לעיבט דאך שוין נישט? אלא לומר לך שיפתח בדורו כשמואל בדורו.

די תורה האט שוין פארגעזעין די טענה אויף היינטיגע רבנים, איי ווי נעמט מען ציריק די אמאליגע צדיקים, אונזער יפתח איז געוועין א "בן זונה" (לדוברי עברית: תרתי משמע) און דאך כשמואל בדורו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
נפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 366
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 11:15 am
האט שוין געלייקט: 809 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 386 מאל

שליחה דורך נפה »

עס איז דא א לשון אין עובר אורח פון דער אדר״ת אז אל השופט אשר יהיה בימים ההם איז נאר צו פאלגען זיין פסק אבער נישט צו געבן כבוד
(איך האב עס נישט אונליין קען איך נישט ברענגען קיין לינק אבער עס איז אין די צווייטער האלב ספר)
ועיין רש״ש שם ראש השנה כה עמוד ב
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער האט געשריבן:כתוב בתורה: השופט אשר יהיה בימין ההם. (כ'געדעינק נישט פינקטליך די לשון)

פרעיגט די גמרא, צי וועים דען זאל מען גיין, צי די שופט פון א דור ציריק, ער לעיבט דאך שוין נישט? אלא לומר לך שיפתח בדורו כשמואל בדורו.

די תורה האט שוין פארגעזעין די טענה אויף היינטיגע רבנים, איי ווי נעמט מען ציריק די אמאליגע צדיקים, אונזער יפתח איז געוועין א "בן זונה" (לדוברי עברית: תרתי משמע) און דאך כשמואל בדורו.

קהל'ס נער: דו ביסט גערעכט. קיינער זוכט נישט אז זיין רבי זאלל זיין אזוי גרויס ווי משה רבנו. אבער דער רעבע פון א קלעין שטעטעלע אין ראקלענד קאונטי איז דאך א גאנץ אנדערע פרשה. ס'איז נאך א חילוק פון הימל ביז ערד פון ראחמיסטריווקא רבי מיט זיין שוואגער דער העיליגער רעבע. ערעב ביציקל (וויאזוי מ'האט איהם גערופן אין סקווירא נאך די חתונה. ווען ער האט נאך געוואוינט אין העיליגן שטעטל. נעבן זיין גרויסן שווער זצוק"ל. איז אייביג געווען א געוואלדיגער ענוותן. שייף עייל . שייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשיה...!...!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

קהל'ס נער האט געשריבן:כתוב בתורה: השופט אשר יהיה בימין ההם. (כ'געדעינק נישט פינקטליך די לשון)

פרעיגט די גמרא, צי וועים דען זאל מען גיין, צי די שופט פון א דור ציריק, ער לעיבט דאך שוין נישט? אלא לומר לך שיפתח בדורו כשמואל בדורו.
די תורה האט שוין פארגעזעין די טענה אויף היינטיגע רבנים, איי ווי נעמט מען ציריק די אמאליגע צדיקים, אונזער יפתח איז געוועין א "בן זונה" (לדוברי עברית: תרתי משמע) און דאך כשמואל בדורו.

דאס מיינט אז מען זאל פאלגען דעם צדיק פונעם דור, נישט קיין CEO פון קיין קאמפעניס, נישט פון וואלמארט און נישט פון קהילתינו הקדושה,
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

תרמב האט געשריבן:איך האב הנאה פון דיין טאטעס ווארט אז מ'מעסט נישט קיין צדיקים אבער מ'דארף וויסן אז אונז זענען געווען ביי צדיקים און ביי שאו שפילער....
איך האלט אז ווען דו געבסט נעמען פאר משלים הרגעסטו אפ דו גאנצע זאךף איך האב געזעהן ציווישן די ליסטע פון די צדיקים וואס דו האלסט יא, איז אויסגערעכנט אזעלכע וואס זענען נישט אינגאנצן סטאביל, און אגב די צדיקים פון פארן קריג האבן שוין דעמאלטס זיך אפגערעדט אויף די "היינטיגע" רביס וואס מאכן א חורבן, סאיז נישט קיין נייע פראבלעם.

די נעמען איז נישט די פוינט, איך האב געמיינט צו ברענגען משלים פון אידן וואס זענען אינגאנצן דא פארן באשעפער און פאר א צווייטע איד, קען זיין אז ס'דא פון די וואס איך האב אויסגערעכנט, וואס זענען ווי די רופסט עס נישט סטאביל, מעגליך אז עס איז אמת, אבער נישט דאס איז די נקידה, אפשר איז ער נישט אזוי שיין געביגלט ווי רבינו שליט''א, און ער מאכט נישט אזוי זיכער אז די פיקטשערס פון אים זאלן אזוי שיין אויסקוקען, אבער הצד השוה פון די אלע וואס כ'האב אויסגערעכנט, אז זיי זענען גאר דערהויבענע אידן, וואס לעבן א טפח העכער ווי אונז אלע, און אויך פון רבינו שליט''א,
אבער נאכאמאל, אויב ס'געפעלט דיר נישט אלע נעמען וואס כ'האב געשריבן, דאן מעק עס דיר אויס, און לאז איבער נאר וועמען דיר געפעלט, די פוינט בלייבט די זעלבע
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

עצי שטים האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:כתוב בתורה: השופט אשר יהיה בימין ההם. (כ'געדעינק נישט פינקטליך די לשון)

פרעיגט די גמרא, צי וועים דען זאל מען גיין, צי די שופט פון א דור ציריק, ער לעיבט דאך שוין נישט? אלא לומר לך שיפתח בדורו כשמואל בדורו.
די תורה האט שוין פארגעזעין די טענה אויף היינטיגע רבנים, איי ווי נעמט מען ציריק די אמאליגע צדיקים, אונזער יפתח איז געוועין א "בן זונה" (לדוברי עברית: תרתי משמע) און דאך כשמואל בדורו.

דאס מיינט אז מען זאל פאלגען דעם צדיק פונעם דור, נישט קיין CEO פון קיין קאמפעניס, נישט פון וואלמארט און נישט פון קהילתינו הקדושה,


נא פון דעים רעד איך דאך, יפתח איז קיין צדיק ניט געוועין ווארעם געדרייט האט ער זיך מיט "אנשים ריקים" ווי ס'ווערט געברעינגט אין פסוק, ער איז געוועין א גרויסע טראבל מעיקער, האט געשפילט פאליטיק מיט פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן, געמאכט פון זיין טאכטער א קורבן (אויף דעים פעילט אויס א באזינדערע אשכול, וויאזוי מען קען מאכן א מענטש פאר א קרבן), געגאנגען אין מלחמה מיט שבט אפרים, בקיצור ער איז געוועין CEO פון .Israel & co, גארנישט בעסער ווי אונזערע מנהיגים.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

@עצי שטים
אין די משנה שטייט אמונת חכמים, פון ווי נעמסטי אזא זאך ווי אמונת צדיקים?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שמעון וואלף האט געשריבן:@עצי שטים
אין די משנה שטייט אמונת חכמים, פון ווי נעמסטי אזא זאך ווי אמונת צדיקים?


סא לויט דיך דארף מען האבן אמונת חכמים אין דארווין, פרויד, שפינוזה און איינשטיין?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קהל'ס נער: דעריבער זאגן מיר אמונת צדיקים. ווייל אמונת חכמים אליין אז נאכנישט גענוג. אזוי ווי די חכמים וואס דו האסט דא אויסגערעכנט. נאר אמונת צדיקים מיינט אזעלכע חכמים וועלכע זענען אויך צדיקים. ווי ס'שטייט אין פסוק..."ראשית חכמה יראת ה'."...אויך ווי די משנה זאגט (מס' אבות) ..."כל שיראתו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת". וכו'...!
פארשפארט