berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: כ'האב ערגעץ געליינט אן אינטרעסאנטן סיפור פון אפענע רוח הקודש בימינו.
א געוויסער צדיק איז געקומען צו א גביר אין שטוב. ווען דער גביר האט דערלאנגט די מאכלים פאר'ן עולם האט די רבי בשום אופן נישט געוואלט טועם זיין פון די מאכלים. אויסער א ביסל ספרינג וואטער פון די באר מים קאמפעני מיט א גוטע השגחה פון התאחדות. ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער ווילל דא גארנישט טועם זיין. האט ער ברוב ענוותנותו געזאגט אז ער האט א טעם הכמוס. פאר זיין גבאי האט ער אויסגעזאגט דעם סוד. אז די רביצין, די נגידית'טע האט (ליידער, בעוה"ר) א סמארטפאון...! ויהי לפלא...!
אבער דער גויאישע דעליווערי מאן האט אויך און דער רעבאה האט נישט געוויסט.